הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א
אין די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס, אז עס איז געווארן א נייע רבי אויף די גאס, האדמו"ר ר' יעקב יצחק לייפער שליט"א מבאניע. ער גייט פירן די וואך א שבת, איך זאג אייך... אוחח... די קוגל... בקיצור, קרעטשניף, באניע, נאדבורנא... ס'גייט זיך גיסן אורות דארט...
ערנסט גערעדט, א נייע רבי אויף די מארקעט. דער רבי האט אסאך ידידים ומעריצים, אין וויליאמסבורג, מאנסי און ווי אימער. מ'זאגט אויף אים אז ער איז אן אייגנארטיגער כאראקטער און ער וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות כדרך אבותיו ורבותיו.
וויל איך דא אויסשמועסן צווישן די וואס קענען אים, די אייגנארטיגקייט און געשמאק פון דעם נייעם רבי'ן. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אסאך וואס קענען אים און קענען צוגעבן צו דעם שמועס.
אין קורצן, איז ער א יונגערמאן מלא חן, שטארק חסידי'ש און חניוקיש, אסאך געווייקט ביי אדמורי בית נאדבורנא וקרעטשניף. אין ירושלים געדענקען מיר אים זיצן אין אושפיצין, תחת הנהגת ר' מנחם ווייס, אבער נישט נאר דארט... וואו ס'איז געווען א גוטע וואונקל, אדער א נאדבורנא ווינקל, איז ער שוין געשטאנען דארט און גענאשט. ער איז א געוואלדיגער בקי במנהגי ועניני החסידות בכלל, און לבית נאדבורנא בפרט. ער קען גוט נוסח ובפרט נוסח לבית נאדבורנא. זיין פנים און געשטעל אליין זאגט אויס נאדבורנא, און טאמער וועט ער באקומען א שניט און די האנט, וועט רינען פון דארט נאדבורנא.
אויסער דעם איז ער א גרויסער בעל חסד, א שדכן, און א געשמאקער חשוב'ער חסידי'שער יונגערמאן, און אצינד א פועל ישועות אויך.
אה, שיער נישט פארגעסן... א ינוקא אויך!
ווער קען זאגן נאך?

- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
איז איז א ברודער מיטן סאדיגורא ינוקא, און זענען די דאזיגע צוויי ינוקא קדושתא'ס אייניקליך פון די סטאלינע ינוקא?
אלגעמיינע ציווילע בירגער, וואס זייערע זיידעס האבן נישט אויפגעשטאפט די הכנה בודקעס אין פרמישלאן און חאצצק, קענען זיך אויך דעראבערן דאס טיטול ינוקא? אדער דאס איז בלויז רעזעווירט פאר די וואס האבן שטיפן בילקעס און טינקן זיך אין שמאלץ הערינג?

- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:איז איז א ברודער מיטן סאדיגורא ינוקא, און זענען די דאזיגע צוויי ינוקא קדושתא'ס אייניקליך פון די סטאלינע ינוקא?
אלגעמיינע ציווילע בירגער, וואס זייערע זיידעס האבן נישט אויפגעשטאפט די הכנה בודקעס אין פרמישלאן און חאצצק, קענען זיך אויך דעראבערן דאס טיטול ינוקא? אדער דאס איז בלויז רעזעווירט פאר די וואס האבן שטיפן בילקעס און טינקן זיך אין שמאלץ הערינג?
וואס עפעס? איך האב אויך א לעכטיג זון, מיין ינוקא'לע, ער איז זייער באטעמט, שפילט זייער שיין מיט זיינע טויס, פון צייט צו צייט עסט ער קוגל און צומאל טיילט ער זיינע שיריים פאר אנדערע אינקלודינג באט נאט לימיטעד טו זיינע חברים, משפחה, טישטעך, און פאדלאגע.
ער זינגט זייער שיין זמירות, צומאל שטימט עס טאקע נישט מיט די ריטעם אבער מי יעמוד בסוד קדושים, ער בענטשט זייער ערליך ביז הזן את הכל כנהוג אצל הינוקא'ס מקדמת דנא.
ער וואונטשט כמעט נישט אבער יודעי דבר ווייסן צו פארציילן אז דאס קומט פון זיין געוואלדיגע איינגעהאלטנקייט.
א מעשה פלא האט פאסירט מיט איהם לעצטע וואך ווען ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויפגיין אויפן חדר באס נאך עטליכע שעה האט זיך טאקע ארויסגעוויזן אז אויפן באס איז יענע טאג געקומען א אנדערע ינוקא מיט א סנעק וואס זיין מאמע האט צוריקגעברענגט פון ארץ ישראל מיט העברעאישע אויפשריפטן דערויף, מיין ינוקא האט ברוח קדשו שוין מרגיש געווען אז ער גייט נישט שעירן נאך א ענליכע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע וואכן צוריק.
אסאך מאל וואונדער איך זיך פון ווי ער נעמט די כוחות, אבער נאכן איבערקוקען די בילדער פון מיינע קינדער יארן זעה איך אז איך בין אויך געווען א ענליכע ינוקא ויפה כח הבן מכח האב.
ער איז טאקע נישט קיין קרעטשניף'ע אייניקל אבער נאכן נאכגיין אונזער משפחה יחוס שטעלט זיך ארויס אז מיר שטאמען פון דורי דורות ינוקות בן אחר בן ביז אברהם אבינו מיט אלעס אינדערמיט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
הא ניחמתנו... ניחמתנו...
אין זוהר הק פרשת בלק איז פארהאן הייליגע סודות התורה אויפן פסוק: והיה ביום ההוא יצאו מים חיים מירושלם חצים אל הים הקדמוני וחצים אל הים האחרון, וואס א געוויסע ינוקא האט מגלה געווען.
חסידים פראבירן צו פארגלייכן זייער ראצער'ליך רבי'ס צו דעם דאזיגער ינוקא רח''ל. אפגעזען פון דעם וואס זיי שפירן נאך אלע טעמים אינעם אבר מן החי... פאר ווער ס'פארשטייט...

- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג קומט אריין די נייעס, אז עס איז געווארן א נייע רבי אויף די גאס, האדמו"ר ר' יעקב יצחק לייפער שליט"א מבאניע. ער גייט פירן די וואך א שבת, איך זאג אייך... אוחח... די קוגל... בקיצור, קרעטשניף, באניע, נאדבורנא... ס'גייט זיך גיסן אורות דארט...
ערנסט גערעדט, א נייע רבי אויף די מארקעט. דער רבי האט אסאך ידידים ומעריצים, אין וויליאמסבורג, מאנסי און ווי אימער. מ'זאגט אויף אים אז ער איז אן אייגנארטיגער כאראקטער און ער וועט נאך איין טאג זיין א גרויסער רבי און פועל ישועות כדרך אבותיו ורבותיו.
וויל איך דא אויסשמועסן צווישן די וואס קענען אים, די אייגנארטיגקייט און געשמאק פון דעם נייעם רבי'ן. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אסאך וואס קענען אים און קענען צוגעבן צו דעם שמועס.
אין קורצן, איז ער א יונגערמאן מלא חן, שטארק חסידי'ש און חניוקיש, אסאך געווייקט ביי אדמורי בית נאדבורנא וקרעטשניף. אין ירושלים געדענקען מיר אים זיצן אין אושפיצין, תחת הנהגת ר' מנחם ווייס, אבער נישט נאר דארט... וואו ס'איז געווען א גוטע וואונקל, אדער א נאדבורנא ווינקל, איז ער שוין געשטאנען דארט און גענאשט. ער איז א געוואלדיגער בקי במנהגי ועניני החסידות בכלל, און לבית נאדבורנא בפרט. ער קען גוט נוסח ובפרט נוסח לבית נאדבורנא. זיין פנים און געשטעל אליין זאגט אויס נאדבורנא, און טאמער וועט ער באקומען א שניט און די האנט, וועט רינען פון דארט נאדבורנא.
אויסער דעם איז ער א גרויסער בעל חסד, א שדכן, און א געשמאקער חשוב'ער חסידי'שער יונגערמאן, און אצינד א פועל ישועות אויך.
אה, שיער נישט פארגעסן... א ינוקא אויך!
ווער קען זאגן נאך?
ווייל איך קען דעם באס רבי וואס איז נתעלה געווארן צו א ינוקא, שמייכל איך זיך אונטער.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 642 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
תרומה האט געשריבן:ער קוקט אויס צו קענען אנפילן דעם חלל...
וואס איז דאס ענין חוזק צו מאכן פון א אידיש קינד וואס האט דיר קיינמאל שלעכט געטון?
ווען ס'גייט אים גוט איז יעדער דא מיט גוטע ווערטער אויף זיין חשבון, אבער ווען ער איז דורך א לעבן אויף קיין שום איד געוואונטשן, זענען די אלע גוטזאגער נישט דא געווען אים צו זאגן א גוט ווארט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
דער נייער שרף פון באניע איז אויך א געוואלדיגער מבין ווען ס'קומט צו לבושי נשים און ער ווייסט פינקטליך ביי וועלכע משפחות מ'גייט א גאנצן פריזעט און ווי מ'גייט א האלבן פריזעט לכל פרטיה ודקדוקיה און ווער ס'האט ליידער משנה געווען און ווער ס'גייט מיט שווארצע שטרימפ און ווער נישט מיט א געוואלדיגן היקף אין דער גאנצער סוגיא. אויך איז ער א געוואלדיגער בקי במנהגי פעפעטע הויזן און צי מ'גייט אויך אין דער וואכן פעפעטע הויזן צי נישט און נאך אזעלכע פארצווייגטע סוגיות שעומדן ברומו של עולם וואס נאך אלס בחור האט דער רבי גע'שמ'ט אלס בקי אין סוגיות קשות וחמורות וואס לאו כל מוחא סביל דא וד"ל.
אלנפאלס, זאל דער הייליגער שרף מצליח זיין על ממלכתו און באלייכטן אידישע קינדער, ער זאל אויספירן גוטע שידוכים און געניסן פון גוטע תיקון און לקח און אונז פירן קעגן משיח'ן אינאיינעם מיט אלע אנדערע שרפים וחיות ואופני הקודש.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
מפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.

- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.
פונעם רעקארדירונג הערט זיך עס ווי א גרופע ליצים..
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 8:04 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מפי השמועה פון מיין קאזין וואס איז געווען דארט יעצט. ס'איז געווען דארט א שטיקל הכתרה יעצט, דער רבי האט געטיילט לקח פארן עולם, מען האט געשריגן יחי אדונינו און דערנאך איז מען ארויפגעגאנגען צו די רביצין וואס האט אנגעוואונטשן. ווען מען האט געפרעגט די אלטע רביצין צי דער זוהן זאל אנטון א ווייסע בעקעשע, האט זי געזאגט אז זיכער יא, מען האט גראד געברענגט א בעקעשע און געוואלט אנטון פארן רבי'ן, אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און אנטלאפן, זיך איינשפארנדיג אין א צימער.
אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן, אז איינע פון די שוואגערס האבן היינט געברענגט פארן רבי'ן א נייער זילבערנער שטעקן.
איך ברענג דא א רעקארדירונג פון נעכטן אין באניע.
פונעם רעקארדירונג הערט זיך עס ווי א גרופע ליצים..
און אמת'ן אריין איז עס וואס?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1303 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
ערשטהאנטיגע באריכטן קומען אריין אז דער הייליגער ינוקא מבאניע שליט"א האט נעכטן באקומען א זילבערנע שטעקן און מיט א געוואלדיגן ערנסטקייט האט זיך אפגעשפילט דער ויקח משה את המטה און דער רבי איז דערביי נסמך געווארן כדין וכהלכה בסמיכה המסורה מדור דור (עי' ערך מנשה לוסטיג) דורך גיסו האי בדחנא דמלכא הרה"ג ר' ישעי' סאקס שליט"א, וכל הרואה אומר ברקאי, ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, לאורו נסע ונלך ומינה לא תזוע.
דער מעמד איז פארגעקומען בנוכחותו של האי גאון וקדוש הסבא קדישא מסקווירא שליט"א וואס קרן אור פניו האט מעיד געווען ווי דער רבי איז זיך מצטרף צום בית דין של מעלה ובית דין של מטה צו די הכרזת צדק והכתרת מרן שליט"א, דרי מעלה ודרי מטה יגבירו בקול הן לא אלמן ישראל עוד רד ישראל עם קל חי יפתח בדורו כשמואל בדורו ב"ה אשר לא השבית לנו גואל. ווי עס ווערט איבערגעגעבן האט זיך דער סבא קדישא שליט"א אויסגעדרוקט אויפ'ן וועג ארויס פאר די משמשים בקודש אז א זילבערנע שטעקן איז נישט גענוג און אז מ'האט ממנה געווען דעם שרף פון באניע אלס איש על העדה דארף מיטקומען רכבו ופרשיו המכונה שווארצע נייע קעדילעק עם טינטעד ווינדאוס בלע"ז, ווי דער רבי האט אויסגעפירט "וכן אני נוהג" ומי יבוא בסוד קדושים.
והנה פרח מטה אהרן וכל העם רואים את הקולות אומרים קדוש קדוש קדוש ומיום והלאה גם הינוקא בנביאים מיט א שטעקן און א זילבערנע ככל אדמור"י זמנינו ולא יהיה בית באניע כהונת כפונדקת און יעצט מיט'ן נייעם שטעקן וועט דער צדיק זיכער פועלן ישועות און מייחד זיין יחודים ומשפע זו ישפע לנו ישועות ורפואות וגוטע בארכעלעך עד עולם.
https://twitter.com/mforshem/status/138 ... 54698?s=20

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ככל הנראה ביסטו קיינמאל נישט געווען אין קערעסטיר אויף א שבת.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)