מ'גייט אסאך מאל אין גאס, און מ'זעט נעבעך אזעלכע, וואס זייער גאנצע אידישקייט באשטייט בלויז פון פליען אין א הערליכע קאר, שיינע פיאות, טייערע וואקאציעס, דרייען זיך אויף מקומות שאין רוח חכמים נוחה הימנה, קוים וואס זיי עפענען א ספר און זענען ביזי בלויז מיט גשמיות און ווי אזוי צו קענען האקן מער א לעבן.
מ'דארף רחמנות האבן אויף זיי און וויסן, דער אויבערשטער האט זיי אויך ליב, מען טאר נישט מזלזל זיין אין זיי, נישט אראפקוקן, זיי זענען אידן. דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד אהבת נפש און אפילו זייער עבודה איז אויך חשוב ביים אויבערשטן.
מען דארף זיך אויסלערנען דן צו זיין יעדן איד לכף זכות, אפגעזען אין וועלכן מצב ער האלט. ווי אזוי ווייסטו, צי אויב דו וואלסט חס-ושלום געווען אין זיין מצב, וואלסטו געשטאנען בעסער?~ - ווער ווייסט און דער אויבערשטער זאל דיר נישט אויספראבירן.
די דאזיגע אידן נעבעך, זייער גאנצע סיפוק איז, זיך אוועקצושטעלן אין פאבליק טאנצן פאר א ציבור אידן ביי א ל"ג בעומר פייער, ער זוכט נעבעך ענטענטשן. דאס איז נישט בלויז ל"ג בעומר, יעדע וואך שבת, איז ער פארנומען מיטן גאלדענעם בעקעשע. פארן טיש ווערט א גאנצע דיון צווישן די גבאים, וועלכע בעקעשע זאל מען היינט נוצן... טאקע, זיי זענען נעבעך אזוי פארטעמט, אז דאס איז זייער גאנצע סיפוק, זיי האבן נישט עפעס מער. אבער... דער אויבערשטער האט זיי אויך ליב... זייער עבודה איז אויך חשוב ביים אויבערשטן! ווען ער קומט אריין צום טיש און מאכט זיך משוגע ביי כל-מקדש, פריי זיך כאטש אז ער זאגט כל מקדש... ווער ווייסט צו ווען נישט דער טיש וואלט ער אויך געזאגט כל-מקדש.... ריכטיג, ער האט אפשר נישט אינזינען די ווערטער אזוי ווי דער עובד-השם וואס זיצט ביי זיך אינדערהיים און פריידט זיך באמת מיטן שבת, אבער ער איז אויך א איד... דאס ביסל וואס ער טוט איז אויך חשוב ביים אויבערשטן.
ווער ווייסט, צי ווען דו וואלסט נישט געבוירן געווארן אין די זעלבע משפחה ווי ער איז געבוירן געווארן, צי דו וואלסט נישט געווען פונקט וו אים, אדער חס-ושלום נאך ערגער?!... ער פארט קיין מיאמי צום ים? - נו, ווער ווייסט צי דו וואלסט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט און געפארן צו לאס-וועגעס?
אז ס'שטייט א רבי, ער נעמט קהל'ס געלט און פארט וואקאציע אין א הערליכן קאר. איין מחשבה'לע וואס דעם רבי'ן פאלט איין, אז ער זאל אפשר גיין אין א ביליגערע וואקאציע, אויך גענוג א שיינע, אבער עפעס ביליגער, בלויז זיך צו רעכענען מיטן ברודער מיט וועמען ער איז גוט צוקריגט... צי ווייסט איר וואספארא נחת רוח דאס שאפט אויבן אין הימל? - ווייסטו וואספארא רעש עס טוט זיך אפ דארט אויבן?! - מלאכים און שרפים קומען זיך צוזאמען און שרייען אויס... "קוקט אויף דעם איד, אפילו מיט זיינע השגות גיבט ער אויך א טראכט פונעם באשעפער" - ער איז אויך א איד, דער אויבערשטער האט אים אויך ליב... מ'דארף אים מקרב זיין.
אז ער זיצט אויפן לעדערנעם פאטעל, מיט די עצי אשירה פון די צוויי זייטן, און א איד קומט אריין מיט א שווער קוויטל, ער גיבט איין טראכט, 'נעבעך פאר דעם איד, הלוואי קען איך אים העלפן'... ווייסט איר ווי חשוב דאס איז ביים אויבערשטן? - ווייסט איר וואספארא רעש דאס מאכט אויבן אין הימל צווישן די מלאכים? - פארגעסט נישט, ער האט הייליגע זיידעס אויך... כ'בין זיכער אז זיי מיען זיך פאר אים דארט.
אז ער זיצט שלש-סעודות אין די טונקל, און מאכט גוואלטאטן שרייענדיג: "האיי... די זיידע זכרונו-לברכה... איי, חטא הידוע... תשובה טון..." בשעת דו ווייסט אז ער איז איינגעזינקען אין ז"ל ביז איבערן קאפ... זיי אים דן לכף זכות. אפשר בשעת ער רעדט די פייערדיגע תורה, איז ער זיך אליין מתעורר און ער טוט אביסל תשובה אויף זיינע חטאים? - דו ווייסט וואספארא נחת-רוח דאס איז אין הימל, אז א איד, אפילו אין אזא מצב, וויל תשובה טון און רעדנדיג צו יענעם טראכט ער אביסל פון זיין אייגענע נשמה? - לייג דיך אריין אביסל אין זיינע שיך. הערשט פאריגע דאנערשטאג, בשעת א יונגערמאן איז אריינגעקומען מיט א קוויטל, אינאיינעם מיט זיין בני-בית, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן פון קוקן אויף איר, און די מחשבות האבן געבוזשעוועט אין קאפ, ווער רעדט נאך בשעת זיי האבן דורכגעשמועסט עפעס אן אינטימישע פראבלעם. שפעטער ביינאכט האט ער געטון וואס ער האט געטון, אלס רעזולטאט פון די מחשבות... אבער דעם שלש-סעודות דארף ער רעדן איבער די נושאים, וויבאלד עס איז שובבי"ם... ער קען נישט לצנות מאכן... מוז ער זיך צוגרייטן און שרייען געוואלד, זאגן מוסר פארן עולם... מיינסט אז ער שפירט זיך נישט שלעכט דערמיט? - ער איז א מלאך? - אבער ער טוט דעם רצון-השם, ווייל אזוי דארף מען טון, ער זאגט תורה... מיינסט אז אין הימל ווערט נישט קיין רעש דערפון?
ווען ער רעדט פון תיקון המידות, בשעת פאריגע וואך האט ער געשיקט פארברענען א קאר פון א שונא, אפשר מיינט ער זיך אויך? - ווען ער רעדט פון שלום, אפשר וואלט ער שטארק געוואלט מאכן שלום מיט זיין ברודער, און ער איז אליין מעורר אין די תורות? - ווייסט וואס דאס טוט אפ אין הימל?
ריכטיג, ס'איז טאקע א רחמנות, אבער ווען ער עפנט דאנערשטאג ביינאכט א ספר'ל, זיך צוצוגרייטן צו די שבת'דיגע תורה, אדער ווען ער זאגט סליחות פארן עמוד, ווערט דערפון א רעש אין הימל, ער איז א איד און מ'מוז אים מקרב זיין, דער אויבערשטער האט אים אויך ליב... כאטש טוט ער דאס... זיי צופרידן לויט זיין מצב, מיט וואס ער איז... ער איז א איד.
פון בארעדן און מרחק זיין, וועט פון זיי גארנישט ארויסקומען. דער אמת'ער דרך וואס ערליכע אידן וואלטן געטון איז, זיי מקרב זיין... גיב זיי א קוויטל, מאך אים שפירן וויכטיג... שטיפ דיך אביסל צו זיי, אז זיי זאלן מיינען זיי זענען עפעס ווערד... זיי זענען אויך נעבעך אידן, מ'דארף זיי מקרב זיין.
זיי זענען אויך אידן...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: זיי זענען אויך אידן...
סעגאל האט געשריבן:שכויך אבשלם.איך האב זייער הנאה פון דיין תגובה.נישט אז איך בין מסכים מיט אלעם וואס די זאגסט נאר איך האב שוין לאנג די קשיא פארוואס מען זעט קיינמאל נישט דעם גראביאן וואס שרייט ואהבת לרעך וכו. אהבת ישראל. זאל ארויסגיין פין די כלים אין פשוט צוקישן דעם חניאק.
מ'זעט עס טאקע נישט אויף א גאר שטארקע פארנעם אבער עס איז פארט פארהאן מער אהבה פוונעם 'גראביאן' צום 'חניאק'.
למשל, א חניאק (אין אנדערע ווערטער פארפרומטע / עקסטרעמיסט) וועט נישט געבן קיין היטשעס פאר א בחור'ל מיט א סמארטפון, אבער 90% באמעס וועלן יא פריינטליך אריינעמען דעם חניאק אין קאר (און פארשטייט זיך אויסלעשן די מוזיק), אפי' דא דארט וועלן זיי עם נערוועז מאכן מיט באמערקונגען......
אויף וויפיל געלט קאמפיינען פאר ארגאניזאציעס וואס באשעפטיגן זיך מיט די באמעס (אדער געפירט דורך זיי) וועסטו זען פארפרומטע נגידים געבן געלט? אויף פארקערט איז דא ביי יעדע קאמפיין.
ועל כולם, איז דא די פונדאמענטאלע חילוק, אז די 'גראביאן' שטערט נישט קיינעם'ס לעבן, אין מישט נישט ווי ער דארף נישט. ער לעבט און לאזט לעבן. פארקערט איז גאר זעלטן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאליטיקאנט: מיט איינס פאר די לעצטע פאראגראף פון דיין תגובה ביניך נישט מסכים. ווייל איך קען איינעם א איד א גביר וועלכער קער זיך אן צו א רייכע משפחה. ער איז א געפערליכער עקסטרעמיסט און א שטיקל משוגע'נער. אבער צדקה טיילט ער ביד רחבה לכל הפושט יד.
ער איז נאך פון אלס בחור אין ישיבה געווען אן עקסטרעמיסט. ער האטציך צוגעטשעפעט צו א חבורה עקסטרעמיסטן. איך ווילל נישט געבן מער סימנים ווייל דער עולם וועט מסתמא כאפן וועם איך מיין. נאר זיינע מעשי הצדקה זענען עד להפליא...!
איך בין געווען איין יאר באזוכן ביי איהם פורים (פשוט אלס באקאנטער) האט ער מיר געגעבן א הונדערטער...!
פארשטייצעך אז פאר די ארגאניזאציעס און יחידים וועלכע זענען נאנט צו זיין אידעאלאגיע גיסט ער געלט עד בלי די...! נאר וואו ס'איז דא עפעס א מעשי קנאות אין שטאט איז ער דארט...!
ער איז נאך פון אלס בחור אין ישיבה געווען אן עקסטרעמיסט. ער האטציך צוגעטשעפעט צו א חבורה עקסטרעמיסטן. איך ווילל נישט געבן מער סימנים ווייל דער עולם וועט מסתמא כאפן וועם איך מיין. נאר זיינע מעשי הצדקה זענען עד להפליא...!
איך בין געווען איין יאר באזוכן ביי איהם פורים (פשוט אלס באקאנטער) האט ער מיר געגעבן א הונדערטער...!
פארשטייצעך אז פאר די ארגאניזאציעס און יחידים וועלכע זענען נאנט צו זיין אידעאלאגיע גיסט ער געלט עד בלי די...! נאר וואו ס'איז דא עפעס א מעשי קנאות אין שטאט איז ער דארט...!
פאליטיקאנט האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:שכויך אבשלם.איך האב זייער הנאה פון דיין תגובה.נישט אז איך בין מסכים מיט אלעם וואס די זאגסט נאר איך האב שוין לאנג די קשיא פארוואס מען זעט קיינמאל נישט דעם גראביאן וואס שרייט ואהבת לרעך וכו. אהבת ישראל. זאל ארויסגיין פין די כלים אין פשוט צוקישן דעם חניאק.
מ'זעט עס טאקע נישט אויף א גאר שטארקע פארנעם אבער עס איז פארט פארהאן מער אהבה פוונעם 'גראביאן' צום 'חניאק'.
למשל, א חניאק (אין אנדערע ווערטער פארפרומטע / עקסטרעמיסט) וועט נישט געבן קיין היטשעס פאר א בחור'ל מיט א סמארטפון, אבער 90% באמעס וועלן יא פריינטליך אריינעמען דעם חניאק אין קאר (און פארשטייט זיך אויסלעשן די מוזיק), אפי' דא דארט וועלן זיי עם נערוועז מאכן מיט באמערקונגען......
אויף וויפיל געלט קאמפיינען פאר ארגאניזאציעס וואס באשעפטיגן זיך מיט די באמעס (אדער געפירט דורך זיי) וועסטו זען פארפרומטע נגידים געבן געלט? אויף פארקערט איז דא ביי יעדע קאמפיין.
ועל כולם, איז דא די פונדאמענטאלע חילוק, אז די 'גראביאן' שטערט נישט קיינעם'ס לעבן, אין מישט נישט ווי ער דארף נישט. ער לעבט און לאזט לעבן. פארקערט איז גאר זעלטן.
עס איז פשוט נישטא אזא זאך ווי א גראביאן, עס איז דא א זאך ווי א גראבע חאניאק.
איך האב איינמאל געגעבן א היטש פארן לוחם מלחמת ה׳ צימערמאן זאל זיך האלטן אפגעשיידט, איך האב פרובירט אנצוהויבן א נארמאלע שמועס אבער דער איד האט מיר איגנארירט, נאך עטליכע מינוט פרעג איך אים פארוואס ווילסטו נישט מיט מיר טוישן א ווארט? האט ער מיר אנגעהויבן קרעכצן אז ער הערט אין די בעגראונד ציוניסטישע מוזיק (ליין: גד אלבז) און ער איז זיכער אז איך טוה אים דאס בדוקא.
איך האב אים איבערגעבעטן און ערקלערט אז איך האב ניטאמאל געכאפט אז עס שפילט נאך, נאר דעמאלטס האט ער אנגעהויבן נארמאל צו רעדן מיט מיר.
איך האב געגעבן דעם היטש פארן קעמפער צימערמאן ווייל איך האב ליב יעדן, ער איז אבער אנגעקומען אין קאר מיטן קאמפלעקס אז איך וויל אים טריגערן מיט גד אלבז… דעריבער זענען דא מענטשן וואס דערליידן נישט קיין חאניאקעס.