די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

הייליגע ווערטער.
(טאקע געטראפן טייפאס...)
(געב ארויס די סודות וואס נאך דו טראכסט)
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

הייליגע ווערטער.
(טאקע געטראפן טייפאס...)
(געב ארויס די סודות וואס נאך דו טראכסט)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זייער שטארקע דיבורים! מוראדיג אין פלאץ, די ווארט פון אינוועסטירן אין זיך אליינס ווייל אזויפיל איז מען ווערט האט מיר שטארק געכאפט.
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

שליחה דורך דורש אמת »

ר׳ העניך שיינט צו זיין אן אויפריכטיגער יונגערמאן, וואס וויל טון וואס מ׳דארף (do the right thing)
די געדאנקען וואס ער שרייבט, זענען אין איינקלאנג מיט די חינוך און מהלך המחשבה מיט וואס מיר זענען אויפגעוואקסן. און פארשטייט זיך אז אזויווי ביי רוב נושאים פון די היינטיגע ערציאונג, קען מען דא אויך טרעפן געוויסע השקפות וואס איז נישט איינשטימיג מיט דעת תורה….

מוכיח זיין די רבנים און ארויסקומען מיט טענות קעגן זיי איז אונזער פליכט פון הוכח תוכיח את עמיתך און לא תעמוד על דם רעך. מיר דארפן כסדר שטיין אויף דער וואַך און אנטייטלען אויף מנהיגים וואס טוען נישט זייערע פליכטן, זיי צו דערמאנען אז מען האלט אן אויג אויף זיי און מען פאדערט פון זיי רעכט. נאר אויף דעי וועג קען מען פארבעסערן די סיסטעם. און טאממער מיר שווייגן, איז מען קאמפליסיט, ס׳איז אזויווי מיר נעמען אנטייל אין די שענדליכע הנהגה.



וועגן פארעכטן גרייזן און שרייבן שיין:
ספר משלי הייבט זיך אן מיט די וויכטיגקייט פון רעטאריק. און ס׳איז אינטרעסאנט אויך אפצולערנען דעם ביאור פונ׳ם מלבים דארט.
דער הייליגער רמח׳׳ל האט געשריבן דריי חיבורים אויף רעטאריק. און ער איז מסביר די וויכטיגקייט דערפון.
ווען מען שרייבט אויף די ריכטיגע וועג, קענען מענטשן דערקענען ווער ס׳רעדט מיט אן אמת און ווער נישט, ווער ס׳רעדט צו די זאך און ווער נישט, שוין אפגערעדט פון דעם אז מ׳דארף קענען פארשטיין וואס ער רעדט. און וועגן כבוד הבריות. (פון זיך און פון אנדערע)
מ׳דארף רעדן צו מענטשן אויף א פאסיגן אופן. און מיט דעם זענען מיר אנדערש פון חיות און בהמות - מיט׳ן כח הלשון.



וועגן זיך רעכענען מיט וואס מענטשן וועלן טראכטן וועגן דיר:
א מענטש דארף זיך רעכענען מיט וויאזוי אנדערע מענטשן וועלן טראכטן וועגן זיין שרייב ווערק, ווייל אויב שרייבט ער אויף אן אופן וואס אנדערע וועלן לאכן פון אים, איז עס נישט אויסגעהאלטן. 
לויט׳ן שולחן ערוך, א מענטש וואס קימערט זיך נישט וואס אנדערע טראכטן וועגן אים איז פסול לעדות.
דער הייליגער נצי׳׳ב וואס איז כסדר געווען פארנומען מיט שרייבן בריוו, האט געהאט א תלמיד וואס האט אים ארויסגעהאלפן שרייבן די אדרעסן. אמאל האט אים דער נצי״ב געוויזן אויף איינע פון די אדרעסן אז ס׳נישט ריכטיג געשריבן, און ער האט אים פאראכטן דערויף. האט דער תלמיד געזאגט אז די באאמטע אין פאסט-אפיס וועלן שוין פארשטיין. טראצדעם וואס ס׳נישט געשריבן ריכטיג, וועלן זיי אבער וויסן וואו עס צו שיקן. זאגט אים דער נצי׳׳ב, זיי וועלן אבער לאכן פון אונז. האט דער תלמיד געפרעגט און וואס וועט זיין אויב זיי וועלן לאכן פון אונז?… דער נצי׳׳ב האט נישט גערעדט מיט אים פאר עטליכע טעג. ערשט דערנאך האט ער געהאט א שמועס מיט אים, מסביר צו זיין די וויכטיגקייט פון זיך קימערן וואס אנדערע טראכטן וועגן דיר און האט אויך געברענגט דעם אויבן-דערמאנטן שולחן ערוך. 
אויב מיר דארפן טראכטן וואס דער גוי׳אישער פאסט-טרעגער אדער די באאמטע אין פאסט-אפיס וועלן טראכטן וועגן אונז, קל וחומר אז מ׳דארף זיך רעכענען מיט וואס דיינע חברים און לייענערס וועלן טראכטן וועגן דיר.

* כאטש איך אליין בין נישט 100% מקפיד אויף מיין שרייבן, איז עס פשוט ווייל איך האב נישט די צייט דערצו.



נאך א נקודה: ווען מ׳הערט אזעלכע טראגעדיעס דארף מען נישט אזויפיל טראכטן וואס מ׳האט מתקן צו זיין פאר יענע וועלט. נאר מ׳דארף טראכטן וועגן דעי וועלט און וואס מ׳וויל אויפטוהן דא. וואס מ׳וויל אריינכאפן, און וואס מ׳וויל טון דא פאר זיך און פאר די משפחה.
ווי די גמרא זאגט: דעי וועלט איז צוגעגליכן צו א חתונה מאלצייט. כאפ און עס, כאפ און טרינק. יעצט האסטו און מארגן וועסטו עס נישט האבן.
און כאטש ביי אונז האט יעדער פארשטאנען די גמרא אז ס׳מיינט אריינכאפן תורה מצוות און מעשים טובים, אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די גמרא מיינט פשוט צו זאגן: מאך א לעבן וויפיל דו קענסט.
אזויווי די ירושלמי זאגט אז מ׳וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע געשמאקע פרוכט וואס מ׳האט נישט טועם געווען.
ס׳איז א חילול ה׳. דער באשעפער האט דיר באשאפן א וועלט, ער שטעלט דיר אהער די אלע גוטע און געשמאקע זאכן און דו זאגסט איך דארף עס נישט?… מוחל טובות? ביזט נישט אינטרעסירט דערין?… ס׳איז כפיות טובה.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און כאטש ביי אונז האט יעדער פארשטאנען די גמרא אז ס׳מיינט אריינכאפן תורה מצוות און מעשים טובים, אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די גמרא מיינט פשוט צו זאגן: מאך א לעבן וויפיל דו קענסט.
אזויווי די ירושלמי זאגט אז מ׳וועט דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע געשמאקע פרוכט וואס מ׳האט נישט טועם געווען.
ס׳איז א חילול ה׳. דער באשעפער האט דיר באשאפן א וועלט, ער שטעלט דיר אהער די אלע גוטע און געשמאקע זאכן און דו זאגסט איך דארף עס נישט?… מוחל טובות? ביזט נישט אינטרעסירט דערין?… ס׳איז כפיות טובה.



ביסט א תלמיד פין ר' אביגדור?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

ניין
זאגט ר׳ אביגדור אזוי?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אויף אייוועלט ווייסן זיי שוין פונקטליך פארוואס די טראגעדיע איז געשעהן... די “חרון אף” זיי האבן עס פונקטליך ארויס, אלע חשבונות פון גאט פארשטיין זיי... און אייביג איז יענער שולדיג. נישט זיי. די פרויען זענען אייביג די ערשטע, די ציונים געווענטליך די צווייטע, סמארטפאון׳ס די דריטע, און די עירוב די פערטע.

אבער קיינמאל נישט וועגן אלע רביס שלאגן זיך ארום צווישן זיך, נעמען נישט אריין קיין קינדער אין די מוסדות נאר אויב זיי גייען עפעס פארדינען דערפון, ווארפן זיך מיט מענטשען, לעבן א שוואוילטאג אויף יענעמס חשבון. זיצן אין מיאמי ביים ביעטש און געבן ארויס נייע קול קורא׳ס יעדן שני וחמישי מיט זייערע נייע משוגעתן.

יא יא, זיי בראטן זיך און מיאמי. ווי זאגט נאר יענער “צדיקים יושבים ועטרותיהם בידיהם ונהנים מזיו השכינה”...


כהאב ליב די מענטשען וואס שטעלן זיך אויף גלייך נאך א טראגעדיע און זאגן פונקטליך פארוואס גאט ב”ה איז ברוגז...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: דו ביסט 100% גערעכט. יענער איז אייביג שולדיג. קיינמאל נישט איך אדער די מענטשן אין מיין קרייז...!

נאכדעם זעהסטו די זעלבע מענטשן ווי זיי ענדזשויען זיך, ניין, פאסמאקעווען זיך מיט א ראלאש אדער סעווען לעיער קעיק און טרינקען צו קאלארפול, זיסע סאודע.

אלעס איז אסור. און א פירצה. ס'איז דא זייער ווייניג זאכן וואס זענען נאך (דערווייל) מותר. איינס פון די ווינציגע זאכן זענען בעיבי ווייפס. דארט שטייט בפירוש אויפגעשריבן די פאלגענדע שטוינענדע ווערטר..."מותר להשתמש בשבת"...! נאר אט די מענטשן וועלכע האבן דאס געשריבן נוצן דאס געוויינליך נישט. ס'איז די זעלבע גרופ וולכע נוצן דעם שויער זייער זעלטן. פון שעמפא מאן דכר שמיה. זיי מאכן חוזק פון די מענטשן וועלכע האלטן זיך יא ריין. זיי ווייסן נישט (אדער וויללן נישט וויסן) ווי שטארק זיי סרחנ'ען אוועק. פון א ציין בערשטל אדער פאסטא האבן זיי טאקע אמאל געהערט. אבער דאס איז דאך פאר ציונים און מאדערנע. נישט פאר אונז היימישע. עד כדי כך אז א דאקטער אין א גאר היימישן מעדיקל אפיס האט ארויסגעלייגט א סיין אויף אידיש און ענגליש אז דעם טאג וואס מ'האט אן אפוינטמענט זאלל מען נעמען א שויער און אנטון ריינע אונטערוועש...! ער האט מסתמא פארגעסן צו צו שרייבן אז מ'זאלל אויך אויספוצן די ציין און אויסשווענקען דאס מויל. וועלכע סרח'ט געוויינילך אזוי ווי אן אפענע סוער ליין...!
פארשפארט