berlbalaguleh האט געשריבן:ניין. כ'האב נישט פארשטאנען. און כ'וויל נישט פארשטיין. ס'איז דא א מאמר החכם..."אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו"...! קיינער הייסט דיר נישט וואס צו טון. אבער פאפ דיך
נישט אליין...!
דו קומסט מיר פאר ווי דער אלטע שוויגער וואס גיבט פארצייטישע אומגעבעטענע עצות פאר דער יונגער איידעם.
דו ביסט שוין אן אלטער ק.... ארויס פון דער עידזש, דיין תאוה האסטו שוין פארלוירן, און דו האסט זעט אויס שוין אפילו פארגעסן ווי אזוי ס'שפירט אין די יונגע יארן. די דיסקאשן איז נישט פאר דיך, אזוי ווי יענער זאגט "נישט פאר קיין ערוואקסענע"... איך ווייס נישט צו די האסט נאך בכלל לייסנס דערפאר... וד"ל...האסט שוין פארגעסן ווי אזוי דו האסט געהאצקעט אין די יונגע יארן... דעמאלס איז נאכנישט געווען די אלע טעכנעלאגיע, וואס? - קום מיר נישט אויפשטיין און אראפקוקן פון אויבן אויף מיר, און זאגן "איך וואלט נישט געקוקט, איך וואלט יא געקוקט"...
און אפילו אויב דו וואלסט געווען א יונגערמאן, מיט מיינע באדערפענישן און פילינגס און אלעס... ווער ביסטו מיר צו זאגן?! - דו ווילסט זיין שטארק און נישט קוקן, דעמאלס קוק נישט. איך וויל יא! - איך וויל זיך פאפן! - לעב און לאז לעבן! האסטו געהערט א מעשה?!
איך בעט א טובה, קענסטו עס טון איז גוט, און אז נישט, דאן טוה נישט. קום מיר נישט זאגן מוסר מיט הדרכה, וואס איך דארף טון. פאר דעם זענען מיר אוועק פון אייוועלט. איך וויל לעבן מיין לעבן ווי אזוי איך וויל, טייל מיר נישט איין וואס צו טון, ביסט נישט גאט'ס פאליציי.
אויב איר פארשטייט נישט, דאן טוט אייך אן די ברילן, מאכט דעם פעידזש אביסל גרעסער, אז איר זאלט קענען לעיזן וואס איך האב אייך אקאראשט געשריבן, אפשר וועט איר פארשטיין.
בקיצור, קען איינער דא דראפשאכטלען יענעם ווידאו?
איך בין זיכער אז איינער וואס טוט מיר דער טובה, וועט אים דער אויבערשטער צוריקצאלן כפל כפלים, און דער שכר דערויף איז זיכער גאר גרויס און הויך. איך זאג אים צו "עמי במחיצתי"!