אז דו פארשטייסט יא א עסק, נו, טו דו עס אליינס, שוין!
פארוואס זאל איך עס אליינס טון? איך טוה דאך נישט דאס וואס משי זהב האט געטון ביז יעצט, דארף איך נישט טוהן דאס וואס ער האט געטון היינט ר"ל.
מ'איז דאך עהם נאר חושד, קען מען דיר אויך חושד זיין, אבער וואס איז כמעט זיכער, אז דו ביסט נאך א ניק פון דער טראללער 'מנשה'.
אינטערסאנט אז דו ביזט מיר חושד, מ'האט שוין חושד געווען כמעט יעדע אקטיווע ניק אין זיין מנשה און מיר האט מען נאך נישט חושד געווען ביז יעצט, און ביי דע וועי איך האב ערנסטע חשדות אויף דיר און איך בין לכאורה נישט דער איינציגסטער, אבער איך וויל נישט צולייגן צו די מצב זאג איך עס נישט.
אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
אלעס איז אמת ויציב, דאס איז זאכן וואס איז באקאנט פאר יעדן היימישן איד אין ירושלים שוין פאר יארן.
אז זיי האבן געוויסט פארוואס האט מען נישט געטוהן עפעס דערצו?
איך ווייס נישט צו די מיינסט די מעשה, אבער אין 10' איז געווען אן אויספארשונג קעגן אים פאר די זעלבע באשולדיגונגען, ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט ווייל די מיט וועם די מעשה איז אנגעבליך געשען האט נישט געוואלט פיילן קיין טשארדזשעס.
אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
אלעס איז אמת ויציב, דאס איז זאכן וואס איז באקאנט פאר יעדן היימישן איד אין ירושלים שוין פאר יארן.
אז זיי האבן געוויסט פארוואס האט מען נישט געטוהן עפעס דערצו?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען טוט נישט גארנישט צו אונזערע מאלעסטערס וואס דרייען זיך ביי אונז, און יעדער וויסט שוין יארן פון דעהם און מען לאזט קיינעם גארנישט טוהן צו דעם. דארטן איז אויך דא וואוילע רבנים מיט עסקנים וכ"ו וואס זארגן זיך פאר יעדעמס שידוכים, כבוד, געלט.
תרומה האט געשריבן:אז דו פארשטייסט יא א עסק, נו, טו דו עס אליינס, שוין!
פארוואס זאל איך עס אליינס טון? איך טוה דאך נישט דאס וואס משי זהב האט געטון ביז יעצט, דארף איך נישט טוהן דאס וואס ער האט געטון היינט ר"ל.
מ'איז דאך עהם נאר חושד, קען מען דיר אויך חושד זיין, אבער וואס איז כמעט זיכער, אז דו ביסט נאך א ניק פון דער טראללער 'מנשה'.
אינטערסאנט אז דו ביזט מיר חושד, מ'האט שוין חושד געווען כמעט יעדע אקטיווע ניק אין זיין מנשה און מיר האט מען נאך נישט חושד געווען ביז יעצט, און ביי דע וועי איך האב ערנסטע חשדות אויף דיר און איך בין לכאורה נישט דער איינציגסטער, אבער איך וויל נישט צולייגן צו די מצב זאג איך עס נישט.
שוין איך זעה אז יעדער גייט דא ליידן... לאמיר איין מאל פאר אלע מאל קלאר מאכן.. איך בין מנשה!! ביטע סטאפטס ארויפצוקלעבן יענעמ'ס שמוץ אויף מיין נאמען!
אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
יהודה משי זהב איז געווען פון די גרעסטע אנטי חרדים אין די מדינה, אויב הארץ האט געהאט א אנטי חרדים אגענדע וואלט ער געווען דער לעצטער טארגעט.
אין יעדע אגענדע ווי סאיז געקומען צו קאנפליקט צווישן חרדים און חילונים א שטייגער ווי גיוס בני הישיבות, ניתחי מתים, הפגנות, קאראנא רעאקציע, און נאך האט ער גענומען די חילונישע זייט ארויסרעדנדיג קעגן איעדן גדול בישראל ווי מהאט אים געגעבן א מייק, הארץ איז פיל מיט באשרייבונגען איבער די אויפטוען פון משי זהב סאיז שווער צו זאגן אז זיי האבן סתם געבאקן א מעשה, פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז סאיז די ארבעט פון די היימישע מאפיאס וועלכע קענען די עבודה און ווילן אים זען מיטן קאפ אראפ.
נעכטן האב איך געהערט פון א טשאלמער וואס איז געגאנגען נאך געלט אין בית מדרש אז די אלע שמועות ווייסט מען שוין יארן, איך לייג נישט צו דא קיין חידושים, אבער איך זאג עס איבער ווייל ס'איז מיר געווען אינטערסאנט צו הערן פערזענליך פון א טשאלמער.
אישתישבי האט געשריבן:ווייסט איינער זיך היסטאריע, ער פלעגט פירען די פראטעסטן קעגן די מדינה, און עס פלעגן הענגן בילדער אין ווילי און ב"פ ווי ער שלאגט זיך מיט די פאליציי. פארוואס האט ער געטוישט זייטען און געווארען א ציוניסט?
אישתישבי: ווייל ער האטציך אוןיסגעטשוכעט פון די אלע שטותים מיט וואס ר'איז איפגעוואקסן. און ער האט איינגעזעהן אז די אזוי גערופענע ציונים זענען נישט אזוי געפערליך. זיכער זענען פארהאן רשעים און בייזוויליגע ברואים. אבער די עוורידזש מענטשן זענען נארמאל. זיי שיסן נישט קיין חרדים אין די גאסן...!
זיינע אויפטוען ביים גרינדן און אנפיהרן מיט זק"א זענען זייער א סאך. דאס קענמען נישט אוועקנעמען פון איהם...!
איך פערזענליך דארף דאנקען און לויבן דעם באשעפער אז איך בין נישט אריינגעפאללן צו די בארעלעך און אנדערע קולטן למיניהם. ווייל אנישט וואלט איך היינט אויכעט געווען פון די הויפט פארפיהרערס, וואס דער איד און דער בלאט רופן זיי אן ...."עסקנים"... און איך וואלט אנגעצינדן גארבידזש קאנטעינערס, צובראכן טרעפיק לייטס (מיט שטעינער) און געשפיגן אויף שיקסעס וואס גייען אדורך די גאס. די פרטים 'עמער לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!