רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער תרומת הדשן שרייבט דאך שוין וואס מ'פלעגט טון...
בכלל ווייסן מיר דאך אז ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף חדש...
פאר זיך נישט. פאר יענעם יא.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און איך טו אזוי אין לעיקוואד אויך, איך דאווען מנחה גדולה ווי געווענדליך, און ביים זמן שבת זאג איך קבלת שבת און איך מאך קידוש און עס א סעודה, און נאכ'ן סעודה גיי איך דאווענען. דער גר"א שרייבט מ'זאל דאס נישט טון.
עס איז מיר מאדנע אז אין מאנטשעסטער איז געווען אין יענער יארן א מנין נאכ'ן זמן פרייטאג צו נאכט. אין ענגלאנד מאכן אפילו חסידיש'ער אידן שבת פרי, קוק אויף אייוועלט ווי אנעים זמירות פארשטייט נישט וואס מ'וויל פון די וואס מאכען שבת פרי. צאת הכוכבים אין מאנטשעסטער קען זיך ציען ביז עלעף אזייגער. שבועות ביינאכט האט מען כמעט נישט געלערנט דארט.
דאס מיינט נאך נישט אז עס נישט קיין פראבלעים אז די אוהסט עס!ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'וואשט זיך פאר די האלבע שעה פאר'ן זמן ק"ש, איז עס נישט קיין פראבלעם. איך וואש מיר נאך פאר די שקיעה
אישתישבי האט געשריבן:ביי די מער מאדערענער פרומע עולם, איז מאכן שבת פרי דער נארמע, ביי אונז חסידים איז דא אסאך מנינים צו מאכן שבת פרי. אבער זעהנדיג א אינטרעסאנטע אבזערוואציע איז כדי דאס אויסצושמועסן.
אין הלכה ווערט די זאך ברייט אויסגעשמועסט אין הל' שבת אין מג"א, ווי ער זאגט התירים צו דאווענען פרי ערב שבת, אפילו מען דאווענט נישט פרי אגאנצע וואך. אין בית יוסף קען מען זעהן גדולים פין די חכמי אשכנז וואס האבן מקבל שבת געוועהן פרי, און דערנאך שפאצירט ביים וואסער ווען עס איז נאך געוועהן לעכטיג. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט מקבל געוועהן פרי שבת חנוכה, אז מען האט געזאגט גוזמאות אז ווען ער האט קידוש געמאכט האט דער זון געשיינט אויף דער בעכער (זעהט אויס דער בעכער איז דעמאלסט נישט געוועהן פארמשכון'ט), און דער זאך איז א אנגענומענע ביתר אז מען "קען" דאס טוהן.
בשם דער גר"א ווערט געברענגט אז מאכן שבת פרי איז א גרויסע מצוה און א קליינע עבירה, און מקבל זיין שפעט בזמנה איז א קליינע מצוה און א גרויסע עבירה, נעמליך אז די הלכה'דיגע פראבלעם פין מאכן פרי מאכט עס א קליינע עבירה, אבער שפעט האט דער חסרון אז מען איז נישט אזוי בשמחה.
מיט דעם אלעם איז היינט געווארען א שלעכטע בליק אויף דער "ערלי שבת", מען טוט עס אזוי סטעריאטייפען אלס א מאדערנע פויערישע זאך, גרויסע רבי'ס וועלען קיינמאל נישט דאווענען פרי, און אפילו קליינע רבי'ס וואס האפן צו זיין גרויס וועלען אויך דאווענען שפעט, אפילו אין זייערע בתי מדרשים איז דא א ערלי מנין.
אין בעלזא האט דער רב מתיר געוועהן צו מאכן ערלי מנינים אין די שטיבלעך, אבער ער איז א יוצא מן הכלל, כמעט נישט דא קיין גרויסע חסידישע בתי מדרשים וואס וועלען האבן ערלי מנינים אין זייער בית המדרש.
און דו איז דא שאלה פארוואס?
וואס האבן דא בעסערע עליטישע שוואנצאנישע קעגען דער ערלי שבת? וואס האט עס געזינדיגט?
איך קען זעהן אז אין די נאנטע עתיד וועט איינער פין די רבי'ס לאזן פאלען ווערטער קעגן דער ערלי שבת, אז דאס איז נישט קיין משנת חסידים, צוביסלעך וועט מען עס אסר'ן, צוביסלעך וועט מען טראסקענען קינדער פין מוסדות ווען דער טאטע דאווענט ערלי. איינער פין די שאלות אויף די אינטערנעט פאפיר וועט זיין, ווי דאווענט איר פרייטאג מנחה מעריב?
קען דאס איינער מסביר זיין?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ׳האב נישט געוואוסט אז די בעלי התוספות און דער תרומת הדשן האבן געוואוינט אין אמעריקע, אקעי, נאך א ידיעה אין מיין ידיעות באגאזש.
אישתישבי האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, דער טאטע פין יוסף קרויס מאכט שבת פרי?
צפור בודד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, דער טאטע פין יוסף קרויס מאכט שבת פרי?
טאמער פארשטייסטו טאקע נישט, דא איז א בחור פונעם זעלבן שטעטל וואס בלוטיגט ברבים איבער דער ווערטשאפט פון יענעם שטעטל. און דא איז דער רב השטעטל וואס האלט אז ירידת הדורות איז ווייל עלטערן ווילן מאכן שבת קודש אביסל מער אינגענעמען פאר זייער פאמיליע. השומר שבת הבן עם הבת = ירידת הדורות.
און טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט, קען זיין דו רויכערסט וואס ער רויכערט. און מיט דעם פארשטיי איך שוין בעסער, [tag]איש תשבי[/tag]... תשמחנו בנים על אבות במוצאי שבתות. פרייטיג צו נאכטס זענען בנים על אבות ירידת הדורות, נאר מוצאי שבת, נאך ר"ת שטייטזעך, דעמאלסט מעג מען.