איך ווייס נישט צו עס עקזעסטירט שוין אזא אשכול אבער איך האב כל מיני פראגעס אויף תנ''ך דקדוק און איך קען באשטיין מען זאל מיר ארויסהעלפן..
לאמיר אנהייבן מיט איין פראגע דער פסוק זאגט ''עד יעבור עם זו קנית''
יעצט דאס ווארט 'עם' איז א זכר (העם הזה) דאן פארוואס שטייט 'זו' וואס איז אויבנאויף א רעפערענס צו א נקבה
די פראגע איז בעצם אנדערש דהיינו אין תנ''ך וועט רוב מאל שטיין 'זאת' אויף א נקיבה, און דאס ווארט זו איז בעיקר לשון חז''ל, איז מעגליך אז 'זו' איז בלויז אזא פארדרייטע 'זה'? (בפרט ביי שירים ווי דער פסוק האט ליב צו צולייגען אן ארויסנעמען אותיות עס צו 'פאעטעזירן') בעת וואס 'זאת איז פאר נקיבה?.
אבער זוכענדיג האב איך יא עפעס געטראפן אין יחזקאל ( לו,לה) ''ואמרו הארץ הלזו' אין 'ארץ' איז א 'נקבה'.
אויב איינער קען ארויסהעלפן/צוגעבן, אדער צולייגן אזעלכע אדער ענליכע באמערקונגען איז 'מאר דען וועלקאם'.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
פראגעס אין תנ''ך דקדוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 546
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 733 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2031 מאל
דער אשכול פארמאגט 45 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן