נאפאליאן באנאפארטע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

נאפאליאן באנאפארטע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ס'מיר געווען א חידוש צו זעהן אז אויף אזא היסטאריש וויכטיגע פערזענליכקייט, איינער וואס ביז היינט ברענגט זיין נאמען ארויף שעצונג, ס'דערמאנט העלדישקייט און פירערשאפט, איינער וואס האט געטוישט די ריכטונג פון די וועלט'ס געלויף, ווי 'נאפאליאן באנאפארטע' איז נאך נישט פארהאן קיין אשכול, האב איך באשלאסן צו נעמען מיין טשאנס און פרובירן צו באשרייבן זיין לעבן.


און א הייסע Aug. 15 יאר 1769 למספרם, אויף די קליין אינזל 'קארסיקע' איז געבוירן געווארן א קינד, די עלטסטע פון 12, צו די 'באנאפארטע' פאמיליע וואס איז אנטלאפן פון 'פריינקרייך', א נאמען האט ער באקומען א פראנצויזישע, 'נאפאליאן', דער קליינער 'נאפאליאן' איז אויפגעוואקסן אין שטורעמישע צייטן, ווען דער מעכטיגע פראנצויזישע אימפעריע האט זיך פארמאסטן מיט די איטאליענישע קעניגרייך אין א מלחמה איבער די אינזל, וואס ליגט ביים ברעג פון 'איטאליע'.

נאפאליאן'ס טאטע 'קארלא' איז געווען פון די פירערס פון די ווידערשטאנד קעגן 'פראנקרייך', אבער ווי נאר 'פראנקרייך' האט געזיגט, איז ער צירוק געווארן א פולשטענדיגע פראנצויז, דעריבער ווען 'נאפאליאן' איז געווארן 16, האט אים זיין טאטע געשיקט שטודירן אינעם מיליטערישע אוניווערסיטעט אין פראנקרייך, ווי ער האט זיך אויסגעצייכנט אין אפערירן קאנאנען, און פון ווי ער האט עווענטועל גראדואירט מיטן ראנג פון אפיציר.

יולי 14 1789 האט דער פראנצויזישע רעוואלוציע אויסגעבראכן, 'נאפאליאן' איז דאן געווען אויף אורלויב צירוק אין זיין היימשטאט 'קארסיקע', ווי ער איז און די לעצטע יאר צוויי געווארן פארמישט און פאליטיק, אין 1793 נאך א דורכגעפאלענע פוטש פארזוך קעגן די 'קארסיקע' גאווערנאר, האט די 'באנאפארטע' משפּחה געדארפט אנטלויפן, זענען זיי צוריק געלאפן קיין 'פראנקרייך', אנקומענדיג דארט האבן זיי געפינען דאס לאנד און א צופליקטען מצב, נאך וואס 'קעניג לואי' דער 16'טער איז געהארגעט געווארן איז א פאלקס קאמיטע אויפגעשטעלט געווארן, אבער אחוץ הארגענען און אנזייען טעראר אויף די לאנדסלייט האבן זיי גארנישט געטון.

די מלוכות ארום 'פראנקרייך' האבן געקוקט מיט א קרום אויג אויף די גאנצע אויפשטאנד, וועלנדיג צירוק שטעלן די קעניג אויף זיין טראן, האבן זיי פארמירט א קאליציע וואס איז באשטאנען פון 'עסטרייך', 'ענגלאנד', 'רוסלאנד' און 'פוילן' מיט נאך קלענערע לענדער, און האבן דערקלערט קריג קעגן די נייע רעגירונג און 'פראנקרייך', 'נאפאליאן' זייענדיג נאנט מיט די פירער פון די פאלקס קאמיטע 'מאקסמילען ראבספיער'ס ברודער 'אגוסטען ראבספיער', נאך פון זיינע צייטן אין די מיליטערישע אקעדעמיע, איז דערהויבן געווארן צום ראנג פון בריגאדיר גענעראל, צוליב וואס רוב גענעראלן זענען געהארגעט געווארן פאר'ן חטא פון זיין פון די אריסטאקראטיע.

און 1795 איז 'נאפאליאן' ווידער געשטיגן אין ראנג, צו מעידזשער גענעראל נאכן צושטערן א פוטש קעגן די קאמיטע, פון דא איז די וועג שוין געווען אויסגעפלאסטערט פאר די יונגע גענעראל, נאכן אפהאלטן א רייע זיגן ביי די גרעניצן פון 'פראנקרייך' קעגן די אינוואדירער דורכאויס 96' האט ער אריינגעצווינגען דעם עסטרייכ'ישען קעניג (זיין to be שווער) און א שלום אפמאך וואס האט אויסגעברייטערט די טעריטאריע פון 'פראנקרייך', פארוואנדלענדיג אים אלס די לאנד'ס העלד.

די פאלקס קאמיטע זעהנדיג זיין הצלחה האט אים באאויפטראגט זיך צו נעמען אויף זייער גרעסטע שונא 'ענגלאנד', אבער 'נאפאליאן' האט איינגעזעהן אז ער האט נישט די כח זיך צו שלאגן מיט די ענגלישע נעווי וואס איז געווען די גרעסטע ים פלאטע איבער די וועלט, איז ער געגאנגען מיט א צווייטע מהלך, פון אראפבייסן שטיקלעך, ער האט זיך ארויפגעווארפן אויף 'עגיפטן' וואס איז געווען א ענגלישע קאלאניע, דארט אין 'עגיפטן' האט ער געהייסן זיינע סאלדאטן זיך צו נעמען צו די פיראמידן און עס גוט אויספארשן, דארט האט זיינס א סאלדאט דאן געפינען די 'ראזעטע שטיין' וואס האט נאך צוויי טויזנט יאר צוריק געברענגט די מצרישע קאליגראפיע שפּראַך פאר די וועלט.

נאך א שלאַכט אויף די 'נילוס' מיט די 'בריטישע נעווי' ווי די גאנצע פראנצויזישע ים פלאטע איז אפגעווישט געווארן, האט 'נאפאליאן', אן קיין געהעריגע וועג אהיים צוטראגן זיינע סאלדאטן, אנגעהויבן א באלאגערונג אויף 'עכו', וואס האט דעמאלט באלאנגט צו די א 'אטאמאנישע אימפעריע', למעשה האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט, און מיט פרישע איבערקערענישן אין זיין היימלאנד, האט ער איבערגעלאזט זיין מיליטער און זיך צירוק געקערט אהיים.

און מיט דעם ענדיגט זיך 'נאפאליאן'ס ערשטע חלק אין לעבן, אלס גענעראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: נאפאליאן באנאפארטע

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אלע צוזאמען האט געשריבן:און 1775 איז 'נאפאליאן' ווידער געשטיגן אין ראנג, צו מעידזשער גענעראל נאכן צושטערן א פוטש קעגן די קאמיטע,


צ''ל 1795

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלע צוזאמען: ייש"כ פאר אהערשטעללן אזא שיינעם און אינטרעסאנטן אשכול.

ס'וואלט אויך כדאי געווען ווען דו אדער אנ'אנדער בר הכי זאלל ברייטער אויסשמועסן נאפאליאן'ס באציאונג צו אידן. און זיין רצון זיי צו העלפן סיי עקאנאמיש און סיי פאליטיש. און געבן זיי גלייכע רעכטן מיט די איבריגע באפעלקערונג. אין פראנקרייך. און אין די אנדערע מדינות וועלכע ער און זיין מיליטער האבן איינגענומען. אויך. די מיינונג פון די צדיקי הדור איבער זיינע פעולות. סיי מיליטעריש און סיי פאליטיש בשייכות מיט די אידן...!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אי''ה און א שפעטערדיגע געלעגנהייט וועל איך ממשיך זיין מיט זיין לעבענס געשיכטע, לגבי די אידישע חלק זיינער, בין איך נישט אזוי קלאר, אויף צו עס קענען אפשרייבן, און אדרבה אויב ס'דא וואס קענען, זאלן זיי זיך ארויפשטעלן, די עולם וועט זיי שטארק דאנקבאר זיין.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס'איז דא א דיקע ספר מיטן נאמען משיחי שקר ומתנגדיהם, ער האט דארט א גאנצן קאפיטל איבער נאפאליאן באנאפארטע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב און אלע צוזאמען:איך האב נישט געזעהן יענעם ספר. נאר א ביסל האביך געהערט און געליינט איבער זיין באציאונג צו אידן. וואס איז שייך זייער רוחניות'דיגער מצב.

נאכדעם וואס ער האט פראקלאמירט גלייכע רעכטן פאר די אידישע באפעלקערונג סיי אין פראנקרייך און סיי אין די אנדערע מדינות וועלכע ער האט איינגענומען האט ער אויך געהאט א סאך מיטינגס מיט א אידישן (ערליכן) רב איבער אידישקייט בכלל. איין טאג פרעגט ער דעם רב אויב אידן מעגן חתונה האבן מיט גויים. און נאך אזעלכע סענסיטיווע פראגן. דער רב האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך ארויסצודרייען. האט ער געזאגט צו נאפאליאן. אז די סנהדרין האבן דאס פארבאטן. און אונז היינט קענען מיר נישט טוישן אט דעם פארבאט און אויך אנדערע זאכן. סיידן אז ס'זאלל היינט קומען א נייע סנהדרין און דאס מתיר זיין. האט ער געזאגט (גוי'אישער קאפ) אז מ'זאלל פאררופן א קאנפערענץ פון 71 רבנים, וואס זאלל דינען אלס סנהדרין. ער האט אבער נישט אויסגעזאגט זיינע אמת'ע כוונות. דער רב האט זיך גענומען ארבעטן אויף דעם. ער האט געשריבן בריוו צו א סאך רבנים אז זיי זאללן קומען אדער שיקן א דעלעגאציע. ווען דער חת"ם סופר האט געהערט פון דעם האט ער געזאגט, (ברוב חכמתו וברוח קדשו) פאר זיינע נאנטע מענטשן אז מ'זאלל בשום אופן נישט גיין צו די קאנפערענץ. דער געדאנק איז צום סוף בטל געווארן. מ'האט ערשט שפעטער אויסגעפונען וואס זיינע אמת'ע כוונות זענען געווען...!

אויך דער הייליגער בעל התניא, וועלכער האט געארבעט עפ"י קבלה האט פאר'ארבעט מעשים אז נאפאליאן זאלל האבן א מיליטערישע מפלה. ער האט געטענה'ט אויב די אידן וועללן האבן צו פיהל פרייהייט וועללן זיי (ח"ו) אראפגיין פון דרך פון אידישקייט. און אויב זיי וועללן בלייבן אונטעדריקט אונטער די ממשלה פונ'ם צאר וועללן זיי בלייבן ערליך. ער האט אנגעבליך געזאגט ערב פסח ביי די מצות ביי א יעדע מצה וואס ער האט אריינגעלייגט אין אויוון אריין, אז נאך 500 פון נאפאליאנ'ס סאלדאטן זענען געפאללן.

די פראנצויזישע מיליטער האבן סוכ"ס געהאט א גרויסע מיליטערישע מפלה. און זיי האבן זיך אינגאנצן צוריקגעצויגן פון רוסלאנד.

דער צאר און זיין רעגירונג ווען זיי האבן געהערט אז דער אידישער ראבין האט שטארק מתפלל געווען פאר זייער ניצחון האבן איהם געוואלט באלוינען. אבער ער האט נישט אנגענומען קיין מתנות פון זיי. אבער ער האט נאכגעלאזט א סאך פון זיינע גזירות. און די אידן האבן אפגעאטעמט א ביסל לייכטער...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

היינטיגע צייטן זענען אונז אין אמעריקא מיטן פולסטן פרייהייט, לכאורה מער פרייהייט ווי נאפאליאן האט געוואלט געבן, און אידישקייט איז בכלל נישט שלעכט דא, חוץ אפשר קאממאן קאור און אזעלכע ענדליכע פירצות איז אלעס פיין מסודר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: דו קענסט נישט פארגלייכן דעם היינטיגן מצב דאהי אין אמעריקע מיט דעם מצב פאר 200 יאר צוריק. היינט פארמאגן מיר ב"ה הונדערטער חסיד'ישע און ליטווישע ישיבות, כ"י. און צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן בליעה"ר. וואס ווייסן מיר דעם מצב אין יענע צייטן. אויב דער בעל התניא האט אזוי געזאגט איז עס ביי מיר 100% פארלעסליך...!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

הרה''ק ר' נפתלי מראפשיץ האט אויך שטארק געקעמפט קעגן'נאפאליאן', ער האט זייער געשטערט הרה''ק ר' מענדלע מ'רימאנאוו, וואס האט געהאלטן אז 'נאפאליאן'ס מלחמות זענען מלחמות גוג ומגוג, אזויווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ''בלוט זאל זיך גיסן פון פריסטיק ביז רימאנאוו, אבער ער זאל זיגן''.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

ר' צבי הירש קאלישר אין ספר 'דרישת ציון' שרייבט, אז די אתחלתא דגאולה איז געווען "מעת נתון חופש מן קיסר נאפאלעאן".
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

חלק ב'

שליחה דורך אלע צוזאמען »

נאוועמבער 1799 האט 'נאפאליאן' דורכגעפירט 'די פוטש פון 18'טע אין ברומייער' (ברומייער, איז געווען די צווייטע חודש, אין די פראנצויזישע קאלענדער) ווי 'נאפאליאן' האט אריינמאשירט אינעם פארלאמענט אינמיטן סעסיע, און אנגעדרייט אז מ'זאל אים דערקלערן אלס 'ערשטע קאנסול', ווען טייל פארלאמענט מיטגלידער האבן נישט געוואלט, מורא האבנדיג אז ער זאל זיך דערקלערן קעניג, האט זיין יונגערע ברודער 'ליוסיעס באנאפארט' ארויסגעשלעפט זיין שווערד און דערקלערט אז ער גייט זיין דער וואס גייט אפהאקן 'נאפאליאן'ס קאפ אויב ער וויל זיך נעמען דאס כסא מלוכה.

נאך עטליכע לאנגע שטונדן וואס 'נאפאליאן' איז געזיצן אין א דרויסנדיגע צימער, האט די עולם מסכים געווען, און אזוי איז דער קליינער 5.7 אויסלענדישע געבוירענער, באשטימט געווארן אלס 'ערשטע קאנסול' פון 'פריינקרייך', פון דארט האט זיך 'נאפאליאן' צירוק געקערט צו די פלאץ ווי ער האט זיך געפילט דאס מערסטע באקוועם, די שלאכטפעלד, דאסמאל איז עס געווען אין 'איטאליע' וואס איז געווען אונטער 'עסטרייכישע' אקופאציע, און א געוואגטן שריט, האט ער אריבער געפירט זיינע סאלדאטן די 'אלפען בערג', מאכענדיג אים בלויז די צווייטע גענעראל אין היסטאריע דאס צו טון,(דער ערשטער איז געווען 'האניבאל פון קארטעדזש', אין יאר 218BC) איינגענומען די הויפט שטאט 'מילאן', און אום 'יוני 14' נאך א לאנגע טאג פון קעמפן, נעבן די שטאט 'אליסאנדריע' האט די 'פראנצויזישע' מיליטער אפגעהאלטן א הילכיגע זיג איבער די 'עסטרייכישע' כוחות, און זיי ארויסגעשטויסן פון 'איטאליע'.

דער זיג האט צעמענטירט זיין סטאטוס אלס בריליאנטענע פירער און קריג'ס העלד, און אלס דער פאקטישער הערשער פון 'פראנקרייך', 'נאפאליאן' האט ביי די פאזע זיך גענומען פאררעכטן די חרוב געווארענע 'פראנקרייך', איבערגעבויעט די אינסטיטוציעס, אויפגעראכטן די גאסן און שפיל ערטער, און ס'איז ווערט אנגעצייכנט צו ווערן אז ער האט געטויגט צו פירן א לאנד, נאך אזוי גוט ווי ער האט געטויגט צו קאמאנדירן ארמייען, זיין גרעסטע אויפטו איז אבער געווען 'די נאפאליאן'ס קאוד' וואס האט געטוישט די פראנצויזישע יורידישע סיסטעם, און געשאנקען גלייכבארעכטיגונג און פרייהייט פאר יעדעם.

און 1802 האט 'נאפאליאן' אריינגעצווינגען זיין גרעסטע קעגנער 'ענגלאנד' און א שלום אפמאך, ס'האט טאקע נאר אנגעהאלטן פאר איין יאר, אבער ס'האט געוויזן פאר די וועלט ווער 'נאפאליאן' איז, און 03' דארפענדיג אסאך געלט צו קענען אנגיין מיט זיינע מלחמות-ווי זיין באקאנט ווארט לויטעט, ''פאר א מלחמה דארף מען דריי זאכן, געלט, געלט, און נאכאמאל געלט''- האט ער פארקויפט א ריזן שטיק לאנד אינעם ווייטן 'אמעריקע' פאר די רעלאטיוו נייע לאנד 'די פאראייניגטע שטאטן' פאר $15 מיליאן, א פארקויף וואס איז אריין און היסטאריע אלס 'דער ליוזיאנע פארקויף'.

און 1804 האט ער מחליט געווען, גענוג איז גענוג, און אין א גאר שאקירענדע שריט, האט ער זיך דערקלערט קעניג, די קרוינונג'ס צערעמאניע איז פארגעקומען אין די 'נאטרע-דאום קאטעדראל' (די וואס האט אפגעברענט א יאר צוויי צירוק) געהייסן האט עס אז איינע פון די הויפט גלחים גייט ארויף לייגן די קרוין אויף זיין קאפ, אבער א מינוט פאר די גלח האט עס געקענט טון, האט 'נאפאליאן' ארויסגעכאפט די קרוין פון זיין הענט און זיך עס אליין אנגעטון! ווייזענדיג פאר יעדעם אז ער טוט וואס ער וויל, ווען ער וויל, און וויאזוי ער וויל.

און אזוי האט זיך 'פראנקרייך' געטראפן בלויז עטליכע יאר נאכן אראפווארפן א קעניג פון זיך, מיט א פרישע קייסער, אבער אזא איינער וואס די גאנצע פאלק האט געגליכן און ליב געהאט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלע צוזאמען: ס'גייען ארום צענדליגע מעשיות און לעגענדעס איבער נאפאליאן און זיין חכמה. טייל זענן אמת. א טייל אויסגעטראכט.

ווען מ'האט איהם אמאל געבעטן ער זאלל געבן אן ערקלערונג פארוואס זיין ביז דאן זיגרייכע ארמיי האט פארלוירן די מלחמה אין רוסלאנד. האט ער עס מסביר געווען אזוי...די פראנצויזישע ארמיי ווען זיי האבן איינגעשפאנט 2 פערד צו א וואגן. וואס איין פערד איז געבוירן אין דרום פראנקרייך און די אנדערע אין צפון אדער מערב פונ'ם לאנד. ווען איינער האט געשלעפט דעם וואגן אויף רעכטס האט דער צווייטער געשלעפט צו לינקס. ווען איינער האט געוואלט לויפן שנעל האט דער צווייטער זיך געוואלט אפשטעללן. משא"כ אין רוסלאנד. די 2 פערד וועלכע זענען געווען געשפאנט צו א וואגן זענען געבוירן אין די זעלבע שטאל. און זייערע זיידעס זענען אויך געבוירן דארט...!

די נאציס, ימ"ש האבן אויך געכאפט זייער מפלה אין רוסלאנד. ווייל רוסלאנד איז זייער א גרויס לאנד און זיי האבן ענדלאזע ריסאורסעס. אויך. דער מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש האט געטון עטליכע קלוגע שריט ביים אנהייב פון די מלחמה. ואין כאן המקום להאריך בזה. דאס פאדערט א באזונדערן אשכול...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געהערט דעם ווארט אויף די סאלדאטן נישט אויף די פערד, אז נאפאליאנס מיליטער איז געווען צאמגעשטעלט פון אסאך עטנישע גרופעס פון עטליכע איירופעאישע לענדער און מ’האט זיך נישט פארגינען איינע דער צווייטן אפילו יעדער האט געוואלט די נצחון, אבער די רוסישע איז אלעס געווען איין פאלק און זיי האבן געקעמפט מיט א טיפע פאטריאטיזם האבן זיי מנצח געווען, עפעס אזוי האב איך געהערט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: ביידע זענען אמת. נאר ווען מ'זאגט עס אויף פערד איז עס מער אינטרעסאנט. א יעדער מענטש און א יעדעס לאנד האט עליות און ירידות. קיינער בלייבט נישט אין די זעלבע פאזיציע פאר אייביג. ווען נאפאליאנ'ס צייט איז געקומען האט מען אוועקגענומען פון איהם דעם גאנצן קרעדיט וואס ער האט געהאט מיט די אלע נצחונות. מ'האט איהם זאגאר פארשיקט אין דעם ..."טייוול'ס אינל"...! א שרעקליכע תפיסה אין איינס פון די שפאנישע אדער פראנצויזישע קאלאניעס אין דעם קאריביען...!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: ס'גייען ארום צענדליגע מעשיות און לעגענדעס איבער נאפאליאן און זיין חכמה. טייל זענן אמת. א טייל אויסגעטראכט.

ווען מ'האט איהם אמאל געבעטן ער זאלל געבן אן ערקלערונג פארוואס זיין ביז דאן זיגרייכע ארמיי האט פארלוירן די מלחמה אין רוסלאנד. האט ער עס מסביר געווען אזוי...די פראנצויזישע ארמיי ווען זיי האבן איינגעשפאנט 2 פערד צו א וואגן. וואס איין פערד איז געבוירן אין דרום פראנקרייך און די אנדערע אין צפון אדער מערב פונ'ם לאנד. ווען איינער האט געשלעפט דעם וואגן אויף רעכטס האט דער צווייטער געשלעפט צו לינקס. ווען איינער האט געוואלט לויפן שנעל האט דער צווייטער זיך געוואלט אפשטעללן. משא"כ אין רוסלאנד. די 2 פערד וועלכע זענען געווען געשפאנט צו א וואגן זענען געבוירן אין די זעלבע שטאל. און זייערע זיידעס זענען אויך געבוירן דארט...!

די נאציס, ימ"ש האבן אויך געכאפט זייער מפלה אין רוסלאנד. ווייל רוסלאנד איז זייער א גרויס לאנד און זיי האבן ענדלאזע ריסאורסעס. אויך. דער מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש האט געטון עטליכע קלוגע שריט ביים אנהייב פון די מלחמה. ואין כאן המקום להאריך בזה. דאס פאדערט א באזונדערן אשכול...!

יא ס'פארהאן זייער אסאך מעשיות און לעגענדעס ארום אים.
הרה''ק ר' נחמן ברעסלעווער איז אמאל געזיצן ביים ברעג ים אין 'עכו' ווען עטליכע פראנצויזישע סאלדאטן האבן אים געוואלט טשעפענען, אויפן פלאץ איז געקומען זייער שטראף, אז זיי זענען געווארן געלעמט רח''ל, נאכן נישט צירוק אהיימקומען צו די באזע, זענען אנדערע סאלדאטן ארויסגעשיקט געווארן זיי צו זוכן, זיי האבן זיך צירוק געקערט צו די באזע מיט די נייעס אז די ערשטע גרופע שטייט געלעמט ביים וואסער, ר'נחמן איז זיך ווייטער געזיצן ביים וואסער און געדינט דעם אייבערשטן, ווען מיטאמאל האט זיך א שיפל אפגעשטעלט און א הויכראנגיקע גענעראל האט ארויסשפאצירט, ר'נחמן האט גלייך געמאכט דעם ברכה 'שחלק מכבודו' כאפענדיג אז ס'איז 'נאפאליאן' אליינס, דעמאלט האט אים 'נאפאליאן' געפרעגט וואס ער זאל טון, זאל ער אהיימגיין און ווערן מלך, אדער זאל ער בלייבן דע-פאקטא פירער אבער נאר גענעראל, ר' נחמן האט אים געזאגט אז אויב די ווערסט קעניג, גייסטו ווערן זייער בארימט איבער די גאנצע וועלט, אבער דיין מלוכה גייט נאר זיין פאר א קורצע צייט, אבער אויב בלייסטו גענעראל גייסטו מאריך ימים זיין אויף דיין פאסטן פאר לאנגע יארן אבער גייסט נישט האבן די רום און כבוד, 'נאפאליאן' האט אויסגעקליבן אפציע איינס, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אזוי, ער איז טאקע נאר געווען קעניג א קורצע צייט, אבער כבוד און רום האט ער געהאט מער פון אלע.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אן אנדערע מעשה'לע דערציילט מען, 'נאפאליאן' איז אמאל געגאנגען שפאצירן ביים ברעג ים מיט זיין אייניקל, ווען א ווילדע כוואליע האט אריינגעשלעפט דאס קינד, דער קליינער האט זיך גענומען שרייען צום זיידען ער זאל אים ראטעווען, 'נאפאליאן' האט אבער געזען אז ס'איז אוממעגליך,ער האט ארויסגענומען זיין רעוואלווער עס אויסגעדרייט צו זיך און זיך געשאסן צום טויט פארנט פונעם קינד, דער אייניקל זעהנדיג דאס האט זיך גענומען שלאגן מיט די כוואליעס, באקומענדיג איבערנאטורליכע כוחות, און ער האט זיך באוויזן ארויסצוכאפן, גלייַך איז ער צוגעלאפן צום זיידן, 'נאפאליאן' האט זיך אויפגעשטעלט און אים געזאגט, כ'האב געזען אז די ווארטסט אז איך דער גרויסער העלד, זאל דיך ארויסשלעפן פון וואסער, ס'איז אבער געווען אוממעגליך, האב איך מיך געמאכט ווי איך שיס מיך, דאן האסטו נישט געהאט אויף וועם זיך צו פארלאזן, האסטו געניצט דיין באהאלטענע כוחות און אזוי זיך ארויסבאקומען.
שיינע מעשה, אבער קען נישט זיין אמת, ווייל 'נאפאליאן' האט קיינמאל נישט געהאט קיין אייניקלעך!.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אלע צוזאמען האט געשריבן:יא ס'פארהאן זייער אסאך מעשיות און לעגענדעס ארום אים.
הרה''ק ר' נחמן ברעסלעווער איז אמאל געזיצן ביים ברעג ים אין 'עכו' ווען עטליכע פראנצויזישע סאלדאטן האבן אים געוואלט טשעפענען, אויפן פלאץ איז געקומען זייער שטראף, אז זיי זענען געווארן געלעמט רח''ל, נאכן נישט צירוק אהיימקומען צו די באזע, זענען אנדערע סאלדאטן ארויסגעשיקט געווארן זיי צו זוכן, זיי האבן זיך צירוק געקערט צו די באזע מיט די נייעס אז די ערשטע גרופע שטייט געלעמט ביים וואסער, ר'נחמן איז זיך ווייטער געזיצן ביים וואסער און געדינט דעם אייבערשטן, ווען מיטאמאל האט זיך א שיפל אפגעשטעלט און א הויכראנגיקע גענעראל האט ארויסשפאצירט, ר'נחמן האט גלייך געמאכט דעם ברכה 'שחלק מכבודו' כאפענדיג אז ס'איז 'נאפאליאן' אליינס, דעמאלט האט אים 'נאפאליאן' געפרעגט וואס ער זאל טון, זאל ער אהיימגיין און ווערן מלך, אדער זאל ער בלייבן דע-פאקטא פירער אבער נאר גענעראל, ר' נחמן האט אים געזאגט אז אויב די ווערסט קעניג, גייסטו ווערן זייער בארימט איבער די גאנצע וועלט, אבער דיין מלוכה גייט נאר זיין פאר א קורצע צייט, אבער אויב בלייסטו גענעראל גייסטו מאריך ימים זיין אויף דיין פאסטן פאר לאנגע יארן אבער גייסט נישט האבן די רום און כבוד, 'נאפאליאן' האט אויסגעקליבן אפציע איינס, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אזוי, ער איז טאקע נאר געווען קעניג א קורצע צייט, אבער כבוד און רום האט ער געהאט מער פון אלע.

די מעשה איז זייער א גוטע 'פרעים' פאר א מעשה, און יעדע זאל אריינפילן זיין רבי און קעניג פון יענע צייט, מ'קען עס אויך מאדיפיצירן אויף מער לעצטיגע רבי'ס און וועלט פירער, אבער נאר דערציילן פאר די אינגע קינדער אין חדר, אדער איבערלאזן פאר די חתן רבי.


איך וועל אנהייבן;
הרה''ק די שפאלער זיידע איז אמאל געזיצן ביים ברעג ים, ווען עטליכע דייטשע סאלדאטן האבן אים געוואלט טשעפענען, אויפן פלאץ איז געקומען זייער שטראף, אז זיי זענען געווארן געלעמט רח''ל, נאכן נישט צירוק אהיימקומען צו די באזע, זענען אנדערע סאלדאטן ארויסגעשיקט געווארן זיי צו זוכן, זיי האבן זיך צירוק געקערט צו די באזע מיט די נייעס אז די ערשטע גרופע שטייט געלעמט ביים וואסער, די שפאלער זיידע איז זיך ווייטער געזיצן ביים וואסער און געדינט דעם אייבערשטן, ווען מיטאמאל האט זיך א שיפל אפגעשטעלט און א הויכראנגיקע גענעראל האט ארויסשפאצירט, דישפאלער זיידע האט גלייך געמאכט דעם ברכה 'שחלק מכבודו' כאפענדיג אז ס'איז קייזער פראנץ יאזעף אליינס, דעמאלט האט אים קייזער פראנץ יאזעף געפרעגט וואס ער זאל טון, זאל ער אהיימגיין און ווערן מלך, אדער זאל ער בלייבן דע-פאקטא פירער אבער נאר גענעראל, די שפאלער זיידע האט אים געזאגט אז אויב די ווערסט קעניג, גייסטו ווערן זייער בארימט איבער די גאנצע וועלט, אבער דיין מלוכה גייט נאר זיין פאר א קורצע צייט, אבער אויב בלייסטו גענעראל גייסטו מאריך ימים זיין אויף דיין פאסטן פאר לאנגע יארן אבער גייסט נישט האבן די רום און כבוד,קייזער פראנץ יאזעף האט אויסגעקליבן אפציע איינס, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אזוי, ער איז טאקע נאר געווען קעניג א קורצע צייט, אבער כבוד און רום האט ער געהאט מער פון אלע.

אז מ'קען נישט אליין אלע דעטאלן פון היסטאריע, זאל מען זען איבערצוגעבן צו איינע פון די פראפעסיאנאלע היסטאריע יעדנים / מעשה באקער אין די חסידות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלע צוזאמען האט געשריבן:אן אנדערע מעשה'לע דערציילט מען, 'נאפאליאן' איז אמאל געגאנגען שפאצירן ביים ברעג ים מיט זיין אייניקל, ווען א ווילדע כוואליע האט אריינגעשלעפט דאס קינד, דער קליינער האט זיך גענומען שרייען צום זיידען ער זאל אים ראטעווען, 'נאפאליאן' האט אבער געזען אז ס'איז אוממעגליך,ער האט ארויסגענומען זיין רעוואלווער עס אויסגעדרייט צו זיך און זיך געשאסן צום טויט פארנט פונעם קינד, דער אייניקל זעהנדיג דאס האט זיך גענומען שלאגן מיט די כוואליעס, באקומענדיג איבערנאטורליכע כוחות, און ער האט זיך באוויזן ארויסצוכאפן, גלייַך איז ער צוגעלאפן צום זיידן, 'נאפאליאן' האט זיך אויפגעשטעלט און אים געזאגט, כ'האב געזען אז די ווארטסט אז איך דער גרויסער העלד, זאל דיך ארויסשלעפן פון וואסער, ס'איז אבער געווען אוממעגליך, האב איך מיך געמאכט ווי איך שיס מיך, דאן האסטו נישט געהאט אויף וועם זיך צו פארלאזן, האסטו געניצט דיין באהאלטענע כוחות און אזוי זיך ארויסבאקומען.
שיינע מעשה, אבער קען נישט זיין אמת, ווייל 'נאפאליאן' האט קיינמאל נישט געהאט קיין אייניקלעך!.

אלע צוזאמען: ייש"כ. אויף א געוויסן רבי'ן פארציילו מען אט די מעשה. א איד איז געקומען צו איהם זיך מזכיר זיין מיט א קוויטל. האט איהם די רבי געענטפערט. איך קען דיר גארנישט העלפן...! האט דער איד אויסגעבראכן אין א געוויין. און די רבי האט מיטגעוויינט. פרעגט ער דעם רבי'ן, כמעט אין יאוש..."וואס זאלל איך טוהן"? האט איהם די רבי געזאגט . נעם ארויס א תהילים און זיי מתפלל צום באשעפער. לאמיר צוזאמען מתפלל זיין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: איך וועל דיר פארציילן א ..."מופת"... פון א רבי'ן וואס איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן. דאס איז געווען פאר מנחה. די רבי איז ארויסגעקומען פון זיין הויז. ער זאגט צו מיר..."גיי רוף --- דעם הויז בחור, וועלכער איז געווען א ביסל א פארחלומ'טער. די רבי האט עס געזאגט מיט א מין שטרענגקייט..."ער זאלל שוין קומען"...! אט זעה איך דעם הויז בחור, ער גייט ארום פארמח'ט. און ווילל אריבערגיין די גאס. שריי איך צו איהם..."די רבי רופט דיך. דו זאלסט שוין קומען צו איהם. צוערשט האט ער מיך נישט געהערט. האביך געשריגן נאך העכער. די רבי זאגט דו זאלסט שוין גיין צו איהם...! האט ער זיך אויסגעדרייט. אזוי ווי ער האט צוריקגעטראטן אויפ'ן סיידוואק איז געקומען א קאר צו פליען ווי א ראקעט. אזוי ארום איז ער געראטעוועט געווארן...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: ס'גייען ארום צענדליגע מעשיות און לעגענדעס איבער נאפאליאן און זיין חכמה. טייל זענן אמת. א טייל אויסגעטראכט.

ווען מ'האט איהם אמאל געבעטן ער זאלל געבן אן ערקלערונג פארוואס זיין ביז דאן זיגרייכע ארמיי האט פארלוירן די מלחמה אין רוסלאנד. האט ער עס מסביר געווען אזוי...די פראנצויזישע ארמיי ווען זיי האבן איינגעשפאנט 2 פערד צו א וואגן. וואס איין פערד איז געבוירן אין דרום פראנקרייך און די אנדערע אין צפון אדער מערב פונ'ם לאנד. ווען איינער האט געשלעפט דעם וואגן אויף רעכטס האט דער צווייטער געשלעפט צו לינקס. ווען איינער האט געוואלט לויפן שנעל האט דער צווייטער זיך געוואלט אפשטעללן. משא"כ אין רוסלאנד. די 2 פערד וועלכע זענען געווען געשפאנט צו א וואגן זענען געבוירן אין די זעלבע שטאל. און זייערע זיידעס זענען אויך געבוירן דארט...!

די נאציס, ימ"ש האבן אויך געכאפט זייער מפלה אין רוסלאנד. ווייל רוסלאנד איז זייער א גרויס לאנד און זיי האבן ענדלאזע ריסאורסעס. אויך. דער מאסן מערדער סטאלין, ימ"ש האט געטון עטליכע קלוגע שריט ביים אנהייב פון די מלחמה. ואין כאן המקום להאריך בזה. דאס פאדערט א באזונדערן אשכול...!

יא ס'פארהאן זייער אסאך מעשיות און לעגענדעס ארום אים.
הרה''ק ר' נחמן ברעסלעווער איז אמאל געזיצן ביים ברעג ים אין 'עכו' ווען עטליכע פראנצויזישע סאלדאטן האבן אים געוואלט טשעפענען, אויפן פלאץ איז געקומען זייער שטראף, אז זיי זענען געווארן געלעמט רח''ל, נאכן נישט צירוק אהיימקומען צו די באזע, זענען אנדערע סאלדאטן ארויסגעשיקט געווארן זיי צו זוכן, זיי האבן זיך צירוק געקערט צו די באזע מיט די נייעס אז די ערשטע גרופע שטייט געלעמט ביים וואסער, ר'נחמן איז זיך ווייטער געזיצן ביים וואסער און געדינט דעם אייבערשטן, ווען מיטאמאל האט זיך א שיפל אפגעשטעלט און א הויכראנגיקע גענעראל האט ארויסשפאצירט, ר'נחמן האט גלייך געמאכט דעם ברכה 'שחלק מכבודו' כאפענדיג אז ס'איז 'נאפאליאן' אליינס, דעמאלט האט אים 'נאפאליאן' געפרעגט וואס ער זאל טון, זאל ער אהיימגיין און ווערן מלך, אדער זאל ער בלייבן דע-פאקטא פירער אבער נאר גענעראל, ר' נחמן האט אים געזאגט אז אויב די ווערסט קעניג, גייסטו ווערן זייער בארימט איבער די גאנצע וועלט, אבער דיין מלוכה גייט נאר זיין פאר א קורצע צייט, אבער אויב בלייסטו גענעראל גייסטו מאריך ימים זיין אויף דיין פאסטן פאר לאנגע יארן אבער גייסט נישט האבן די רום און כבוד, 'נאפאליאן' האט אויסגעקליבן אפציע איינס, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אזוי, ער איז טאקע נאר געווען קעניג א קורצע צייט, אבער כבוד און רום האט ער געהאט מער פון אלע.


ווי ווערט דער מעשה געברענגט?

ווייל ר' נחמן איז כמעט געהרג'ט געווארען אויף דער וועג אהיים פין ארץ ישראל. ער איז ארויף אויף א ראנג שיף, בקיצור א גאנצע מעשה באריכות.

דער מעשה זעהט אויס פאבריצירט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: דו קענסט נישט פארגלייכן דעם היינטיגן מצב דאהי אין אמעריקע מיט דעם מצב פאר 200 יאר צוריק. היינט פארמאגן מיר ב"ה הונדערטער חסיד'ישע און ליטווישע ישיבות, כ"י. און צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן בליעה"ר. וואס ווייסן מיר דעם מצב אין יענע צייטן. אויב דער בעל התניא האט אזוי געזאגט איז עס ביי מיר 100% פארלעסליך...!


די רעביס האבן געהאט חילוקי דעות וועגן נאפאליאן, איך ווייס נישט וואס זיי האבן זיך געקריגט.

די חוקרים זענען שטארק מחולק בנוגע די עמיניפאציע, צו נאפאליאן האט געוואלט העלפען אידן אדער נישט.

וואס נאפאליאן האט געטוהן איז געוועהן, ער האט מבטל געוועהן די געטאס, מתיר געווען אידן צו טוהן אלע ערליי האנדעל, און גע'אסר'ט אידן צו פארבארגן געלט אויף ריבית. ווי אויך געגעבען אידן רעליגיעזע רעכטען, געמאכט א בית דין (עס האט געהאלטען דרייסיג יאר) זיי האבן אפילו געקענט דן זיין דיני נפשות. מיט איין מיינוס, אז די ממשלה האט קובע געוועהן וועלכע רבנים זענען אין די בית דין.

אין די עמטליכע בריוו פין נאפאליאן זעהט מען אז ער טענה'ט אז דאס וואס מען אונטערדריקט די אידן מאכט חרוב דער גאנצע מדינה. עס איז דא בריוו ווי ער רעדט מיט שנאה קעגן אידן, וואס מאנכע טענה'ן אז עס איז פאלש.

דאס איז זיכער, אז דער עמיניפאציע האט געברענגט דער רעפארם, ווייל דייטשלאנד האט געהאלטען דער עמיניפאציע, אפילו נאכדעם וואס נאפאליאן'ס מלוכה איז זיך צוגאנגען, און די גלייכע רעכטען האט געמאכט אז אידן זאלען וועלען זיין אנערקענט ביי גויים, און זייענדיג געבילדעט האט עס געברענגט אז מען זאל וועלען זיין אזוי ווי קריסטען, וואס דאס איז געוועהן די יסודות פין רעפארם, משנה זיין אידישקייט עס זאל זיין מער דומה צו קריסטנטום.

מצד אחר, איז דער רעספאנס מצד די פרומע געוועהן חריידיזים, די יסודות פין חריידיזים האבן זיך אנגעהויבן דעמאלס, ווען מען האט געקעמפט די שינוים וואס דער רעפארמער האבן געטוהן, וואס אין אנהייב זענען די שינוים געוועהן עטוואס אין איינקלאנג מיט הלכה, האבן די רבנים געמאכט אז מען דארף האלטען אלטע אידישקייט אפילו עס מאכט נישט קיין סענס, און פין דארט איז אלעס געפארן פין זיך אליין.

מען קען עס זעהן ווען די אחרונים מוטשען זיך צו זאגן פארוואס מען זאל נישט דאווענען אויף אנדערע שפראכן, אדער כלי זמר אין שוהל ועוד.

ליינט מער דא
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ווי נאר די קרוינונג'ס צערעמאניע און פייערונגען האבן זיך גענדיגט, האט 'נאפאליאן' זיך צירוק מלבש געווען אין די מיליטערישע קליידער און ארויס צום צווייטן מאָל אייננעמען די גלאוב, וועלענדיג פטור ווערן פון זיין גרעסטע קעגנער 'ענגלאנד' האט ער, צוזאמען מיט 'שפאניע' צוזאמגעשטעלט איינע פון די גרעסטע ים פלאטע'ס וואס די וועלט האט נאר ביז דאן געזען, צוזאמען האבן זיי פרובירט אריינצושלעפן די ענגלישע נעווי אין א פאסטקע, אין 1805 האט אבער די פראנצויזישע נעווי געליטן א מיאוס'ן דורכפאל ווען די בריטן האבן אין 'די שלאכט פון טראפאלגאר' פארכאפט 19 פון די 33 פראנצויזישע שיפן, הגם די קאמאנדיר פון די בריטישע פלאטע 'וויצע אדמיראל לארד נעלסאן' איז געהארגעט געווארן אינעם שלאכט, האט אבער די פארלוסט געצווינגען 'קייסער נאפאליאן' אויפצוגעבן אויף די פלאן פון איינעמען 'גרויס בריטאניע' דורך א מלחמה.

און די זעלבע יאר 05' האט 'נאפאליאן' אפגעהאלטן, לכאורה זיין גרעסטע זיג פון זיין גלאררייכע קאריערע, ווען ער האט אין בלויז איין טאג מיט אן ארמיי פון 68,000 מאן באזיגט די 'עסטרייכישע' און די 'רוסישע' ארמייען, פון איבער 90,000 מאן, און די 'אויסטירליץ שלאכט' אין 'טשעכאסלאוואקיי' (אגב, נאך די שלאכט איז די הייליגע 'חתם סופר' געווארן אריינגעמישט אין די מלחמה, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט די יד ד', ווי די 'חתם סופר' האט זיך שוין געקענט מיט 'נאפאליאן' פון ווען ער איז געווען א יונגע אפיציר) נאך זיין זיג האט ער אריינגעצווינגען עסטרייך און 'רוסלאנד' אין די 'פרעשבורג שלום אפמאך', וואס האט אנגעהאלטן פאר גאנצע צוויי יאר.

יש לו מנה, זאגן שוין חז''ל רוצה מאתים, קעניג אויף איין לאַנד איז אים נישט גענוג געווען, און אין די זעלבע יאר האט ער זיך געקרוינט אלס קעניג פון 'איטאליע' ווי ער איז שוין געווען פרעזידענט זייט 1802.

זעהנדיג אז ער קען נישט באזיגן 'ענגלאנד' אין א מלחמה, האט ער אנגעהויבן אן עקענאמישע בלאקאדע, צווינגענדיג די לענדער אונטער זיין קאנטראל נישט צו פארקויפן קיין שום סחורה פאר די ענגלישע מלוכה, מיט די האפענונג אז זיי זאלן זיך אונטערגעגעבן ווי פריער, 'ענגלאנד' פון זייער זייט איז נישט שטול געבליבן, און זיי האבן ארגאניזירט די פערטע קאליציע פון לענדער צו באקעמפען 'פראנקרייך', אבער פונקט ווי די דריטע קאליציע, האט די פערטע נישט באוויזן צו טוישן קיין סאך, מיטן אויסנאם פון אריינברענגן א פרישע לאנד, 'פרייסן' (היינטיגע דייטשלאנד) אינעם קאנפליקט, אבער דאס האט נישט אויסגעמאכט, און אין 07' האט 'נאפאליאן' ווידער צושמעטערט די קאליציע און 'די שלאכט פון פרידלאנד'.

'צאר אלעקסאנדער דער ערשטער' האט שוין געהאט גענוג מיט די מלחמות, און ער האט זיך צירוקגעצויגן, ער האט זיך געטראפן מיט 'נאפאליאן' אויף א שווימנדיגע פלאטפארמע אינמיטן וואסער נעבן די רוסישע גרעניץ, ווי ער האט פון פריש איבערגעשריבן א שלום אפמאך, די צוויי קעניגן האבן זיך דארט צוטיילט מיט אייראָפּע, ווען 'אלעקסאנדער' נעמט די מזרח זייט און די פראנצויזן באקומען די מערב זייט.

צירוק אין 'פראנקרייך' האט 'נאפאליאן' פון פריש אויפגעשטעלט די אריסטאקראטיע, די עליטע פונעם פאלק, עפעס וואס האט זיך גענדיגט ביי די רעוואלוציע, ער האט געמאכט זיינע משפחה מיטגלידער פאר קעניגן און פרינצין, זיין ברודער 'דזשאסעף' האט ער געמאכט קעניג פון 'נעפאל' און דערנאך 'שפאניע', אויך זיין מאמע, וועם 'נאפאליאן' האט געגעבן פולע קרעדיט פאר זיינע סוקסעס'ן, האט ער אריינגעשטעלט און אן אפיציעלע פאזיציע, אלס א נאנטע ראטגעבער צו די מלוכה.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אלע צוזאמען דו שרייבסט זייער גוט! גיי אן מיט די געוואלדיגע ארבעט! ווי וואנט מאור!
פארשפארט