אדמורי וויזניץ אסר׳ן די אונטערן פלעיס אויף די אינטערנעט

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

אדמורי וויזניץ אסר׳ן די אונטערן פלעיס אויף די אינטערנעט

שליחה דורך היכי דמי »

טראצדעם וואס אין וויזניץ איז די מנהג נישט צו רעדן קיין תורה ביי די חול המועד טישן, האבן די די אדמורים פון וויזניץ מאנסי און וויזניץ בארא פארק געמאכט אן אויסנאם, און אויפגעטרעטן נעכטן ביי זייערע טישן למען קיום הדורות, אפצוהאלטן זייערע חסידים פון מיטהאלטן די אונטערן פלעיס וואס קומט פאר היי יאר אויף די אינטערנעט.

וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט איז, אז אינעם דרשה פון די מאנסי רבי דערמאנט ער אז די היתר צו נוצן אינטערנעט איז נאר לצורך פרנסה. נו, דאס איז דאך די פרנסה פון זייערס א חסיד. ווי איז שייך בכלל פרנסה אויף די אינטערנעט אויב מען לאזט נישט צו קיין קונים?
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

סתם אינטערעסאנט צוצולייגן, די נייהויז-שטיינמעטץ פאר - באקאנט אלס "שטיינהאוז פראדאקשענס" איז די חול המועד אויך אויסגעקומען מיט א פרויערישע פילם וועלכע ווערט אויפגעשפילט אין א לאקאלע זאל.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

כ'הער אז לאנגזאם/פעלדמאן האבן נישט אויפגעטראטן, איז עס צוליב'ן איסור?
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:סתם אינטערעסאנט צוצולייגן, די נייהויז-שטיינמעטץ פאר - באקאנט אלס "שטיינהאוז פראדאקשענס" איז די חול המועד אויך אויסגעקומען מיט א פרויערישע פילם וועלכע ווערט אויפגעשפילט אין א לאקאלע זאל.

אויף די טרעילער האב איך געזעהן אז ליבי שטיסל עקט אויף עס
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:כ'הער אז לאנגזאם/פעלדמאן האבן נישט אויפגעטראטן, איז עס צוליב'ן איסור?

לאנגסאם זיכער ווייל ער שפיעלט נישט, אפציעל, אויף אינטערנעט וכדומה.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איתן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:כ'הער אז לאנגזאם/פעלדמאן האבן נישט אויפגעטראטן, איז עס צוליב'ן איסור?

לאנגסאם זיכער ווייל ער שפיעלט נישט, אפציעל, אויף אינטערנעט וכדומה.

ביי קאראנע געדענק איך האט ער געשפילט צוזאמען מיט פעלדמאן אויף די אינטערנעט, אפשר דעמאלטס האט די פירערשאפט פון די פלאץ ווי ער וואוינט אים אפירגענומען, און זייט דעמאלטס האט ער אויפגעהערט.
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

תרמב האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:כ'הער אז לאנגזאם/פעלדמאן האבן נישט אויפגעטראטן, איז עס צוליב'ן איסור?

לאנגסאם זיכער ווייל ער שפיעלט נישט, אפציעל, אויף אינטערנעט וכדומה.

ביי קאראנע געדענק איך האט ער געשפילט צוזאמען מיט פעלדמאן אויף די אינטערנעט, אפשר דעמאלטס האט די פירערשאפט פון די פלאץ ווי ער וואוינט אים אפירגענומען, און זייט דעמאלטס האט ער אויפגעהערט.

לכאורה האט מען עהם נישט אפירגענומען, נאר ער פאר זיך [ווער ס'קען עהם ''פערזענליך''] האלט זיך מער פרומער, דערמיט וואס ער נוצט נישט קיין טעקסט און כ''ש ווידיאו שאויס. אלא מאי קאראנע שאני, און יעצט איז שוין נישט דעמאלטס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איין זאך איז זיכער: די אדמור"י וויזשניץ האבן נאך א ביסל רעספעקט ביים עולם. נאר אויב זיי וועללן זיך אריינלאזן אין די שטותים פון ארויסקומען מיט איסורים וחרמות אויף א יעדע זאך וועללן זיי פארפאטשקען זייער נאמען. און זיי וועללן בלייבן דער חוזק פון די וועלט...!

דער גאנצער טעם פארוואס הרה"צ ר' מאטעלע איז געווען רעספעקטירט ביים עולם איז געווען ווייל מ'האט געהערט זיינע גאוני'שע פסקים בהלכה. און ר'האט ציך נישט געווארפן מיט קיין איסורים אויף א יעדן שטות און נארישקייט. ווייל אזעלכע איסורים ארויסגעבער און קול קורא אונטערשרייבערס איז דא גענוג און נאך...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאנצער טעם פארוואס הרה"צ ר' מאטעלע איז געווען רעספעקטירט ביים עולם איז געווען ווייל מ'האט געהערט זיינע גאוני'שע פסקים בהלכה. און ר'האט ציך נישט געווארפן מיט קיין איסורים אויף א יעדן שטות און נארישקייט

הא? איך ליין ריכטיג???
האסט אמאל געהערט פונעם בעל "מוחה אני"?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: טאקע נאר אין גאר ווייניג פעלער האט ער ארויסגעזאגט זיין חוות דעת לאיסור און זיין מחאה. און דער עולם איז טאקע נישט געווען צופרידן פון דעם. איינס פון זיינע מחאות און פסקים לאיסור איז געווען אז הצלה טאר נישט פארן אום שבת אויף קיין קאללס.( דאס איז געווען גאר אין אנהייב וואס הצלה האטציך געגרינדעט). די אנדערע איז געווען זייער א שטארקע און גרויסע מחאה ביי דעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל. דארט האטציך דאך אנטוויקלט א גאנצע פאליטיק. און רוב מענטשן וועלכע זענען געווען נאנט צו דעם קעיס האבן געהאלטן אז ער איז נישט גערעכט. מענטשן האבן צוריקגעשאסן אז ביי איהם אין די מוסדות זענען אויך פארהאן פראגראמען וועלכע טויגן נישט מבחינת פון אידישקייט. נאר דער פשוט'ער תירוץ איז אז ער איז נישט געווען גוט אינפארמירט. זיינע מקורבים האבן איהם נישט געגעבן די ריכטיגע אינפארמאציע. זיי האבן פארדרייט די אמת'ע פאקטן..!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעפ ווי זאגט נאר שבת'ל? נישט אויף מיין זייגער.

ר' מאטעלע איז יארן לאנג געווען באקאנט אין די גאנצע וועלט אלס דער 'בעל המחאות'. איך ווייס נישט צו בשעתו איז געווען נאך איינער סיי ווי וואס האט אזוי פיל מוחה געווען ווי עם, יעדע צווייטע וואך אויף עפעס אנדערש.

ר' בערל כ'ווייס נישט אויב דו געדענקסט אבער זיין רשעות פון נישט צולאזן הצלה אין שבת האט נעבעך געקאסט דאס לעבן פון איינע פון די תושבים אין וויזשניץ הי''ד. דעמאלטס איז עס פלוצלינג מותר געווארן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך: ביי זיין פסק לאיסור וועגן הצלה ביניך פערזענליך געווען געשאק'ט...היתכן א רב א פוסק זאלל ארויסגעבן אזא נארישן און אומ'ריכטיגן פסק. נאר זיין אזוי גערופענע פרומקייט האט איהם פארפיהרט. ווי רש"י זאגט ביי קורח. די באקאנטע קושיא..."וקורח, שפיקח היה מה ראה לשטות זה"?!... נאר רש"י הק' פארענטפערט עס אז..."עינו הטעתו"...! דא איז די זעלבע זאך...!

אבער בדרך כלל. רוב פון זיינע פסקים זענען געווען אויסגעהאלטן עפ"י הלכה און אלס מענטשליכקייט.למשל זיין פארארדענונג אז אין די וויזשניצער האללס (סיי אין מאנסי און סיי אין בארא פארק) זאלל מען נישט אויפגעבן די דיזוירטס נאר ערשט נאכ'ן בענטשן. רוב וועלט פיהרט זיך נישט אזוי. אבער להלכה איז ער גערעכט 100%. ווייל דאס איז נישט בא באמצע הסעודה און מחמת הסעודה. נאר א קינוח סעודה. וואס מ'איז מחוייב עפ"י הלכה פסוקה אין שו"ע צו מאכן אן עקסטער ברכה. אבער דער עולם איז נישט נזהר אין דעם. ער האט געהאט נאך פסקים להלכה. נישט אלעס האביך אנגענומען. ווייל סוכ"ס ביניך נישט קיין וויזשניצער חסיד. ער האט אויך געפסק'נט אז ווער ס'פארט פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק קיין מאנסי דארף נישט צו זאגן תפילת הדרך...! דאס האביך נישט אנגענומען. ווייל איך האלט אז דאס האט ער געזאגט פאר זיינע חסידים וועלכע פארן זייער א סאך צו זייער רבי'ן...
(לאל?)

לגבי דעם סקול דיסטריקט אין קרית יואל איז ער 100% געווען נישט גערעכט. ואין כאן המקום להאריך בזה. ער האט עס אבער נישט געטון מכח היציגקייט. נאר פשוט. ער איז נישט געווען גוט אינפארמירט. זיינע מענטשן האבן פארדרייט די פאקטן פון דעם אמת'ן מצב. און זיין פרומקייט האטציך גובר געווען...! אלמלא ער ווייסט די ריכטיגע פאקטן פונ'ם מצב דארט. ביניך זיכער אז ער וואלט נישט ארויסגעקומען מיט זיין מחאה...!
פארשפארט