קודם לאמיר א קוק טון אויף די דעטאלן פון דעם געזעץ.
צווישן די היימישע ציבור זענען דא אסאך "פיער מאנגערערס", מענטשן וועלכע האבן ליב אנציווארפן שרעק אויף אנדערע צוליב זייערע פאליטישע חשבונות אדער אנדערע חשבונות, א ביישפיל איז דאס וואס איינער האט געשריבן אז מען וועט קענען נוצן דעם צעטל אלס באווייז אין קארט אז די עלטערן זענען טשיילד עביוזערס, בכלל נישט נעמענדיג און באטראכט אז די צעטל גייט נישט די שטאט האלטן נאר דער מוהל, און אזוי אויך אז די פראצעדור ווערט קלאר ווייטער ערלויבט און ס'דערפאר בכלל נישט מעגליך אנצוקלאגן אויף עפעס וואס מ'מעג טון, נאך א ביישפיל פון א פיער מאנגערער איז הרב העלער מיט זיין אינטערוויו אויף קול מבשר.
די פשוט'ע אמת איז אבער אזוי ווי כ'האב שוין אנגעמערקט דא אז די לעטטער אף קאנסענט איז א קאפ-וויי פאר די מוהלים און נישט פאר די עלטערן. עלטערן ווערן ווייטער ערלויבט צו נעמען וועלכע מוהל זיי ווילן אפילו אויב דער מוהל מאכט מציצה בפה. עס איז נאר דעם מוהל'ס קאפ-וויי צו זאגן די עלטערן איבער די ריזיקעס און מאכן די עלטערן אונטערשרייבן. אויב זאגט נישט דער מוהל איבער די ריזיקעס און גיבט נישט די צעטל האט ער געבראכן דעם געזעץ און נישט די עלטערן. אזוי אויך, אויב דער מוהל גיבט דעם צעטל און די עלטערן ווילן נישט אונטערשרייבן, דאן טאר לעגאל דער מוהל נישט מאכן מציצה בפה, היות ער האט נישט באקומען הסכמת ההורים. אויב וועט ער יא מאכן מציצה בפה האט ווידער דער מוהל געבראכן דעם געזעץ און נישט די עלטערן.
וואס איז די שטראף פאר די מוהלים וואס פארלעצן די געזעץ? לויט דר. דזשעי ווארמא, אזוי ווי עס איז באריכטעט געווארן אין די ניו יארק טיימס, איז נישט דא קיין מענדעטארי שטראף, נאר די שטראף וועט זיין אדער א ווארענונגס בריוו, אדער א געלט קנס. אזוי אויך זאגט דר. ווארמא וועט מען נישט דורכפירן אבלאוועס אויף בתי מדרשים כדי צו זען אויב מ'האלט איין די געזעץ, נאר אויב וועט קומען א הוירפיס קרענק אין שפיטאל און מ'וועט בעטן דעם לעטער אף קאנסענט פונעם מוהל און ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז דער מוהל האט נישט געגעבן קיין צעטל אונטערצושרייבן, וועט מען אים אנקלאגן און שטראפן מיט א ווארענונגס בריוו אדער געלט קנס. פערזענליך פארשטיי איך נישט וויאזוי זיי וועלן אזא זאך קענען אינפארסירן, אין צייט וואס: די עלטערן קענען זאגן אז זיי האבן געמאכט מציצה בכלי, דער מוהל קען זאגן אז ער האט יא געגעבן א צעטל אונטערצושרייבן און מ'האט פשוט פארלוירן דעם צעטל (פארשטייט זיך אז די עלטערן וועלן קאלעבארירן), דער מוהל קען שנעל אפירברענגן א צעטל אויף וואס די עלטערן וועלן דעמאלטס אונטערשרייבן, א.א.וו. אופנים וויאזוי די שטאט קען טאפן א וואנט מיט דעם געזעץ.
יעצט צום לעגאלן קאמף. וואו באקאנט און וואו געמאלדן אין די נייעס אגענטורן, גרייטן זיך די התאחדות הרבנים און אגודת ישראל ד'אמעריקא אריינצוגעבן א לאו-סוט אנטקעגן די סיטי איבער דעם געזעץ. די קאמף פארשפרעכט צו זיין העכסט אינטערעסאנט צוליב די הייסע טאפיק פון "פרייהייט פון רעליגיע" און "פרייהייט פון רעדע", און עס האט די פאטענציאל אנצוקומען צום סופרים קארט פון די פאראייניגטע שטאטן.
וואס גייט זיין די לאו-סוט? כשאני לעצמי האב איך נישט פארשטאנען וועלכע פרייהייט די שטאט פארלעצט דא. די שטאט האט דאך נישט גע'אסר'ט מציצה בפה, זיי פארלאנגן דאך נאר א לעטער אף קאנסענט, וואס איז שייך צו טענה'ן אז דאס פארלעצט פרידאם אף רילידזשען? לאמיר ציטירן די ווערטער פון לכתחילה אריבער אין אייוועלט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז די קעיס:
די געזעץ וואס די רעגירונג האט היינט איינגעפירט טוט ווייעלעטן צוויי פאנדמענטאלע פרייהייטן וואס יעדער אמעריקאנער האט. איינס "פרידעם אוו רילידזשען" און די צווייטע "פרידעם אוו ספיטש".
ביידע פרידעמ'ס גייען צוויי וועגן.
ביי "רעליגיע": 1) די רעגירונג קען נישט צווינגען א מענטש צו פאלגען א געוויסע רעליגיע, אדער רעליגיע בכלל, 2) זי קען נישט אפהאלטען א מענטש פון פאלגען די רעליגיע וואס אים שמעקט.
ביי "ספיטש" איז די זעלבע, 1) זי קען נישט פארשטאפן די מיילער פון די בירגער, אפהאלטען פון זאגן זייערע מיינונגען, 2) זי קען נישט צווינגען פאר די בירגער צו זאגן זאכען וואס שמעקט זיי נישט.
דאס הייסט ביי ביידע איז דא א "לימיט" אויף די רעגירונג, בקום ועשה, און בשב ואל תעשה.
דא מיט די געזעץ איז זי עובר ביי ביידע "פרייהייטען" איין חלק פון די פרייהייט.
ביי רעליגיע, וויל זי מיר אפהאלטען פון מקיים זיין, וואס מיינע רבנים זאגן אז דאס זענען מיינט רעליגעזע פארפליכטונגען, איי יעדער בר בי חד יומא פארשטייט, אז א מוסלעמענער קען נישט זאגן אז "מיין רעליגיע הייסט הארגענען מענטשען", ווייל די "פרייהייט פון רעליגיע" גייט נאר אזוי ווייט, און אויב איז עס א סכנה פאר אנדערע, קען מען עס נישט צולאזען.
איז שלשה תשובת בדבר:
1) המוציא מחברו עליו הראיה, אז דו ווילסט אז איך זאל גיין קעגן מיין רעליגיע, ווייל עס איז א סכנה פאר אנדערע, נא ווייז אויף אז עס איז טאקע א סכנה! און דא איז לויט ווי די רבנים, לויער'ס און דאקטוירים זאגן, איז בכלל נישט דא קיין קראנטע זאכן אנצווייזען אז עס איז א סכנה.
2) עס מוז זיין א "זאכליכע" סכנה אין די זאך, למשל אין קירכע געט מען צו טרינקען פאר אלע משתתפים פון די זעלבע בעכער פונעם גלח, עס איז א חלק פון די צערעמאניע, און יעדער פארשטייט, אז עס איז א געוויסע סכנה אז איינער זאל איבערגעבן פארן צווייטען דזשורמס, באקטעריע וכדו' (אין פאקט איז עס סאך מער סכנה פון מציצה, ווייל עס איז בכלל נישט סטערעל), אבער די שטאט וועט נישט גיין אסר'ן אזא זאך, ווייל די סכנה איז זייער מינעמאל. פונקט ווי זי וועט נישט אסר'ן דרייווען, און פארן מיט א בייק. נא ביי מציצה, אפי' לויט ווי זיי זאגן, איז די סכנה א "זייער מינעמאלע", און אז עס איז "מינעמאלע סכנה" קעגן "רעליגיע", איז רעליגיע שטערקער.
3) אפי' לאמיר זאגען אז עס איז יא א שטארקע סכבה, אדער אז די רעגירונג קען אריינרעדן אפי' ביי א קלענערע סכנה, דאס איז אלס אויב די פעולה וואס די רעגירונג טוט, אדער פארלאגט, וועט העלפן פארמיידען די סכנה, איז דא ביי מציצה, מיט דעם וואס מען וועט אינטער שרייבן א צעטל, טוסטו בכלל נישט העלפן קעגן די סכנה! סך הכל האפסטו אז מענטשען וועלן זיך דעשרעקען, אבער דיינע פעולת טיען נישט פארמאדען דעם עצם פראבלעם, און אז מיינע רבנים זאגן אז איך טאר לויט מיין רעליגיע נישט אינטערשרייבן, איז דיין פארלאנג, זיכער נישט שטערקער פון רעליגיע.
(און אגב, דאס איז פארוואס אונזערע עסקנים האבן אזוי שטארק פארלאנגט - קעגן די ווילן פון די אגודה - אז די רבנים זאלן שרייבן אז מען טאר נישט פאלגען די שטאט אין אזא פאל, צו שטערקער מאכן אונזערע שאנסען אין געריכט)
דאס איז בנוגע "פרידעם אוו רילידזשען", איז זי עובר אויפן אויבנדערמאנטען חלק נומער צוויי פונעם פרייהייט.
בנוגע "פרידעם אוו ספיטש", איז אזוי:
די רעגירונג קען געזינטערהייט האלטן אז עס איז א סכנה, און זי קען געזינטערהייט ארום גיין מאכן גרויסע פראפעגאנדע, לייגען גרויסע שילדן און פלאקאטען צו פראקלאמירן זייער מיינונג אז "דבר פלוני איז א סכנה, שטייט ווייט דערפון", אבער זי האט נישט קיין רעכט צו "ניצן" אנדערע וואס זענען נישט מסכים, אויף איר "פראפעגאנדע".
דהיינו? יעצט נישט לאנג, האט די רעגירונג פארלוירן אויף א געזעץ וואס האט געצווינגען פאר "ציגארעטן קאמפאניס" צו לייגן שרעקעדיגע בילדער אויף די פושקעס צוגערעטן, די געריכט האט געזאגט אז די רעגירונג "האט נישט קיין רעכט צו ניצן א צווייטען - אין דעם פאל די קאמפאני - פאר זייער קאמפיין, דאס איז קעגן די "פרידעם אוו ספיטש" וואס זאגט אז דו קענסט נישט צווינגען די בירגער צו זאגן עפעס וואס זיי שמעקט נישט.
און ביי אונז - ביי מציצה - איז עס נאך ערגער פאר צוויי סיבות, איינס ווייל עס איז פרייוואטע מענטשען - מוהלים - וואס האבן מער רעכטען ווי פאבליק קאמפאניס, און צווייטענ'ס ווייל רייכענען איז הכל מודים אז עס שאדט, משא"כ דא שריי איך חי וקים אז עס איז בכלל נישט קיין סכנה!!
קומט אויס אז אויף "פרידעם אוו ספיטש", איז זי אויך עובר אויפן אויבנדערמאנטען חלק נומער צוויי פונעם פרייהייט.
לכתחילה טענה'ט אז עס פארלעצט די פרייהייט פון רעליגע ווייל עס האלט צוריק פון איינהאלטן רעליעגעזע פארפליכטונגען. דאס איז אבער נישט אמת, ווייל די רעגירונג ערלויבט ווייטער צו איינהאלטן דיינע רעליעגעזע פארפליכטונגען (נעמליך, מציצה בפה), זיי פארלאנגן נאר פונעם מוהל א לעטער אף קאנסענט. און דערפאר זענען לכתחילה'ס דריי "תשובות בדבר" נישט גילטיג. ווייל היות די לעטער אף קאנסענט פארלעצט נישט קיינעם'ס רעליעגעזע פרייהייט, דארף די רעגירונג נישט אויפווייזן אז עס איז סכנה, עס איז גענוג אז די העלט דעפארטמענט האלט אזוי באזירט אויף שטודיעס. די זעלבע זאך איז מיט די טענה איבער "זאכליכע סכנה", דאס איז נאר ווען די רעגירונג וויל דאס פארבאטן אבער היות זיי ווילן נאר א בריוו איז דאס לכאורה נישט גילטיג, ווי געשריבן. און די דריטע טענה פארשטיי איך בכלל נישט, עס איז דאך פונקט פארקערט פון וואס לכתחילה שרייבט! לעולם וואלט ווען די רעגירונג געוואלט גענצליך פארבאטן מציצה בפה צוליב די סכנה. די רעגירונג טוט עס אבער נישט, טאקע וויבאלד זיי ווילן נישט פארלעצן די פרייהייט פון רעליגיע און דערפאר זענען זיי געצווינגן צו נעמען די שוואכסטע שריט וואס איז מעגליך אנטקעגן מציצה בפה! איך זע נישט וויאזוי מ'קען דאס פארוואנדלן אין א טענה אנטקעגן די סיטי.
דאס איז אלעס אויב די שמועס איז איבער אונטערשרייבן דעם לעטער אף קאנסענט, עפעס וואס פארלעצט לכאורה נישט רעליעגעזע פרייהייט. לכתחילה אבער האט אזוי כמשיח לפי תומו דערמאנט אין זיין דריטע פונקט אז די עצם אונטערשרייבן איז אנטקעגן די רעליגיע. איך זע נישט וויאזוי מ'וועט קענען אויפווייזן אזא זאך אין געריכט, נאכדערצו ווען די רעגירונג פארלאנגט נישט די אונטערשרייבן גופא, די רעגירונג פארלאנג פון די מוהלים צו ווייזן א בריוו וואס די עלטערן האבן די אפציע יא אדער נישט עס אונטערצושרייבן. מ'קען טאקע טענה'ן אז די רעגירונג'ס פארלאנג פאר קאנסענט פארמס פארלעצט בעקיפין די עלטערן'ס פרייהייט פון רעליגיע וויבאלד די עלטערן וואס ווילן צוליב זייער רעליגיע מקיים זיין מציצה בפה וועלן נישט קענען זייענדיג געבינדן דורך זייער רעליגיע נישט אונטערצושרייבן דעם קאנסענט פארם.
אבער ווי געזאגט, איך זע נישט וויאזוי מ'קען אויפווייזן אין געריכט אז אונטערשרייבן אויף א צעטל וואס לויט די העלט דיפארטמענט שטייט דארט פשוט'ע פאקטן, איז אנטקעגן די רעליגיע. לאמיר אבער אננעמען אז יא, און מ'וועט אויפווייזן דעם פרט אז אונטערשרייבן איז אנטקעגן די רעליגיע, קען מען זיך אבער נאך אלץ דינגן אויף לכתחילה'ס צוויי פונקטן. נומער א' איז אז די שטאט האט עס נישט אויפגעוויזן ווי די דאקטוירים און לויערס טענה'ן. די פראבלעם איז נאר אז די ברייטע מאיאריטעט פון אינפענקשאס דיזיזעס מומחים שטיצן דעם געזעץ, און אפילו אזעלכע ווי דר. קענעט גלאסבערג וואס זאגן אז זיי זענען נישט קאנווינסד אז עס איז דא א ערנסטע ריזיקע דערביי, זאגן אבער אויך אז מעדעציניש איז עס נישט אויסגעהאלטן. דער איינציגסטער וואס האלט אז עס איז מעדעציניש אויסגעהאלטן איז דר. דניאל בערמאן וועלכער האט געשריבן אן ארטיקל איבער די לעכער פונעם פידיאטריקס שטודיע און טענה'ט אז עס איז אוממעגליך אז מציצה בפה זאל גורם זיין הוירפיס. אבער דר. בערמאן האט נישט פובליצירט זיין ארטיקל אין א פיר-ריוויוד דזשורנאל, א פאקט וואס וועט לכאורה זיכער הייבן ברעמען של ספק אין קארט, און העיקר: דר. בערמאן האט א נגיעה, ער איז אן ארטאדאקסישער איד. דאס וועט די סיטי בלי ספק טענה'ן אז קיין איין נישט ארטאדאקסישער דאקטער וועט זאגן אז מ'קען מעדעציניש ערלויבן מציצה בפה!
לכתחילה'ס צווייטע טענה וועגן זאכליכע סכנה איז נישט אמת פשוט ווייל לויט די סיטי איז די ריזיקע איינס פון 4000 צו ווערן אנגעשטעקט, און ביי איבער האלב פון די פעלער וואס די שטודיע ברענגט איז עס געווען אדער פאטאל אדער ערנסטע מוח-דעמעדזש, לכאורה א גענוג "זאכליכע" סכנה. די טענה אז אנדערע סכנות וואס זענען פונקט אזוי זאכליך איז לעכערליך. די אלע זאכן זענען עפעס וואס מענטשן טוען פאר זיך, נישט פאר זייערע קינדער. נעמען א ריזיקע פאר א צווייטן איז פיל שטרענגער, כמובן. אגב, די ספעציפישע דוגמא וואס לכתחילה ברענגט איז סתם שקר, עיין בדבריו הקילורין של יאנקל.
בונגע פרידאם אף ספיטש איז יא דא אן ערנסטע טענה. די סיטי קען אבער ענטפערן ווי ירוחם אין אייוועלט שרייבט דא אז זיי פארלאנגן נישט פון די מוהלים צו זאגן אז עס איז א סכנה, נאר אז די העלט דיפארטמענט האלט אז עס איז א סכנה וואס דאס איז דאך עפעס וואס איז אמת. און אויף ווי ווייט די סיטי וועט - ווי אויבן דערמאנט - קענען אויפווייזן אין געריכט אז די ברייטע קאנצענזוס האלט אז עס איז א ריזיקע אדער לכה"פ איז עס נישט מעדעציניש אויסגעהאלטן, קען די רעגירונג יא צווינגן די מוהלים עס צו זאגן, טאקע פונקט ווי זיי האבן געצווינגן די ציגארעטל פירמעס ארויפצולייגן די ווארענונגען אויף די פישקעס טראץ די אלע קאנטער-שטודיעס וואס די טאבעקא פירמעס האבן פרובירט צו ברענגן. לגבי די בילדער איז דאך שוין א צווייטע מעשה, ווייל בילדער איז נישט קיין לאגישער ווארענונג, עס איז בלויז אן עמציאנאלער אנשרעקעניש, וואס דאס זענען דאך די קאמפעניס נישט מחוייב צו טון. משא"כ דער קאנסענט פארם האט לכאורה די זעלבע דין ווי די געשריבענע ווארענונג אויף די ציגארעטלעך פישקעס.
איך פארשטיי אז מ'קען זיך אויף אלעס טענה'ן ארויף און אראפ, מ'קען אבער נישט פארגעסן אז נישט מיר דארפן זיין קאנווינסד און די טענות קעגן די סיטי, נאר דער דזשאדש וועט דארפן ווערן קאנווינסד. און לדעתי איז דא א היבש-שוואכע קעיס פון א דזשאדזש'ס שטאנדפונקט, עכ"פ אין די חלק פון פרידאם אף רעליגיע.