אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

שבחי האר״י (תולדות האר״י) ברענגט אן אינטרעסאנטע מעשה (און דער חיד״א ברענגט עס אויך) :

דער בית יוסף מיט זיין בית דין האבן געוואלט ארויסגעבן אן איסור פאר פרויען אונטער פערציג, נישט צו פאָרן קיין מירון צו ר׳ שמעון, און אפילו פרויען העכער פערציג זאלן נישט מעגן איבערנעכטיגן דארט.
דער אריז״ל איז געזעסן אין זיין בית המדרש און געזאגט א ער זעהט א גזירת כליה הענגט אויף אידן פון צפת, וויבאלד ס׳קומט ארויס אן איסור צו באגרעניצן דאס פאָרן קיין מירון. האט זיין תלמיד ר׳חיים וויטאל געפרעגט: פארוואס גייט מען נישט צו בית דין דערציילן וועגן דעם- כדי צו ראטעוווען די שטאָט?
האט דער אריז״ל געענטפערט: מיך וועלן זיי נישט גלייבן!
איז ר׳ חיים וויטאל געגאנגען צום בית דין זיי ווארענען...
דער בית דין האט עס אנגענומען ערנסט, אבער זיי האבן זיך געשטעלט אז זיי מוזן עס הערן פון ארי הקדוש אליין. איז דער ארי געקומען און זיי דערציילט וועגן דער חרון אף וואס ר׳ שמעון האט צוליב די נייע תקנה.
האט דער בית יוסף געפרעגט: איי וואס וועט זיין וועגן הרהור עבירה?
האט דער ארי געזאגט אמת, אבער וואס זאל איך טון אז ר׳ שמעון איז ברוגז?
און דער בית דין האט צוריסן די גזירה.
פיניע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 12:33 am
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך פיניע »

ס'איז א שיינע מעשה, פאר א יאר ארום. בשעת מתו מוטל לפניו איז א צייט צי שטיל זיין.

אין די זעלבע צייט, וויל איך בעטן מען זאל אראפנעמען די פריעדיגע פאוסט פאר א וויילע אלס רעספעקט פאר די הונדערטער יודן וואס זענען פארעקלט געווארן פרייטאג פין די מעלדונג אין לוח המודעות, אין אפגערעדט פאר אלע וואס קלאגן.
Free country, authoritarian town
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

פיניע האט געשריבן:ס'איז א שיינע מעשה, פאר א יאר ארום. בשעת מתו מוטל לפניו איז א צייט צי שטיל זיין.

אין די זעלבע צייט, וויל איך בעטן מען זאל אראפנעמען די פריעדיגע פאוסט פאר א וויילע אלס רעספעקט פאר די הונדערטער יודן וואס זענען פארעקלט געווארן פרייטאג פין די מעלדונג אין לוח המודעות, אין אפגערעדט פאר אלע וואס קלאגן.

ווען נישט דער מעלדונג אין לוח המודעות וואלסטו גערעכט געווען, אבער איינמאל די פרומע אלס-ווייסערס קומען ארויס מיט זייערע נער'ישקייטן, דארף מען זיי שטעלן אין פלאץ מיט אביסל "עם עקש תתפתל" מעדעצין.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

סאיז א נערישע מעשה, נישט פאר יעצט און נישט פאר צען יאר.

אינזער ג-ט פארלאנגט פון בי"ד ארומצוגיין אין פארזאמלונגס פלעצער זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט ארויס קיינע מכשולות (קידושין פרק עשרה). איי ר׳ שמעון לאזט נישט? מסתבר איז אז פאלגן דארף מען ר׳ שמעון׳ס באשאפער און נישט אים. חוץ אויב מוועט אפלערנען פני האדון - דא ר׳ שמעון...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

כרם זית האט געשריבן:סאיז א נערישע מעשה, נישט פאר יעצט און נישט פאר צען יאר.

דו מיינסט אפשר צו זאגן אז דער מהרח״ו , דער אריזל און דער מחבר פון שו״ע זענען געווען נאראנים און עמי הארצים?

Sent from my iPad using Tapatalk
Hadasim
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך Hadasim »

א גרויסן יישר כח @אנטוישטער יונגערמאן פאר'ן שטעלן די פאסיגע מקורות'דיגע מעשה, החייתנו.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

דורש אמת האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:סאיז א נערישע מעשה, נישט פאר יעצט און נישט פאר צען יאר.

אינזער ג-ט פארלאנגט פון בי"ד ארומצוגיין אין פארזאמלונגס פלעצער זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט ארויס קיינע מכשולות (קידושין פרק עשרה). איי ר׳ שמעון לאזט נישט? מסתבר איז אז פאלגן דארף מען ר׳ שמעון׳ס באשאפער און נישט אים. חוץ אויב מוועט אפלערנען פני האדון - דא ר׳ שמעון...
דו מיינסט אפשר צו זאגן אז דער מהרח״ו , דער אריזל און דער מחבר פון שו״ע זענען געווען נאראנים און עמי הארצים?

Sent from my iPad using Tapatalk
ער מיינט צו זאגן אז די מעשה איז נישט אמת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

1. לויט דעם וועט אויסקומען אז דער תלמיד פון אריזל וואס האט געשריבן דעם תולדות הארי ווי אויך דער חיד״א זענען געווען שקרנים , נארישע לייט , און קלי דעת!

2. לויט @כרם זית קומט אויס, אז ווען סדא חילוקי דיעות צווישן גאט און רבי שמעון… דארף מען- לויטן זוהר - פאלגן רבי שמעון!
3. בית דין דארף פארמיידן אקטיווע מיכשולות אבער מאן יימר אז זיי דארפן אויך פארמיידן הירהורי עבירה
4. די גמרא אין קידושין זאגט ניט אז מזאל באגרעניצן פרויען פון מיטהאלטן א פייערונג, אדער פון איבערנעכטיגן א נאכט אין מירון וכדומה.
5. אונזער גאט איז ניט דער מחבר פון תלמוד!

6. רבי שמעון קען זיך דינגען מיט א גמרא.
7. אויב די באגרעניצונגען וואלטן פאקטיש עקזיסטירט אין די צייטן פונם בית יוסף און חידא וואלטן שבחי הארי און חידא ניט געקענט פארקויפן אזא מעשה!
Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער מעשה קען זיין אמת. און אלעס ווענדט זיך אין די פרטים, עס קען זיין אז דער פראבלעם איז נישט געוועהן אזוי געפערלעך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דורש אמת האט געשריבן:1. לויט דעם וועט אויסקומען אז דער תלמיד פון אריזל וואס האט געשריבן דעם תולדות הארי ווי אויך דער חיד״א זענען געווען שקרנים , נארישע לייט , און קלי דעת!

2. לויט @כרם זית קומט אויס, אז ווען סדא חילוקי דיעות צווישן גאט און רבי שמעון… דארף מען- לויטן זוהר - פאלגן רבי שמעון!
3. בית דין דארף פארמיידן אקטיווע מיכשולות אבער מאן יימר אז זיי דארפן אויך פארמיידן הירהורי עבירה
4. די גמרא אין קידושין זאגט ניט אז מזאל באגרעניצן פרויען פון מיטהאלטן א פייערונג, אדער פון איבערנעכטיגן א נאכט אין מירון וכדומה.
5. אונזער גאט איז ניט דער מחבר פון תלמוד!

6. רבי שמעון קען זיך דינגען מיט א גמרא.
7. אויב די באגרעניצונגען וואלטן פאקטיש עקזיסטירט אין די צייטן פונם בית יוסף און חידא וואלטן שבחי הארי און חידא ניט געקענט פארקויפן אזא מעשה!
Sent from my iPad using Tapatalk

איך וויס נישט צי איך זאל מקיים זיין דעם עם עקש תתפתל, דאך אפשר ביזטו אזא תמים אז איך וועל מיך מסבר זיין פאר דיר.

1. עס איז א פשוט׳ע זאך אז פון מעשיות קען מען גארנישט בויען, בפרט פון דיין פאסט וואס איז שוין א כלי שני. קוק אן דיין קעפל, דארט שרייבסטו אז דער בית יוסף האט געווילט פארמערן פרומקייט, ווען אין דיין פאסט ציטירסטו דער בית יוסף אלס "וואס וועט זיין מיט הרהורי עבירה". די נפק"מ פון די קעפל ביז דיין פאסט איז הימל און ערד, ועל זה כתבתי דהקב"ה הוא נותן התורה ולא ר׳ שמעון.

2. איך האב עס געשריבן סארקאסטיש כמובן. און אפילו ווי די האסט אפגעלערנט מיינע ווערטער, קען דאך נישט ר"ש קריגן מיט ג-ט ווייל היינו הך, ח"ו.

3. פון א מאן יימר ווילסטו באשטימען וואס בי"ד פליכט דארף זיין? בי"ד טראגט די אחריות פונעם ציבור און דארף זיכער מאכן אז מירון איז נישט א מקום וואו נואפים און מעלעסטער׳ס טרעפן זיך גרינגע קרבנות.

4. איז שוין נכלל און מענה 3.

5. דא האסטו מיר ממש געגעבן א נצחון געפיל. שוין לאנג וואס איך טענה אז די אלע מאמיני הזוהר מוזן זיין כופרים בתלמוד בבלי. און דא שפילט אריין אין מיין הענט א הודאות בעל דין.

6. ר"ש קען זיך דינגען מיט די גמרא כל זמן ער שרייבט עס דארט. איינמאל עס גייט דורך א גלוי משמים קעגן וואס מיר האבן עתה בידינו, איז די דין תורה לאו בשמים.

7. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די מעשה האט נישט פאסירט. איך זאג נאר אז עס האט זיך געהאנדעלט וועגן פרימקייט כמבואר בהקעפל, און נישט וועגן הרהורי עבירה כמבואר בפנים. און בכלל איז די טענה לעכערליך. קען מען נישט אויפמאכן א מעשה אויף די פאקט אז היינט איז נישט דא קיין באגרעניצן, און פארקויפן אז אמאל האט מען ׳געווילט׳ מאכן?

איך האף אז איך האב נישט געשריבן צו שארף.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

@כרם זית
זענט איר באמת אזוי צוריקגעבליבן? איך האף אז איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען #3
ביי אייך איז די סעלושן פאר פרעדעטארס/מאלעסטערס צו: באגרעניצן פרויען און זיי דיסקרימינירן?
איר מאכט מענער אויסקוקן ווי אומבאהאלפענע חיות רעות
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

ער זאגט נאך שארפער. עכ״פ פון זיין רעאקציע קומט אויס אז אפילו ווען ס׳נישטא קיין מאלעסטערס, נאר פאר הרהורי עבירה אליין דארף מען אויך דיסקרימינירן די פרויען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די רבנים זענען אייביג נעגאטיוו. אזוי איז זייער מיינדסעט.

ווען מיין מומע ע"ה איז נפטר געווארן. די לוויה איז אדורך דעם ק---'ער ביהמ"ד און דער היינטיגער רב (אן איידעם ביי דעם פריער'דיגן קי---'ער רב זצ"ל) א טיפיקל, שמאלקעפיגער וויליאמסבורגער איינוואוינער האט איהר מספיד געווען. ער האט משבח געווען איהרע מידות טובות און אהבת התורה. ווי זי האטציך אנגעשטרענגט צו צאללן שכר לימוד. אפילו אין די שווערע צייטן...וכו'. בתוך הדברים האט ער געזאגט, בקול בוכים..."אונז זעה מיר דאך וויאזוי זיי זעהען ליידער אויס...לאל...! ער האטציך שנעלל צוריקגעכאפט און געזאגט,,,עה, עה,... ברוך ה'."...!

נאר ס'איז שוין געווען צו שפעט. אינטרעסאנט אז אלע איהרע זון זענען גרויסע תלמידי חכמים. איינער איז אפילו א גאר חשוב'ער און פראמינענטער רב און הוגה דיעות אין די אידישע וועלט...! דאס ווייזט אויף די מענטאליטי פון א סאך פון די רבנים...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

דורש אמת האט געשריבן:1. לויט דעם וועט אויסקומען אז דער תלמיד פון אריזל וואס האט געשריבן דעם תולדות הארי ווי אויך דער חיד״א זענען געווען שקרנים , נארישע לייט , און קלי דעת!

דער מחבר פון ספר שבחי ארי, ר' שלמה שלומיל בן חיים, איז קיין תלמיד פונעם ארי הקדוש קיינמאל נישט געווען.

ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל פון טשעכיי ערשט אין יאר שס"ג און זיך באזעצט אין צפת, דער ארי הקדוש האט שוין דאן נישט געלעבט פאר איין און דרייסיג יאר (ער איז אוועק ה' אב שנת של"ב).
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

שושן פורים האט געשריבן:
דורש אמת האט געשריבן:1. לויט דעם וועט אויסקומען אז דער תלמיד פון אריזל וואס האט געשריבן דעם תולדות הארי ווי אויך דער חיד״א זענען געווען שקרנים , נארישע לייט , און קלי דעת!

דער מחבר פון ספר שבחי ארי, ר' שלמה שלומיל בן חיים, איז קיין תלמיד פונעם ארי הקדוש קיינמאל נישט געווען.

ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל פון טשעכיי ערשט אין יאר שס"ג און זיך באזעצט אין צפת, דער ארי הקדוש האט שוין דאן נישט געלעבט פאר איין און דרייסיג יאר (ער איז אוועק ה' אב שנת של"ב).

דוכט זיך , ר שלומיל האט עס געלקחנט פונעם תולדות הארי, און פון דארטן איז נשתלשל געווארן דער שבחי ארי דורך די פארמיטלונג פון ישר מקנדיה. דער ערשטער נוסח איז נתחבר געווארן דורך איינער פון די חבורה. דאס אלעס איז לויט מאיר בניהו.
#פרומע #צענזור#
אזוי ווי היינט זענען אלע מאל געווען אזעלכע וואס די מעשה האט זיי ניט געשמעקט און סע איז געבליבן בלויז אינעם תימנער נוסח…

Sent from my iPad using Tapatalk
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:שבחי האר״י (תולדות האר״י) ברענגט אן אינטרעסאנטע מעשה (און דער חיד״א ברענגט עס אויך) :

אפשר צייכנסטע אן די מראה מקום ? א דאנק
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

נחום הסופר האט געשריבן:
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:שבחי האר״י (תולדות האר״י) ברענגט אן אינטרעסאנטע מעשה (און דער חיד״א ברענגט עס אויך) :

אפשר צייכנסטע אן די מראה מקום ? א דאנק

תולדות הארי סימן כב.
חידא בתוך ׳זיכרון מעשיות וניסים׳ שבתוך ספר החידא תשי״ט.
סאיז אויך געווען אראפגעברענגט אין וועקער #7 ׳שמועסן מיט ר יחיאל׳
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

אריז״ל: טראגעדיעס אין מירון קומען פון פארפרומקייט

שליחה דורך דורש אמת »

סאיז ניט די איינציגסטע צענזור אין שבחי הארי…
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דורש אמת האט געשריבן:ער זאגט נאך שארפער. עכ״פ פון זיין רעאקציע קומט אויס אז אפילו ווען ס׳נישטא קיין מאלעסטערס, נאר פאר הרהורי עבירה אליין דארף מען אויך [tag][/tag]דיסקרימינירן די פרויען

און פריער האסטו נישט געקענט פארשטיין ווי איך קען זיין קליגער ווי דער בית יוסף...

נאך איינמאל קלארמאכן: די מעשה קען לפע"ד זיין אמת. אבער די דיאלאג וואס [tag]אנטוישטער יונגערמאן[/tag] האט געשריבן ווי ר׳ שמעון איז מער ווי הרהורי עבירה, און אז הרהורי עבירה איז נאר פרימקייט, דאס קען נישט זיין.

אגב הרהורי עבירה קשין מעבירה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט