תולדות אהרן טראגט אן אחריות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אונטער חכם האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?

ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.

איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.

ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.

אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צן קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

פאליטיקאנט האט געשריבן:לבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.

איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.

פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.

מילך טראק האט געשריבן:ק/פ

די משטרה זענען אריינגעקומען אפאר יאר צוריק נאכדעם וואס מירון איז געווען אין קארט פארוועם ס'באלאנגט תולדות אהרן אדער אברהם יצחק
קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז פאר זיי

אפשר קענסטי פעסטשטעלן דיינע ווערטער מיט א לינק?
איך מיין אז דער ק/פ דמיונ'ט
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מאנטריאל האט געשריבן:וואס איז תולדות אהרן שולדיג מיט דעם אז די פאליס האבן פארמאכט דעם ארויסגאנג?

הערטס שוין אויף מיט די שקרים וכזבים!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.

מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שמעון וואלף האט געשריבן:
מילך טראק האט געשריבן:ק/פ

די משתרה זענען אריינגעקומען אפאר יאר צוריק נאכדעם וואס מירון איז געווען אין קארט פארוועם סבאלאנגט תולדות אהרן אדער אברהם יצחק
קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז פארזיי

אפשר קענסטי פעסטשטעלן דיינע ווערטער מיט א לינק?
איך מיין אז דער ק/פ דמיונ'ט

ער מישט אויס אז די הקדישות האבן זיך געריסן צווישן זיך, און די מדינה האט עס וועגן דעם געמעגט איבערנעמען. ס'איז א מערכה וואס שלעפט זיך אין בג"ץ שוין 20 יאר.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מפיל קינד האט געשריבן:דו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.

מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
ס'זייער שווער צו זעהן פון א קליפ צו אפילו פון עטליכע קליפס וואס זענען געכאפט געווארן אין מיטן א מעשה, וואס איז געווען דארט אין לויף פונעם גאנצן געשעעניש, די אלע קליפס וועלן נאר העלפן ביי אן אויספארשונג צוזאמען מיט אויסהערן פון צוקוקערס צוגלייך. דערווייל אבער זענען דא עדות וואס טענה'ן אז די גופים וואס זענען געפאלן איינס אויפן צווייטן האבן פארמאכט דעם וועג און די פאליציי האבן פרובירט צו ראטעווען ווי מער זיי האבן געקענט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.

פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות

שליחה דורך אונטער חכם »

מפיל קינד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?

ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.

איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.

ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.

אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צן קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מר. ביבער וואלט גארנישט געשיקט, זיין פי אר טיעם וואלט ווארשיינליך געשיקט.

איך קען נישט תו''א רבי'ן פערזענליך, אבער לויט ווי איך פארשטיי זיין מהות דורכן הערן פון מענטשן, בין איך זיכער אז ער נעמט די שולד מוראדיג פערזענליך, ער איז נאר נישט אזוי גוט אין פי אר וויאזוי עס צו באווייזן פאר די גאס, און איך גלייב נישט אז ער וועט יא מאכן נאך אזא מעמד אן שטארקע באווארענונגען.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:דו לייקנסט אז די פאליציי האט פארמאכט?? ווידיאוס ווייזן אלעס.

מעגליך אז זיי האבן עס געטון צוליב א סיבה, אבער פאקטיש האבן זיי פארשפארט.
ס'זייער שווער צו זעהן פון א קליפ צו אפילו פון עטליכע קליפס וואס זענען געכאפט געווארן אין מיטן א מעשה, וואס איז געווען דארט אין לויף פונעם גאנצן געשעעניש, די אלע קליפס וועלן נאר העלפן ביי אן אויספארשונג צוזאמען מיט אויסהערן פון צוקוקערס צוגלייך. דערווייל אבער זענען דא עדות וואס טענה'ן אז די גופים וואס זענען געפאלן איינס אויפן צווייטן האבן פארמאכט דעם וועג און די פאליציי האבן פרובירט צו ראטעווען ווי מער זיי האבן געקענט.

וויאזוי פאלן פלוצלינג גופים? די טראגעדיע איז געשען נאך פאר די טרעפ, מענטשן דרייען זיך נישט סתם איבער אינמיטן וועג, יא די משטרה האט פארמאכט די וועג, נאר נאך לאנגע מינוטן, האבן זיי צירוק געפענט, דאן זענען די שוין טויטע קערפער'ס פון מענטשן וואס זענען אויסגעגאנגען שטייענדיג צוקוועטשט, אראפ געפאלן אויפ'ן ערד און דאס האט נאך ערגער געמאכט, ווען די איבריגע עולם האט זיך געטריפט אויף זיי.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות

שליחה דורך פאליטיקאנט »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:לבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.

איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.

פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.
מ'דארף נישט צוקומען צו שוחד, יעדע פארשטייט אז די פאליציי האט געהאט משונה'דיגע דרוק און זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און פארלאנגן א מינימום אפי' זיי וואלטן געוואלט. מירון ל"ג בעומר איז א חרדישע סעמי אויטאנאמיע, און די פאליציי ווייסט אז זיי זענען באגרעניצט און מוזן זיך צוהערן צו די חרדים.
אין אנדערע ווערטער די הכרה אז עס מוז זיין נאך אן ארויסגאנג וואלט געדארפט קומען פון די פאליציי און אויטאריטעטן [און מעגליך אז זיי האבן געוואלט נאר עס איז געווען א שטארקע ווידערשטאנד קעגן יעדע צובוי / איבערבוי אין מירון], אבער די אחריות און אנערקענונג אז ווילאנג די אריינגענג און אנדערע ענינים זענען מסודר דארף זיין א באגרעניצטע צאל מענטשן וואלט געדארפט קומען פון תולדות אהרן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:דא

viewtopic.php?p=472041#p472041

אלא מאי. איז עס נישט די דירעקטע שולד פון די תולדות אהרן פיהרערשאפט. יעצט מוז מען זוכן א צווייטן מענטש, גרופ אדער פאקטאר אויף וועם מ'קען ארויפווארפן די נאסע ליילעך.

איבער דעם קענמען זיך פארלאזן אויף אונזערע פראפעסיאנאלע קלאגערס (קרי היפאקריטן) וועלכע וועללן שוין טרעפן דעם שולדיגן. אדער די ציונים. אדער די טמא'נע כלים ביים המון עם. אבער אייביג איז עס יענער. יענע גרופ. קיינמאל נישט אונז...!

וויאזוי שטייט נאר אין פסוק אין איכה..."נחפשה..."דרכינו"... ס'שטייט נישט נחפשה .."דרכיכם"...! אונז טוה מיר אבער פארקערט. מ'זוכט נישט די פעהלערס ביי זיך אליינס.!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מפיל קינד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?

ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.

איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.

ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.

אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.

מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.

ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?

איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.

בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?

און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?

איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ס'איז גאנץ א קאמפלעצירטע דעבאטע וויפיל פון די שולד תו"א האט. אבער איין נקודה למחשבה, די קנאקערס אין תו"א האבן די יאר אראפגעלייגט א שטארקע פיס אז ר' מיילעך בידערמאן זאל נישט באקומען די פערמיט פאר אן הדלקה (עס נעמט אוועק פון זיי די טויזנטער עמך אידן). דאס האט קלאר גורם געווען אסאך א שטערקערע שטופעניש אין זייער מתחם.

יונגערמאנטשיקל: מה ענין שמיטה אצל הר סיני. כ'זאג נישט אז תולדות אהרן איז גערעכט מיט זייער שטערן הרב מיילעך בידערמאן אז ער זאלל באקומען א פערמיט פאר אן הדלקה. אבער ווי קומט עס צו זיין אחראי פאר די טראגעדיע, ל"ע...?!
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

שמעון וואלף האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:לבי ובשרי: איך באשולדיג קיינעם. און אוואדי האט קיינער נישט פאראויס געזען אזא טראגעדיע.

איך בין יא געווען אין מירון א שיינע פאר יאר, און די צושטיפעניש איז אלס געווען.
דאס אז זיי לייגן אריין כוחות און געלט אין סעיפטי, איז אלס געווען נאר אויף "קראוד קאנטראל" דהיינו אויפנעמען סדרנים, אבער קיינער האט נישט פארזיכערט די פלאץ אויב א פאניק וועט פאסירן אז די עולם זאל זיך קענען ארויסראטעווען מסודר'דיג און שנעל. והא ראיה, קוק וואס איז געשען.

פארזיכערן דאס פלאץ געהערט פאר די רעגירונג. ווען זיי גיבן א פערמיט דארף זיין אויסגערעכענט וויפול אירע מעגן זיין דארט אז ס'זאל זיין סעיף, און זיי דארפן עס אינפארסן. טאמער האסטי פרוף אז מ'האט אינטערגעקויפט די באאמטע זיי זאלן צולאזן א הפקרות, דאן ביסטי גערעכט אז תו"א איז שולדיג אבער ווילאנג דאס איז נישט אויפגעוויזן פאלט די שולד אויף די רעגירונג.

נישט קיין פרופ, אבער ליין אביסל.
https://www.timesofisrael.com/meron-disaster-site-revealed-as-a-place-where-nobody-was-ever-really-in-charge/

https://www.kipa.co.il/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%95%D7%AA/1109977-%D7%A7%D7%A6%D7%99%D7%A0%D7%99-%D7%9E%D7%A9%D7%98%D7%A8%D7%94-%D7%97%D7%95%D7%A9%D7%A4%D7%99%D7%9D-%D7%A4%D7%95%D7%9C%D7%99%D7%98%D7%99%D7%A7%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%90%D7%99%D7%99%D7%9E%D7%95-%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%A0%D7%95/
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

שמעקעדיג האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?

ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.

איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.

ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.

אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.

מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.

ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?

איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.

בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?

און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?

איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.

זייער אמת'דיג אבער איך מיין צו גיין צו א לוי' ווייזט נישט אז כאילו לא היה, עס ווייזט מען איז משתתף בצער, ספעציעל זיינס א חסיד (קען זיין ער איז יא געווען) און עס קען אויכעט ווייזן אן אחריות ( איך זאג נישט אז ער דארף נעמען אן אחריות).
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

מפיל קינד האט געשריבן:איך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.

פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.

עס איז דא א שיינע פאר עדות וואס איך האב געזעהן, קענסט זיכען אויף אייוועלט וועסטו אויכעט טרעפן. פאר א דוגמא האסטו איינס
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מפיל קינד האט געשריבן:איך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.

פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.

איך זוך און זוך א קליפ וואס זאל ווייזן וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן און דא זאגסטו אז ס'איז פארהאן צענדליגע קליפס וואס ווייזן די פאליציי בלאקירן.
ביטע, ברענג א לינק פון לכה"פ איינס...

מען דארף מיר נישט חושד זיין אין אהבת המשטרה (איך בין געווען דער ערשטער דא אויף ק"ש צו אויפברענגען די מעגליכע טענה, נאך אין די ערשטע שעה-צוויי פונעם אינצידענט), אבער ווי מער ווידעאויס איך זעה אלס מער ספיקות באקום איך אויף די "פאליציי בלאקירונג" טעאריע..

כ'טרעף נישט אפילו איין ווידעאוי וואס זאל ווייזן די פאליציי בלאקירן פון "פארדעם".
און דאס וואס מענטשן פון אויבן זאגן אז זיי האבן געזעהן פאליציי זאגט נישט גארנישט..
אלע ווידעאויס ווייזן פאליציי.. די שאלה איז צו זיי האבן געבלאקט, אדער געמאכט ארדענונג איינמאל די פראבלעם איז געווען.

סתם אזוי, קען מען זיך לערנען פון די ווידעאוי פונעם "אנדערן" פריעדיגן אינצידענט (ווי מען זעהט יוסי דייטש אראפפאלן).

אסאך ברענגען יענע ווידאוי צו ווייזן אז די פאליציי בלאקירט, אבער:
ערשטנס, יענס איז א באזונדער אינצידענט, און פארציילט נישט קיין סאך נישט לטב און נישט למוטב אויפן שפעטערן אינצידענט.
צווייטנס, יענע ווידאוי ווייזט איין פאליציאנט און צוויי חרדים בלאקירן דעם עולם. דאס גיט די הרגשה אז די בלאקירונג איז געקומען מצד די חרדים (מאיזה סיבה..), און די פאליציי האט בלויז צוגעהאלפן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

https://twitter.com/iairLevy/status/138 ... 76960?s=19

דא זעהט מען ווי מען בלאקט.

פאר זיי זענען איבערגעפאלען איינער איבער די אנדערע.

לאמיר צונעמען די זאך.

עס זעהט אויס אמת אז די פאליציי האבן געבלאקט דער עקזיטס פין אינטען צו גיין אין דרך מהדרין.

און מען ווייסט נישט דער סיבה!! פארוואס?? ווייל עס איז נישטא קיין סיבה מוצדקת וואס מען קען זאגן. ווען עס וואלט געוועהן ווען זיי שוין געזאגט.

עס איז דא דער באקאנטער פערלמוטער וואס זאגט אז זיי האבן נאר אדורך געלאזט קנאקערס וכדומה, גיי ווייס.

יעצט איז אזוי. צו זאגן אז די פאליציי האט א אגענדע געהאט, און געוואלט זיך אפרעכענען מיט די חרדים, די קנאים, (מען רעדט דאך תולדות אהרן, די מקור הפראבלעמען פין ירושלים), איז שווער צו גלייבן, כלומר, אונז אמעריקאנער וואס זיצען דא על סיר הבשר אין אמעריקא, איז שווער פאר אונז צו גלייבן, אז "פאליציי" זאל זיך אזוי פירען צו צווילע בירגער, אבער אז זיי זאגן אזוי, אויב די ישראלישע חרדים ווייסן צו זאגן אזוי, איז א סימן אז עס איז לכאורה אמת.

און דא קומט דער פאנטשליין, די צודרייטע מחלוקת פין די חרדים מיט דער חילונים אין ארץ ישראל דארף זיך סטאפען. ליידער זענען זיי שטערקער, און אונז חרדים האבן נאר כח אין שטימען איינמאל אפאר יאר, און עס לוינט זיך נישט.

לאזט אפ די גאנצע שטות פין לערנען אין כולל פיפצען יאר, און גייטס אין מיליטער און גייטס ארבעטען. פארפאלן ַַ עס ווען זיין בעסער פאר יעדן.,.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אישתישבי האט געשריבן:https://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19

דא זעהט מען ווי מען בלאקט.

פאר זיי זענען איבערגעפאלען איינער איבער די אנדערע.

מען זעהט נישט גארנישט
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: תולדות אהרן טראגט אן אחריות

שליחה דורך או אינו »

די ליגט מען שוין כגוף אחד אי די משטרה פרובירט ארויסצישלעפן. דאס איז בערך ווי ארויסצישלעפן איינעם פין אינטער 500 פונט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:איך האב נאכנישט געהערט דעם ווערסיע, אז דו ווילסט דאס גלייבן, כל הכבוד. ס'וואלט שיין געווען אז דו שיקסט מיר א לינק צו איינער וואס זאגט אזוי.

פון די צווייטע זייט איז דא צענדליגער קליפס וואס ווייזן ווי די פאליציי בלאקירט די וועג, און הונדערטער זאגן עדות אויף דעם. די שאלה איז נאר פארוואס זיי האבן עס פארמאכט.

איך זוך און זוך א קליפ וואס זאל ווייזן וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן און דא זאגסטו אז ס'איז פארהאן צענדליגע קליפס וואס ווייזן די פאליציי בלאקירן.
ביטע, ברענג א לינק פון לכה"פ איינס...

איך האב נישט געזאגט אז אזוי האט זיך עס אנגעהויבן. אבער ערגעץ אינמיטן האבן זיי אפגעשטעלט דאס גיין. איך ווייס נישט צי מיט א געיט צי אן, איך ווייס נישט צי מענטשן זענען געלעגן דארט צי נישט. איך האב נישט גענומען קיין שטעלונג ווייל ס'איז אומקלאר.

פון די צווייטע זעט מען אז אסאך פון די הרוגים זענען נאך אויף די רעמפ בשעת מעשה. דאס מיינט אז דאס אפשטעלן דעם וועג - מעגליך צוליב בארעכטיגטע סיבות - האט זיי געהרג'ט.
פארשפארט