הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
כניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

שליחה דורך כניאק »

פארוואס איז ער געווארן די רבי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'קען דא פליז אויפהערן רופן יעדע צוויטע ניק מנשה. א נייע משוגעת, אין יעדע אשכול זעהט מען אגאנצן טאג, יא מנשה נישט מנשה. הערטס שוין אויף פליז. מ'קען קראנק ווערן
:( :( :roll:
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

עמקות המחשבה האט געשריבן:מ'קען דא פליז אויפהערן רופן יעדע צוויטע ניק מנשה. א נייע משוגעת, אין יעדע אשכול זעהט מען אגאנצן טאג, יא מנשה נישט מנשה. הערטס שוין אויף פליז. מ'קען קראנק ווערן
:( :( :roll:

אויב מנשה וועט אויפהערן משוגע מאכן יעדן טאג מיט א צווייטע ניק וועט זיך די רעאקציע וואונדערליך אויטאמאטיש אפשטעלן, ויהיה לפלא.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

כשם שמצווה לומר הנשמע כך מצווה שלא לומר דבר שאינו נשמע.

דער זאך איז תלוי בידי המנהלים.
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

וואס איז שלעכט מיט זיין טאטנ'ס שטעקן וואס דארף ער א נייע?
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

זקני החסידים מוטשענען דעם באניער ינוקא אנצונעמען די רבי'סטעווע, דער רבי וויל דאס נאכנישט אננעמען פולשטענדיג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא! אבער בלויז בעטן מיט שיינעם, חלילה נישט צווינגן...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:זקני החסידים מוטשענען דעם באניער ינוקא אנצונעמען די רבי'סטעווע, דער רבי וויל דאס נאכנישט אננעמען פולשטענדיג.

חילא פאזן פון די זקני חסידים ס'סאנדט ווי עים
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איך האב נאך, אבער ס'איז צי שווער ארויפצולייגן. ווער ס'קען מיר העלפן דערמיט...
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

פון אייוועלט:
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f ... 9#p2729349

א הערליכער שבת איז אריבער אין באניע. במשך פון ערב שבת האבן כסדר געווירבלט אידן צום בית-המדרש און הויף, געסט זענען געקומען מחוץ לעיר, ביניהם די משפחה און ידידים. פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי אריינגעקומען מיטן טלית, זיך זעצנדיג על מקום אביו זצוק"ל צום ערשטן מאל, און צוגעגאנגען צו מנחה ערב שבת. נאכן דאווענען האט דער רבי אנגעהויבן מיטן באקאנטן נאדבורנער שלום-עליכם, און דער ציבור איז אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת, לברך ולהתברך. במשך א לענגערע צייט זענען מענטשן אריבערגעגאנגען, ווי אויך זענען אריבערגעקומען אידן פון אנדערע בתי מדרשים, זיך וואונטשן גוט שבת.

פרייטאג צו נאכטס ביים טיש, האט זיך פארזאמלט א געפאקטער עולם חסידים ואנשי מעשה. עס לאזט זיך זאגן אז באניע האט נאך אזא ציבור אידן נישט געזען קיינמאל. הונדערטע אידן זענען געווען פארזאמלט ביים טיש, דאס בית-המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום, בחורים און יונגעלייט זענען געשטאנען אין די הויכן, און דאס היץ איז געווען אומדערטעגליך. נישט האבנדיג פלאץ, זענען פיל אידן געשטאנען אינדרויסן און זיך געשטיפט ביי די פענסטער. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו כל-מקדש, פארזינגענדיג די זמירות אויפן נאדבורנער שטייגער. צווישן די רבנים ואנשי מעשה, האט זיך ארויסגעשטיגן דער שווער פון רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ווי אויך אנדערע חשוב'ע רבנים פון ווילעדניק, נאפקער ועוד הרבה. ביים שטעלן וויין האט געשיקט א גרויסן פלאש וויין הרב ר' בעריש ארנסטער, מיט א גרויסן אויסשריפט "בית צדיקים יעמוד". דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קדשו. אויך האט אויפגעטרעטן דער שווער פונעם רבי'ן, וועלכער האט ארויסגעברענגט די געפילן פון די דאזיגע מאמענטן, און שטארק משבח געווען חתנו כבנו, אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, און חסידי באניע האבן זיך מיט וואס צו שטאלצירן, איבער דער איש על העדה וואס איז אצינד אויפגענומען געווארן אלס רבם ומאורם.

במשך די גאנצע צייט איז געזינגען געווארן ניגונים מיט זמירות. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען צמאה נפשי מיט אודה. ביים טיילן קוגל איז געווען א באזונדערע עבודה, כדרך בית צדיקי נאדבורנא, די קוגל זענען געשניטן געווארן דורך דעם רבי'ן און שפעטער דורך די געטרייע משמשים בקודש, און דער רבי האט געטיילט קוגל. א באזונדערע מאמענט איז געווען, ווען דער רבי שליט"א האט ארויפגעשיקט קוגל פאר די בחורים וועלכע נויטיגן זיך אין שידוכים, גייענדיג דערמיט בדרכי אבות, אין די וועגן פון זיין געהויבענעם פאטער, וועלכער פלעגט אינזינען האבן און אנוואונטשן בחורים וועלכע האבן זיך גענויטיגט אין א ישועה.

דער טיש האט זיך געענדיגט אין א שפעטע שעה, מיט א ריקוד אויפן זמר רננו צדיקים.

אויך שבת בייטאג איז געווען א געפאקטער בית-המדרש ביים דאווענען. שפעטער צו קידוש איז אויך צוגעקומען אן עולם פון אנדערע בתי מדרשים. פרקי אבות שבת נאכמיטאג האט פארגעלערנט דעם רבי'נס שווער. צו שלש-סעודות, האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט דער ברייטער ציבור אידן וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן. ספירה ציילן איז געווען א באזונדערע מעמד, אויפן נאדבורנער נוסח. און דערנאך איז דער ציבור אריבערגעגאנגען לברך ולהתברך, בשעת דער רבי שליט"א איז מרעיף מברכת קדשו אויפן גאנצן עולם.

דער ציבור האט דאן אויסגעבראכן אין א געזאנג, באגלייטנדיג דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש, בשעת דער רבי איז משפיע ברכת קדשו לרבים, און א הילכיגער אמן קלינגט אפ אינעם גאנצן חלל בית-המדרש.

זקני חסידי באניע ווייסן צו דערציילן, אז דער שבת איז געווען א היסטארישער שבת, וויבאלד אין די היסטאריע פון באניע איז נאכנישט געווען אזא התעוררות'דיגער שבת, מיט אזא ריזן ציבור אידן, נישט ביים פאטער דער אמרי מנשה, נישט ביים זיידן הרה"ק ר' מרדכי'לע. אין באניער הויף איז נאך אזא שבת קיינמאל נישט געווען. דאס איז דעריבער א גאר היסטארישער שבת, אין דער חסידות.

דער שבת וועט לאנג פארבלייבן איינגעקריצט צווישן די אנוועזנדע, און מען וועט נאך לאנג רעדן דערפון.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס’הייבט זיך אן מיט א זשאוק, און מ’ווייסט נישט וויאזוי ס’גייט זיך ענדיגן.... מענטשן וועלן זיך שווערן אין די מופתים פונעם באניע צדיק זאל זיין געזונט.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פין די ווידיאס זעהט אויס ווי דער ינוקא פארשטייט א עסק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינגערמאנטשיקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך שיח ושיג »

איך קען דעם נייעם באניע רבי נאך פון אלס בחור. די אלע מענטשן טרייבן ליצנות אויף זיין חשבון. ער האט זייער ליב רביסטעווע ענינים, און די אלע מענטשן פארשטייען אז ער פילט זיך גוט אז מ'רעדט אים איין אז ער איז א רבי. אבער די שאלה איז וואו גייט זיך דאס ענדיגן. דער עולם גייט נישט האבן געדילד אנצוגיין מיט די ליצנות אויף אייביג. די ברענגסט אים ארויף הויך אין זיינע דמיניות אז ער איז א רבי, און נאכדעם וועט ער בלייבן אליינס א חוזק.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שיח ושיג האט געשריבן:איך קען דעם נייעם באניע רבי נאך פון אלס בחור. די אלע מענטשן טרייבן ליצנות אויף זיין חשבון. ער האט זייער ליב רביסטעווע ענינים, און די אלע מענטשן פארשטייען אז ער פילט זיך גוט אז מ'רעדט אים איין אז ער איז א רבי. אבער די שאלה איז וואו גייט זיך דאס ענדיגן. דער עולם גייט נישט האבן געדילד אנצוגיין מיט די ליצנות אויף אייביג. די ברענגסט אים ארויף הויך אין זיינע דמיניות אז ער איז א רבי, און נאכדעם וועט ער בלייבן אליינס א חוזק.

איך גלייב ער ווייסט אליינס אז ס'איז נאר א וויץ די גאנצע זאך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ער דארף נאר ניין מענטשן ביז די קינדער וואקסן אויף.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

איך האב גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך, אז ער איז זייער אנגעווייטאגט אויף די אלוועלטליכע ליצנות וואס גייט פאר אויף זיין חשבון, ווי למשל די נייע גלעזער געקויפעכטס.
מ'קען קלאר זען אויף די קליפס ווי אומבאקוועם ער איז
ער פלאנט בכלל נישט צו אנהייבן פירן מער רביסטיווע ווי וואס ער האט געטון ביז יעצט, און ס'קומט אים בכלל נישט אזא עונש צו ווערן ללעג ולקלס איבער די גארער וועלט.
ער פארשטייט שוין איינמאל וואס גייט פאר..
והי' כי יצעק אלי....
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געזעהן אויף די איזרעילי טוויטער אקאונטס ווי מ’איז ביזי מיט די נייע באניע חסידות, ס’קוקט אויס ווי זיי כאפן נישט די זשאוק, אדער אפשר שפילן זיי מיט.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

מיליאנער האט געשריבן:איך האב גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך, אז ער איז זייער אנגעווייטאגט אויף די אלוועלטליכע ליצנות וואס גייט פאר אויף זיין חשבון, ווי למשל די נייע גלעזער געקויפעכטס.
מ'קען קלאר זען אויף די קליפס ווי אומבאקוועם ער איז
ער פלאנט בכלל נישט צו אנהייבן פירן מער רביסטיווע ווי וואס ער האט געטון ביז יעצט, און ס'קומט אים בכלל נישט אזא עונש צו ווערן ללעג ולקלס איבער די גארער וועלט.
ער פארשטייט שוין איינמאל וואס גייט פאר..
והי' כי יצעק אלי....


איך האב אויך גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך אז זייט ער איז געבוירן האט ער נאכנישט געהאט קיין גוטע וואך אין זיין לעבן ווי די וואך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויף די קליפ וואס פארט ארום ווי ער גייט ארויס פון שול מיט׳ן טלית אין די הענט זעהט אויס ווי ער גייט אט אט אויספלאצן אין א געוויין, קען זיין אז ער האט הנאה געהאט פארדעם און נאכדעם אבער אין יענע מינוט האט ער זיכער נישט הנאה געהאט, ס׳איז א גרויסע רחמנות אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סיסטעם וואו מ׳האט איהם נישט אויסגעלערנט צו שטיין אויף זיינע רעכטן. (שוין ווייטער מיט׳ן סיסטעם...)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אזוי ווי איר זעט פון מיינע תגובות, בין איך עטוואס מער באקאנט פון אינדערווייניג וואס גייט דארט פאר. איך קען זאגן בפה מלא, אז דער נייער רבי האלט ביי גארנישט. און איך וויל באטאנען, אז ער וואלט געקענט ווערן א גרויסע זאך, ער האט עס אין די בלוט פאר ווער עס קען אים. יא, קען זיין אז ס'וואלט פון אנהויב געווען א דזשאוק, אבער ס'וואלט געווארן ערנסט, בלי ספק. יעדער וואס קען אים ווייסט דאס. אבער ער האלט נישט דערביי. מען זאגט אז ס'קומט פון זיין רביצין, זי וויל דאס נישט, און איך האב געהערט פון א פרוי וואס איז געווען ביי ניחום אבלים, און זיין רביצין האט זיך באקלאגט, אז מען זאל אים אפלאזן, ער דארף נישט ווערן קיין רבי און ס'איז פונקט גוט אזוי ווי ביז יעצט.

איך קען אייך דערציילן אפאר זאכן פון אינערווייניג.
יעדער ווייסט אז זיין טאטע פלעגט פראווען א ל"ג בעומר הדלקה. מען האט אים יעצט אויך געוואלט צושטעלן א הדלקה, און גאנץ זיכער אז ס'וואלט געווען דארט א שיינער עולם, ושבת יוכיח, בפרט ווען ס'איז אינדערוואכן בשעת דער עולם לויפט ארום, און יעצט איז מען הייס צו אים... ער האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון. אגב, דעם שטעקן האט ער באהאלטן און קיינער ווייסט נישט וואו ס'איז. און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיין טאטע איז געגאנגען א שטעקן.

איך ווייס אויך פון א ערנסטע גרויסע ישיבה, מיט אפאר הונדערט בחורים, וואס האבן אים געוואלט רופן אויף א שבת, וויבאלד די וואך דאנערשטאג איז די יארצייט פון ר' הערשעלע קרעטשניפער, ביי וועמען די רבי איז שטארק מקושר. די ישיבה האט אים צוגעזאגט צוויי טויזנט דאלער (ס'איז דא דארט אסאך בחורים וועלכע זענען מקושר מיט קרעטשניף), אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין. מ'האט אים געבעטן אז ער זאל פירן א טיש אין טאג פון יארצייט, דאנערשטאג, א טיש פון א שעה צייט, מ'האט אים צוגעזאגט דערויף אכט-הונדערט דאלער, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון. און דאס איז נאך וואס דער רבי איז ידוע, פאר א שונא בצע אויף צוריקוועגס, וד"ל... ער האט בשום אופן נישט געוואלט גיין, און מ'פראבירט נאך יעצט צו פועל'ן ביי אים, ער וויל דערפון נישט הערן.

לאמיר רעדן קלאר:
דער עולם מיינט אז מ'מאכט סתם ליצנות. ס'איז נישט אזוי! - די מתפללי בית-המדרש, משפחה, ידידים און מעריצים, האבן אן אינטערעסע אז די זאך זאל ווייטער אנגיין. מען זעט דא א כלי וואס מען קען דערפון עפעס בויען. פאר ווער עס קען דעם רבי'ן, איז דאס נישט קיין סוד אז ס'קען עפעס דערפון ווערן. זעהענדיג אז ער קווענקלט, טוט מען וואס מען קען נאר אים גרויס צו מאכן, אים זעלבסט אריינגעבן די קאנפעדענט אז ער קען, און ער קען טאקע. ער פארשטייט נאך אזוי גוט ווי אסאך היינטיגע רבי'ס מיט חסידים, און ער איז נאך אזוי ערליך און ערנסט ווי אסאך היינטיגע רבי'ס, מען וויל דאס אויפבויען, לתועלת בית-המדרש און להמשכת תפארת המשפחה. אלע זיינע ארומיגע זענען אינטערעסירט דערין. מאכט מען דעריבער א טראסק, והראיה, דער שבת קומט נישט צופיס. דאס האט געקאסט געלט, צעטליך מיט אלעס, מענטשן האבן באצאלט דערפאר. דאס בית-המדרש האט מען רענאווירט, דאס האט אריינגעצויגן אין די טויזנטער... מענטשן צאלן נישט אזויפיל געלט פאר א גלאטע דזשוק, מען וויל עפעס דערפון, און מען האפט אז ס'וועט עפעס ווערן. וואס קלערט איר? - ער איז שוואכער פון ווערעצקי מיטן פשטו? - אפילו נישט שוואכער פון דער רבי ר' מיכל'ע פון נתניה, און זיכער נישט פון זיינע קינדער... ער האט אן עתיד מיט א כח, די פראפעגאנדע ווערט געטון פאר א סיבה מיט א צוועק.

אבער וואס זאלן מיר טון? - דער רבי האלט ערנסט נישט ביי דערביי, אפילו פאר געלט אויך נישט.

אין דעם געלעגנהייט וועלן מיר טאקע בעטן, ווער עס קען האבן א השפעה, ווער עס קען עפעס טון אין דעם הינזיכט, זאל פראבירן צו משפיע זיין אויפן רבי'ן אז ער זאל אננעמען די שבט ההנהגה מיטן גאנצן שטארקקייט. יעדער האט געהערט די ברכה פון דער סקולענער רבי, וועלכער האט אים צוגעזאגט אז זיינע ברכות וועלן מקוים ווערן (אגב, פארוואס מיינט איר האט אים סקולענע רבי אזוי מחזק געווען? - איר טראכט טאקע אז ס'איז נישט געווען קיין הכנה פון פריער? - מ'האט נישט דערציילט דעם סקולענע רבי, אז ער וויל נישט הערן פון קיין הנהגה? - עפעס איז דא געווען פריער...) יעדער איז אינטערעסירט אין זיין הצלחה, אנגעהויבן פון זיין אייגענע משפחה פון ביידע זייטן, די מתפללי בית-המדרש, און זיכער זיינע ידידים פון אלע מאל.

ווער עס קען זאל משפיע זיין אויף אים און אים נישט אפשוואכן.

און דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן, אז ס'זאל ארויסקומען גוטס דערפון, ער זאל טאקע קענען מצליח זיין, פירן דאס בית-המדרש, מחזק זיין אידן, אויפהייבן אידן ברוחניות און בגשמיות, וואונטשן ברכות און נאכגיין די וועגן פון זיינע עלטערן און זיידעס, און בזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימנו אמן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: הינוקא כ"ק מרן אדמו"ר מבאניע שליט"א

שליחה דורך פאליטיקאנט »

וזאת למודעי, איך בין אויך מקושר צו קרעטשניף.
געב אהער די צוויי אלפים....
פארשפארט