דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
שכח! פאר דעם שיינעם ארטיקעל.
איך וויל נאר באמערקען אז 460,000 איז געווען דאס מערסטע אידן אין געטא אויף איינמאל. ביים אויפשטאנד אין 1943, איז ליידער נישט געווען מער ווי 80,00, אדער אפילו וויינגער.
פון די פארשאלטענע דייטשען איז געווען צווישען 80 - 300 טוטע, און פון די אידן איז געווען ארום 7,000 וואס זענען געהרגעט געווארן על קידוש השם.
זע לינק
https://www.jewishvirtuallibrary.org/the-warsaw-ghetto-uprising
דיין שאלה צו דער אויפשטאנד איז געווען אויסגעהאלטען, פארשטיי איך נישט . אויסגעהאלטען לויט וועמען? ווי קומט אריין דא אויסגעהאלטען?
טאמער מיינסטו הלכה, איז עס גאר נישט קיין זינלאזע געשעפט. מען קען דאס געהעריג דן זיין. איך בין נאר נישט קיין בקי בהלכה, וועל איך עס איבערלאזען פאר די וואס קענען.

תרמב האט געשריבן:לכאורה ווען ס'זאל ווען פארקומען א ווידערשטאנד אין יעדע אידישע שטאט וואלטן אומגעקומען סאך ווייניגער ווי 6 מיליאן אידן,די נאצי'ס האבן גענוצט זייער ווייניג מענטשן קראפט צו איינזאמלען די אידן, זיי האבן גוט פארנערט דעם עולם מיטן הילף פון אידישע עסקנים ליידער און זיי זענען געגאנגען נעבעך ווי שעפעלעך צום שחיטה, ס'קען זיין אז די ווארשאווא אויפשטענדלער האבן טאקע נישט באוויזן צו ראטעווען די אידן פון ווארשא אבער זיי האבן באוויזן אראפצוהאלטן די נאציס און פארשטייטערן זייערע רציחות אין אנדערע פלעצער.
די אידן האבן נישט געמאכט א ווידערשטאנד אין יעדע שטאט, ווייל זיי זענען פיזיש נישט געווען גרייט דערפאר. און נאך אסאך וויכטעגער ווי פיזיש גרייט, זענען זיי גייסטיש נישט געווען גרייט דערפאר. אפילו אין ווארשא, האט עס גענומען 3 יאר און 400,000 טוטע, פאר די אידן צו זיין גייסטיש גרייט פאר א ווידערשטאנד.
דאס אז די נאציס האבן גענוצט וויניג מענטשען קראפט, איז פאסיג צו זאגן אויף אונגארען. אין פולין האבן די נאציס נישט געמאגלעט אין קיין רוצחים.
די נאצישע רוצחים האבן פראבירט צו פארנארן די אידן, פשוט זיך גרינגער צו מאכן זייער מעשה רציחה. די אידן האבן מערסטענט זיך אליין גענארט פאר א פשוטע סיבה. עס איז צי שווער פאר א מענטש אנצענעמען, אז ער איז אויף געבראנטע געהאקטע צרות, און אז זיין מצב איז הילפלאז.
אז דער ווארשעוואר געטא אויפשטאנד האט געראטעוועט אידן איז שווער צו זאגען. דאס יא, עס האט אויסגעלענט די נאצישע חיות צו זיין מער פארזיכטיג.
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
אלע, אדער לכל הפחות א גרויס חלק פון ר' מנחם זעמבא'ס כתובים, זענען ליידער ארויף אין פלאמען ביים אויפשטאנדט.אישתישבי האט געשריבן:עס וואלט געוועהן אינטרעסאנט צו זעהן די תשובה פין ר' מנחם זעמבא אין דער ענין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]לייבל פיינגאלד, פון די אנפירער פונעם אויפשטאנד, שילדערט ווי פאלגענגד:
אינעם ערשטן טאג סוכת תש''ג, האב איך באזוכט אין די סוכה פון הגאון רבי מנחם זעמבא הי''ד. די סוכה איז פיל געווען מיט מענטשן, צווישן זיי מיטגלידער פון די מזרחי און פון די אגודת ישראל פארטייען, חרדישע אידן. אט איז וואס ער האט דאן געזאגט:
איך האב מיך איבערגעטראכט און איך זאג אייך, אז דאס איז די וועג, אויפשטאנד! זיך פיזיש קעגנשטעלן מיט וואפן אין די הענט! מאנכע פון אונז זענען קעגן די אויפשטאנד, זיי רעדן זיך איין אז פונקט פאר זיי גייט גארנישט פאסירן, און זיי אלע גלייבן אז בלויז ער וועט געראטעוועט ווערן. איך זעה ע''פ הלכה א מצוה אין די ווידערשטאנד, ווארום נקמת הדם השפוך גייט דאך נישט אן אויפן גע'הרג'טען זעלבסט, ווארום וואס פאר א סארט נקמה איז דאס אז ער דארף ערשט גע'הרג'עט ווערן? נאר א ענין פון קידוש השם איז יא פארהאן, די מצוה פון נקמה און מיט מסירות נפש, מיט קדושת הדעת והרצון, נעמט נקמה! (ביז אהער!)
דאקעגן שרייבט עמיצער זיידמאן , אז נאך די גרויסע אקציע אין יולי 942', וואס האט כמעט אויסגעליידיגט די געטא, האט זיך רבי מנחם זעמבא אויסגעדרוקט מיט גרויס ביטערניש: דאס קליג אידיש פאלק האט נעבאך גענצליך פארלוירן זייער שכל! ערשט וואלט מען זיך ווען געדארפט באנוצן מיט אלערליי מיטלן צו אלערמירן די וועלט, איבערקערן וועלטן. אבער איצט דארף מען זיך קעגן שטעלן! און מ'טאר זיך נישט איבערגעבן אין די הענט פון די פיינט!
פון פיינגאלד, (אויב מ'קען אים גלויבן,) זעט מען, אז ער האט געהאלטן אז עס איז ווירקליך א מצוה נקמה צו נעמען אין די נאציס ס'איז גאר אן ענין פון קידוש השם. אבער פון זיידמאן זעהט מען נישט ממש אזוי. מ'קען עס אויסטייטשן אז ער האט געהאלטן אז מ'זאל בלויז אנטלויפן און זיך נישט איבערגעבן אין די הענט פון די נאציס פרייוויליג. נישט שטעלן קיין באוואפענטע ווידערשטאנד מיט געווער, נאכדערצו וויסנדיג אז מ'וועט סיי ווי אזוי גע'הרג'עט ווערן!
ס'לאזט זיך זאגן, אז דער גאון האט דירעקט נישט געוואלט אז ס'זאל פארבלייבן פון אים א קלארקייט אין דעם ענין פון ווידערשטאנד.
יעדע סיטואציע פאדערט זיך א באזונדערע אפשאצונג. ער האט פילייכט נישט געוואלט אז די שפעטערע גענעראציעס זאלן זיך פארלאזן אויף אים אין ענדליכע אומשטעדן.[/justify]

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין שו״ת מנחת יצחק (ח״ג סימן נב) פרעגט מען אים אָן צי מ׳מעג מספיד זיין די קדושי ווארשא הי״ד אין פסח שני. ער פסק׳נט לחומרא.
***
https://youtu.be/W8rILXvZ1mo
***
https://youtu.be/W8rILXvZ1mo
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
שכח! @קאך לעפעל, פאר דיין אינטערסאנטען ארטיקעל.
איך מיין אז די גרויבסט צו טיף אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער, און די זעסט דארט זאכן וואס זענען באמת נישט דארט. איך זע נישט קיין שום סתירה.
יולי 1942 איז א האלבע יאר פאר סוכות תש"ג. אין יולי 1942, ווי עס קוקט אויס, האט ער נאך געטראכט ווי אזוי מען וואלט בעסער געקענט טאן. ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז מען וואלט ווען געדארפט אויפרידערן די וועלט מער, און אז עס וואלט געהאלפן. אויף וואס מען זאל יעצט טון, הייבט אים שוין אן אנצוגיין צו שטעלן א ווידערשטאנד. סוכות תש"ג איז כולו כל הקיצן, און ר' מנחם זעמבא, צוריטערט צי דער טיפעניש פון זיין הארץ, איז גרייט צו גיין אין קריג מיט זיין גאנצען וועזען. ער קען מער נישט צוקוקען ווי די רוצחים הארגען און פיינגענען דעם הייליג פאלק, אן קיין שום ווידערשטאנד.

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין די דאזיגע אנווייזונגען ליגט באגראבן א גרויסער טייל פונעם חורבן.
די נאציס, האבן ליידער גאר גוט ארויסגעהאט דאס אידישער מענטאליטעט. וואו אימער זיי האבן אריינמארשירט, האבן זיי דאס ערשטע זאך אָרגאַניזירט א יודנראט, אדער אן אידישער פאליציי אמט, וואס זיי זאלן דינען אלס די עסקנים! זיי האבן געוויסט אז די אידישע באפעלקערונג טראכט נישט צופיל פאר זיך, נאר מ'פארלאזט זיך פולקאם אויף די געטרייע עסקנים, וואס מיינען חלילה קיינמאל נישט זיך, זיי מיינען אויסשליסליך בלויז דאס טובה פונעם כלל.
די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס! ווען די עסקנים, די קנאקערס, די לעלוס, וכל שום וחניכא דאית להון, האבן געהייסן אויפשטייגן אויף די בהמה וואגאנען, האבן די אידן אן קיין פיפס ערליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים. זיי האבן גענצליך געגלויבט די פארפירישע פראפאגאנדע וואס די נאציס האבן בייזוויליג פארשפרייט דורך די געטרייע עסקנים. אז מ'גייט מיט די פאמיליע אינאיינעם צו א צייטווייליגער גן עדן, וואו מ'גייט בלויז לייכט ארבייטן. און ווען דער קריג וועט פארביי גיין, וועט מען זיך צוקערן אהיים אין פרידן. אין רעזולטאט זענען מיליאנען אידן געגאנגן צו די שחיטה ווי די קעלבער.
די אויפשטענדלער האבן גענוי געוויסט וואו די וואגאנען פירן. זיי האבן געהאט פונקטליכע אינפארמאציע וואס עס שפילט זיך ווירקליך אפ אין טרעבלינקע. זיי האבן האבן דאס דערהאלטן פון אידן וועלכע האבן סוקסעספול באוויזן צו אנטלויפן פון יענעם פינסטערער גיהנום. זיי האבן פארשפרייט ליפלעטן אינעם געטא, וועלכע האבן געווארנט מענטשן זיך נישט צו לאזן פירן פרייוויליג צו די אומשלאג פלעצער. אבער מ'האט זיך נישט צוגעהערט צו זיי, מ'האט ליבערשט געגלויבט די פראפעגאנדע פון די נאציס דורך די עסקנים. אידן האבן נישט געוואלט גלויבן די גרויזאמע שמיעות וואס זענען געקומען פון טרעבלינקע. עס איז ממש אומגלויבליך ווי אזוי דאס שטארק גלויביג אידיש פאלק, האט מיטאמאל אויפגעהערט גלויבן.
עס איז נישט קיין צווייפל אז אינעם נעקסטן האלאקאסט, גייען די געטרייע הצלה און שומרים לייט זיין די דאזיגע וועלכע וועלן אונז ארויפטרייבן אויף די וואגאנען!
זייט נישט פון די אויבער חכמים!
פאלגט אויס די אנווייזונגען פון די געטרייע עסקנים!
מיר מיינען בלויז אייער טובה!
די באערדע האבן פארשפראכן אז ס'וועט קיינעם גארנישט פאסירן!
אוי, הלואי זאלן מיר דאן האבן דאס ריכטיגע שכל... אדער צו אנטלויפן ווי דער נביא האט געזאגט: חבי כמעט רגע עד יעבור זעם...
און אז ס'וועט נישט זיין קיין מעגליכקייטן צו אנטלויפן, זאל יעדער כאטש זיך באוואפענען און שטעלן א העפטיגען ווידערשטאנד.
אבער אויף קיין פאל נישט גלייבן די געטרייע עסקנים, און זיך לאזן פירן ווי די קעלבער צו די שחיטה.
איינמאל נאר איז געווען גענוג, אבער קיינמאל מער![/justify]
@קאך לעפעל, אויב ווילסט פשוט אראפ ראסען די עסקנים און אידישע כלל טו'ערס, אריין פראקען אין זיי וויפיל עס גייט, דאמאלסט געזינטערהייט, איך פארגין דיר דער הנאה. אבער פון וואס עס האט זיך דארט באמת אפגעשפילט, איז עס גאר ווייט.
ווען נישט די געוואלדיגע חסד, ווי די אידן רחמנים בני רחמנים העלפן זיך איינעם דער צווייטען, געבן אוועק פאר א צווייטען דעם לעצטן ביסן פון מויל, וואלט ווען דער גאנצער ווארשעווער געטא אויסגע'פגר'ט פאר הונגער און נא טיים. די יודנרייט האט געטון דעם זעלבען פאנקשען וואס א רעספערעטער טוט פאר איינעם וואס קען מער נישט אליין אטעמען.
די פארשאלטענע חיות טורפות, ווערן געדענקט אלס א חרפה פאר די מענטשהייט. די טייערע אידעליך, וואס זיי טון אלס זיך צו העלפן איינער דעם צווייטען, און טאקע אין אזאלכע שווערע מצבים, דאס קען צולאזען אפילו א שטיין. עיני עיני יורדה מים על חללי בת עמי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: לפי זה מעג מען אין יום העצמאות (אויב ס'וואלט געפאללן ראש חודש) אויך מספיד זיין. ווייל דאמאלס זאגט מען ..."יא"...תחנון.
אבער א פלא ווי דער אייבישטער היט אויס די צדיקים. דער אלטער שארמאשער רב זצ"ל (נישט דער יונגערמאן וואס האט געוואוינט אין מאנרא) איז נפטר געווארן אום ד' אייר. אויך הרה"צ ר' משה בער בעק זצ"ל איז נפטר געווארן אום ד' אייר. א פרייטיג. יום העצמאות מוקדם. ביי אונז היימישע אידן האט מען דאמאלס געזאגט תחנון. כאטש אין א סאך חסי'דישע קהילות זאגט מען נישט פרייטיג קיין תחנון...!
איינער פון די צדיקי הדור האט געפסק'נט אז אפילו ס'איז דא א ברית און פרייטיג אויב ס'געפאלט דאמאלס אויך יום העצמאות זאלל מען יא זאגן תחנון...! צו דעם דארף מען שוין האבן גאר ברייטע פלייצעס. ווייל נישט זאגן תחנון ביי א ברית איז א דין אין שו"ע...! נאר אויב דער ציוניסט'ישער יום העצמאות גייט פאר די אידן אין לעבן אריין איז עס דאך אן ענין פון פיקוח נפש. מעג מען יא זאגן תחנון...!
ס'געווען א איד זייער א תמימות'דיגער. האט ער א יעדן טאג ביי ברכות השחר ביים סוף פון יהי רצון ווען ער האט געזאגט די ווערטער..."ומדינה של גהינום"... אינזין געהאט מדינת ישראל. ער האט ערליך געבעטן דעם באשעפער ער זאלל געראטעוועט ווערן פון מדינת ישראל. איין טאג איז איהם אנגעקומען א טשעק אויפ'ן סכום פון א פאר טויזנט דאללער פון די מס הכנסה. דער שטייער אמט אין די מדינה. איז ער געגאנגען פרעגן דעם רב וואס ער זאלל טון. צי ס'איז נישט קיין ברכה לבטלה וואס ער זאגט א יעדן טאג...! האט דער רב געפסק'נט אז ער זאלל עס פון היינט אן זאגן אן א שם ומלכות...! ) פריש געבאקן מיט השגחה...לאל)

[justify]מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.
די נאציס האבן געזען ווי די אידן האלטן נישט ביים זיך אונטערגעבן, האבן זיי אנגעהויבן אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא. דער גאנצער געטא איז געווארן איינגעהילט אין העלישע פלאמען און שווארצע רויעך. מאי 16 האט גרופנפירער שטרופ באפוילן פאר זיינע שטורמטרופן אונטערצומינען די פראכטפולע טלאמאשער שול מיט אויפרייס מאטריאל, און ער זעלבסט האט געצויגן דאס צינד בענדל, און דער הערליכער שול וואס האט געדינט אלס דאס צענטעראלער שול אין ווארשע פאר לאנגע יארן איז טאטאל פארניכטעט געווארן אין פלאמען. מיט דעם האט דער רשע שטרופ אפיציעל אפגעצייכנט זיין גלארייכער זיג איבער דאס געפלאגט אידיש פאלק!
די נאציס האבן שפעטער געברעגט פון אוישוויץ אידישע צוואנגס ארבייטער, אפצורוימן די ברוכווארג פונעם ריאונירטער געטא. צווישן די ארבייטער איז אויך געווען דער קלויזענבורגער רב ז''ל. וואס זיי האבן זיך נעבאך אנגעזען דארט... צווישן די ברוכווארג האבן זיך געפונען אומצאליגע פארברענטע קערפער פון מענער און פרויען, און אפילו פון קליינע פיצלעך קינדער! ס'האט ממש געריסן ביים הארץ... די לעגענדע פארציילט אז זיי האבן אפילו געפונען נאך לעבעדיגע מענטשן באגראבן אין די פארברענטע ברוכווארג.
האט איינער פון די אידן געפרעגט דעם רבי'ן מיט ביטערנישט, אויב ער גייט נאך אלס זאגן ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים... אונטער אזעלכע שרעקליכע אומשטענדן ווער וויל דען זיין אנטייל פונעם אויסגעוועלטער פאלק? האט אים דער רבי גענטפערט, פונקט קאפויער ערשט איצט גיי איך עס זאגן מיט מיר באדייט: ווילסט דען ענדערש זיין א טייל פון די פאלק וואס האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט?[/justify]
די נאציס האבן געזען ווי די אידן האלטן נישט ביים זיך אונטערגעבן, האבן זיי אנגעהויבן אונטערצוצינדן די הייזער אינעם געטא. דער גאנצער געטא איז געווארן איינגעהילט אין העלישע פלאמען און שווארצע רויעך. מאי 16 האט גרופנפירער שטרופ באפוילן פאר זיינע שטורמטרופן אונטערצומינען די פראכטפולע טלאמאשער שול מיט אויפרייס מאטריאל, און ער זעלבסט האט געצויגן דאס צינד בענדל, און דער הערליכער שול וואס האט געדינט אלס דאס צענטעראלער שול אין ווארשע פאר לאנגע יארן איז טאטאל פארניכטעט געווארן אין פלאמען. מיט דעם האט דער רשע שטרופ אפיציעל אפגעצייכנט זיין גלארייכער זיג איבער דאס געפלאגט אידיש פאלק!
די נאציס האבן שפעטער געברעגט פון אוישוויץ אידישע צוואנגס ארבייטער, אפצורוימן די ברוכווארג פונעם ריאונירטער געטא. צווישן די ארבייטער איז אויך געווען דער קלויזענבורגער רב ז''ל. וואס זיי האבן זיך נעבאך אנגעזען דארט... צווישן די ברוכווארג האבן זיך געפונען אומצאליגע פארברענטע קערפער פון מענער און פרויען, און אפילו פון קליינע פיצלעך קינדער! ס'האט ממש געריסן ביים הארץ... די לעגענדע פארציילט אז זיי האבן אפילו געפונען נאך לעבעדיגע מענטשן באגראבן אין די פארברענטע ברוכווארג.
האט איינער פון די אידן געפרעגט דעם רבי'ן מיט ביטערנישט, אויב ער גייט נאך אלס זאגן ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים... אונטער אזעלכע שרעקליכע אומשטענדן ווער וויל דען זיין אנטייל פונעם אויסגעוועלטער פאלק? האט אים דער רבי גענטפערט, פונקט קאפויער ערשט איצט גיי איך עס זאגן מיט מיר באדייט: ווילסט דען ענדערש זיין א טייל פון די פאלק וואס האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט?[/justify]
- זיו
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
- האט שוין געלייקט: 575 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
Re: דאס אויפשטאנד אין ווארשא!
גיב א שמייכעל האט געשריבן:אינעם טויט פארבריק/לאגער סאביבאר איז ווי באקאנט געווען א אויפשטאנד און הינדרעטער אידען האבן זיך ארויסגעריסען פינעם לאגער, זייער אסאך -מער ווי רוב דאכצעך- זענען טאקע דערהארגעט געווארן אויפן וועג, הן פין די איינגעזייטע מינעס און הן פון די קוילען פון די נאכלויפענדע נאציס ימ"ש, און אויכעט זענען משך פון די קומענדיגע טעג זייער אסאך געכאפט געווארן אין וואלד.
אבער ווען נישט דאס וואלט לכאורה נישט געבליבן פון די גאנצע לאגער קיין זכר! און מעגליך אינז וואלט מיר אפילו נישט געוויסט פון די גאנצע לאגער צו זאגען! און א דאנק די אויפשטאנד איז ביז נישט צו לאנג צוריק געווען איבערלעבער.
שכח! @גיב א שמייכעל
אזא 8, 9 יאר צוריק, אין תשעה באב, האב איך אמאל געוואטשעט א דאקאמענטערי פון א פרוי וואס האט איבערגעלעבט דעם סאביבאר טויט לאגער. יעצט קען איך עס אבער נישט טרעפען. איך זע אבער אז עס איז דא אן ענגלישע פילם פון 1978 עסקעפ פראם סאביבאר, וועגן דעם אנטלאף פונם לאגער סאביבאר, געבויט אויף א בויק מיטן זעלבען נאמען. זע לינק
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Escape_from_Sobibor
Youtube Link
https://youtu.be/rQLQ1DrnvO0
אויך טרעף איך א נייער רוסעשער פילם, סאביבאר, פון 2018. זע לינק
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sobibor_(film)
- גיב א שמייכעל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל
זיו האט געשריבן:שכח! @קאך לעפעל, פאר דיין אינטערסאנטען ארטיקעל.
איך מיין אז די גרויבסט צו טיף אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער, און די זעסט דארט זאכן וואס זענען באמת נישט דארט. איך זע נישט קיין שום סתירה.
יולי 1942 איז א האלבע יאר פאר סוכות תש"ג. אין יולי 1942, ווי עס קוקט אויס, האט ער נאך געטראכט ווי אזוי מען וואלט בעסער געקענט טאן. ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז מען וואלט ווען געדארפט אויפרידערן די וועלט מער, און אז עס וואלט געהאלפן. אויף וואס מען זאל יעצט טון, הייבט אים שוין אן אנצוגיין צו שטעלן א ווידערשטאנד. סוכות תש"ג איז כולו כל הקיצן, און ר' מנחם זעמבא, צוריטערט צי דער טיפעניש פון זיין הארץ, איז גרייט צו גיין אין קריג מיט זיין גאנצען וועזען. ער קען מער נישט צוקוקען ווי די רוצחים הארגען און פיינגענען דעם הייליג פאלק, אן קיין שום ווידערשטאנד.
אסאך גדולי ישראל האבו אימיטן דער קריג געטוישט זייטען איבער דער שרעקליכקייט פינעם מצב,
ווי באקאנט דער פיסיאצנער הי"ד שרייבט אין 'חובת התלמידים' אז ער פארשטייט נישט די מענטשען וואס ווערן אפגעשוואכט אין זייער אמונה וועגען דעם קריג, כלל ישראל האט שוין געהאט אזוינע צייטן ווי למשל ביים חורבן ביהמ"ק די הרוגי ביתר, וכו'
אבער אינטער דעם איז דא אן הגעה ווי ער שרייבט צו 'כ"ז כתבתי בשנת... ווען די צרות זענען נאכנישט געוועזען אזוי שטארק, אבער יעצט זעה איך אז מיום בריאות העולם איז נאכנישט געווען אזוינע צרות ומיתות משינות ווי יעצט!!' והקב"ה ירחם עלינו וכו'
די ווערטער זענען נישט פינקטלעך, אבער בערך דאס שרייבט ער.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.[/justify]
עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיו האט געשריבן:שכח! @קאך לעפעל, פאר דיין אינטערסאנטען ארטיקעל.
איך מיין אז די גרויבסט צו טיף אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער, און די זעסט דארט זאכן וואס זענען באמת נישט דארט. איך זע נישט קיין שום סתירה.
יולי 1942 איז א האלבע יאר פאר סוכות תש"ג. אין יולי 1942, ווי עס קוקט אויס, האט ער נאך געטראכט ווי אזוי מען וואלט בעסער געקענט טאן. ער האט זיך נעבעך איינגערעט אז מען וואלט ווען געדארפט אויפרידערן די וועלט מער, און אז עס וואלט געהאלפן. אויף וואס מען זאל יעצט טון, הייבט אים שוין אן אנצוגיין צו שטעלן א ווידערשטאנד. סוכות תש"ג איז כולו כל הקיצן, און ר' מנחם זעמבא, צוריטערט צי דער טיפעניש פון זיין הארץ, איז גרייט צו גיין אין קריג מיט זיין גאנצען וועזען. ער קען מער נישט צוקוקען ווי די רוצחים הארגען און פיינגענען דעם הייליג פאלק, אן קיין שום ווידערשטאנד.
אסאך גדולי ישראל האבו אימיטן דער קריג געטוישט זייטען איבער דער שרעקליכקייט פינעם מצב,
ווי באקאנט דער פיסיאצנער הי"ד שרייבט אין 'חובת התלמידים' אז ער פארשטייט נישט די מענטשען וואס ווערן אפגעשוואכט אין זייער אמונה וועגען דעם קריג, כלל ישראל האט שוין געהאט אזוינע צייטן ווי למשל ביים חורבן ביהמ"ק די הרוגי ביתר, וכו'
אבער אינטער דעם איז דא אן הגעה ווי ער שרייבט צו 'כ"ז כתבתי בשנת... ווען די צרות זענען נאכנישט געוועזען אזוי שטארק, אבער יעצט זעה איך אז מיום בריאות העולם איז נאכנישט געווען אזוינע צרות ומיתות משינות ווי יעצט!!' והקב"ה ירחם עלינו וכו'
די ווערטער זענען נישט פינקטלעך, אבער בערך דאס שרייבט ער.
געב א שמייכל: דו קענסט נישט האבן קיין טענות צו קאך לעפל אז ער גראבט צו שטארק. און ער טרעפט סתירות אין ר' מנחם זעמבא'ס ווערטער...! ביי מענטשן אזוי ווי מיר, וועלכע זענען די קינדער פון עלטערן וועלכע האבן אדורכגעמאכט דעם האלאקאוסט. און געבוירן גלייך נאך די וועלט מלחמה. אונז שפירן דעם האלקאוסט אין די ביינער און נשמה. ביי אונז איז זייער חשוב און וויכטיג אויסצופארשן א יעדן קליינעם פרט פון די היסטארישע געשעענישן וועלכע האבן זיך דאמאלס אפגעשפיעלט. און איך בין שטארק דאנקבאר פאר ..."קאך לעפל"... וואס ער נעמט זיך די מיה נאכצוגיין און נאכפארשן אלע פרטי פרטים פון דעם האלאקאוסט...!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אישתישבי האט געשריבן:עס וואלט געוועהן אינטרעסאנט צו זעהן די תשובה פין ר' מנחם זעמבא אין דער ענין.
די דעבאטע איבער ר' מנחם'ס ריכטיגע דעה איז אזוי אלט ווי דער אויפשטאנד אליינס. כ'גלייב נישט עס וועט אנטשיידן ווערן בעפאר משיח'ס טאג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:האט איינער פון די אידן געפרעגט דעם רבי'ן מיט ביטערנישט, אויב ער גייט נאך אלס זאגן ביים דאווענען אתה בחרתנו מכל העמים... אונטער אזעלכע שרעקליכע אומשטענדן ווער וויל דען זיין אנטייל פונעם אויסגעוועלטער פאלק? האט אים דער רבי גענטפערט, פונקט קאפויער ערשט איצט גיי איך עס זאגן מיט מיר באדייט: ווילסט דען ענדערש זיין א טייל פון די פאלק וואס האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט?[/justify]
די מעשה גייט אז דעם תשובה האט דער רבי זאגאר געזאגט פאר א נאצי אליינס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אלע צוזאמען האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.[/justify]
עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.
צוויי חברה, דורך די סוער סיסטעמס פונקט מיט מזל ווייל זיי זענען געגאנגען אויף א מיסיע מייניך צו בעטן הילף פון די פוילישע הינטערגרונד אינדרויסן פון געטאו. עכ"פ אזוי פארציילן זיי..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]מאי 8 איז די בונקער מילא 18 געפאלן נאך שווערע שלאכטן, אבער די אויפשטענדלער אין שפיץ פון דער קאמאנדיר מרדכי אונאלאוויטש האבן זיך אויף קיין פאל נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן לעבעדיג צו די נאציס. זיי האבן ליבערשט איינגענומען צייאַנייד פילן וואס זיי האבן זיך נאך געהאט אנגעגרייט פון פריער. פארט זענען די שלאכטן ווייטער אנגעגאנגען, אצינד אונטער די קאמאנדא פון יצחק צוקער.[/justify]
עפעס דענק איך אז א חלק האבן זיך יא באוויזן ארויסצוכאפן פונעם בונקער.
צוויי חברה, דורך די סוער סיסטעמס פונקט מיט מזל ווייל זיי זענען פונקט געגאנגען אויף א מיסיע מייניך צו בעטן הילף פון די פוילישע הינטערגרונד אינדרויסן פון געטאו. עכ"פ אזוי פארציילן זיי..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- עולם הזה
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
די דאזיגע עסקנים האבן געהאט בלויז איין אופגאבע. זיי האבן גענומען די באפעלן פון די געסטאפא, און זיכער געמאכט אז די אידן פאלגן עס אויס!
וויאזוי די היימישע צייטונגען וואלטן באריכטעט די נייעס.
שרעקליכע טראגעדיע אין רעזולטאט פון אידישע עקסטרעמיסטן.
ווארשא - א גאר טראגישער אינצידענט איז פארגעקומען אין אידיש-בליענדן שטעטל ווארשא, ווען עטליכע אידישע עקסטרעמיסטן האבן פרובירט זיך ארויסצודרייען פון די רעגירונג רעגולאציעס און זיך אנטקעגן געשטעלט די פאליציי'אישע אנווייזונגען וועלכע האט זיך אויסגעלאזט מיט געוואלדטאטן און אומרוען, און האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אפאר אידישע קרבנות.
נאך א גרונטליכע אויספארשונג שטעלט זיך ארויס אז די גרופע פון די אויפשטאנד זענען פון די אנטי-היטלער גרופע וועלכע זענען פארגלייבט אין קאנספיראציעס אז די איצטיגע אדמיניסטראציע זענען אויסגעשפראכענע אידן-פיינט און גלייבן אז די "אפעראציע-ריינהארדט" איז גאר א אידן-ריין פראגראם, א מיליטערישע מיסיע אויסצוראטן די אידן.. מ'האט טאקע געטראפן אין זייערע באראקן לופלעטן, אנגעפילט מיט העצע קעגן פרעזידענט היטלער מיט קאנספיראציעס און מיסאינפארמאציע, אריינגערעכנט אז די באנען וועלכע פירן טעגליך די הונדערטער אידן צום נייעם אידישן געגנט אוישוויץ, פראפאגאנדירן זיי אז די רעגירונג נעמט גאר די אלע אידן אויף צו הרג'ענען און רצח'ענען אויף א סיסטעמאטישע אופן... און איבער די נייע בארימטע "ענדגילטיגער לעזונג פראגראם" אונטערגענומען דורך די "דייטשער געזונטהייט אגענטור" אנגעפירט דורכ'ן אנגעזעהענער דר. מענגעלע, פארפירן זיי אינעם אויסגאבע אז די פראגראם איז גארנישט פאר אונזער געזונט! נאר מען פירט דורך פיינפולע עקספערימענטן געצווינגענערהייט אויף קליינע קינדער..
מיט אט די מח-שווענקונג און נאך אסאך אזעלכע קאנספיראציעס וואס די דייטשע פעקט-טשעקער'ס האבן געזיגלט אלס "פאלש" האבן זיך די עקסטרעמיסטן פארגלייבט (די מאגאזין דיסריביוטערס האבן טאקע זינט דאן אויפגעהערט פארשפרייטן די אויסגאבעס.)
בשעת די אויפשטאנד האבן זיי טאקע געשריגן און פארפירט "נישט ארויפגיין אויף די באנען!! דאס וועט ענק פירן צום טויט!! פרעזידענט היטלער וויל אויס'הרג'ענען אלע אידן! דר. מענגעלע איז א רשע א רוצח!!"
די ראשי עסקנים פון אלע קהילות און מוסדות צוזאמען מיט די פירער פון די יודנראט עסקנים, זענען ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע רעאקציע צו פארדאמען די אויפשטאנד זאגענדיג "דאס האט געברענגט גאר א גרויסער חילול השם, און האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אומשלדיגע אידישע קרבנות", און נאכאמאל דערמאנט די שעדליכקייט פון ליינען אזעלכע סארט פראפעגאנדע. און דערנאך אויפגעפאדערט אויסצופאלגן אלע אנווייזונגען פון די לאקאלע געסטאפא און עס. עס. אפיצירן.
אין ליכט פון די געוואלדאטן האבן מיר אפגעהאלטן א שמועס מיט איינע פון די הויפט יודנראט עסקנים מיט א לעבעדיגער באריכט פון אוישוויץ:
חיים: ס'איז מיין ערשטע טאג דא, וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז טאקע געווען א שווערע רייזע, צוליב די וואגאנען וואס זענען געווען איבערגעפילט מיט אידן פון אלע אידישע געגנטער. אבער נאכן אפשטייגן האט זיך אלעס אויסגעצאהלט. ס'איז א הערליכע געגנט! ס'איז א גאר שטילע געגנט, הערליכע פאנאראמאס, ממש ווי אין קאנטרי, מיר קוקן ארויס אויף א אידיש בליענדע עתיד בעזרת השם.
אויך איז דאס א גאר פארזיכערטע געגנט, און אדאנק די שתדלנות ביים הויכן פענסטער, האט די רעגירונג צוגעשטעלט א פלאטע פון די בארימטע עס.עס. סעקיוריטי פירמע מיט באוואפענטע אפיצירן אפצוהיטן פון דרויסענדיגע אומגעווינטשענע עלעמענטן.
די יודנראט עסקנים טוען טאקע דערמאנען די וויכטיגקייט פון זיך איינשרייבן אין די דייטשע רעגירונג דאטע-בעי"ס, זאגנדיג "ס'איז גאר וויכטיג איינצושרייבן יעדע איינציגע קינד און פאמיליע מיטגליד אין די דאטע-בעי"ס ווייל דאס וועט אונז פארזיכערן אלע שטאטישע פראגראמען פאר די נייע מוסדות אין אוישוויץ."
חיים ענדיגט צו: די צענטראלע בנין דא קוקט אויס צו זיין א מייסטערהאפטיגע צענטער פאר אלע אידישע געברויכן. די איינגשטעלטע האבן צוגעזאגט אויף מארגן פארן גאנצן עולם א הייסן שוויץ (בחנם!). כ'זעה שוין טאקע די רויעך ארויסקומען פון קוימען.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עולם הזה: זייער גוט אראפגעלייגט. נאר נישט אין אלע פעלער און פלעצער איז עס געווען אזוי. דער אנפיהרער פון יודנראט אין ווארשאווער געטא, אדאם טשערניאק איז געווען א וואוילער מענטש. און ער האט באמת אינזין געהאט צו העלפן די אידישע באפעלקערונג. נאר די נאצישע פיהרער האבן איהם אויסגעפאפט. און אייביג געבראכן זייער צוזאג אדער הסכם וואס זיי האבן צוגעזאגט מיט א שמייכל און האנד רייך...! צום סוף איז ער אריינגעפאללן אין א מצב פון יאוש. און ער האט זיך (ליידער ) גענומען דאס לעבן. נאר ווער ס'זענען באמת געווען רשעים זענען געווען די ..."אידישע"... פאליסלייט וועלכע האבן געכאפט אידן און מיט געוואלד און קלעפ זיי ארויפגעשטופט אויף די וואגאנען קיין אוישוויץ...! מיינענדיג, נעבעך, אז זיי וועללן זיך קענען ראטעווען...! אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווען ס'איז געקומען זייער צייט האט מען זיי און זייערע משפחות אוועקגעפיהרט גלייך מיט די אנדערע אידן...!