שמעקעדיג האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ווען ס'געשעט ווען אזא פאסירונג ביי א טראמפ ראלי אדער א ביידען פארזאמלונג, איז בכלל א פראגע צי די ארגאניזירער פון דער פארזאמלונג וואלטן נישט געווען די ערשטע וועלכע דארפן ווייזן אקאונטיביליטי?
ביי א טראמפ ביידען ראלי וואלט מען זיי אוודאי געבלעימט ווייל עס איז דא פאליטיק, אבער ביי א דזשאסטין ביבער קאנצערט וואלט אים קיינער נישט געבלעימט.
איך קען נישט הרב ביבער, אבער איך גלייב ער וואלט געשיקט א טוויט אז עס טוט אים לייד אז דאס האט פאסירט און ער וואלט צוגעשריבן אז ער קענסלד אלע צוזאמקומפטן וואס זענען געפלאנט ביז א גענויע אויספארשונג וועט פארקומען און מ'וועט וויסן וואס צו פאררעכטן.
ביזדערווייל זיצט תולדות אהרן רבי אויף דאטשע, און באטייליגט זיך נישט ביי קיין איין לויה פון די הריגי מירון, אפי' ביי קרויס וואס איז זיינס א חסיד.
אלס אבי היתומים וועט ער יעצט האבן נאך אזא 100 שטיק צו קענען שיקן משלוח מנות נעקסטע פורים. דאס אלעס וואס ער האט פארדינט.
מפיל, ע"פ רוב גלייך איך דיינע תגובות, אבער דא האסטו מיך ארויסגענומען פון די כלים און איך מוז מוחה זיין.
ריעלי? דער רבי זיצט אויף "דאטשע"? וואו פונקטליך, אין שווייץ? מיאמי?
ווער עס קען זיין נאטור, ווייסט אז ער איז גאר א ווייכער און ווארעמהארציגער מענטש, און כאטש איך בין נישט באקאנט מיט די אומשטענדן יעצט, האב איך נישט קיין ספק אז דער מענטש איז צעבראכן לשברי שברים, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, אנה אני בא מצערו של כלל ישראל.. וואס האסטו געוואלט, ער זאל גיין צו לויות און זיך נוהג זיין כאילו לא הי'?
איך ווייס אז רימון מאכט חוזק דערפון, אבער דער בילד ווי דער תו"א רבי זיצט אונטער די פארענטשע צובראכן און פארלוירן אליינס ווי א אבל און וויינט ווי א קינד האט מיר שטארק באנומען און פארציילט אלעס, אזויפיל רעספעקט קומט אים נאך אז מען זאל זיך רעכענען מיט זיין צובראכן הארץ.
בכלל, וואס ערווארט דער עולם, אז שוין יעצט, ווען דער דעת איז מטורף ביי יעדן איינעם, אין די גופים האלטן נאך אינמיטן אידענטיפיצירט ווערן, זאל שוין זיין קלארע "טוויטס" פון תולדות אהרן רבי?
און דיין לעצטע פאראגראף איז נאך דאס מערסטע אוממענטשליך און שטעכעדיג! דער מענטש גיט זיך אוועק יארן לאנג פאר אלמנות ויתומים, כ'האב נאך נישט געזען דא אין שטיבל מען זאל אים באדאנקען דערפאר, ח"ו זאגן א גוט ווארט אויף א רבי איז דאך דא פון די ג' חמורות... אבער יעצט נעמט מען דעם גנב פון תלי', צו חוזק מאכן איז עס גוט! וואס פונקטליך איז די חוזק דא?
איך מוז ענק זאגן אז דער אשכול גרוילט מתחלתה ועד סופה.
אה, אט אזוי. כ'האב געוואלט שרייבן נעכטן, אבער כ'בין געווען זיכער אז די לצים וועלן מיר אונטעררייסן.
תולדות אהרן'ער רבי געפינט זיך שבת נאך ל"ג בעומר יעדן יאר אין צפת. ס'האט מיר דערציילט א איד וואס איז געווען ביים רבי'ן אין צימער פרייטאג 4:30 פארטאגס. דער איד זאגט מיר אז ער האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זעען. דער רבי שטייט און האקט קאפ און וואנט ווען טרערן רינען פון זיינע אויגן אן א שיעור. דער רבי האט געוויינט בקול ווי א קליין קינד, ע"כ.
יעצט, דאס איז זיכער אז ווען עפעס פאסירט אונטער מיין זייגער, נעבן מיין חצר, כאפט עס א טרייסל, ס'שפירט זייער נישט גוט. דער רבי איז טאקע אויפגעטרייסלט געווארן, אבער צו זאגן אז ס'איז די אחריות פון די קהילה, איז א שפרונג.
ווער ס'ווייסט, (ווי שמעקעדיג בארירט דאס אויפ'ן שפיץ), תו"א רבי איז געווען דער ערשטער רבי וואס האט זיך אנגעהויבן אפצוגעבן מיט יתומים און אלמנות, צי איז דאס שערי רחמים אדער אנדערע פעולות. יעדן סוכות א שעה פאר'ן זמן געפינט זיך ער זיך אין סוכות פון אלמנות וואו ער הענגט נוי סוכה און דאס אלעס איז אן קיין פרסום. בקיצור, כ'בין נישטא אין צום באזינגען ווייל נישט דא איז דער פלאץ.
ס'כאפט א פחד צו ליינען אזעלכע לייכטזיניגע און קינדערישע תגובות אן איין שמץ פון געפיל און אויפריכטיגקייט און כ'רעד שוין נישט פון ריסוירטש. און בכלל, ס'איז דא א וועג ווי אזוי צו שרייבן קריטיק און הערות, נישט יעדע זאך מוז ווערן געשריבן מיט ליצנות און דורכ'ן אראפרייסן יענעם אויף א פערזעליכן אופן.
נעכטן איז געווען איינער אין א וואצאפ גרופע וואס האט געהאלטן אינאיין שרייבן "משטרה איז נישט שולדיג, משטרה איז נישט שולדיג וכו',", האט אים איינער געשריבן: דאס אז דו ביסט ליידער אויפגעוואקסן געווארן אינעם סאטמארן סיסטעם און מ'האט דיר אלעמאל געהאקט אין קאפ קעגן ציונות, געט מיר טאקע צו פארשטיין פארוואס דו זוכסט צו זיין פון די וואס זענען מצדיק משטרה וכו', אבער אין א פאל ווען דו ווייסט גאנץ גוט ביי דיר זעלבסט אז משטרה קען זיין שולדיג, אדער עכ"פ ס'איז נאכנישט זיכער, דאן וואס מאכסטו משוגע?... ודפח"ח.
די זעלבע לענינינו, ס'איז דא אזויפיל וואס זענען נעבעך אויפגעוואקסן געווארן מיט'ן שרעקליכן סיסטעם. אז יעדע זאך וואס מען קען אויסרייסן און באשרייען טוט מען. כ'האב נישט קיין טענות. אבער לפחות זאל דאס זיין אויף א נארמאלן אופן און לפחות זאל דאס מאכן סענס. קיינער איז נישט שולדיג אז דו ביסט אנגעגעסן אויפ'ן סיסטעם און ווען דו האסט נאר א געלעגנהייט איז סיסטעם שולדיג.