ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

אישתישבי האט געשריבן:

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!

וועלכע קבר פין דוד המלך האבן ציונים געטראפן?

ווי האט יענער געזאגט ביי אונז און שטאט ליגט נישט דער שאגת אריה, ביי אונז און שטאט לעבט ער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תרמב האט געשריבן:ס’געפעלט מיר דיינע הגדרות, די ווישעווער איז אויפן לעוועל פונעם רוגאטשובער און עובדיה, און די אהבת ישראל ווי ר’ משה שנעבאלג...... גאנץ גוט, וועל מיר עס נעמען ווייטער, ר’ יצחק יוחנן איז אויפן דרגא פון ישראל דוד שלעזינגער און ר’ ישראל ווי מיילעך בידערמאן, און ר’ מנדל פון מרכז איז ווי באניע, וכן הלאה......

איך האב נישט געזאגט אז די אהבת ישראל איז געוועהן אויפן לעוועל פון ר׳ משה שנעבאלג. דאס האב איך געזאגט אויפן אמרי חיים.

וועגן די היינטיגע וויזניצער רביס ווייס איך נישט. איך מיין אז קיינער פון זיי קומען נישט צו זייערע זיידעס. אבער זיי זענען דאך וויואלע אידן און מיינען גוטס לכאורה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הרב שיף.

יישר כח פארן מיך מחזק זיין.

1)איך זעה נישט די סתירה פון זיין א שונא צו א rotten aristocrat ווי טראמפ וואס איז לכל הדיעות געוועהן זיין גאנץ לעבן א גנב, slumlord, זיך ארויסגעדרייט פון צאלן טעקס (לויט זיינע אייגענע ווערטער) גערופן א גאנצע עטנישע גרופע “רעפיסט” (בשעת ווען אין היסטאריע זענען רוב רעיפיסט געוועהן “ווייסע מענטשען”), בשעת ווען ער האט נישט באצאלט די שפאנישע ארבייטארער וואס האבן געבויט “טראמפ טאוער” מעהר ווי פינף דאללער א שעה. און ער האט נאכדעם געמוזט סעטלן מיט זיי אין קאורט. ער האט ארויסגעלייגט צענדליגער מענשטען פון ביזנעס. ווען ער האט באנקראטירט אויף פאפיר, אבער למעשה איז ער געוועהן די איינציגסטער וואס האט געמאכט געלט. ער האט ארויסגעלייגט מענטשען פון ביזנעס, Family owned businesses וואס זענען געשטאנען פאר איבער פופציג יאהר! ער האט קיינמאל נישט באצאלט פאר כמעט קיינעם וואס האט געארבעט פאר אים ביזן סוף. יעדער האט אים געמוזט רופן אין קאורט! און רוב האבן ניטאמאל געהאט די געלט אים צורופן אין קאורט. אסאך מענטשען האבן געזאגט פאר 70-50 טויזנט דאללער לוינט זיך נישט ווייל ס׳גייט קאסטן מעהר. ער האט געהאט א פאלשע University ווי ער האט איינגערעדט מענטשען אז ער גייט זיי אויסלערנען וויאזוי צומאכן געלט. א שווינדלער זיין גאנץ לעבן, א ערשט קלאסיקער Crook, א קרימינאל וואס האט אליינס מודה געוועהן אז ער האט זיך ארויסגעדרייט פון צאלן שטייערן און פון די אנדערע זייט האט ער נישט אויפגעהערט צוזאגן אז ער איז גאר די רייכעסטע מענטש אויף די וועלט... ער דארף זיין די פרעזידענט?

חוץ מזה איז ער שוטה משוטה. הערט קיינמאל נישט אויס וואס די עקספערטן זאגן. ער איז אייביג קלוגער ווי א צווייטן.

טוה מיר א טובה?

ער האט נישט קייו שום עקספירענס אין גאווערמענט. ער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס פאר די דזשאב.
זיך געחנפט צו אמריקעס גרעסטע שונאים, די גרעסטע דיקטעטארס אויף די וועלט אפענערהייט!!! ווען די גאנצע פרייע-וועלט איז געשטאנען און געקוקט מיט וואונדער. וואס איז געשעהן מיט אמעריקע???

ווייל ער האט געהאט א איידעם א פרומע איד. און ער האט געטוהן אפאר גוטע זאכן פאר אידן. מיינט נאכנישט גארנישט!

פון די אנדערע זייט האט ער באשמיצט די אידן. ווען אלע מענטשען האבן געזעהן ווי אזא נידערטרעכטיגע איד ווי סטיווען מיללער, וויאזוי זיי האבן זיך באנעמען מיט די ארימע שפאנישע אימגראנטן. בשעת דער קאפאו איז אליינס א קינד פון אימיגראנטן. און זיין אייגענע משפחה האבן געשריבן קעגן אים אין די צייטונגען אז לויט זיינע פאליסיס וואלט זיינע עלטערן קיינמאל נישט אנגעקומען קיין אמריקע...

וואס האט איינס מיטן צווייטן? אויב בין איך קעגן טראמפ און איך בין א דעמאקראט, א סאציאליסט, וואס האלט אז קאנדא׳ס סיסטעם איז בעסער ווי אמעריקע פארליר איך מיין נאמנות???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די צווייטע זאך וואס דו שרייבסט אז די מנח״א מיטן סאטמארער רב זענען אמתע תלמידי הבעש״ט.

זיי נישט בייז. איך האלט פון זיי ביידע אין געוויסע זאכן. זיי זענען געוועהן קלוגער מענטשען. גוט געקענט לערנען. און געהאלפן אנדערע אידן. ספעציעל די סאטמארער רב איז געוועהן מוראדיג באוואסט אין צדקה און גמ״ח. איך האב געהערט פערזענליך פון מענטשען מוראדיגע מעשיות פון זיין צדקה וחסד.

אבער האסט גע׳missed די פוינט!

א חסיד פון בעש״ט מיינט איינער וואס נעמט אן א יעדען איד, מיט זייערע שיטות. א קנאי ספעציעל די מנח״א וואס האט געשאלטן ציונים און אגודיסטן איז א קלארע סתירה צום דרך הבעש״ט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תרמב האט געשריבן:אז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.

איך האלט פון אים זייער שטארק. און איך האב אים זייער ליעב. נישט נאר ווייל ער האט גערופן דעם אהבת ישראל די “צדיק הדור” נאר ווייל ער איז געוועהן א גאון עולם, א געלונגענע מענטש, און ווי דו זאגסט א גרויסע בעל צדקה. אבער זאגן אויף אים א אמתע תלמיד פון בעש״ט? איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מנחת אלעזר איז געוועהן פון די לעצטע חסידישע רביס וואס איז געוועהן א גאון אדיר. אבער נישט קיין תלמיד הבעש״ט. דו ווייסט אויף וועמען מ׳קען זאגן ער איז געוועהן א אמתע תלמיד הבעש״ט וואס האט געלעבט אין מיינע צייטן? לדעתי הרה״ק ר׳ נפתלי׳טשע באבובער. קלאר!

ר׳ מאטעלע האט אלץ פארציילט אז די מנח״א איז מלכתחילה געוועהן קעגן די אהבת ישראל. און וואס עלטער די אהבת ישראל איז געווארן האט ער מעהר און מעהר געטוישט זיין מיינוג.

ר׳ מאטעלע פארציילט:
איינמאל איז די מנחת אלעזר’ס איינציגסטע טאכטער שטערבליך קראנק געווארן. און די מנחת אלעזר האט געהייסן מ’זאל איר מזכיר זיין ביים אהבת ישראל. די אהבת ישראל איז דעמאלטס געוועהן אין א ווייטע שטאט סובראנץ. און למעשה פון ווען מ׳האט מזכיר געוועהן פאר די אהב״י איז די טאכטער געזונט געווארן. און די מנחת אלעזר איז פערזענליך אראפגעפארן קיין סובראנץ זיך באדאנקן פארן אהבת ישראל.

ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

די שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

תרמב האט געשריבן:די שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.

איך ווייס נישט ווער דער בעשטה"ק איז געווען נאר אזויפיל האב איך געהערט און געליינט אז ער האט עקסעפטעט יעדער איד וואס האט א חלק אלוקי ממעל,
האסט גראדע צוגעטראפן הרה"ק ר’ חיים מאיר פון וויזניץ און ר’ נפתל’טשע זצ"ל וואס ביי זיי ביידע האט מען געזעהן וואס דאס מיינט ליב האבן א איד unconditional !!!!.
איך גלייב אז אנדערע גדולים האבן אויך ליעב געהאט א צווייטען איד - און ביי זיי האט מען עס געזעהן קלאר
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

אויב אהבת ישראל מיט תלמוד בעש"ט איז מוכרח וועל איך דארפן זאגן פארקערט אלע חסידישע רבי'ס האבען געהאט אהבת ישראל. זיי זענען דאך געווען רבי'ס.
וואס האט איין מיט די אנדערע?.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

מען מיינט ארויסצוברענגן אז ביי די דאזיגע רבי'ס האט מען שטארק צוגעזעהן באופן בולט דעם דרך הבעש"ט מיט אהבה
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך מיין צו זאגן אז די בעל שם טוב האט פארקערפערט אין זיך אסאך חלקים, איינע פון די חלקים איז געווען אהבת ישראל און לכבוד דעם קענסטו רופן די אמרי חיים א תלמיד פון בעל שם טוב הקדוש, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון אנדערע תלמידי בעל שם וואס ענדלען אין די אנדערע חלקים.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

@שבת
אגב אהבת ישראל (ואהבת לריך) איז איינס פין די תרי"ג מצות.
וואס אגב קימט נישט פון בעל שם טוב נאר פון זיין ג-ט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לענ"ד קען טאהשע רבי ז"ל, רואיג ווערן פארעכנט אלץ איינער פון די תלמידי בעל שם. זיין אהבת ישראל. און זיין חסד. זיינע תפילות, זיין תהלים וכ"ו
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

זייער שיין צו לייענען די מעשיות, פונעם אהבת ישראל האב איך שוין דורכגעאקערט דעם קדוש ישראל אלס בחור און איך האלט אויך אז דער אמרי חיים האא באמת ליב געהאט א יוד וכו׳
אבער ווען איר זאגט אז די אנדערע ווי סאטמארער ר2ס איז נישט קיין תלמיד בעש"ט ווייל ער איז געווען א קנאי, איז נישט צום זאך, דהמע"ה האט געזאגט אוהבי ד׳ שנאו רע, כשם שמצוה לאהוב הצדיקים כך מצוה לשנוא את הרשעים, סאטמאר רב האט נישט פיינט געהאט קיין יוד, זיין קנאות איז געווען קעגן די רע פון זיי, ער האט זיך געטראפן און פארברענגט מיט אלע גדולי ישראל, לשיטתו האבן זיי זיך טועה געווען און דאס האט אים וויי געטון, לשיטת האמ"ח איז נישט געווען קיין טעות האט עס אים נישט וויי געטון, בן גורין האט ער ליב געהאט? אוודאי נישט ווייל ער איז געווען א כופר, סאטמאר רב האט געגאנגען ווייטער און געהאלטן אז די אגודה איז אויך פארדרייט, אבער קיינמאל נישט מבזה געווען אדער אפילו דערמאנט א נאמען לגנאי ועוד
וועגן זיין צדקה, מיין איך איז איבעריג צו זאגן אז ער איז געווען א יחיד בדורו און עד היום זענן זיינע חסידים (פון) די גרעסטע עוסקים בצדקה וחסד, דאס זענן זאכן וואס מ׳ דארף נישט גלייבן דעים און יענעם, עס איז מפורסם איבעראל
ד"א מיימרות פון ר׳ יודעלע אויף סאטמאר רב איז דא גענוג אפילו ער איז נישט געווען משפחה מיט אים
נאך איין נקודה, יעדע מעשה ענדיגט איר אז יענער איז געווארן א חסיד נאך וואס דער אמ"ח האט אים געהאלפן, אויף סאטמאר רב קען מען דאס נישט זאגן, ער האט געהאלפן יעדן יוד אפילו זיי זענן נישט געבליבן זיינע חסידים, ער האט געגרינדעט ת"ת אין צענדליגער דערפער אין אר"י נאך די מלחמה, כמעט קיינער האט נישט קיין שייכות צו סאטמאר, ער האט געוואלט זאלן זיין יודן נישט מער (בעלזער רב איז אויך א סאטמארער תלמוד)
סך הכל, דער אהב"י איז זייער גרויס געווען ביי די וויזניצער חסידים, עס איז געווען א וועלט מיט לייבן ווי דער בעלזער רב , אמרי אמת, מנח"א, און נאך, זייערע חסידים האבן געהאלטן אז זייער רבי איז צדיק הדור און מיט רעכט
דאס זעלבע דער אמ"יח איז געווען אין איין דור מיט גדולי ישראל וואס זייערע חסידים האבן זיי געהאלטן פאר צדיק הדור און איר אלס געבוירענער וויזצניצער קענט האלטן אז דער אמ"ח איז צדיק הדור
הצלחה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ווילנע חסיד.

די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???

ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!

קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!

ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?

פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?

פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?

הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?

די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?

רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תרמב האט געשריבן:סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.

איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.

איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.

צאנז און רוזין.

צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.

די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”

און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!

ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...

איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

דאס איז מיין דרך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבת אחים האט געשריבן:ווילנע חסיד.

די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???

ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!

קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!

ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?

פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?

פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?

הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?

ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?

די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?

רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
זייטס נישט ברוגז

די אלע מיימרות, צדיק הדור, מיין רבי (קלאר אז ער האט עס נישט געזאגט) און נאך איז לופט מעשיות וואס מ׳ פארציילט אין יעדע חסידות

באקאנט איז אז די גרעסטע גדו"י זענן געפארן קיין בעלז, גער וכדומה, קיינמאל נישט געווען קיין געפארעכטס אויף וויזניץ וואס מ׳ ווייסט
יא מ׳ האט געהאלטן פון אים, אבער די אלע געזאגעכצער זענן האלבע אמת׳ן וואס די ווילסט גלייבן, די גאס קויפט עס נישט אפ

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבת אחים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.

איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.

איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.

צאנז און רוזין.

צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.

די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”

און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!

ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...

איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.

דאס איז מיין דרך.
פון ווי נעמט איר אז דער הייליגער ריזשינער האט ליב געהאט א מחלל שבת?
נאר א מסור האט אים געבאדערט? חס מלהזכיר תו תולה זיין בוקי סרוקי אויף אזעלעכע צדיקים

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רעדסט שטותים מיט הבלים.

מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.

הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.

ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.

ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.

הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.

די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)

די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...

די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:

איך רעדט נישט פון די רוזשינער. איך ווייס נישט וואס די רוזשינער האט געהאלטן. איך ווייס די רוזישנער דרך. בתוכם די אהבת ישראל׳ס דרך.
דאס איז א לענגערע שמועס. נעקסט טיים בלי נדר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

שבת אחים האט געשריבן:רעדסט שטותים מיט הבלים.

מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.

הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.

ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.

ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.

הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.

די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)

די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...

די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
איך רעד שטותים והבלים?

די קייסט איבער, דער האט געזאגט, יענער האט געזאגט, ווער האט עס געהערט? איך פארשטיי אז די גלייבסט עס, אבער די וועלט קויפט עס נישט
נאך אזאך, די ערליכע רבנים האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו משבח זיין אנדערע צדיקים, אבער ווילאנג די זעסט נישט אז זיי זענן געפארן אלס חסידים מיינט עס גארנישט
דער ויגד יעקב זצ"ל איז געפארן קיין בעלז
ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין סיגעט, בעלז, און נאך, נישט צום אהב"י
ווילסט איך זאל דיר נאכזאגן וואס צדיקים האבן געזאגט אויף סאטמארער רב? אנגעהויבן ביי מונקאטשער רב (יכול לטהר מדן עד באר שבע) נאסאדער רב (ווער עס זאגט אנדערש איז א אפיקורס) דיין ר׳ יודעלע (געשיקט א שליח זען אויב רימניצער איז א ערליכער יוד און איין סחמן אויב ער האלט פון סאטמאר רב, דאס זעלבע ר׳ יעקב פשעווארסקער מיט באבי סאלי און נאך און נאך
איך גלייב נישט אלעס וואס איך וויל הערן אבער איך וויל גלייבן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איה״נ. ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין בעלזא. אבער ער האט אויך געשיקט קוויטלעך צום אהבת ישראל.

איך האב עפעס געזאגט אז די אהבת ישראל איז געוועהן די איינציגסטער גרויסע מענטש? פלוז. ביסט א קינד?

איך זאג עפעס אנדערש
סאיז נישט געוועהן קיין גרויסע רבי וואס האט נישט געהאלטן פון די אהב״י אויף זיינע עלטערע יאהרן. קיינער נישט!

אפילו די מנח״א וואס האט יעדען אגודיסט געשאלטן האט געזאגט אויף אים “צדיק הדור”

דאס וואס דו שרייבסט אויף ר׳ יהודא׳לע אז ער איז געוועהן א חסיד פון סאטמארער רב און ער איז געוועהן א פייערדיגע וויזניצער חסיד ווייל ער איז געוועהן משפחה איז ממש שטותים מיט הבלים. טוה מיר א טובה?!

ר׳ יהודא׳לע האט געהאלטן די סאטמארער רב איז געוועהן א ערליכער איד, א גרויסע מענטש. אבער קוק אריין אין די הגהות וואס ער האט געשריבן אויף סאטמארער רבס ספרים. ער האט די חוצפה זיך צוקריגן מיט אים אין געוויסע זאכן....

אויפן אמרי חיים מיטן אהבת ישראל האט ער נישט נאר זיך נישט געקריגט וואס זיי האבן געזאגט נאר יעדעס ווארט ממש האט ער אריינגעלערנט פשט אין דעם.

ער איז געוועהן א וויזניצער ווייל משפחה? און די ישועות משה איז נישט געוועהן זיין משפחה? ער האט ממש אינגאנצן אוועקגעמאכט!

סאיז נישט געוועהן אזא גרויסע חסיד פון די אמרי חיים אויף די וועלט ווי ר׳ יהודא׳לע!!! א פייערדיגע חסיד! פרעג יעדען איינעם.
אלעס וועגן משפחה? ווייסט וואספארא ליצנות דאס איז פאר א יעדע מענטש וואס האט געקענט ר׳ יהודא׳לע...

דו ווייסט ר׳ יהודא’לע האט זיך געשעמט מיט וויזניץ א שטיק צייט, ווייסטו? אבער אפילו אין די צייטן האט ער א גאנצע צייט גערעדט וועגן די שווער און די אהבת ישראל. טאג און נאכט. ער האט געחלמט פון זיי!

נישט געוועהן אזא גרויסע וויזניצער חסיד זינט די חסידות שטייט. אויסער ר׳ מרדכי חנא. נישט געוועהן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט