


https://youtu.be/tpz8PMcRJSY
גוט געזאגט, און וואודרידזשער רב זאגט טאקע דאס זעלבע אויף הרב קוק, און ער לייגט נישט צו די פאר אותיות סוף פון זיין נאמען.אבטולמוס האט געשריבן:"אבער ער האט עס געמיינט ערנסט..."
ווען כ'זע די אלע דברי שבח אויף הרב בעק אין די מעינסטריעם אויסגאבעס און וועבסייטס מיט'ן אויסרייד אז ער האט עס געמיינט ערנסט טראכט איך צו מיר צי זיי וואלטן אויך געלויבט הרב קוק מיט'ן אויסרייד אז ער האט עס געמיינט ערנסט.
דורש אמת האט געשריבן:צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!
Sent from my iPad using Tapatalk
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.
הוגה האט געשריבן:[justify]אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.
ביזט זיכער מיט וואס דו זאגסט? איך האב מערערע מאל געהערט אז יענער איז געווען א ריבניצער תושב. אלענפאלס, יענער איז געווען under the influence, און אזעלכע האבן זיך געדרייט אין ריבניץ לרחצה. ובכלל האלט איך אז ס'נישט אין פלאץ צו צונעמען זיינע family dynamics דא. מיין טאטע האט אויך אזאנע, וממילא מיינט עס שוין אז ער איז נישט אן עובד ה'? לאמיר ארויסלאזן זיין פריוואטע לעבן און זיך באנעמען צו זיין פובליק פיגור'שאפט.
.[/justify]
העלפן דעם אייבערשטען מיט פשרות?!רימון האט געשריבן:דורש אמת האט געשריבן:צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!
Sent from my iPad using Tapatalk
אין איינער פון זיינע ספרים האט ער א שמועס אויף דער טענה פון מענטשן אז די קינדער פון קנאים פאלן אוועק. זיין שמועס איז צי ס'איז ריכטיג אז מ'דארף באלאנגען אין א קהלה און טאמער נישט ליידט מען מיט די קינדער. ער ענטפערט אז מענטשן אין די קהלה האבן אויך קינדער וואס פאלן אוועק ווי אויך אז אין גרויס טייל קומט עס פון מאלעסטעישאן.
דורש אמת האט געשריבן:צווישן די קינדער זיינע זענען אויך פארהאן אויפגעקלערטע אפיקורסים. משה בער האט אבער טאקע געטראפן אן אימרה פון א צדיק וואס האט פאראויסגעזאגט אז פאר משיחס צייטן וועלן די רשעים מצליח זיין מיט די קינדער און די ערליכע אידן ניט!
Sent from my iPad using Tapatalk
פארשטייט זיך אז סע איז ניט קיין סתירה צו עבודת ה׳ , סע פרעגט אבער אפ די לעכערליכע קנאישע טענה אז נאר אזוי קען מען ראטעווען די קינדעראישתישבי האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[justify]אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:איינער פון די מקורבים אין מאנסי האט צושטאכן דעם קאפ פונעם ווייב בשעת זי איז געשלאפן. אין יאר 1995-6.
ביזט זיכער מיט וואס דו זאגסט? איך האב מערערע מאל געהערט אז יענער איז געווען א ריבניצער תושב. אלענפאלס, יענער איז געווען under the influence, און אזעלכע האבן זיך געדרייט אין ריבניץ לרחצה. ובכלל האלט איך אז ס'נישט אין פלאץ צו צונעמען זיינע family dynamics דא. מיין טאטע האט אויך אזאנע, וממילא מיינט עס שוין אז ער איז נישט אן עובד ה'? לאמיר ארויסלאזן זיין פריוואטע לעבן און זיך באנעמען צו זיין פובליק פיגור'שאפט.
.[/justify]
אנטשולדיגט? אידן שעפען חיזוק פין זיינע דורכפעלער, און דו זאגסט עס איז נישט דער פלאץ?
berlbalaguleh האט געשריבן:
.....און ווער שמועסט נאך ווען אכמאדינעזשאד ,ימ"ש האט פאררופן די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ. און די מעמבערס פון די נטורי קרתא זענען געגאנגען אהין. ווען זיי וואלטן זיך לכה"פ אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די אנוועזנדע אז זיי האבן פארלוירן נאנטע קרובים דורך די נאציס, וואלט זיך אפשר געלוינט זייער נסיעה. אבער זיי האבן גארנישט געזאגט. ומדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!
דורש אמת האט געשריבן:די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).
Sent from my iPad using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: דו קומסט יעצט אויך, אזוי ווי אייביג, פונ'ם ..."לינקן פעלד""... אזוי צו זאגן...! די הויפט פארדאמונג פון די אידישע וועלט (אויף די נטורי קרתא) איז דאס האלזן און קושן זיך מיט א פארשוין וואס איז אין דעם היינטיגן דור דער פאראללעל צו היטלער, ימש"ו. און דאס שטיין אין סאלידאריטעט מיט אזעלכע מערדערס און באטריגערס ווי יאסיר אראפאט און זיין באנדע...!