מפיל קינד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.
ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?
איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.
בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?
און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?
איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.