קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

לויט קראנטע באריכטן האט קול מבשר נעכטן באריכטעט עפעס אזוי "דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל איז באזארגט איבער די פלענער פון די מדינת ישראל רעגירונג פאר מירון און ליכט פון די טראגעדיע, א צאל מדינת ישראל פיגורן האבן זיך געלאזט הערן מיט מיינוגן און שטעלונגן וואס מען דארף טוען דארט די קומענדע יארן, צווישן זיי א געוועזנע פאליציי הויפט וואס זאגט אז מען דארף אפשטעלן די הדלקות פאר פיר פינעף יאר ביז מען ארבעט אויס א פלאן אלעס זאל געטוען ווערן אויף א מסודר'דיגע וועג, אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים.

און איך שטיי און איך ציפ מיך, צומיינע אויערן הערן ריכטיג. ביסט אויפן קאפ געפאלען ?? וואספארא מינע גערעדאכטס איז דאס?? נאכאמאל לאמיר איבער חזרן ער זאגט "אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים, און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים", דאס טייטש אזוי: סאיז נישטא קיין ריספאנסעביליטי, ווייל עס איז א גזירה מן השמים, אשר על כן בלייבט נאר איבער צו זיין באזארגט ווער עס האט דארט די חזקות און הקדשות אויף אלע לאטעס און פלאטעס פון שטיבעלעך און חרבות. 45 אידן זענען דערהארעגעט געווארן ווייל מירון איז בשלטון היימישע, און דער ווייסט שוין צו זאגן ווי פעסט אידן וועלן זיך האלטן עס זאל חלילה נישט ארויסגיין פון שלטון החרדים, נישט ווייניגער פעסט ווי א צור החלמיש, א פעלזן שטיין! טויט אדער רויט, בלוט אדער קרויט, אלעס איז איין זאך, דער קען נישט ארויסקוקן פון זיין שמאלע קוק ווינקעל אפילו פאר א מינוט. די מתים זענען נאך ווארעם מענטשן ליגן צומאזיקט און שפיטעלער אבער דער אומפארשעמטער קול מבשר איז שוין פארנומען שטאפן דעם עולם גולם מיט א מלחמה אויף יעדע פארזוך איבערצומאכן די מקום מוכן לפרענות, בושה תכסה פנינו.

אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער..........................................

לדעתי איז עס א גזירה מן השמים אז די שטח מירון וועט אוועק גענומן ווערן פון די נאמענלאזע הקדשות, און די 'הכנסת אורחים' אפאראט זאל זיך פארמאכט ווערן, און די רוטלעך למיניהם וועלן פארטיילט ווערן אום ג' אייר אנשטאט'ס י"ח בו, און זיי גיין אראפ ווארפן אלע בניינים פון ארום און ארום, און מאכן א ריזיגע שטח ריק, מיט צענדליגע אריין גאנגן און ארויס גאנגן (פונקט ווי דער כותל המערבי), און דער גזירה מן השמים וועט נעביך פארמיידן טויט פעלער.

מיר טארן נישט אריין רעדן, דאס איז א גזירה מן השמים, אז די מדינה וועט זיך דא אריין מישן.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס

א דאנק פארן ברענגען די דרשה, החייתנו! אָט דאס הייסט א באַזעסענער רבי, צו גאט און צו לייט! לא אלמן ישראל.
מע ברויך עס לדעתי מעתיק זיין אין טויזנטער קאַפּיס און פארשפּרייטן אין אלע בתי מדרשים!
Just another nerd
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

download/file.php?id=38219&mode=view
download/file.php?id=38225&mode=view
אויב זיי מעגען עס טון פאר געלט מעג קול מבשר אויך. זיי טון עס דארך בעטן געלט. ער דארך זאגן וואס מענטשן ווילן הערן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס איך האב געשריבן פאר א חשוב׳ער מיטגליד אין אישי איבער דאס אז ״וואו איז רבי שמעון [וזכותו] געווען?״
אויף דעם האב איך דאך געשריבן די ארטיקל מיינע אינעם וועקער וועלכעס געבט א מהלך דערין.

די טעזע פונעם ארטיקל, וואו ס׳איז נוגע אהער, איז אז יא, ס׳איז א מקרה. והיינו, פונקט ווי דו פארשטייסט, אדער קענסט עכ״פ פארשטיין, אז אין מעקקאַ אין 2015 זענען צודריקט געווארן צום טויט אויף אזא אופן מער ווי 700 מענטשן במקרה, איז דא די זעלבע. והיינו, דו פארשטייסט אז ווען עס קומען זיך צאם א מאסן מענטשן אויף א רעלאטיוולי קליינע ארט איז דא בתוך חוקי הטבע גופא א שטארקע פּראבּעבּיליטי אז אזא אומגליק און טראגעדיע זאל פאסירן (בפרט במשך/ברבות השנים). וממילא פארשטייט מען אז דארט אין מעקקאַ איז עס געווען במקרה אזוי ווייל ברבות השנים פון די סארטן צאמקומען איז עפ״י פּראבּעבּיליטי, וואס איז בּעיסיקעלי/טעקניקעלי א חק נקבע בתוך הטבע, מן הנמנע אז דאס זאל קיינמאל נישט פאסירן. וכן הוא הכא. (א געדאנק אינעם דערהער פון קביעא היזיקא.) וכאמור בתוך הארטיקל קען כביכול דער באשעפער (וכ״ש רשב״י) גארנישט טוהן דערוועגן.

וואס דו קענסט נאך אלס זאגן און טענה׳ן איז אז אן אינדיווידואל וואס וואלט ווען געווען מושגח וואלט נישט געווען אין יענעם געדרענג, וכאמור (בתוך האשכול על זה באריכות) ארבעט דאס אויך עפ״י הטבע גופא וממש. אבער וויפיל מענטשן קומען צו צו די סארט [אינטעלעקטואלע] דביקות אז מען זאל קענען דן זיין און האבן טענות דערין?

איך פארשטיי אז דאס איז א (ווי נישט) קאנטראווערסיאנאלע מהלך און איך זאג נישט אז דאס איז די מהלך אויף (די סארט) טראגעדיעס (עס איז לכאורה גאר קעגן די מהלך דערין פונעם זוהר) אבער עס איז א מהלך דערין און קען בארואיגן דורכ׳ן אוועקנעמען דעם חלק התלונה אויף ״וואו איז הקב״ה? וואו איז זכותא דרשב״י?״

די גאנצע טענה מעיקרא קומט בעיקר צושטאנד ווייל מ׳וואקסט אויף מיט א שטארקע דגוש אויף וואו טאקע מיסטיסיזם איז פועל ממש ובאקטואליטעט אינעם עולם.

הרב דר. נתן סליפקין רירט טאקע אן דערויף דא ובפרט אין זיין ציטאט פון הרב דר. מנחם גארדאן. ער צייכענט דארט טאקע צו צום מו"נ אין ח"ג פי"ז וואס אונז האבן דערמאנט לגבי השגחה.

ווי ס׳איז נוגע אהער איז אז דא יעצט אָנצונעמען און ליארמען מיט ״גזירה מן השמים״ פיהרט צו צו גאר דאס פארקערטע פון טוהן פעולות צו פארמיידן אזא אומגליק און טראגעדיע פון חלילה ווידער פאסירן אינעם עתיד. אז מ׳נעמט אבער אָן דא אז דאס איז טאקע בגדר מקרה וכדרך זו און וואו מ׳פארשטייט אז אזא זאך קען ליידער פאסירן, ברענגט דאס אז מ׳זאל טוהן פעולות פאר פארזיכערונג און אחריות אויף א שטערקערן פארנעם, וכעין מצות מעקה שלא יפול הנופל ממנו.

איך אנטשולדיג מיר זיך טאמער איז דאס אינסענסיטיוו, וואס וועגן דעם האב איך דאס נישט געוואלט ארויפשטעלן מעיקרא אין פּאָבליק. א חבר האט מיר אבער מייעץ געווען דאס יא ארויפצושטעלן ווייל עס קען דאך מאידך גיסא יא בארואיגן. וכאמור אינעם פריערדיגן ציטירטן אשכול על זה (באריכות) איז די מהלך אויסדרוקליך נישט קיין סתירה צו דעם אז די מאורע רופט צו תשובה ותיקון מעשים (און עס איז אפילו ל״ד בעצם מנוגד צו דעם אז דאס איז טאקע א גזירה מן השמים - נאר דא קומט אויס א טובה פאר׳ן ציבור אין סעיפטי אז מ׳לייגט א פאקוס אויפ׳ן חלק המקרה).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

@מי אני דאס איז אבער נישט קיין סתירה אויב גייט מען מיט די מהלך אז דער אויבערשטער וויל עפעס. ווער האט אויסגעשטעלט עס זאל יעדע יאר זיין א מצב סכנה כדי די יאר זאל עס געשען. נאר דער אויבערשטער.
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

נײגעריגער האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס

א דאנק פארן ברענגען די דרשה, החייתנו! אָט דאס הייסט א באַזעסענער רבי, צו גאט און צו לייט! לא אלמן ישראל.
מע ברויך עס לדעתי מעתיק זיין אין טויזנטער קאַפּיס און פארשפּרייטן אין אלע בתי מדרשים!

דער קארלינער איז סתם אן אפגעפארענע משכיל

הלוואי הלוואי קען מען אפשר דאך האפן אויף אן השפעה פון אים'ן, נישט בלויז בענין זה
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

צום קעפל: קול מבשר זאגט נאר וואס מ'וויל הערן, די עולם וויל נאר הערן אז די פאליציי איז שולדיג, וועגן דעם זאגט עס קול מבשר.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

ישעיה האט געשריבן:
נײגעריגער האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס

א דאנק פארן ברענגען די דרשה, החייתנו! אָט דאס הייסט א באַזעסענער רבי, צו גאט און צו לייט! לא אלמן ישראל.
מע ברויך עס לדעתי מעתיק זיין אין טויזנטער קאַפּיס און פארשפּרייטן אין אלע בתי מדרשים!

דער קארלינער איז סתם אן אפגעפארענע משכיל

דאס איז א מעידשער לשון הרע דעיס. זיי דיך ביטע אביסל בעסער מסביר.
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

מיליאנער האט געשריבן:
ישעיה האט געשריבן:
נײגעריגער האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס

א דאנק פארן ברענגען די דרשה, החייתנו! אָט דאס הייסט א באַזעסענער רבי, צו גאט און צו לייט! לא אלמן ישראל.
מע ברויך עס לדעתי מעתיק זיין אין טויזנטער קאַפּיס און פארשפּרייטן אין אלע בתי מדרשים!

דער קארלינער איז סתם אן אפגעפארענע משכיל

דאס איז א מעידשער לשון הרע דעיס. זיי דיך ביטע אביסל בעסער מסביר.

כ'האב עס געמיינט אלץ לשון טוב כמובן
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לויט קראנטע באריכטן האט קול מבשר נעכטן באריכטעט עפעס אזוי "דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל איז באזארגט איבער די פלענער פון די מדינת ישראל רעגירונג פאר מירון און ליכט פון די טראגעדיע, א צאל מדינת ישראל פיגורן האבן זיך געלאזט הערן מיט מיינוגן און שטעלונגן וואס מען דארף טוען דארט די קומענדע יארן, צווישן זיי א געוועזנע פאליציי הויפט וואס זאגט אז מען דארף אפשטעלן די הדלקות פאר פיר פינעף יאר ביז מען ארבעט אויס א פלאן אלעס זאל געטוען ווערן אויף א מסודר'דיגע וועג, אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים.

און איך שטיי און איך ציפ מיך, צומיינע אויערן הערן ריכטיג. ביסט אויפן קאפ געפאלען ?? וואספארא מינע גערעדאכטס איז דאס?? נאכאמאל לאמיר איבער חזרן ער זאגט "אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים, און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים", דאס טייטש אזוי: סאיז נישטא קיין ריספאנסעביליטי, ווייל עס איז א גזירה מן השמים, אשר על כן בלייבט נאר איבער צו זיין באזארגט ווער עס האט דארט די חזקות און הקדשות אויף אלע לאטעס און פלאטעס פון שטיבעלעך און חרבות. 45 אידן זענען דערהארעגעט געווארן ווייל מירון איז בשלטון היימישע, און דער ווייסט שוין צו זאגן ווי פעסט אידן וועלן זיך האלטן עס זאל חלילה נישט ארויסגיין פון שלטון החרדים, נישט ווייניגער פעסט ווי א צור החלמיש, א פעלזן שטיין! טויט אדער רויט, בלוט אדער קרויט, אלעס איז איין זאך, דער קען נישט ארויסקוקן פון זיין שמאלע קוק ווינקעל אפילו פאר א מינוט. די מתים זענען נאך ווארעם מענטשן ליגן צומאזיקט און שפיטעלער אבער דער אומפארשעמטער קול מבשר איז שוין פארנומען שטאפן דעם עולם גולם מיט א מלחמה אויף יעדע פארזוך איבערצומאכן די מקום מוכן לפרענות, בושה תכסה פנינו.

אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס



ס׳איז ביטער צו זעהן ווי ווייט פני הדור פני הכלב איז ליידער מקיום געווארן אין פולן זון פון ווארט

עס שפיגלט אָפ די זעלבע קאלטבלוטיגקייט ווי דאס בריוו פונ׳ם גערער רב איבער וועלכע @קטלא קניא האט שוין געשריבן

צמצום ברענגט צו טמטום

אמאליגע גדולי הדור ווי ר׳ יצחק אלחנן ספעקטער האבן חוץ זייער געוואלדיגע מדות טובות, געהאט אמת׳ע קוראזש
to do the right thing regardless of the consequences

קוראזש איז קאנטעיזשעס! ווען איינער האט די בראווקייט to stand up for what’s right נישט קיין חילוק די קאנסעקווענצן, בלאזט עס אריין קוראזש אין אנדערע אויך, און דאס הייסט אן אמת׳ע leader און מיט דעם האבן גדולי ישראל מחזק געווען און געהאלטן כלל ישראל שטארק אין די שווערסטע צייטן

ליידער היינט צו טאג זענען די מערסטנע רבנים און עסקנים cowards
און דאס פרעדיגט מען צום עולם אויך!

כאטשיק דא אין קאווע שטיבל זענען ב״ה דא בעלי דעת וואס קעמפן קעגן די אכזריות פון לאזן אידיש בלוט הפקר און קעגן אנעמען אן עטיטאָד פון קאלטבלוטיגע רשלנות אונטער די שלייער פון ״אמונה״

אבער מיר מיזן יעדער פון אונז נעמען א stand אין real life אויך און מחזק זיין דעם עולם נישט צו לאזן פארשטאפט ווערן די הערצער

We must be the change דורכ׳ן זיין א ביישפיל פון קוראזש ווען מ׳קען. יעדעס מאל איר רעדט אייער אמת אפילו ווען ס׳שווער, גיבט איר רשות פאר אנדערע צו טאן דאס זעלבע.

מיר זענען אלע leaders -נישט אומזיסט האבן מיר באקומען די כוחות און פארשטאנד. און אן אמת׳ע לידער איז איינער וואס אינספירירט דורכ׳ן זיין א ביישפיל פאר אנדערע וויאזוי זיך צו פירן מיט קוראזש and to stand up for what you believe is right
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

שליחה דורך דורש אמת »

די יונגע דור איז היינט מער באהאוונט, אבער עס פעהלט קוראזש, און זיי זאַפּן טאקע איין די זעלבע טעמפקייט

ווי איר קענט זעהן אין דעם לינק:

״זיך צו שטעלן דאווענען מנחה מיט א בלוטיגן מעסער נאכ’ן הרג׳ענען א איד״

https://youtu.be/NgflI_NBwPQ
(42:30)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

שליחה דורך יהודי פשוט »

דורש אמת האט געשריבן:די יונגע דור איז היינט מער באהאוונט, אבער עס פעהלט קוראזש, און זיי זאַפּן נעבעך איין די זעלבע קאלטבלוטיגקייט

ווי איר קענט זעהן אין דעם לינק:

״זיך צו שטעלן דאווענען מנחה מיט א בלוטיגן מעסער נאכ’ן הרג׳ענען א איד״

https://youtu.be/NgflI_NBwPQ
(42:30)
מיר ווייסן שוין אלע אז דו ביסט שרעקליך צושוידערט פון דעם חסיד'ישן ווארט (וואס דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין), דו ברויכסט עס אבער נישט אריינשטעלן אין א פלאץ ווי ס'געהערט בכלל נישט און ס'גייט פשוט פארדרייען דעם שמועס.
זיי נישט פויל און זיך אויף אן אשכול ווי ס'קומט יא און שטעל עס אהין
איך בין א נער און איך גלייב!!!
פארשפארט