א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קנדה האט געשריבן:,עס קליקט זיך נישט אפשר שיקסטו די לינק עקסטער?

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

https://123moviesfree.net/movie/clouds- ... ching.html
געב א קליק אויפ די פלעי אייקאן, עס וועט זיך אויף עפענען א נייע ווינדאו, פארמאך גלייך די נייע ווינדאו, און קליק נאכאמאל אויף די פלעי צייכן און צום צווייטן מאל וועט עס ארבעטן. א בחינה ווי דער בעל תפילה וואס מען דארף אים צושיקן צוויי מאל איידער ער בעט זיך איבער און גייט צו.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

אין די װירטואַלע סאציאלע װעלט איז די פילם באַקאַנט פאר די בכיות װאס סע האט גורם געװען אויף טיק-טאַק...

Official Trailer
https://www.youtube.com/watch?v=OWEgUhWU4g4
די ענדע סצענע: https://www.youtube.com/watch?v=HM9TLvS9lx4

די פולע ניגון אויף װאס די נאמען איז באזירט: https://www.youtube.com/watch?v=Ed3wIH1leLc
װען די פילם איז ארויסגעקומען איז דער ליד פאר א װיילע געװען נומער 1 אויף איי-טונ'ס, (צום צװייטן מאָל), זיבן יאָר נאכן מחבר'ס טויט

7,5 אויף IMDb
https://www.imdb.com/title/tt6473066/?ref_=ev_nom
Just another nerd
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

די פילם איז אייזן שטארק, עס האט מיר געקאסט אפאר טרערן פאר א גוטע צוועק. האט זיך געלוינט די אשכול פאר דעם אליין.

עס איז דא דערין פריינדשאפט און ליבע פון אן אנדערע וועלט, א ריינקייט וואס מען זעט נישט ווען מען מיינט די מינוט איז נישט וויכטיג, אן אפנקייט וואס איז שווער צו האבן ווען מען מיינט עס איז נאך דא אסאך צייט.


הלוואי זאל מיר עס בלייבן אין די ביינער פאר אזוי לאנג ווי איך האב.

You don't have to find out you are dying to start living
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.

אבשלום בן מעכה: מ'קען נישט אייביג האבן צוויי פארקערטע זאכן אין איין, און די זעלבע צייט. אדער ווילסטו האבן א גוטן פילטער וואס זאלל דיך פראטעקטן פון שמוץ. דאמאלס קענסטו נישט קוקן א פילם וואס האט אפן חזר'ישע סצענעס און בילדער. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. ווידער אויב דו ווילסט עס דווקא זעהן און נאך אזעלכע און ענליכע זאכן וועלכע זענען מלובש אין אינטרעסאנטקייט. דאמאלס דארפסטו נישט קיין פילטער...!

איך האב געהאט אן ענליכן ארגומענט מיט מיינעם א באקאנטן. (מיין באס רבי.) איך פלעג צו קויפן אזעלכע פיינע און ערליכע מאגאזינען ווי משפחה. און אנדערע. ער איז אבער געווען א הייליגער איד. ער האט מיר געזאגט אז ביי איהם אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען. ער האט אבער אייביג געכאפט א בליק אריין אין די סחורה וואס איך האב געקויפט. האביך איהם איינמאל געפרעגט..."מה נפשך. אויב דו האלטסט אז מ'טאר עס נישט ליינען דאמאלס וואס גנב'עסט דו אייביג א בליק אריין. אויב מ'מעג יא. גיי ארויס און קויף"...!
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

די פילם איז איום ונורא, אילו לא בא אשכול זו אלא בשביל פילם זו דיינו, עס איז בעסער ווי זיבן יאר מוסר. א לענגערע תגובה וועט נאכקומען אי״ה ווען די צייט וועט ערלויבן.
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

צוליב די שרעקליכע טראגעדיע וועט מען די וואך נישט ארויסלייגן קיין מאווי, דאס איז אונזער וועג ווי אזוי מיר נידערן די פאן-flag אויף האלב.
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך וויל האבן א פילטער און זיין געבלאקט פון שמוץ, אבער ס'איז דא זאכן וואס איך וויל זען און מיין פילטער לאזט עס נישט דורך. דאס זענען איינע פון די זאכן.

אבשלום בן מעכה: מ'קען נישט אייביג האבן צוויי פארקערטע זאכן אין איין, און די זעלבע צייט. אדער ווילסטו האבן א גוטן פילטער וואס זאלל דיך פראטעקטן פון שמוץ. דאמאלס קענסטו נישט קוקן א פילם וואס האט אפן חזר'ישע סצענעס און בילדער. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. ווידער אויב דו ווילסט עס דווקא זעהן און נאך אזעלכע און ענליכע זאכן וועלכע זענען מלובש אין אינטרעסאנטקייט. דאמאלס דארפסטו נישט קיין פילטער...!

איך האב געהאט אן ענליכן ארגומענט מיט מיינעם א באקאנטן. (מיין באס רבי.) איך פלעג צו קויפן אזעלכע פיינע און ערליכע מאגאזינען ווי משפחה. און אנדערע. ער איז אבער געווען א הייליגער איד. ער האט מיר געזאגט אז ביי איהם אין שטוב קומט נישט אריין קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען. ער האט אבער אייביג געכאפט א בליק אריין אין די סחורה וואס איך האב געקויפט. האביך איהם איינמאל געפרעגט..."מה נפשך. אויב דו האלטסט אז מ'טאר עס נישט ליינען דאמאלס וואס גנב'עסט דו אייביג א בליק אריין. אויב מ'מעג יא. גיי ארויס און קויף"...!


הער מיר אויף צו דזשאדזשן און אויפקלערן. איך דארף די ווידאו. קענסט עס מיר דראפבאקסן אדער גוגל-דרייוון? - אדער נישט. זאג מיר נישט וואס איך דארף טון פאר מיין רוחניות אדער נישט. פארשטאנען?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין. כ'האב נישט פארשטאנען. און כ'וויל נישט פארשטיין. ס'איז דא א מאמר החכם..."אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו"...! קיינער הייסט דיר נישט וואס צו טון. אבער פאפ דיך
נישט אליין...!

אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער. דו קענסט נישט האבן א פילטער און עס אויסקרויזן ווען פאר דיר איז גוט. דאמאלס האסטו א פנים ווי א כעלעמער. דו נארסט דיך אליין...!

איך בין נישט א ל"ו צדיק. איך האב נישט קיין פילטער. אבער איך וועלל קיינמאל נישט קוקן א קליפ וואס האט אפן חזיר'ישע סצענעס. מעג עס זיין ווי אינטרעסאנט. איך האב בכלל נישט קיין יצר הרע צו דעם...!

נאך מער. צומאל ליגט א וויירוס באהאלטן אין דעם. און ווען דו מאכסט עס אויף הרג'עט עס אוועק דיין קאמפיוטער. און ווען דו גייסט עס אויסקלינען זעהט א יעדער וואס דו האסט געקוקט. אדער געוואלט קוקן. אוי לאותה בושה...!

יא. ווען איינער האט א קינד אין שטוב מוז ער האבן א פילטער... ווייל דאס שלעכטס קומט פון זיך אליין ארויף. מ'דארף עס נישט גיין זוכן. און א קינד האט נישט דעם שכל און אחריות דאס אפצו ווישן. אבער א דערוואקסענער, נארמאלער מענטש האט בכלל נישט קיין תאוה צו די שמוציגע זאכן. מ'נוצט דעם אינטערנעט און יו טוב פאר נוצליכע אינפארמאציע...!
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

berlbalaguleh האט געשריבן:ניין. כ'האב נישט פארשטאנען. און כ'וויל נישט פארשטיין. ס'איז דא א מאמר החכם..."אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו"...! קיינער הייסט דיר נישט וואס צו טון. אבער פאפ דיך
נישט אליין...!



דו קומסט מיר פאר ווי דער אלטע שוויגער וואס גיבט פארצייטישע אומגעבעטענע עצות פאר דער יונגער איידעם.

דו ביסט שוין אן אלטער ק.... ארויס פון דער עידזש, דיין תאוה האסטו שוין פארלוירן, און דו האסט זעט אויס שוין אפילו פארגעסן ווי אזוי ס'שפירט אין די יונגע יארן. די דיסקאשן איז נישט פאר דיך, אזוי ווי יענער זאגט "נישט פאר קיין ערוואקסענע"... איך ווייס נישט צו די האסט נאך בכלל לייסנס דערפאר... וד"ל...האסט שוין פארגעסן ווי אזוי דו האסט געהאצקעט אין די יונגע יארן... דעמאלס איז נאכנישט געווען די אלע טעכנעלאגיע, וואס? - קום מיר נישט אויפשטיין און אראפקוקן פון אויבן אויף מיר, און זאגן "איך וואלט נישט געקוקט, איך וואלט יא געקוקט"...

און אפילו אויב דו וואלסט געווען א יונגערמאן, מיט מיינע באדערפענישן און פילינגס און אלעס... ווער ביסטו מיר צו זאגן?! - דו ווילסט זיין שטארק און נישט קוקן, דעמאלס קוק נישט. איך וויל יא! - איך וויל זיך פאפן! - לעב און לאז לעבן! האסטו געהערט א מעשה?!

איך בעט א טובה, קענסטו עס טון איז גוט, און אז נישט, דאן טוה נישט. קום מיר נישט זאגן מוסר מיט הדרכה, וואס איך דארף טון. פאר דעם זענען מיר אוועק פון אייוועלט. איך וויל לעבן מיין לעבן ווי אזוי איך וויל, טייל מיר נישט איין וואס צו טון, ביסט נישט גאט'ס פאליציי.

אויב איר פארשטייט נישט, דאן טוט אייך אן די ברילן, מאכט דעם פעידזש אביסל גרעסער, אז איר זאלט קענען לעיזן וואס איך האב אייך אקאראשט געשריבן, אפשר וועט איר פארשטיין.

בקיצור, קען איינער דא דראפשאכטלען יענעם ווידאו?

איך בין זיכער אז איינער וואס טוט מיר דער טובה, וועט אים דער אויבערשטער צוריקצאלן כפל כפלים, און דער שכר דערויף איז זיכער גאר גרויס און הויך. איך זאג אים צו "עמי במחיצתי"!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

זאג נאר , ראצערל, אביסעל רעספעקט פאר ר' בערלן וואלט נישט געשאט, חוץ פון דיינע חאזרישע פאנטאזיעס האסטו גארנישט צוגעגעבן צו דעם מקום, מה שאין כן ר' בערל וואס איז פון אונזענע לייבן נאך פאר קאווע שטיבעל איז געווארן די קלאב פון די אלע לינקע אויפגעקלערטע שקצים.
א דאנק
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

וואס האסטו געזאגט אויף מיר? - דו האסט געזען די לעצטע אשכולות וואס איך האב געעפנט?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך פאליטיקאנט »

שוין, רבותי די עולם איז צוטראגן און מ'כאפט נישט וואס מ'שרייבט. לאמיר זיך שנעל בארואיגן און געגאנגען ווייטער.

@Movie Club כ'מיין זאלסט יא ארויפברענגען א גוטע מאווי, זאל די עולם זיך אויסגעבן.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

כ'װעל זיך ערלויבן צו מאכן א פּשרה: כ'רעספּעקטיר דעם פּותח'ס מהלך פון קלאגן מיטן נישט ארויסלייגן קיין מאווי די װאך, כ'קען אבער מער זעהן פאליטיקאנט'ס מיינונג.
מסיח דעת זיין פון די טראגעדיע און די נאכװייען קען אפשר זיין בעסער פארן נפש זיך צו האלטן באַם קלאָרן זינען, און פילייכט אַן עילו פאר די טייערע נשמות שנקטפו באופן נורא כזו. אלזא שלאג איך פאָר איינע פון די פילמען װאָס כ'האב נארװאס דא viewtopic.php?p=472205#p472205 געברענגט, והבוחר יבחר.
און אז מע װיל, קען מען עס דארט דיסקוסירן אדער אין פילמס כ'האב געזעהן... viewtopic.php?f=23&t=7104
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נײגעריגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Just another nerd
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:די פילם איז אייזן שטארק, עס האט מיר געקאסט אפאר טרערן פאר א גוטע צוועק. האט זיך געלוינט די אשכול פאר דעם אליין.

עס איז דא דערין פריינדשאפט און ליבע פון אן אנדערע וועלט, א ריינקייט וואס מען זעט נישט ווען מען מיינט די מינוט איז נישט וויכטיג, אן אפנקייט וואס איז שווער צו האבן ווען מען מיינט עס איז נאך דא אסאך צייט.


הלוואי זאל מיר עס בלייבן אין די ביינער פאר אזוי לאנג ווי איך האב.

You don't have to find out you are dying to start living

די ווערטער וואס איך האב געמאכט באלד, איז די פונקטליכע דעסקריפציע פאר דאס ליד זעלבסט (לצד די פילם).
דא איז א לינק צו יוטוב ווי דער מחבר ז"ל זינגט עס.
עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ...
יישר כח
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מען קען מסיח דעת זיין פון די טראגעדיע דורך מיטהאלטן דעם שיינעם מחלוקת ציווישן בערל בעל עגלה און אבשלום בן מעכה, גאנץ זיס מיטצוהאלטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סמבטיון האט געשריבן:זאג נאר , ראצערל, אביסעל רעספעקט פאר ר' בערלן וואלט נישט געשאט, חוץ פון דיינע חאזרישע פאנטאזיעס האסטו גארנישט צוגעגעבן צו דעם מקום, מה שאין כן ר' בערל וואס איז פון אונזענע לייבן נאך פאר קאווע שטיבעל איז געווארן די קלאב פון די אלע לינקע אויפגעקלערטע שקצים.
א דאנק

סמבטיון: דער אבשלום בן מעכה דערמאנט מיך פון יענעם וואוילן איד וואס האט געגעסן א פעט שטיקל חזיר. און נאכדעם האט ער געזאגט.""ב"ה געווען א פיינע סעודה"...!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:וואס האסטו געזאגט אויף מיר? - דו האסט געזען די לעצטע אשכולות וואס איך האב געעפנט?

מיטן פולסטן רעספעקט, שרייבן אשכולות מאכט נאכנישט דעם עולם קלעבן צו דיר.

טיילן אביסל מער לייקס, איבערהויפט ווען איינער שרייבט דיר א גוט ווארט, וועט ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד: ס'גנב'עט זיך מיר אריין א חשד אז אבשלום בן מעכה איז איינער פון די ניקס פון מנשה לוסטיג. אזוי זעהט מיר אויס פון דעם סטיל פון זיין שרייבן. און די פערזענליכע באליידיגונגען מיט וועלכע ער ווארפט זיך...!
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

מזל טוב, איך בין מנשה לוסטיג.

וואס איז, איך האב דיר אביסל געקיצלט אין נאז?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אוקעי, קען מען מאכן ריגעלע ריגעלע רוגז?! :lol:
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלע צוזאמען: איך בין בכלל נישט ברויגז. נאר דער יונג (וואס רופטציך אבשלום בן מעכה ) איז מיר נישט געפעללן פון די ערשטע מינוט. זיין ערשטע תגובה איז אויך געווען לקנטר.

אפילו מ'זעהט נישט זיין פרצוף קענמען דערקענען זיין געמיינקייט פון דעם סטיל וויאזוי ער שרייבט...!
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

איך ווייס אז ס׳נישט מוצאי שבת, אבער דאס וואס איך וויל דערמאנען איז אייגנטליך נישט קיין מאווי, נאר א טיווי שאוי, (ס׳איז אן אמעריקאנער דראמא פון 2011) און די סיבה פארוואס איך טייל עס מיט דא איז ווייל ס׳האט מיר שטארק באאינדרוקט די מוסר השכל דערפון, און איך האלט אז ס׳האט וויכטיגע לעבנס-ווירדן איינצופלאנצן אין קינדער. אמאל ווען איך האב מורא געהאט די מוסד פון מיינע קינדער וועט זיי ארויסווארפן אויב זיי געפינען אויס, וואלט איך אוודאי נאר עס דערציילט פאר מיינע קינדער אויף א קלוגן אופן ווי א מעשה פון סיפורי מעשיות פון ר׳ נחמן, אבער אויב איינער דא האט א קינד וואס איז יא מער ברייט, קען די סעריע זיין גאר אינטערעסאנט. שפאנענד און באלערנד און א וועלט פון פאנטאזיע וואס פילט זיך ווי עכט. ס׳הייסט once upon a time און אויב ווילט איר פארברענגען quality time מיט אייער קינד, קען דאס זיין א גוטע אונטערהאלטונג ווייל ס׳נישט לאנגוויליג פאר ערוואקסענע און זייער ענדשויעבל פאר קינדער
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: איך בין בכלל נישט ברויגז. נאר דער יונג (וואס רופטציך אבשלום בן מעכה ) איז מיר נישט געפעללן פון די ערשטע מינוט. זיין ערשטע תגובה איז אויך געווען לקנטר.

אפילו מ'זעהט נישט זיין פרצוף קענמען דערקענען זיין געמיינקייט פון דעם סטיל וויאזוי ער שרייבט...!


איך בין אויך נישט ברוגז - דו האסט א פראבלעם מיט מיר, נישט איך מיט דיר.

ווילסט עפעס הערן? - זעהענדיג אז דער עולם וויל מאכן פארגעסן דעם ארגומענט, בין איך שטיל געבליבן, וואס עפעס אנהאלטן קריגערייען, אבער אויב דו ציהסט ווייטער דעם שמועס, בין איך אויך דא מיט ביידע ארבל ארויפגעשארט. איך וועל זיך יעצט אפשטעלן דא, אבער מיין נישט אז איך שטעק איין מיין קאפ אין די פאנטאפל. א פייט גייט אויף ביידע וועגן, אויב דו ווילסט דאס, וועסטו באקומען דאס. אויב דו ווילסט זיך דא אפשטעלן, בכבוד גדול.

און פאר איך פארגעס... אויב דו ביסט נפגע געווארן פון די תגובה וואס איך האב געשיקט (בערך צוועלף תגובות ארויף), בעט איך דיר איבער. איך האב נישט געהאלטן אז דו וועסט אזוי שטארק נפגע ווערן. והיה שלום.
פארשפארט