קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ייש"כ @ארי נוהם פארן הערליכן אשכול
ווען איינשטיין האט געפלירט מיט גאט

זייער שיין און "צונומען אויף א שפראך וואס אפי' די נארישסטע קענען פארשטיין גלייך"!

כ'האב פונקט נעכטן געטראכט זיך צו בעטן ביי דיר אין א הארציגע בקשה צו הרב הניק....., טענקס.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

"קאם אן, מען" די היינטיגע טאג מוז גיין פאר @מושב לצים פארן אנקומען, איבערדרייען, אפפיצן.

איך מיין שוין א לאנגע צייט זייט אן ארטיקל איז געווארן אפגעשפארט....

אבער איך מוז זאגן, דער / דו (אויב ביסט נאך דא), האסט טאלאנט, קים איט אפ ווירעווער דו ביסט.



וגם @בעבעלעך זכור לטוב.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

דער קאמפלימענט פון היינט, און פון אייביג איז געריכטעט צו @חמלה גדולה.
א שטיל איידעלער איד, הולך בצידי דרכים, שייף עייל ונפיק, און אזוי אומבאמערקט באלייקט ער דעם ציבור אנע רחמנות (אדער גאר מיט... "חמלה גדולה" ויתירה חמלת עלינו).
חמלה בני די לו בקב חרובין, ער פאר זיך באגניגט זיך מיט עטליכע אין צענדליג תגובות, אבער זיין "געלייקט" זאפאס איז אין די טויזענטער! סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה

דאס ווייזט מיר א דמות פון א גוט הארץ, פון איינער וואס טוט זיין בעסטע, אז נישט מיט שרייבן וועט ער צושטייער געבן מיט א גוט ווארט אין פארעם פון א לייק.

אלזא, במטותא מינך רב חמלה, קום אריין מיט א תגובה'לע, און זאל דער עולם דיר באלייקן אויף צוריק, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

:oops:
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

חברה, חמלה שטייט אין מארק ווי אויף ליציטאציע, לאמיר אים באלייקן אזש ס'אל גיין א רויעך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב מיר יעצט אנגעשטויסן אין דעי אשכול. ווילעך אויך אריין ווארפן מיינע צווי סענט. מיט א ציטירדיגע האנט נעמען אביסל גאטס צו געבן קרעדיט פאר אונזער אלעמען באליבטען טייערע ידיד [tag]תרמב[/tag] וואס איז אונז מחי' מיט זיין הומעריסטישע און טיפע הערליכע פעדער, יעדע תגובה זיינער איז זיך צו באלעקען די פינגערס, אז ס'איז א נחת,
"ווי לאוו יא תרמב" :דאבללייק: :דאבללייק:
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וואס איז פשט פון זיין מאדנע ניק?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

שקויעך שקויעך פאר די קאמפלימענט, איך בלאש......
בנוגע די נאמען, ווער זאגט אז א נאמען דארף האבן א פשט? די וואס הייסן מעכיל ווייסן וואס ס’מיינט?
די ווארט תרמב איז א נאמען פון א געסל אין ירושלים ווי איך האב געוואוינט בשעת איך האב געלערנט דארט אלץ בחור, סאיז על שם שנת ה’ תרמב שנת עליית יהודי תימן, בשעת איך האב מיך איינגעשריבן צו קאווע שטיבל האב איך געהאט טעכנישע שוועריקייטן איך האב פרובירט א פאר מאל, יעדע מאל מיט א אנדערע ניק נאמען, למעשה פונקט די נאמען מיט די ווייניגסטע פשט האט עס דורכגעמאכט.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אקעי סארי. קענסט בעטן די הנהלה זאלן פאררעכטן דיין ניק איך גלייב זיי וועלן עס טון הארצן גערן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עמקות המחשבה האט געשריבן:כ'האב מיר יעצט אנגעשטויסן אין דעי אשכול. ווילעך אויך אריין ווארפן מיינע צווי סענט. מיט א ציטירדיגע האנט נעמען אביסל גאטס צו געבן קרעדיט פאר אונזער אלעמען באליבטען טייערע ידיד [tag]תרמב[/tag] וואס איז אונז מחי' מיט זיין הומעריסטישע און טיפע הערליכע פעדער, יעדע תגובה זיינער איז זיך צו באלעקען די פינגערס, אז ס'איז א נחת,
"ווי לאוו יא תרמב" :דאבללייק: :דאבללייק:

ולא זו בלבד, נאר ער טיילט אויכעט לייקס לרחצה ולמוציא מצה, מיט אזא ברייטע הארץ... א גוטע הארץ און א גוטע שרייבער, דאס איז די סאמע בעסטע וואס מיר פארמאגן דא.
כה לחי!
וירח ה' את ריח הניחוח
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך דערמאן זיך אנפאנג ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן אויף קאווע שטיבל האב איך אמאל געזאגט פאר א חבר, אז איך האלט שוין ערגעץ, ווייל איך האב באקומען א לייק פון איינע פון די לייבן אויף קאווע שטיבל, פון שמעקעדיג!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאפירענע לייב :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

אצינד האבן סיי [tag]תרמב[/tag] און סיי [tag]שמעקעדיג[/tag] באקומען א לייק פונעם 'עכטן' לייב - ארי נוהם.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שוין צו לאנג שטיל געווען דא...

און די קאמפלימענט פונעם (טאג) [יאר] גייט פאר אונזער (פארהאלטניסמעסיג) נייער ניק @אלפא, וואס זייט ער האט זיך באוויזן דא אין שטיבל פליסט פון אים חומר כמעיין המתגבר! דער איז א דורכגעטריבענער חכם וואס האט א געוואלד ידיעות אין אסאך הינזיכטן, בפרט אין מענטשליכע פסיכאלאגיע, אבער ער האלט זיך נישט העכער פון קיינעם, מיט אזא פשטות און ענוות חן שמייסט ער אריין איין תוכנ'דיגע תגובה נאכ'ן צווייטן, א געשמאק צו ליינען! בנוסף צו די אלע מעלות האט ער א גוטע פענע, גוטע אויסדרוקן, מיט א פיינע ספעלינג און גרעמער, בקיצור ממש א מושלם.

אלפא, עס איז א ברכה צו מאכן אויף דיינע תגובות! אזוי צום זאך, אזוי באלאנסירט, נישט גענויגט צו קיין שום עקסטרעמיזם, נאר מענטשליך, צו גאט און צו לייט...
קיעפ איט אפ!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

יישר כח פאר די אומערווארטעטע קאמפלימענט! ווי האט נאר יענער געזאגט, יעצט קען איך מיר שוין לייגן שלאפן.. :)

איך האב נארוואס אדורכגעבלעטערט דעם אשכול, באמערק איך אן אינטרעסאנטער (-פסיכאלאגישע) פענאנים, עס קוקט אויס ווי יעדער וואס איז באגליקט געווארן מיט א קאמפלימענט דורך איינעם אין דעם אשכול פילט זיך במדת מה שילדיג א קאמפלימענט פאר א צווייטן -ווי צו באצאלן אויפן טובת הנאה, עס דערמאנט די געשיכטעלע פון דער וואס האט אויסגעצאלט די קאווע פארן קומענדיגע אין די drive through רייע, און קיינער האט נישט געוואלט זיין די שלעכטע אפצושטעלן די חסד קייט... בערך אזוי פארט דא דעם אשכול.

אלס אל תמנע טוב, וועל איך אויך אריינווארפן מיין קאמפלימענט (אלס גרינער האב איך דעווייל נאר אנגעיאגט ווייניג זיך אנצוליינען דא, ועוד חזון..)
איינס גייט ווי פארשטענדליך פאר די one and only @מי אני שליט"א וועלכע איז אייגענטליך געווען א שטארקע סיבה פאר מיר זיך אנצושליסן דא אין שטיבל - נאכן זיין סטאק מיט נאר די ערשטע תגובה אין יעדע אשכול.. זיין קוואל איז ווי א קראן וואסער (היינטיגע צייטן ארבייט עס בעסער ווי א ברונעם..) ברצותו ממוגג וברצותו מזוגג (?) צומאל איז עס לויטערע וואסער צומאל גאר צוקער וואסער און ער קאנטראלירט די שטראם ווי נאר א וואסער מבין קען, און צומאל ווען ס'פעלט אויס לפי הצורך קען ער אפי' מאלן וואסער אויך :D . ועל כולם האט ער גע'בעק'ט דעם סיסטעם מיט ריזיגע רעזעווארן וועלכע זענען 'כמים שאין להם סוף', ער שווימט דערין און קען אפיר טרעפן אלטע אזוי שנעל ווי נייע, און די נייע האבן גאר די זעלבע געשמאק ווי די אלטע, איך שטיי נאך אלס און שטוין, ליינט ער טאקע יעדן טאג 127 ביכער אויפאמאל אז ער קראצט אפיר ציטאטן פון צענדליגע ספרים, ימ'ן פון נושאים, און נישט פארגעסן די פארשטויבטע רעפרענסן פון קאווע שטיבל כסדר? אדער האט ער פשוט א מאסיווע זכרון פון וואס ער קען אלס 'זיך דערמאנען' פון וואו די און די quote קומט? נאר פאר די אינדעקס פון די אלע ביכער זיינע וואלט איך באדארפט א 'בוך-האלטער'...
יא, איך בין אים נאך אלס מקנא (אזוי ווי אין מיין סאמע ערשטע תגובה דא אין שטעטל), אבער איך האב יא אין די צייט אביסל אפגעלערנט זיין כאראקטער און איינגעזען אז דאס קומט נאר מיט די פעקל פון זיין אינטראווערטיוו צו וואס איך בין בשום אופן מסכים.

די צווייטע גייט גיין פאר די זאפט פון @שעפטאל הי"ו, וואס חוץ פון זיינע איבערגעגאסענע 'לייקס' מעסטל, גיסט זיך ארויס פון אים געשמאקקייט, פרייליכקייט, און ווארעמקייט אויף א מבהיל'דיגע וועג, איך בין פשוט איבערגענומען פון זיין כאראקטער און כאריזמע. און אויב איך מעג זאגן איז ער אין מיינע אויגן די סאמע פאקערטסטע פון @מי אני אין נאטור, זייענדיג אן עקסטרעמע עקסטראווערט (אויך נישט ממש מיין פערזענליכע שניט..), אבער פארט קען די שטיבל זיין א מבריח מן הקצה אל הקצה, ווי די צוויי קענען זיך אזוי שיין לייקן איינער דעם צווייטן, און זיך אפי' גריסן טאמער טרעפט מען זיך בטעות..
דאס איז כלל ישראל'ס שיינקייט!


שוין האמער שוין אביסעלע צוגעלייגט אנאליז צו מיין פסיכאלאגישע רעקארד.. :lol:

נאכן אנהייבן שרייבן די תגובה האב איך גלייך געפילט ווי מיין מח שלעפט צו די פסיכאלאגישע אספעקטן דא, אבער פסיכאלאגיש איז דאס זייער סימפל, איך האב נארוואס געקריגן אן הסכמה אזוי-צו-זאגן איבער מיין מבינות, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז מיין בייעסן זאלן צוען אהין ווי מיט מאגנעטן... שוין וועט עס בלייבן אזוי. טאמער ווילסטו הערן א של"ס תורה פון מיר וועסטו מוזן לאזן פאלן א קאמפלימענט איבער מיין כח הדרוש, אבער עס מוז אויך געפאלן פונקט אזוי אין א מינוט וואס איך בין גענוג אויסגערוהט צו רעספאנדן אבער נישט גענוג אויסגערוהט צו קאנטראלירן מיינע בייעסעס...

האטס מיר אלע א גוט יו"ט.

(און שעפטאל מ'ערווארט אז דו זאלסט צוען ווייטער די גאלדענע קייט... אויב לאזטו עס פאר מי אני (-אויב פסיכאלאגיע איז בכלל שולט אויף אים?!) וועט דא ווערן א לייברערי, בעסער האלט עס אין די ראמען.. 8-) )
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

כאפ איך מיר יעצט נאך א נקודה, פארוואס טאקע דוקא די צוויי חברה, פארוואס זענען @מי אני מיט @שעפטאל מיר געקומען אין אינסטינקט?
נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן בין איך נישט נוטה צו קיין עקסטרעמיזם (וואס כ'פרוביר גראדע צו ארבייטן שווער דערויף, זאל ג-ט באהיטן ביי וועלכע עקסטרעימס איך בין שוין אלס געווען א מעמבער..)
ודבר נתפעל מהפיכו, איז על פי חשבון זענען די צוויי עקסטעימס פון עקסטראווערטיוו און אינטראווערטיוו די ווייטסטע פון איינער אין די מער צענטער.. - מ'דארף אפשר @מי אני'ס מאטעמאטישע טבלאות אויסצוצייכענען וויאזוי די צענטער איז די מערסטע 'הפיכו' פון די עקן רינג... וד"ל.

לאמיר אבער זיך שנעל אפשטעלן דא מיט די פסיכאלאגיע ווייל באלד וועל איך שוין זיין אן 'עקסטרעימער פסיכאלאג'..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

שעפטאל איז א עקסטראווערט?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מיך אין די זעלבע תגובה פונעם שנתן מחכמתו ליראיו?!!!
מי אני צו שטיין נאנט צום @מי אני!!! :oops:
ווי א חתן וואס זיצט אויבן אהן הארט נעבען דעם חשובען רב!!!

אבער שכח! ס'פיהלט אזוי גוט!! (יא. ס'פאסט מיך צו זאגן..)
---


גראדע האבעך נאך תקופות און מינוט'ן וואס כ'מאך איין ווען כ'דארף עפענען מיין מויל! (אפי' פאר א פאון קאל!) דער בורא רפואות היילט מיך! ענק ק"ש ברידערלאך זענען איינע פון די גרויסע שליחים!
און יא. ווען כ'פיהל סעיף און נישט דשאדש'ד איז נישטא קיין פילטער'ס..
---


למעשה פיהל איך ווי די קאמפלמענט איז געקומען אין די צייט וואס כ'וועפ שוין, כ'פאנפע שוין אונטער, ס'מאכט זיך שוין טעג וואס כ'ליין נישט און שטייצעך לייק נישט גארנישט.


וואסי געשעהן?!
כ'בין פארלוירן געווארן אינעם דשונגל?..
דערטראנקן געווארן אין די טיי?..
א פומא האט מיך גע'קוש'ט?..
כ'בין געווארן צו ספיריט'ול?..
כ'האב פיינעלי געטראפן א פול טיים דשאב?..

די אמת'ע סיבה איז פשוט.
ק"ש דארף נישט מיין הסכמה ווי געוואלדיג דאס פלאץ איז.

אבער כ'האב באמערקט אז..
1. מיין געשמאק'קייט פון ליינען איז געווארן א דראנג, כ'מיז זעהן וואס טוהט זיך.
2. געוויסע אשכולות שלעפן אראפ מיין מאוד, ווייל ס'איז עוסק אין מחלוקת, צרות, נעגעטיוועטי וכדו'. (איי, ווער בעהט מיך עס צו ליינען, ס'איז געמאכט פאר די חברה וואס זענען נישט אזוי עמפינדלעך צו געפיהלן. אבער כ'פיהל דעם דראנג מיט צו האלטן.)

(די שורש איז דעם הרגשה פון קאנסיסטענסי, כ'ליין דאך אלעס, כ'לייק דאך אסאך. און כאילו יעדער וואס שרייבט עפעס ערווארט מיין ליינען און לייק. שוין.. האבעך צוגעווארפן עפעס פסיכולוגיע פאר דיך @אלפא...)

אזוי ווי ביי יעדע זאך דארף מען זיין באלעבאס אויף זיך. מיז איך זיך אפטרעטן אביסל, (קצה האחרון). [יוש גייט עס זיין שווער, סוכות ווען מ'ארבעט נישט! אויב כ'וועל דורך'פאלן, אראפ'פאלן, און אריין'פאלן, וועלעך כאטש נישט שרייבן.]
און האפנטליך וועלעך צוריק קומען בדרך הממוצע צו ליינען נאר וואס און ווען כ'וויל, אזוי ווי ענק אלע ניצן דעם לעכטיגן פלאטפארמע.

סאו האסט מיך געמאכט א ווארימע צאתכם לשלום!! שכח!!

כ'האף אז ווען כ'קום בקרוב צוריק, וועלעך אויפפרישן דעם אשכול מיט קאמפלימענט'ס וכו' ודו"ק וק"ל וד"ל'ן פאר אסאך ניקים (ווילאנג דעס גייט נישט ווערן מיין נייע דאגה אז כ'לאז אפשר אויס א ברידער'ל וואס ס'קומט זיך עם ערליך! :oops: )
--

דערווייל נעם איך דעם ריזיגן כבוד פון באקומען דא א קאמפלימענט, איבער צו געבן פאר ענק אלע די גרויסע כמו מבינות און רעכט צו געבן קאמפלימענט'ס. טיילט'ס דא א קאמפלמענט א טאג! ס'וועט דאך אזוי פיהל ארויפברענגן די מאאד, היימיש'קייט, פרישקייט, אין אונזער עמעיזינג שטיבל! ס'גייט ברעכן די קאלללטע שרעקעוודיגע אוקורד'נעס פון אסאך פיינע ניקים! און ס'גייט מחיה זיין ניקים וואס זענען אונז אזוי מחיה!
--


לאוו יא אלל ברידער'ס!
האט'ס א לעכטיגן יום טוב!
זאלן די אישפיזין אונז אלע באגלייטן א גאנץ יאהר, און אויסבעהטן פאר אונז רוב שמחה, עושר וכבוד, נחת, געזונט, שלום ושלוה!
זאל די סוכת שלום זיין אויסגעשפרייט איבער אונז אלע א גאנץ יאהר!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאמפלימענטן וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

שליחה דורך קל וחומר »

איך וואלט מגדיר געווען רבינו שעפטאל אלס outspoken.
ער פאקט אלסדינג ארויס אויפן טיש מיט א שמוץ אריבער און עס גיבט די צוהערער/ליינער א געשמאקע געפיל פון אוטענטישקייט און טראסט (וואס איז די וויכטיגסטע זאך ווען מען זוכט א חבר/בראו/באדדי).

צו ער נעמט זיין ענערגיע פון זיין סאושעל מיט אנדערע איז שווער צו זאגן בלויז פון ליינען זיינע ווערק.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

קל וחומר האט געשריבן:איך וואלט מגדיר געווען רבינו שעפטאל אלס outspoken.
ער פאקט אלסדינג ארויס אויפן טיש מיט א שמוץ אריבער און עס גיבט די צוהערער/ליינער א געשמאקע געפיל פון אוטענטישקייט און טראסט (וואס איז די וויכטיגסטע זאך ווען מען זוכט א חבר/בראו/באדדי).

צו ער נעמט זיין ענערגיע פון זיין סאושעל מיט אנדערע איז שווער צו זאגן בלויז פון ליינען זיינע ווערק.
איך האב קיינמאל נישט געפילט שעפטאל אלטס עקסטראווערט פארקערט איך האב געהאלטן ער איז אן אינטראווערט דערפאר בין געווען שאקט צו ליינען וואס החכם הרב @אלפא זאגט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אלפא האט געשריבן:כאפ איך מיר יעצט נאך א נקודה, פארוואס טאקע דוקא די צוויי חברה, פארוואס זענען @מי אני מיט @שעפטאל מיר געקומען אין אינסטינקט?
נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן בין איך נישט נוטה צו קיין עקסטרעמיזם (וואס כ'פרוביר גראדע צו ארבייטן שווער דערויף, זאל ג-ט באהיטן ביי וועלכע עקסטרעימס איך בין שוין אלס געווען א מעמבער..)
ודבר נתפעל מהפיכו, איז על פי חשבון זענען די צוויי עקסטעימס פון עקסטראווערטיוו און אינטראווערטיוו די ווייטסטע פון איינער אין די מער צענטער.. - מ'דארף אפשר @מי אני'ס מאטעמאטישע טבלאות אויסצוצייכענען וויאזוי די צענטער איז די מערסטע 'הפיכו' פון די עקן רינג... וד"ל.
אז מ׳וויל טרעפן (אין אנאליטיק דזשיאמעטרי) די ווייטקייט פון א פונקט אויף אַן עיגול צו א פונקט אידרויסן פון דעם עיגול אויף א סקווער גריד, דאן מאכט מען א רייט טרייענגעל פונעם רעידיאוס פונעם סירקעל ביז׳ן פונקט, און מ׳מעסט די אלכסון דערפון עפ״י די פּיטאגאריען טעארעם, און מ׳נעמט אראפ דערפון די רעידיאוס:
IMG_5977.jpeg
ולענינינו, איז דאך פון וואו איך רעכען די רעידיאוס פון א סירקעל, די סאמע מערסטע סענטערד פונקט דערין. און אז איך וויל פון דארט רעכענען ביז ערגעץ, וואס קען זיין אַן עקסטרעם אזש ביז׳ן אינדרויסן פונעם סירקעל, דארף איך בעצם רעכענען דערצו דעם היפּאטענוס פון א רייט טרייענגעל וכנ״ל. וידוע אז די גמרא (עירובין נז., סוכה ח.) ראַוּנד דאס (ביי א רייט אייסאסעליִס טרייענגעל) אלס א רעישיאוֺ פון אמתא ותרי חומשא פאר יעדע אמה פונעם לענג/ברייט. און די גמרא דרש׳נט בב״מ נד: פון די ווערטער אין פסוקים פון ויסף חמישיתו, אז דאס באדייט חמישיות הרבה (אין די קאנטעקסט פון חומש על חומש) ע״ש (ועיין בב"ק סה:). וא״כ קען מען אפשר טייטשן לענינינו דעם פסוק (במדבר ה ז) וחמישתו יסף עליו ונתן לאשר אשם. ״אשם״ איז ר״ת מ׳י א׳ני ש׳עפטאל. און ביי דעם דארף מען רעכענען ווי ווייט זיי זענען פונעם סענטער פונקט, והוא ע״י די אלכסון כנ״ל, וואס דאס איז תרי חומשא מער פאר יעדע אמה, וזהו ״וחמישתו יסף עליו״ וואס איז חמישיות הרבה ומיעוט רבים שנים (הגם אז דא איז נישט די חומש על החומש)
:D

ובענין חשבון איז מיר טאקע א כבוד אז ״מי אני״ עם הכולל עולה ״@אלפא״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

600'סטע תגובה!!! וכו' וגו' ודוק וק''ל וד''ל

שליחה דורך שעפטאל »

יישר כחכם!!! כ'וואלט נישט אנגעהויבן זיך שטארקן אהן ענק. ענק האבן מיך כסדר געוויזען אז כ'בין פיין, מיט אלע צעדרייטע זאכן וואס כ'שרייב האט מען מיך געוויזן "מ'האט דיך ליב אפי' דו ביסט אנדערש".

סאו א גרויסען דאנק פון מיין (גרויסען..) הארץ פאר דיך טייערע ניק, פאר יעדע לייק, קאמפלימענט, צו חיזוק אין אישי. ענק זאלן אלע האבן לאוו, העפּינעס, און פּיעס. נחת און געלט. שעפטי הער אויף! מ'האט שוין גענוג געהערט פונעם וואונערביל שעפטי ס'עולם ערווארט א גוט'ס! אקעי, מ'גייט מגלה זיין א סוד..

ב"ה כ'האב געריטש'ט מיין גאול!! פון..

2 לייק'ס פּער תגובה

טרעפן גרויסע ניקים

און בעיקר, שרייבן שטותים און באקומען לייק'ס

סאו כ'האב געוואנען מיין וועט מיט מיין חבר און כ'גיי באקומען הער אויף!! ס'אינטרעסירט זיי נישט קיין שטותים! אקעי, סאו כ'וועל ענק געבן א טיעפע שיעור אין אסטרונומיה.

ענק מיינען אוואדע אז מארס איז אסאך ווייטער פון די ערד ווי דעם פלאנעט מיטן לאז דעס פאר די אלטע וויסענשאפט אשכולות!

סאו וואס ווילסטו פון מיך?

@איך אויך? @איך הער..? @אינגערמאנטשיקל? @בְּתוֹךְ עַמִּי? @דערהויבענע איד? @לייביששרייבער? @פונדאַמענטאַל? @צוזאמגעדרייט? @שערי יושר? וכו' וכו' קענעך דען ווי ענק?

כ'זאל זיך נעמען האקן מליצות קורץ אין שארף? בינעך דען @וואלווי?

כ'זאל שרייבן אזוי טיעף אז דו וועסט זיך טרעפן טראכטן פאר א גוטע צוויי וואכן "וואס ווייס איך? כ'ווייס אפי' נישט.. מה אני ו'@מי אני". קענעך דען?

זאלעך פארשטיין יעדע מי אני תגובה און אויסלערנען נאך חכמה? בינעך דען וא'@אלפא'ך חכמה?

ס'זאלעך קומען מיט ס'שארפקייט, ס'האלטן ס'שטיבל אין ס'ראמען פון שכל (ולא דמיון השראום'ס)? ס'דען בינעך @שמן למאור?

זאלעך אריינריקען בייסיגע ליצנות וואס איז דוחה מאה טיפשות? בינעך דען א @רביה"ק זי"ע?

זאלעך אריינקומען אין יעדע אשכול א וואך שפעהטער, ליינען, לייקן, און ציווארפן א גוט ווארט? וואוין איך דען אין @תרמב?

זאלעך איידעלערהייט געבן א לייקל פאר פאר'יתום'טע תגובות? האב איך דען אזא @חמלה גדולה?

זאלעך אריינשמייסן פרייליכע שעפערישע תגובות וואס זענען איינגעטינקן אין גאלד? קענעך דען ווי @דער גאלדענער אדלער?

זאלעך אריינקומען מיט איידלקייט, עהרליכקייט, און גוט'סקייט, כאב ליתומים ודיין אלמנות? האב איך דען דעם הייליגען @שמעקעדיג'ען כח?

זאלעך ענק נעמען אויף א רייד מיט שיינע מעשה'לעך באגלייט מיט לאכער'ס (סמיילי'ס)? בינעך דען בערל דעם שטיבל'ס בעל עגלה?

זאלעך אראפטראסקענען אן אשכול דא דארט מיט פיקחית וחריפות און צוריק פארשווינדען ווערן אין א טאטאלען @תוהו ובוהו?

זאלעך שרייבן מיטן אטורעטעיט גאנג ווי די @מנהל וואלט געשריבן? האבעך דען אזא ברייטען קוק, ישרות און באלאנס וואס @חתם סופר און @נוח האבן?

זאלעך קומען מיט אן אמת'ן קריטיקל טינקינג? בינעך דען אזוי סקעפטיקול ווי @סקעפטיקער?

זאלעך קומען מיט גוטע ווערטלעך? האבעך דען א סוט'קעיס פיהל מיט דשאוק'ס ווי @פאלאצ'ינטא?

און צו דען האב איך לשון הקודש'דיגע ווי זיין שטעל'פארטרעטער @חיים שיק?

זאלעך ענק דערמאנען מיט ב'חן'טע זיסע תגובות אז כ'זיך א חברותא? קענעך דען ווי @טמיר?

זאלעך ענק איינרעדן אז כ'האב נאך א ניק וואס שרייבט עפעס אזוי מין גוט? ניין. ס'ליידער נישט קיין דו פרצופים, כ'בין נישט @דיכטער.

קענעך ענק דען קאלט'בליט'יג דערשטיקן צום טויט פון געלעכטער ווי @קל וחומר?

קענעך דען אזוי גוט דעם ברית החדשה ווי @קהל'ס נער?

קענעך דען אזוי גוט ארום'שפילן מיט עי איי און אפיר'ברענגן בילדער פון @שאלתיאל הראשון?

קענעך דען אראפלאזן א שורה'לע ווי @יין שרף?

קענעך דען אנדרייען היציגע פאליטיק טענה'ערייען ווי @צפת, @מר. קלונימוס מיט די אנדערע ניקים?

האבעך דען אזא שטארקייט וואס די בינות יתירות @מי ימצא און @בת קול האבן?

(קענעך דען מגולגל ווערן פון אילן מאסק צו טראמפ 48 ענק זאגן א גוט שבת?)

אז מ'האט נישט, שרייבט מען נישט!!
ס'בלייבט מיר נישט קיין אנדערע ברירא נאר צו טרינקן נאכאמאל!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

@שעפטי ביסט פוגם אין די ברית חדשה :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט