אפיציעל ווערט געברענגט אז דער ראגאטשאווער איז געוועהן דער רב פון דער חסידישער בית המדרש אין דווינסק, און דער אור שמח אין דער מתנגדישער בית המדרש, און זיי זענען זיך זייער אויסגעקומען.
עס קען זיין אז אין דער גיסטע פין חסידים מתנגדים, ווי חסידים זענען געוויינליך באטיטלט געווארען אלץ עמי הארץ, האט דער ראגאטשאווער געמאכט א פארקערטער טיטול.
דער ווערטעל אז קיינער האט אים נישט פארשטאנען, זיינע בריוו זענען טאקע געוועהן גאר בקיצור, און אזוי אויך איז זיין ספר אויף רמב"ם, אבער פערזענליך איז ער געווען א מוראדיגער און שטאטער בעל מסביר, און אפילו קינדער האבן געקענט פארשטיין זיינע טיפע שיעורים. אזוי ווערט געברענגט.
פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצים?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אמת איז, איינער פון די מיסטעיקס
....
אראפ רייסן די עירוב (נישט אום שבת) איז גראדע א גמרא אין די ערשטע און צווייטע פרק (ביזדערווייל) אין דף היומי, און עכ"פ קיין איסור מזיק איז עס נישט. און אזוי איז מסתבר במקום העמדת הדת, ווייל דעמאלס איז יענער דער מזיק.
דער חילוק אז די (ודכוותך) זענען נאך ערגער פין יענער רב, יענער האט כאטש געהאט דער דיסענסי מודה צו זיין אז עס איז אן עוולה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 28, 2019 9:53 am
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
Re: פארוואס האט דער רוגוטשובער נישט אויסגע'הרג'ט די עמי הארצ
רמבן זאגט אז דער אמורא האט זיך אזוי אויסגעדרוקט מחמת זיין שטארקע שינאה צו עמי הארצים אבער אין פראקטישן זין איינער וואס הרגעט אים איז חייב מיתה.
Sent from my iPad using Tapatalk
Sent from my iPad using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער בעל העקידה (פ׳ נח שער טו) שרייבט:
כי עם הארץ אשר דברו בו בזה הוא הבור אשר אמרו עליו שאסור ללוות עמו בדרך ושמותר לנוחרו ביום הכפורים שחל להיות בשבת (פסחים מט:) והיא מליצה גדולה מהם ודבר של הפלגה מהם וזה שההורג נפש ביום ההוא בהתראת איסור היום הנה הוא פטור על הרציחה כי דין הרוצח בהרג ודין ההורג בשבת בסקילה וקים ליה בדרבה מיניה ולזה אמר שהרוצח בו ביום שהוא פטור ומותר מדינו והוא הדין לכל אדם אלא שאמרו זה דרך צחות המליצה כאלו מתירין דם עם הארץ לפחיתותו.