א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך Movie Club »

איך וויל ווידמען די אשכול פאר פילמען וואס זענען ווי ערווענט אין די קעפל "ארטיסטיש און תוכנדיג". תוכנדיג איז גרינג מגדיר צו זיין, תוכן מיינט אז ווען מען ענדיגט וואטשן גייט מען אוועק מיט א נייע דערעהער און לעבן, א נייע בליק אדער פערספעקטיוו אויפ אן הינזיכט פונעם לעבן.

ארט איז שווער מגדיר זיין וואס גייט אלס ארייו אין ארטיסטישע פילמען, ווייל אין א געוויסע זון האט א יעדע קאמערציאלע פילם א געוויסע ארט צו זיך. לאמיר אנפאנגן א מינוט פריער וואס איז די דעפיניציע פון ארט ?
גוגל ווערטער בוך זאגט:

The expression or application of human creative skill and imagination, typically in a visual form such as painting or sculpture, producing works to be appreciated primarily for their beauty or emotional power.

און אידישע איבערזעצונג:

"דער אויסדרוק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע שעפערישע סקיללס און פאנטאזיע, געווענליך אין א וויזשאוואל פארעם ווי מעלעריי אדער סקולפטור, וואס פראדוצירן ווערק צו זיין אפריעשיעטעד פאר זייער שיינקייט אדער עמאציאנעל מאכט".

באמת קען מען זאגן אז ארט איז כולל קאמעדי און אקציע פילמן, נעמליך, קאמעדי איז אויך אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון לאכעריי). די זעלבע קען מען זאגן אויף אלגעמיינע אקציע און דראמא פילמן , עס איז אן אויסדריק אדער אפליקאציע פון מענטשליכע קריעטיוויטי און דמיון, וואס ווערט אפריעשיעטעד פאר איר עמאציענאל מאכט (פון thrill, suspense, and drama) און עס איז לכאורה ריכטיג. אבער איך וויל ווידמעןן די אשכול און פילם קלאב פאר אביסעל א טיפערע ארט, נישט מאוויס וואס איר גאנצע קריעטוויטי איז מיך אנצוצוען (drama) אדער מיך מאכן גוט לאכן (comedy) אדער שפילן מיט מיין נייגונוג פאר ראמאנס איך רעד פון טיפערער סארט ארט וואס האט אן אנדערע סארט אימפעקט אויפן מענטש.

ואחרי בינותי וויל איך עס מגדיר זיין אזוי עס ברויך האבן איינע פון די דריי קאמפאנענטס

מען ווערט טיף באיינדרוקט פון איר:

א. פון איר עמאציאנעלע מאכט. (וואס געווענליכע דורכשניטליכע קאמעדיע, ראמאנס, און דראמא, האבן נישט אין זיך)

ב. פון איר שיינקייט, הערליכקייט, און יצירה.

ג. פון א געוויסע טאלאנט ווי מוזיק אדער עקטן וכדו' .


ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?

וסימן זה נתון בידכם אויב איז די פילם אזאנס וואס באאיינדרוקט אייך אזוי שטארק אז איר טראכט נאך פון איר א פאר טאג נאכדעם און איר רעקאמענדירט עס פאר חברים לדעה, איז עס א מאווי וואס באלאנגט דא.

נאך איין נקודה עס מוז זיין א מאווי, וואס איז נישט צו לאנגוויליג (אפילו עס איז זייער ארטיסטיש), און האבן א סקאר העכער פון 6.5 אויף IMBD. מען ברויך ארויפליין א פיקטשער פון די מאווי, א קורצע איבערזיכט (50-100 ווערטער) אן קיין ספוילערס און אפשר פארוואס מען איז איבערצייגט אז עס איז ווערט די צייט.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

כ'בין זיכער א בעלן אויף אזא קלאָב, אבער אויב שטעלט מען זיך אויף "בעאיינדרוקט" איז דאס זייער סוביעקטיװ. יעדעם כאַפּט עפּעס אַנדערש.
געװענלעך װער איך צום מערסטנס באַאיינדרוקט פון א פילם מיט א גוטע דיאַלאָג. און אויב דער שמועס האט אַן אינטערעסאַנטער תוכן איז נישט עכט קיין נ"מ אונטער װאָסערע קאַטעגאָריע ס'גייט אריין. אפי' עֶקשן אדער װעסטערן קענען זיין תוכנדיג; כאָטש מסתמא זעלטענער.
אויך די טערמין "אַרט" קען זיין עקסטרעם פּערזענלעך צו יעדן אינדיװידועל... (איך למשל האלט אז אלע מאָװיס װאס כ'ברענג דא viewtopic.php?p=470142#p470142 זענען, מער װייניגער, תוכנדיג או"ן קונסטלעך)

די סקאר אויף IMBD איז נישט קיין גוטע װעג צו מעסטן, לפי דעתי העניה

נאָך א פראַגע, צו זאָל מען זיך פאַרלייגן בלויז אויף געװיסע שפּראַכן? אדער אויב פארמאָגט עס ענגלישע אונטערקעפּלעך איז עס שוין מותר לבוא בקהל...

נאך איין הערה, לדעתי זאָל בעפאָרצוגט װערן א פילם װאס מ'קען זעהן אומזיסט. נישט יעדער האט צוטריט צום פליקנדער נעץ אדער אנדערע זייטלעך װאו מ'דארף א סובסקריבשן וכדו'
Just another nerd
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

נו, ווען פאנגט זיך עס אן ?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

Movie Club האט געשריבן:ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?

נו, ס'איז מוצ"ש, כ'װיל זיין דער נחשון מיט עטלעכע פילמען אין געדאנק, בינעך אבער נישט אזוי זיכער אויב ס'גענוג ארטיסטיש פאַרן קלאָב...

כ'בין in,
איין מאווי א וואך איז לדעתי נישט צו סאך, אין א געװענלעכע װאָך. פאַר מיר פּערזענלעך איז צװיי, דזשאָסט דע רייט אַמאַונט...
העמער װאַרטן צו הערן װאס דער איבריגער עולם האלט
Just another nerd
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

כהאב ליב די איידיע, I am in [tag]נייגעריגער[/tag] ווארט נישט אויף מר [tag]Movie Club[/tag] לייג ארויף אן איבערזוכט און א בילד פונעם וואכעדיגן מאווי.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

נײגעריגער האט געשריבן:
Movie Club האט געשריבן:ואיך וואלט מציע געווען אז מען זאל ארויפלייגן יעדע מוצאי שבת א מאווי, יעדער פון די חברים דא איז מכובד ווען ער שטויסט זיך אן מיט אזא פילם וואס קומט נאך טייל פון אויבן דערמאנטע פרטים צו עס ארויפלייגן מוצאי שבת וכל הקודם זכה. און דער נעקסטער זאל ווארטן פאר די קומענדיגע מוצאי שבת. איך וויל פרעגען דעם עולם צו דער עולם איז in ?? צווייטע, שאלה, צו איז איין מאווי א וואך צו ווייניג, אדער צו סאך?

נו, ס'איז מוצ"ש, כ'װיל זיין דער נחשון מיט עטלעכע פילמען אין געדאנק, בינעך אבער נישט אזוי זיכער אויב ס'גענוג ארטיסטיש פאַרן קלאָב...

כ'בין in,
איין מאווי א וואך איז לדעתי נישט צו סאך, אין א געװענלעכע װאָך. פאַר מיר פּערזענלעך איז צװיי, דזשאָסט דע רייט אַמאַונט...
העמער װאַרטן צו הערן װאס דער איבריגער עולם האלט

נייגעריגער, Go ahead and post your movie. דארפסט נישט זיין "זיכער "אז עס איז גענוג ארטיסטיש, ווי לאנג די ביזט מסופק אז עס קען אריינפאלן אין די קאטעגאריע איז עס גענוג גוט...
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

נו גוט...
די ערשטע הצעה:

Madrid, 1987 (2011)
שפּראַך: שפּאַניש
לאַנד: שפּאַניע
דראַמע
מ'זעהט אומצענזורירטע אנטבלויזטע גופים
https://tubitv.com/movies/417676/madrid-1987?start=true
6,3 אויף IMBD
https://www.imdb.com/title/tt1760980/?ref_=vp_back
געשריבן און דירעקטירט דורך David Trueba https://en.wikipedia.org/wiki/David_Trueba


כ'האב עס שוין דערמאנט אין קורצן דא viewtopic.php?p=470142#p470142, רוב פונעם פילם איז אַן אינטעלעקטועלע טיפע פילאָזאָפישע שמועס איבער די תאװה פון עלטערע מענער װאס גלוסטן נאך יונגע פרויען און די קאָמפּליקאַציעס װאָס קומט דערמיט.
שטאַרקע געדאַנקען איבער דזשורנאַליזם און געזעלשאַפט. געװיסע נקודות האבן מיר זיכער געמאכט שטארק טראכטן איבערן אל תשליכנו און נאך עקזיסטענציאָנעלע פראַגן. כ'בין נייגעריג װאָס אנדערע אידן דא האבן צו זאגן דערויף.

א זאַץ װאָס איז מיר געפעלן:
Meeting people you admire is the first step towards not admiring them any more
Just another nerd
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איך וויל בעטן, אז מען זאל דאס ארויפלייגן אויף גוגל דרייוו, פאר די הייליגע געבלאקטע אזוי ווי מיר, אז מיר זאלן אויך קענען נהנה זיין דערפון.

יישר כח.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אז דו ווילסט עס זעהן קענסטו אראפ נעמען די פילטער אינגאנצן, ס'יז ריין חזעריי למהדרין מן המהדרין, ווי בין איך דא, אין פאליש???
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך קען פארשטיין סמבטיון'ס ווייטאג און פארוואס ער שפירט אז די פילם איז חזריי למהדרין מן המהדרין, די מאווי קען כמעט אריין גיין אין די עראטיק קאטעגאריע. אפשר איז כדי צו זיין מער פארזיכטיג און סענסעטיוו צו די פרומערע עולם דא און נישט ארויפלייגן אזעלעכע סארט פילמ'ן וואס איז עראטיק אדער קרוב צו דעם.

האבענדיג דעס געזאגט, וועל איך אויסדריקן מיינע געפילן וועגן די מאווי, די בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי און דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.

עס איז איז דא אסאך גוטע ליינס, די סקריפט איז גאר גוט, אייינס וואס איז מיר געפאלען איז "The Spanish drink to loosen up , the British drink to kill themselves" נאך איינס" Life is the "perfect way to sabotage a dream. בכלל ווי ער לייגט אראפ Old Age VS young age איז מייסטערהאפטיג מיט אסאך גוטע ליינס, אבער אלעס זייער דיפרעססינג. איך בין זיכער אז עס איז דא מער א פאזעטיוו וועג ווי אזוי צו קוקן אויפ Old age, לייפ איז נאט עבאוט ****, די זעלבע ווי עס איז נאט אבאוט פלייש און וויין.

בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line, עס קוקט מיר אויס ווי ער האט איר פרובירט מסביר זיין אז געשלעכט איז נישט קיין גרויסע זאך , און פאר אים מיינט עס אסאך, און פאר איר איז עס סך הכל געבן איר גוף, קוקט אז זי האט עס אפגעקויפט. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן **** מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן **** מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.

ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ישעיה האט געשריבן:ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין

viewtopic.php?p=427634#p427634
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: וועל איך אויסדריקן מיינע געפילן וועגן די מאווי, די בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי און דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.

עס איז איז דא אסאך גוטע ליינס, די סקריפט איז גאר גוט, אייינס וואס איז מיר געפאלען איז "The Spanish drink to loosen up , the British drink to kill themselves" נאך איינס" Life is the "perfect way to sabotage a dream. בכלל ווי ער לייגט אראפ Old Age VS young age איז מייסטערהאפטיג מיט אסאך גוטע ליינס, אבער אלעס זייער דיפרעססינג. איך בין זיכער אז עס איז דא מער א פאזעטיוו וועג ווי אזוי צו קוקן אויפ Old age, לייפ איז נאט עבאוט ****, די זעלבע ווי עס איז נאט אבאוט פלייש און וויין.

בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line, עס קוקט מיר אויס ווי ער האט איר פרובירט מסביר זיין אז געשלעכט איז נישט קיין גרויסע זאך , און פאר אים מיינט עס אסאך, און פאר איר איז עס סך הכל געבן איר גוף, קוקט אז זי האט עס אפגעקויפט. פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן **** מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.

א שיינעם דאנק מר הונדערטער פאר אייער תוכנפולע איבערזיכט! כ'װיל װארטן מיט מיינע צװיי צענט ביז אנדערע װעלן מגיב זיין
אבער אויף אייער ערשטע נקודה
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך קען פארשטיין סמבטיון'ס ווייטאג און פארוואס ער שפירט אז די פילם איז חזריי למהדרין מן המהדרין, די מאווי קען כמעט אריין גיין אין די עראטיק קאטעגאריע. אפשר איז כדי צו זיין מער פארזיכטיג און סענסעטיוו צו די פרומערע עולם דא און נישט ארויפלייגן אזעלעכע סארט פילמ'ן וואס איז עראטיק אדער קרוב צו דעם.

פילעך אביסל אומבאַקװעם. כ'בין א שטאַרקע מתנגד פון צענזור בכלל, און נאָכמער װען מ'רעדט פון אַרט - װאס ביי דעפינישן איז צענזורירטע אדער קאנטראלירטע קונסט א דבר והפיכו לפענ"ד

כ'קען אבער אויך זעהן די װערט פון נישט אויסשליסן דעם פרומערן עולם. אלזא אויב נאך קלאָב-מיטגלידער װעלן זיך זייטיגן מיט א פרישע תקנה פון "נישט עראָטיקע", בין איך מבטל דעתי און כ'װעל זיך צושטעלן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נײגעריגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Just another nerd
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך האב אנגעהויבן צו קוקן, און אויפגעהערט נאך א מינוט. פאר מיר איז סאבטייטלס נישט גענוג, עס נעמט אוועק די גאצע טעם און געשמאק. לענ"ד זאל מען זיך האלטן צו ענגליש.

די עצם געדאנק פונעם קלאב איז גאר גוט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

קודם א דאנק מר. [tag]נייגעריגער[/tag] פארן ארויפשטעלן די ערשטע מאווי. אפאר נקודות:

א. איך עגרי אז אויב מען קען, זאל מען אוועקשטיין פון עראטיקע, אפילו נאר צו האבן מער מעמבערס אין די קלוב איז עס כדאי. סאיז נישט אז עס פעלט ארטיסטישע מאוויס וואס זענען נישט אין די עראטיקע זשאנרא.

ב. [tag]יעקב מעקסוועל[/tag], עס לוינט זיך אנפאנגן צו צוגעווינען צו זען און הנאה האבן פון מאוויס מיט סובטייטלס. איך קען זאגן אז טייל פון מיין 10 בעסטע מאווי ליסט איז דא א שיינע פאר מיט סובטייטלס, איך האב אויך אמאל געהאט די געוווינהייט פון נישט קענען הנאה האבן פון מאוויס מיט סובטייטלס, ביז איך בין געקומען צו די החלטה אז עס איז סך הכל א מענטעל בלאקעדזש וואס איז גרינג איבערצוקומען (און עס לוינט זיך).

ג. [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] איך מיין די כוונה מיט די מעשה איז א משל פאר זייער זיין איינגעשפארט אין בית הכסא, וואס קודם וויל מען נישט דארט זיין און מען טוט אלעס ארויסצגיין פון דארט (ווי די עלטערן האבן געטוען אלעס דאס קינד זאל שוין ארויסגיין פון זיין בעט) און נאך א שטיק צייט געוווינט מען זיך צו און מען וויל שוין נישט ארויסגיין, אוי ווי די ווארעם וואס עסט זיך אריין אין די חריין, און ווען דער בעל הבית קומט אן און עפענט די טיר ווערן זיי כמעט דיסעפונטעט (אזוי ווי די עלטערן אנשטאט צו זיין פרייליך אז די קינד איז ארויס פון זיין בעט זענען זיין געווארן אנטוישט), כנלענ"ד.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

עטלעכע הגהות, כפי מסת הפּנאי:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די בעסטע סצענע איז געווען ווי ער ווייזט איר א מאווי אין דמיון און פארציילט איר די מעשה מיט די קינד וואס האט נישט געוואלט ארויסגיין פון זיין בעט, עס איז נאר א שאד אז ער האט נישט גענדיגט די מעשה, און אז איינער קען זאגן א פירוש וואס ער האט געוואלט זאגן מיט די מעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן.

דאַכט זיך אז דאס נישט ענדיגן איז בכװנה, אזוי װי זייער ערפארונג האט זיך פּלוצלונג געענדיגט אומגעראָכטן.
דער פּירוש האב איך געטראכט ענליך צו מר MovieClub, אז מ'געװאוינט זיך אזוי צו צו אלעם בייזן אזש מ'קען שוין בעצם נישט פארנעמען די ישועה װען ס'קומט שוין ענדליך אָהן. (ע"ע חרדיזם...)
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:בנוגע די message פון די מאווי בין איך אביסעל נבוך וואס איז די Bottom line

כ'בין נישט זיכער אויב ס'האט א קלאָרע מוסר השכל, אויב עפּעס ברענגט עס ארויס װי אומאויסגערעכנט ס'לעבן איז, און באמת קען אפשר זיין דער ס"ה אז ס'נישטאָ קיין ס"ה. "נאַטינג ריעלי מעטערס"...

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: פון די אנדערע זייט פארשטיי איך נישט וואס איז די געשמאק פון האבן **** מיט איינער וואס וויל דיך עכט נישט.

מ'קען זאגן אז ס'נישט ממש זי װיל עכט נישט. װען זי װיל װען באמת נישט, װאלט זי נישט געגאנגען צום הייזל מעיקרא. זי איז עם זייער מעריץ, און למעשה סוכ"ס איז זי די װאס באַשלוסט זיך איבערצוגעבן - אפשר טאַקע װיבאַלד ער האט שוין אויפגעגעבן און יעצט איז עס אינגאנצן איהר החלטה?
(פון די אנדערע זייט איז ער אביסל צו צודריגנלעך, כ'בין מודה אז כ'האב זיך געפילט אביסל אומבאקװעם. אין א ריעל-לייף סיטואַציע איז עס מסתמא נישט אין ארדענונג; די פּאַוער אומבאַלאַנס וכדו')


זייער אסאך גוטע ליינס אינעם פילם, אט איז נאכאיינס:
איך רעד נאר װעגן זיך, אפי' װען כ'רעד װעגן אנדערע איז עס אויך װעגן זיך
א שטארקע אמת, די בעסטע שרייב ארבעט איז װען ס'איז פּערזענלעך
Just another nerd
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איך בעט נאכאמאל, אויב איינער קען דאס ארויפשטעלן פאר די צענזורירטע, א לינק.

תודה.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

ס'טוט מיר באַנג אז כ'קען אייך נישט העלפן, אפשר פרעגט אין "אחיעזר", אדער "טעכנאלאגיע" אויב איר ברויכט הילף װי אזוי אויסקרויזן א פילטער

-------------------------

אויך װיל איך צולייגן אז אױך די עקטינג איז עפּעס געװאלדיג אינעם פילם

ס'שוין נאכאמאל מוצ"ש, האפנטלעך װעט עמיצער זיך נעמען די מיה די װאָך. כ'װיל נישט זיין דער איינציגסטער מציע. מע פארלירט אויסװאַל און קאָליר לדעתי, אויב דער זעלבער פּאַרשוין איז כסדר דער פאָרשלאָגער.
װער רופט זיך אָהן װאַרעם?
Just another nerd
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז עס איז נישט דא קיין צווייטער, איז ענדערש אז די זעלבער פון לעצטע וואך זאל ארויפלייגן נאך איינס, ווי איידער מ’זאל גארנישט ארויפלייגן.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

CLOUDS

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איך וועל פארשלאגן א פילם וואס איך האב געזעהן א צייט צוריק עס הייסט Clouds. עס איז איבער די אמת'ע געשיכטע פון א אינגער מוזיקאנט (שפילער, זינגער, קאמפעזירער) וואס סטראגעלט מיט Cancer און די מיינוג פון לעבן. איך מיין אז די פילם איז גאר תוכנ'דיג, עס האט געהאט א משונה'דיע אימפעקט אויף מיר, עס איז פון די פילמס וואס וועט אייך בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. חוץ מזה איז די עקטן נעקסט לעוועל, איך וואלט די מאווי באווארפען מיט 7 אסקארס.
גרייט אייך צו א באקס טישוס און אן אימאשענעל רייד.

בילד
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דא קענט איר עס זען בחנם.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
קנדה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך קנדה »

,עס קליקט זיך נישט אפשר שיקסטו די לינק עקסטער?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
פארשפארט