תולדות אהרן טראגט אן אחריות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
תולדות אהרן טראגט אן אחריות
מ'האט שוין צוזאמגעשאלטן די ציוניסטישע פאליציי וועלכע זענען יא אדער נישט שולדיג אין דער אטעמאפשטעלנדער טראגעדיע. מ'האט שוין באזינגען די פאליטישע שושקעס און חברי הכנסת וועלכע האבן פארמאכט אן אויג אויף די מירונ'ער מיסברויכן אדער גאר אינטערווענירט אוועקצונעמען סיי וועלכע באגרעניצונגען אויפ'ן ארט, דערווייל אבער האט מען איגנארירט דעם גרויסן עלעפאנט אין צימער: דאס איז קהלת תולדות אהרן!
תולדות אהרן טראגט אן אחריות! דאס איז זייער צוזאמקונפט געווען און זייער נאכט. שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
ווי לאזט מען צו אזא שמאלע ארויסגאנג פאר א פלאץ וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן קומען זיך צוזאם. חלילה וחס אויב ס'געשעט א שריפה, אדער א שיסעריי, אדער א באמבע, אדער סיי וועלכע בהלה, וואו דארפן די מענטשן צו לויפן?
עס פארשטייט יעדער די געוואלדיגע בענעפיט וואס תולדות אהרן האט פון אזא טראסק און וויפיל געלט און כבוד דאס ברענגט אריין, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון שטעלן אין געפאר מענטשליכע לעבנס.
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.

- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
רימון האט געשריבן:מ'האט שוין צוזאמגעשאלטן די ציוניסטישע פאליציי וועלכע זענען יא אדער נישט שולדיג אין דער אטעמאפשטעלנדער טראגעדיע. מ'האט שוין באזינגען די פאליטישע שושקעס און חברי הכנסת וועלכע האבן פארמאכט אן אויג אויף די מירונ'ער מיסברויכן אדער גאר אינטערווענירט אוועקצונעמען סיי וועלכע באגרעניצונגען אויפ'ן ארט, דערווייל אבער האט מען איגנארירט דעם גרויסן עלעפאנט אין צימער: דאס איז קהלת תולדות אהרן!
תולדות אהרן טראגט אן אחריות! דאס איז זייער צוזאמקונפט געווען און זייער נאכט. שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
ווי לאזט מען צו אזא שמאלע ארויסגאנג פאר א פלאץ וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן קומען זיך צוזאם. חלילה וחס אויב ס'געשעט א שריפה, אדער א שיסעריי, אדער א באמבע, אדער סיי וועלכע בהלה, וואו דארפן די מענטשן צו לויפן?
עס פארשטייט יעדער די געוואלדיגע בענעפיט וואס תולדות אהרן האט פון אזא טראסק און וויפיל געלט און כבוד דאס ברענגט אריין, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון שטעלן אין געפאר מענטשליכע לעבנס.
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.
אזעלכע שטותים צו שרייבן?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
ער זאגט דאך אז עס קען געשען הונדערט אנדערע סיבות פאר וואס מענטשן זאלן פאניקן אין פאר גאדס סעיק איז נאר דא איין שמאלע ארויסגאנג. אפשר איז ער נישט שולדיג פאר די ספעציפישע מאורע אבער עס איז געווען באקוועם אז אזא מאורע זאל פאסירן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יתרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
תולדות אהרן טראגט אן אחריות
האט איינער א לימוד זכות אויף די משטרה אדרבה איך האלט אין איין זוכן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאנטריאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:די פאקט איז אז תולדות אהרן האט אליין אינוועסטירט טויזנטערס אז דאס פלאץ זאל זיין פארזיכערט.
די טרעפ (שביל ר' דוב) וואו ס'איז געשען איז צוגעלייגט געווארן אין די לעצטע 3-4 יאר. (מעגליך אפי' נאך די טוויט פון ארליך, נישט זיכער אין דעם) ס'איז געווען אסאך ערגער פארדעם און תולדות אהרן האט עס אויסגעברייטערט און געגאסן צעמענט ס'זאל זיין נארמאל אהערגעשטעלט.
די וועג פאר זיך איז נישט געווען קיין סכנה, נאר די פאקט אז ס'איז אויף א הויכע בארג און אזויפיל טרעפ אראפ איז א סכנה, בפרט ווען ס'פאסירט אזא פאל ווי נעכטן אז די שטראם ווערט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט משום איזה סיבה וואס איז נישט קלאר יעצט.
ווען די פאליציי האט געזאגט אז די פארענטשעס זענען נישט גענוג זיכער, האט תולדות אהרן געצאלט טויזנטערס צו בויען נייע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס, דאס איז אויך געווען געציילטע יארן צוריק. אין די וועלט איז נישטא אזעלכע שטארקע פארזיכערטע פארענטשעס וואס איז געבויט געווארן דורך די גרעסטע ארכיטעקטס.
זיי צאלן יערליך אן אייגענעם סעקיוריטי קאמפעני צו מאכן זיכער אז דער עולם פאלגט די אנווייזונגען, ווייל די משטרה פאלגט מען דאך נישט.
איך זאג נישט אז דאס פלאץ איז געווען פארזיכערט, ס'איז אלץ געווען און וועט אלץ זיין א סכנה. אבער תולדות אהרן האט יא דירעקט געזוכט אז דאס פלאץ זאל זיין וואס מער פארזיכערט.
אגב, כ'בין נאנט אין תולדות אהרן און ס'איז נישט קיין סוד די אזויפיל יגיעה וואס מ'לייגט אריין אז די ארדענונג, זיכערהייט און סעיפטי. דאס אליינס קאסט זיין יאר יערליך אפ טויזנטער דאללארן.
שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.
[tag]רימון[/tag] ביסט שוין איין מאל דארט געווען בכלל אז זאלסט קענען זאגן צי ס'איז יא דא דארסט סעקיורעטי אדער נישט?
די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?
וואספארא שטותים. ווער פונקטליך איז געווען ביזי? מ'האט בסך הכל ארויסגעלייגט א בילד וואו ער זיצט מיט די הענט אויף די אויגן נאך וואס ער איז איינגעמאלדן געווארן און א ווידעא ווי אזוי מ'מעלדט אים איין וואס טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן בשעת מעשה.
אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.
אויב קומט דיר איינער אויפווייזן מיט די קלארסטע הוכחות אז דו האסט געשריבן דברי דופי און פשוט געווען א מוציא שם רע, וועסטו מסכים זיין צו גיין גלות מיט א שק ואפר פאר די שטותים און הוצאת שם רע?
פארוואס באשולדיגן א קהילה בישראל און זייער רבי'ן על לא עוול בכפם?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב רעדט מען פין אחריות, קען מען מסכים זיין, כלומר, תולדות אהרן איז סוף כל סוף דער וואס מאכט די הדלקה, אפילו עס זאל געשעהט א טאטאלער אונס איז שייך צו נעמען אחריות,צ.ב.ש. זאגן וואס מען האט בעסער געדארפט טוהן וכדומה, עס מיינט אבער נישט אז זיי זענען שולדיג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
לבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
כ'בין נישטא צו פארטיידיגן א קהילה אדער פארהאלטן איינעם. כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס יענע אנאנס אין די מאנסיער בלעטל איז א גרויל און אזא אשכול נישט.
כ'רעד שוין נישט פון דער 'והמשכיל בעת ההוא ידום'
מענטשן שפירן זיך גוט ווען זע קענען בלעימען און אפשעכטן איינעם. ס'איז א הנאה צו עפענען א פרישן אשכול און פראקלאמירן אז עולם גולם איז פלעין משוגע און מ'האט פארגעסן צו פארדאמען דעם "שולדיגן" זעלבסט...
[כ'טראכט יעצט וואס ס'וואלט געווען ווען דער סוירקל פון בלעימערייען גייט פארקערט; מ'הייבט אן מיט תולדות, וכו' וכו' און איך קום און כ'עפן אן אשכול אז "משטרה" איז שולדיג... יוי וואלט מען מיר דא פארשוויגן... איי משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי? וואס איז א חילוק... ווייל זיי זענען ציונים זאגט יעדער אז זיי זענען שולדיג... אבער אז דער סוירקל גייט פארקערט, און בפרט ווען די רעדע איז נאך פון א קהילה בישראל, אה, דעמאלט מאכט שוין אלעס סענס און ס'איז א געוואלדיגער אויפדעקונג, אפגעזען צי ס'איז יא אמת אדער נישט...]

- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
וואס איז תולדות אהרן מער שולדיג ווי באיאן אדער תולדות אברהם יצחק?
אדער ווי יעדערע אנדערע חסידות/ קאמיוניטיס וועלכע מאכן גרויסע מעמדים מיט מינימאלע זיכערהייטס פארשריפטן?
גראדע הער איך אז תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק מאכן געווענטליך נישט צוזאמען ביינאכט, נאר עס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט צוליב דעם אז עס איז געווען פרייטאג. איז געווען מער מענטשן ווי געווענטליך סתם אזוי, ווייל אסאך האבן שוין געוואלט זיין אינדערהיים פריער ווי געווענטליך.
פאליציי איז דארט דא שוין יארן.
וואס זיי דארפן אין מירון איז א מעטאלנע turnstile וואס לאזט אריין איין מענטש אויף אמאל, אז פאליציי זאל קענען האלטן חשבון וויפיל מענטשן זיי לאזן אריין.

.I got voices in my head.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
ס'איז גאנץ א קאמפלעצירטע דעבאטע וויפיל פון די שולד תו"א האט. אבער איין נקודה למחשבה, די קנאקערס אין תו"א האבן די יאר אראפגעלייגט א שטארקע פיס אז ר' מיילעך בידערמאן זאל נישט באקומען די פערמיט פאר אן הדלקה (עס נעמט אוועק פון זיי די טויזנטער עמך אידן). דאס האט קלאר גורם געווען אסאך א שטערקערע שטופעניש אין זייער מתחם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.לבי ובשרי האט געשריבן:משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אינגערמאנטשיקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.לבי ובשרי האט געשריבן:משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע... הגם מיין פוינט איז נישט געווען צי משטרה איז שולדיג אדער נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לבי ובשרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
די שאלה איז נישט צו תו"א איז שולדיג אויף "די" מעשה, יכול להיות אז "דא" זענען די פאליציי שולדיג מיט פארמאכן וכו וכו.
היות אבער, דער עולם איז יעצט וואך צום Prevention אישו, איז זייער וויכטיג צו טאדלען תו"א, תוא"י, באיאן וכו וכו אז זיי זייערער מעמדים קענען צוברענגען צו שרעקליכע נאכפאלגן אין פעלער פון א מאסן אנטלויפונג, און דאס דארף ווערן זאפארט מסודר.
ס'איז קלאר, אויב וואלטן די זיכערהייט מאסנאמען -וואס דארפן ווערן איינגעשטעלט בכלליות- שוין געווען אין פלאץ, וואלט די טראגעדיע נישט געשען.
די פאקט, אז ווען א וועג ווערט פלוצלונג פארמאכט, איז עס גורם צו אזא מאסן טראגעדיע, דאס אליינס איז א פראבלעם.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
כל הכבוד אויפן אויפריכטיגקייט. איך האב פשוט אין די לעצטע פאר טעג געהערט פון אסאך מענטשן די סטעיטמענט און דאס איז אומריכטיג.לבי ובשרי האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.לבי ובשרי האט געשריבן:משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע...
גראדע לעת עתה האלט איך אז די משטרה איז יא שולדיג, לויט ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט.
אבער, וכאן צריך לעמוד, די פארמאכן א דורכגאנג איז נאר די לעצטע פעולה אין א סעריע פון מיסברויכן וואס האבן גורם געווען די שרעקליכע טראגעדיע. די יסוד ושורש פונעם פראבלעם איז די היימישע קנאקערס און לעקערס, די צענדליגע הקדשות און חזקות וואס ווערן געהיטן ווי די ג' חמורות.
איך זאג קלאר. איך האלט שוין נאך א שיינע פאר שעה שטודירן די נושא אבער איך האב נאכנישט אינגאנצען עסטעבלישד קיין אפיניאן. אזוי זעהט מיר עס יעצט אויס.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:כל הכבוד אויפן אויפריכטיגקייט. איך האב פשוט אין די לעצטע פאר טעג געהערט פון אסאך מענטשן די סטעיטמענט און דאס איז אומריכטיג.לבי ובשרי האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פוסטע שטותים. די מפקד האט אפגעווארפן די רופן אז ער זאל רעזיגנירען, נאר געזאגט ער נעמט אחריות אויף די אירוע סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן.לבי ובשרי האט געשריבן:משטרה אליינס נעמט די שולד אויף זיי
ער האט בכלל נישט געזאגט אז די משטרה איז שולדיג.
אויב כ'האב געמאכט א טעות אין דעם פרט, צי איך צוריק. טעות לעולם חוזר וידי המשטרה נקיים מפשע...
גראדע לעת עתה האלט איך אז די משטרה איז יא שולדיג, לויט ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט.
אבער, וכאן צריך לעמוד, די פארמאכן א דורכגאנג איז נאר די לעצטע פעולה אין א סעריע פון מיסברויכן וואס האבן גורם געווען די שרעקליכע טראגעדיע. די יסוד ושורש פונעם פראבלעם איז די היימישע קנאקערס און לעקערס, די צענדליגע הקדשות און חזקות וואס ווערן געהיטן ווי די ג' חמורות.
איך זאג קלאר. איך האלט שוין נאך א שיינע פאר שעה שטודירן די נושא אבער איך האב נאכנישט אינגאנצען עסטעבלישד קיין אפיניאן. אזוי זעהט מיר עס יעצט אויס.
אהא. סאו דאס וואס דו האסט געשריבן "פוסטע שטותים", מיינסטו דעם חלק וואס כ'האב מיר טועה געווען אז משטרה אליינס נעמט דעם שולד אויף זיך. דאס איז שטותים. אבער דער חלק אז משטרה איז שולדיג קען זיין אמת לויט ווי דו האלטסט יעצט לעת עתה און לויט ווי ווייט דיין פארשטאנד איז ביז יעצט געגאנגען. שיין.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות
העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.