שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך בין נייגיריג צו סקימט שוין ארויס א נביאות פון הרב פינטער אז ער האט שוין געזאגט חדשים ציריק אז סגייט פאסירן...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך בין נייגיריג צו סקימט שוין ארויס א נביאות פון הרב פינטער אז ער האט שוין געזאגט חדשים ציריק אז סגייט פאסירן...


עס איז דא נביאות פין הרב ערליך
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שליחה דורך או אינו »

החוקר האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.

אפשר ביסטו בעסער מסביר וואס פונקטליך מען האט זיך נישט געטארט לאזן פון די פרומע?
דאס גאנצע פלאץ באלאנגט צי זיין אינטער די פירערשאפט פין די מיליטער אדער פאליס. נישט עסקנים
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אישתישבי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך בין נייגיריג צו סקימט שוין ארויס א נביאות פון הרב פינטער אז ער האט שוין געזאגט חדשים ציריק אז סגייט פאסירן...


עס איז דא נביאות פין הרב ערליך

מי זה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

או אינו האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.

אפשר ביסטו בעסער מסביר וואס פונקטליך מען האט זיך נישט געטארט לאזן פון די פרומע?
דאס גאנצע פלאץ באלאנגט צי זיין אינטער די פירערשאפט פין די מיליטער אדער פאליס. נישט עסקנים


פאליס און צה"ל ווילען נישט דארט זיין, ווייל מען זידעלט זיי און מען ווארפט פין העכער שמוץ אויף זיי. בעיני ראיתי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:.


יישר

איז נישט דער עקסידענט געשעהן ווען דא איז נאך געוועהן טאג?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שליחה דורך טמיר »

אישתישבי האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
או אינו האט געשריבן:די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.

אפשר ביסטו בעסער מסביר וואס פונקטליך מען האט זיך נישט געטארט לאזן פון די פרומע?
דאס גאנצע פלאץ באלאנגט צי זיין אינטער די פירערשאפט פין די מיליטער אדער פאליס. נישט עסקנים


פאליס און צה"ל ווילען נישט דארט זיין, ווייל מען זידעלט זיי און מען ווארפט פין העכער שמוץ אויף זיי. בעיני ראיתי.

אין מאה שערים ווילן זיי יא זיין טיילן מכות
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:.


יישר

איז נישט דער עקסידענט געשעהן ווען דא איז נאך געוועהן טאג?

אין אויב יא?!

וועגן דעם איז עס געשען, אין שוין!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

חתם סופר האט געשריבן:כצאן לטבח.

שוין יארן וואס די עקספערטן ווארענען אז דער מצב ל״ג בעומר אין מירון איז א סכנה ממשית. אלע האבן געזען דעם דו״ח, דעם רעפארט, פונם מבקר המדינה, דער קאמפטראלער, פון 2008, וועגן דער רעאלער סכנת נפשות, דעם טוויט פון אריה עהרליך פון דריי יאר צוריק, און נאך.

האט איר געזען כאטש איין רב אויפן גאנצן כדור הארץ וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן: רבותי ס׳איז א חשש פון שפיכת דמים, פון סכנת נפשות?

ניין.

צו דער זעלבער צייט קומען פאר אסיפת פון רבנים, פלאקאטן און איסורים אויף שייטלעך פון אינדיע, ווייל זיי זענען א חשש עבודה זרה. (הגם דער חיד״א ווייס, סאטמאר דיין פון אנטווערפן, וועלכער האט דאס גרונטליך געפארשט און שטודירט, און אנדערע דיינים און עקספערטן, זאגן אז ס׳איז נישט קיין שום חשש).


איז נישט שפיכת דמים פונקט אזוי הארב ווי עבודה זרה?!

כצאן לטבח יובל. בגשמיות וברוחניות.

Cp

אינטערעסאנט אז ביי די שייטלעך און אלע איסורים פאלגט מען נישט די רבנים, פונקט ווען ס'קומען צו מירון דארט וויל מען זיך נישט רירן אן זיי...
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

עמער ווארטן אויף אבטולמוס וסייעתו זאלן ארויסברענגן ווי דער ביטערע געשעעניש איז נישט מער ווי א מטאפורה צו דאס צוקוועטשונג פון טויזנטע טויזנטע נשמות, יאר יערליך, על מזבח עבודת האלילים.

ירחם ה' על עמו.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שליחה דורך תוהו ובוהו »

הייליגער חתם סופר: אונז זעמער זייער אויפגעקלערט צו וויסן פונקטליך וואס די רבנים טוען 'ראנג', און צו די זעלבע צייט זעמער אזוי פאנאטיש צו האלטן אז רבנים זענען לעגאלע/תורה'דיגע/מאראלישע מנהיגים.

וואס מאכט דיר טראכטן אז טיילן קוגל, אן עטרה אויפן אחוריים צו גאר א פיצקעלע הייזקע באקלעפט מיט חזו''א/בריסק'ער רב בילדער מאכן איינעם א 'מנהיג'!?

נישט דא אזא זאך ווי לייסענסד מנהיגים וואס ס'איז 'זייער' תפקיד קעירצונעמען פון פראבלעמען.. עס איז מער אזא וועג פון אפשאקלן אחריות.. ווי ביסטו געווען צו שרייען אלע יארן אז מירון איז סכנת נפשות??!! האסט 'אפשר' ווייניגער השפעה, אבער שרייען האסטו (און איך) געדארפט פונקט ווי זיי האבן געזאלט..

דער מושג פון א 'מנהיג' (אויב ס'איד דא אזאנס) איז דער וואס שטעלט זיך ארויס אין פרובירט אויפצוטוהן פארן כלל, און ווי מער השפעה דו האסט, אלס מער קענסטו באטראכט ווערן ווי א 'סוקסעס'פולע מנהיג'.

א מנהיג אין סעיפטי (דאס מאל) איז אריה ערליך,
אין אווערנעס פאר טשיילד מאלעסטעישן: נחום ראזענבערג,
אין רייניגן דעם עולם'ס מחשבה פון ע''ז: ישעי' ליבוביץ,
און אין זיך באהיטן פון דיזיזעס: העניך וחבריו.

די איינציגסטע חילוק צווישן דיר עמך איד און די סאו קאלד 'מנהיגים' איז, אז ווען זיי זאגן עס ווען, וואלט עס מעגליך געהאט מער השפעה, (לדוגמא: מאסקעס, וואקסין. און איך האלט גראדע נישט אז דאס איז די קעיס לגבי נישט גיין קיין מירון)

אינטערשטע שורה: ווי לאנג דו און איך האבן נישט געשריגן, מיט אונזער קלענערע השפעה, וואס האסטו טענות אויף יענעם!?

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווייטער די רבנים....

איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.

לאזט שוין די רבנים לעבן.

במחילה, יא יא, ווייטער די רבנים!

איך בין אויך זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען קיין טוויטס און קיין דו"ח, און הא גופא קשיא: פארוואס טאקע נישט?
נאר א דו"ח איבער אן אינדיאנער שייטל אדער אנאנדער פירצה, איז גענוג וויכטיג פאר זיי?
פארוואס זעען זיי נישט קיין טוויטס? זיי האבן נישט קיין אינטערנעט [גע'כשר'טע כמובן]? פארוואס טאקע נישט? ביסט א מנהיג אדער דו זיצט אין א בונקער על התורה ועל העבודה?
אויב זיצטו אין א בונקער - ריר דיך נישט ארויס פון דארט צו רעדן פון אינדיאנער שייטלעך, און אויב ביסטו גענוג מעורב בין הבריות צו קומען זאגן דיין וויכטיגע דעת תורה איבער דעם ערשטן פון די שלש חמורות (חשש ע"ז), דאן זיי'זשע מוחל און לערן דיך אויס צו קענען זאגן א דעת תורה איבערן דריטן פון די שלש חמורות (חשש שפיכות דמים)!

עד מתי זה לנו למוקש, אז זיי זאלן כלומרשט זיין אונזערע דעה זאגערס נאר אין ענינים שבין אדם למקום, און זיך גענצליך אפ'פטר'ן פון ענינים שבין אדם לחבירו? אויב זיי קענען זיך ארומרינגלען מיט מיניסטארן און ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער אינדיאנער שייטלעך, זאלן זיי געוויס האבן ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער די סכנה אין מירון (צי קאראנע, צי וואטעווער)!

בנוסף לזה: מ'דארף ממש נישט זיין קיין חכימאה דיהודאה צו זען אז טויזנטער אידן האבן א קליינעם לעכל וואו אדורכצוגיין, און מילא פשוט'ע אידן טראכטן נישט אז ס'איז א חשש פיקו"נ, אבער א רב, א מנהיג, א רבי?! דו ביסט דאך דער וואס מעסט די לענג פונעם שייטל, דאס אויסזען פונעם שייטל, די מקור פונעם שייטל, אלס נאר צוליב א 'חשש' רחוק פון וואטעווער, אבער ווען עס קומט צו א 'חשש' פיקו"נ טשיקנסטו אפ "ווייל דער רבי האט נישט געזען די טוויט/דו"ח"?!

הה"ד לא טהרת כלים הוא דחמירי, אלא שפיכות דמים הוא דזל.

זאלן שוין די רבנים לאזן דאס מענטשהייט לעבן!
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
good news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:38 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך good news »

יעדער נארמאלער מענטש וואס האט זיך געדרייט ל"ג בעומר אין מירון, וועט דיר וויסן צו זאגן, אז דאס וואס עס איז נאך ביז יעצט גארנישט געשען, איז נסים ונפלאות. איך זאג עס כסדר, נאך איידער די טראגעדיע האט פאסירט. פרעג מיינע ארומיגע.

דאס און נאך: די רוחניות'דיגע מצב אויפן ארט, איז א חורבן נורא ואיום, און קיינער טוט גארנישט צו דעם. יא, די פריצות איז היבש בעסער, אבער ס'איז נאך אלס ששון ושמחה... ווען איך בין געווען א בחור, האט מיר איינער געאפערט דראגס אין מירון, און א צווייטע יאר האט מען מיר געאפערט א שיקסע... איך ווייס אז נישט יעדער קומט צו אזעלכע סעטואציעס אין מירון, אבער יא, ס'איז דא וואס קומען צו דעם... די אלע זייטיגע ספרדי'שע געצעלטן, די פרייע פעלדער וכו', איז א מקום מיועד לפירעניות... און ס'איז נישטא קיין משמרת הצניעות וואס זאל אינפאסירן די זאכן, בעת אין אומאן איז יא דא ווער ס'גיבט אכטונג (אויף וויפיל ס'העלפט ווייס איך נישט...)

צוריק צום ענין:
די גשמיות'דיגע סכנה איז א זאך וואס יעדער האט געקענט פאראויס זען, און אינטערעסאנט... נאך די לויה פון הרב וואזנער, האט קיינער גארנישט געטון צו דעם... פארוואס קלערט איר אז קומענדיגע יאר וועט מען יא טון?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

די פאקט איז אז תולדות אהרן האט אליין אינוועסטירט טויזנטערס אז דאס פלאץ זאל זיין פארזיכערט.

די טרעפ (שביל ר' דוב) וואו ס'איז געשען איז צוגעלייגט געווארן אין די לעצטע 3-4 יאר. (מעגליך אפי' נאך די טוויט פון ארליך, נישט זיכער אין דעם) ס'איז געווען אסאך ערגער פארדעם און תולדות אהרן האט עס אויסגעברייטערט און געגאסן צעמענט ס'זאל זיין נארמאל אהערגעשטעלט.

די וועג פאר זיך איז נישט געווען קיין סכנה, נאר די פאקט אז ס'איז אויף א הויכע בארג און אזויפיל טרעפ אראפ איז א סכנה, בפרט ווען ס'פאסירט אזא פאל ווי נעכטן אז די שטראם ווערט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט משום איזה סיבה וואס איז נישט קלאר יעצט.

ווען די פאליציי האט געזאגט אז די פארענטשעס זענען נישט גענוג זיכער, האט תולדות אהרן געצאלט טויזנטערס צו בויען נייע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס, דאס איז אויך געווען געציילטע יארן צוריק. אין די וועלט איז נישטא אזעלכע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס וואס איז געבויט געווארן דורך די גרעסטע ארכיטעקטס.

זיי צאלן יערליך אן אייגענעם סעקיוריטי קאמפעני צו מאכן זיכער אז דער עולם פאלגט די אנווייזונגען, ווייל די משטרה פאלגט מען דאך נישט.

איך זאג נישט אז דאס פלאץ איז געווען פארזיכערט, ס'איז אלץ געווען און וועט אלץ זיין א סכנה. אבער תולדות אהרן האט יא דירעקט געזוכט אז דאס פלאץ זאל זיין וואס מער פארזיכערט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שליחה דורך פאליטיקאנט »

@תוהו ובוהו דו זאגסט א שטארקע נקודה, אבער דו צומישט עס מיט אחריות.

הרב יואל אשר לאבין האט עטליכע מאל געשריבן אין די נושא פון "עסקנים". מענטשן פרעגן, 'ווי זענען די עסקנים'?
ערעב איד, ווי זענט איר? פארוואס זענט איר נישט דעם עסקן?

גערעכט יעדער דארף און זאל טוען ווען ער זעט א דבר הצריך תיקון. און סתם זוכן שולדיגע האט נישט קיין זין, און טוט נישט אויף נאר קען אסאך מאל פארערגערן מיטן טרעפן א לעזאזל און לאזן די פראבלעם לויפן ווייטער.
***

אבער דא עקא, נעמט דאס נישט אוועק אחריות פון מענטשן וואס טוען יא, אז דו נעמסט יא די לייצעס אין די הענט, מיינט נישט דו האסט א פרייע קארטל. אויף צו חרוב מאכן אדער טוען א האלבע ארבעט איז דאך בעסער זאלסט שטיין אין די זייט. אז דו ביסט נישט גרייט און אינגאנצן איבערגעגעבן דערצו לאז א צווייטן עס טוען. [אפי' אויב עס וועט נישט זיין קיין צווייטע, וועט די ציבור זיך כאטש נישט פארלאזן אויף דיר] - פארשטייט זיך איך רעד דא נאר לגבי סעיפטי, פאר אנדערע אויפטואונגען איז עס אנדערש.


יעצט לגבי 'רבנים' 'ומנהיגים' איז דאס נאך מער, ווייל למעשה שטעלן זיי זיך אהער אלס אחראים און זענען פאקטיש מעורר, און פירן איין תקנות ווען עס פעלט זיך אויס, אויך איז בכלל דא א שטארקע טראסט אין זיי משום רוחניות וכו'.... דאן יא, זיי "דארפן" זען צו מסדר זיין ענינים הצריכים תיקון, זיי קענען נישט נוצן די קארטל פון "איך ווייס נישט", - ביסט א מנהיג, דו שטעלסט זיך אהער אלס מנהיג, מענטשן פארלאזן זיך אויף דיר, דו נעמסט אן די מנהיגות? - האסט געדארפט וויסן. נעם אויף מענטשן וואס זאלן געוואר ווערן.

דאס איז אלס באופן כללי, אבער ווען עס קומט צו א מאורה וואס זיי אליין מאכן, איז די אחריות פי כמה, אז איך מאך א שמחה האב איך נישט די אחריות פון יעדער וואס קומט זיך אנטייל נעמען? איך קען לאזן שפילצייג אויף די ערד אפי' איך ווייס עלטערע גייען קומען? אוואדי נישט. ווען א גביר מאכט א רייכע אווענט, פארשטייט ער אליין אז ער דארף זען צו פארזיכערן די אווענט, איז פארוואס איז א רבי 'עקזעמפט'?
יא, זיי האבן א גאר שטארקע אחריות, און זיי זענען ווילנדיג שליחי ציבור, אז זיי זענען מועל דערין זענען זיי קלאר שולדיג.
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:.


יישר

איז נישט דער עקסידענט געשעהן ווען דא איז נאך געוועהן טאג?

אין אויב יא?!

וועגן דעם איז עס געשען, אין שוין!



viewtopic.php?f=24&t=14605
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

תוהו ובוהו האט געשריבן:הייליגער חתם סופר: אונז זעמער זייער אויפגעקלערט צו וויסן פונקטליך וואס די רבנים טוען 'ראנג', און צו די זעלבע צייט זעמער אזוי פאנאטיש צו האלטן אז רבנים זענען לעגאלע/תורה'דיגע/מאראלישע מנהיגים.

וואס מאכט דיר טראכטן אז טיילן קוגל, אן עטרה אויפן אחוריים צו גאר א פיצקעלע הייזקע באקלעפט מיט חזו''א/בריסק'ער רב בילדער מאכן איינעם א 'מנהיג'!?

נישט דא אזא זאך ווי לייסענסד מנהיגים וואס ס'איז 'זייער' תפקיד קעירצונעמען פון פראבלעמען.. עס איז מער אזא וועג פון אפשאקלן אחריות.. ווי ביסטו געווען צו שרייען אלע יארן אז מירון איז סכנת נפשות??!! האסט 'אפשר' ווייניגער השפעה, אבער שרייען האסטו (און איך) געדארפט פונקט ווי זיי האבן געזאלט..

דער מושג פון א 'מנהיג' (אויב ס'איד דא אזאנס) איז דער וואס שטעלט זיך ארויס אין פרובירט אויפצוטוהן פארן כלל, און ווי מער השפעה דו האסט, אלס מער קענסטו באטראכט ווערן ווי א 'סוקסעס'פולע מנהיג'.

א מנהיג אין סעיפטי (דאס מאל) איז אריה ערליך,
אין אווערנעס פאר טשיילד מאלעסטעישן: נחום ראזענבערג,
אין רייניגן דעם עולם'ס מחשבה פון ע''ז: ישעי' ליבוביץ,
און אין זיך באהיטן פון דיזיזעס: העניך וחבריו.

די איינציגסטע חילוק צווישן דיר עמך איד און די סאו קאלד 'מנהיגים' איז, אז ווען זיי זאגן עס ווען, וואלט עס מעגליך געהאט מער השפעה, (לדוגמא: מאסקעס, וואקסין. און איך האלט גראדע נישט אז דאס איז די קעיס לגבי נישט גיין קיין מירון)

אינטערשטע שורה: ווי לאנג דו און איך האבן נישט געשריגן, מיט אונזער קלענערע השפעה, וואס האסטו טענות אויף יענעם!?

Sent from my KFDOWI using Tapatalk


די טענה איז אויף די אסיפות ארגאניזינער וואס ארגאניזירן מיטינגס וועגן שייטלען און נישט וועגן עגונות אדער פיקוח נפשות
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

ארי נוהם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייטער די רבנים....

איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.

לאזט שוין די רבנים לעבן.

במחילה, יא יא, ווייטער די רבנים!

איך בין אויך זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען קיין טוויטס און קיין דו"ח, און הא גופא קשיא: פארוואס טאקע נישט?
נאר א דו"ח איבער אן אינדיאנער שייטל אדער אנאנדער פירצה, איז גענוג וויכטיג פאר זיי?
פארוואס זעען זיי נישט קיין טוויטס? זיי האבן נישט קיין אינטערנעט [גע'כשר'טע כמובן]? פארוואס טאקע נישט? ביסט א מנהיג אדער דו זיצט אין א בונקער על התורה ועל העבודה?
אויב זיצטו אין א בונקער - ריר דיך נישט ארויס פון דארט צו רעדן פון אינדיאנער שייטלעך, און אויב ביסטו גענוג מעורב בין הבריות צו קומען זאגן דיין וויכטיגע דעת תורה איבער דעם ערשטן פון די שלש חמורות (חשש ע"ז), דאן זיי'זשע מוחל און לערן דיך אויס צו קענען זאגן א דעת תורה איבערן דריטן פון די שלש חמורות (חשש שפיכות דמים)!

עד מתי זה לנו למוקש, אז זיי זאלן כלומרשט זיין אונזערע דעה זאגערס נאר אין ענינים שבין אדם למקום, און זיך גענצליך אפ'פטר'ן פון ענינים שבין אדם לחבירו? אויב זיי קענען זיך ארומרינגלען מיט מיניסטארן און ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער אינדיאנער שייטלעך, זאלן זיי געוויס האבן ראטגעבער וואס זאלן זיי דערציילן איבער די סכנה אין מירון (צי קאראנע, צי וואטעווער)!

בנוסף לזה: מ'דארף ממש נישט זיין קיין חכימאה דיהודאה צו זען אז טויזנטער אידן האבן א קליינעם לעכל וואו אדורכצוגיין, און מילא פשוט'ע אידן טראכטן נישט אז ס'איז א חשש פיקו"נ, אבער א רב, א מנהיג, א רבי?! דו ביסט דאך דער וואס מעסט די לענג פונעם שייטל, דאס אויסזען פונעם שייטל, די מקור פונעם שייטל, אלס נאר צוליב א 'חשש' רחוק פון וואטעווער, אבער ווען עס קומט צו א 'חשש' פיקו"נ טשיקנסטו אפ "ווייל דער רבי האט נישט געזען די טוויט/דו"ח"?!

הה"ד לא טהרת כלים הוא דחמירי, אלא שפיכות דמים הוא דזל.

זאלן שוין די רבנים לאזן דאס מענטשהייט לעבן!


דאס וואס די רבנים קומען ארויס קעגן שייטלען -די סיבה איז נישט ווייל בין אדם למקום גייט זיי יא אָן. נאר ס׳האט א פּאליטישע חשבון
און די פאליטישע חשבונות פאדערט אבער נישט צו טון עפעס וועגן פיקוח נפש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פלוצלינג וויל מען פאלגן די רבנים! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויף און ווען זיי גיבן ארויס א קול קורא קעגן שייטלעך זענען זיי סתם אונטערדריקערס און מענטשן וואס זוכן צו געוועלטיגן אויף כלל ישראל, אבער יעצט זוכט מען זיי מיט לעכט, פרוביר זיך נאר צו פארשטעלן וואסערע קולות און קללות ס'וואלט געגאנגען אויף די 'תולדות אהרן'ע רבי' טאקע דא אויף 'קאווע שטיבל' ווען ער זאל ווען האבן ארויסגעקומען מיט א פסק נישט צו פארן אויף מירון, אפילו דאס ביסל פאן לאזט ער נישט.
לאז אפ די רבנים, די פאלגסט די זיי במילא קיינמאל נישט, די טוסט סייווי וואס די ווילסט, זיי זענען נישט דיין שעיר לעזאזל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

שליחה דורך תוהו ובוהו »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:איננו רואים את המידה כנגד מידה? חגיגות על הדם נענו בחגיגה שהסתיימה בדם! העלאת קרבנות שוא התכפרה בקרבנות ציבור זכים ותמימים! זלזול במצוות פיקוח נפש נגמר בפיקוח נפש! התעלמות מ"ונשמרתם מאד לנפשותיכם" הובילה להיעדר שמירה על הנפשות!


לא, אינני רואה!
במקרה אני מסכים עם כל מה שאתה כותב, אבל כל נסיון להצדיק/להסביר/''להבין את המסר'', הוא מגעיל בעיני, וזה פוליטיזיציה של האסון, בין אם אתה כותב שזה בגלל האינטרנט או בגלל הקורונה.

חוץ מזה, אף אחד לא שינה ולא ישנה את מבטו על מה הם 'בעיות הדור' בגלל 'מדה כנגד מדה מוכרחת' כזו או אחרת.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
פארשפארט