הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: איכ'ל דיר ענטפערן על ראשון ראשון. דער פאקט אז זייערע מעמבערס האבן גערעדט אקעגן די האלאקאוסט לייקענונג איז לויבנסווערט. איך האב דאס נישט געוואוסט ווען איך האב ארויסגעזאגט מיין מיינונג. פארקערט. איך האב דאך געשריבן אז די עצם געדאנק פון זייער שיטה איז א גוטע זאך. אז איין גרופע פון די אידן האט א דיאלאג מיט די אויסגעשפראכענסטע שונאי ישראל. און זיי האבן א רעכט דערצו. מיין טענה איז פארוואס זיי דרוקן אויס סאלידאריטעט מיט די מעשי רציחה און טעראר פון די איראנער און די פאלעסטינער. און די עיקר. פארוואס זיי קושן און האלזן זיך מיט די גרעסטע רוצחים פון זייערע ברידערס...! און אזא אפגעהיטענער, געהויבענער איד און ירא שמים ווי הרב בעק האלזט און קושט זיך מיט א טמא'נעם גוי, א רוצח...!

לגבי דעם פאקט וואס סאטמאר האט אזוי הויעך און שטארק אויסגעשריגן קבל עולם ומלואו אז זיי מיט נטורי קרתא זענען נישט איינס איז זייער פשוט. ווייל אין די גאנצע וועלט ווייסט מען אז סאטמאר איז זייער פעסט אקעגן מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ בכלל. און אקעגן ציוניזם. ממילא ציעט די וועלט א פאראללעל צווישן סאטמאר און נטורי קרתא. און סאטמאר שווייגט. עכ"פ ביז יעצט. ווייל סאטמאר איז קיינמאל פריער נישט ארויסגעקומען מיט אן אויפקלערונג איבער דעם פונדאמענטאלן חילוק פון זייער שיטה און די פון די נטורי קרתא.

נאר ס'איז דא א טיעפערע און פראקטישע כונה אין זייער פארדאמונג פון די נט"ק'ס פארן צו די האלקאוסט קאנפערענץ און די דערקלערונג אז זיי האבן גארנישט מיט די נטורי קרתא. נאר איך וועלל עס נישט ארויסשרייבן דא ברבים...!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

ארי נוהם האט געשריבן:
דורש אמת האט געשריבן:די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).
Sent from my iPad using Tapatalk

ווייס איך נאר נישט, פארוואס אויפן וועג פון האקן אויף בעק (מיט גוטע פונקטן), מוזטו אויך אויסלויבן דעם מנוול ומשוקץ ומתועב הערץ האמבערג, א שייגאץ וואס איז געווען אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט וואו ער האט נאר באזוכט זינט זיין גלענצנדן 'אמרי שפר'.

דו מאכסט מיר שפירן, אז נאר ווען עס קומט צום רעכטן עקסטרעמיזם - כר' הלל קאלאמייער ורמ"ב בעק - זעסטו די בילד ווי עס דארף צו זיין, אבער ווען עס קומט צום לינקן עקסטרעמיזם זינגסטו א נייעם ניגון.

גענוג צו לייענען די וויקי בלעטל אויף הערץ האמבערג, זיך צו דערוויסן אז מ'רעדט פון די נידעריגסטע שבנידעריגסטע וואס כלל ישראל האט געזען. א רודף ומשטין, א צענזור ומוסר, אן אויסגעשפיגענער און זעלבסט האסנדער, מיט א מאנטל פון אמת - פונקט ווי ר' משה בער בעק זעלבסט - וואס האט אים אבער נישט געמאכט באליבט ביי קיין איינעם, אזש דער יעב"ץ - א שטיקל עקסטרעמיסט פאר זיך - מוז אים קרוינען בלשונו: "איש אשר לנבלותו אין קצה, ושמו הירץ הומבורג, הוא החל לקטרג ולהוציא שם רע על ישראל באוזני הממשלה... חייבים אנו להגיד כי לא קם עוד נבל כמוהו בתוכם כהומבורג, מדבר תועה ונבלה כמוהו."
א שיינעם דאנק ארי נוהם פאר דיין לייבן- ברום און שארפער פארוואורף. אויף דעם האב איך טאקע געווארט.
1. הערץ האמבערג איז געווען גאר א רעספעקטירטער מענטש. ניט געווארן אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט און ניטאמאל פון איינס. אפילו די שארפע מתנגדים זיינע האבן אים שפעטער געשטיצט ארויסצוגעבן דעם אמרי שפר.
2. דער ״עקסטרעמיסט״ יעבץ האט ניט געקענט רעדן וועגן האמבערג ווייל אין תקלו ווען דער יעבץ = רבי יעקב עמדין איז נפטר געווארן איז האמבערג נאכניט געווען אויף דער מאפע…
3. דער יעבץ וועם וויקיפעדיע ציטירט איז רבי זאב יעבץ דער פירער פון מיזרחי אין ווילנע
4. דיין מחאה האט געשפעטיגט מיט א 14 יאר. אין 2006 האט רחל מאנעקין אויפגעוויזן די פאלשקייט פון די באשולדיגונגען!
5. די מענטשן וואס האבן אמונת חכמים וואלטן אפשר ניט געדארפט ווארטן אויף מאנעקינען, זעענדיג דעם כבוד וואס אזעלכע מענטשן ווי רמבמן, רבי מרדכי באנעט, און בעל שם פון מיכלשטאט טיילן אים צו.
די וועלף (דער ווינער היסטאריקער גרשון וואלף ; זאב יעבץ) און דער ברומענדיגער לייב ( ארי נוהם אין קאווע שטיבל) האבן פרובירט צו פארצוקן דעם הערש ( הערץ האמבערג)… סאיז זיי טאקע געלונגען פאר א וויילע אבער ווי אלעמאל דער אמת שווימט צום סוף ארויף ווי אויל אויף וואסער… די מאמע רחל (רחל מאנעקין) האט זיך אנגענומען פארן באשיצער פון אירע קינדער…
דער נאמען הערץ האמבערג וועט פאר אייביג לייכטן אין דער אידישער היסטאריע ווי א מענטש וואס האט מקדיש געווען זיינע יארן און זיינע גרויסע טאלאנטן פארן פארבעסערונג פונעם חינוך סיסטעם.
נאך אים האבן ממשיך געווען רבי יוסף פערל (רבי מאירל פרעמישלאנערס א געוועזענער חסיד) רבי יצחק בער לעווינזאן (ריבל) רבי לייזער צווייפל (שלום על ישראל) אברהם בער גאטלאבער ( אבג) און אנדערע. אלע די פיר זענען אויפגעוואקסן אלץ חסידים. דער לעצטער איז שוין אפילו געווען א שטיקל רבי אלץ יונגערמאן. דער דריטער איז אפילו געבליבן א חסיד און האט געגרינדעט די השכלהדיגע פראקציע וואס פארטיידיגט חסידיזם. די אידישע וועלט האט זיך געטוישט ניט צום דערקענען. אוי ווי נעמט מען היינט אזעלכע אמתע קעמפער צו פארבעסערן דעם חרדישן געטא!

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חבדניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך חבדניק »

דורש אמת האט געשריבן:
א קאך פון א איד ? מיצוות וואס קומט מיט א קאך, האט מסביר געווען דער ווילנער גאון, דארף מען חושש זיין, קומט פונעם יצה”ר. נאר ווען מע בארואיגט זיך דעמאלטס קען מען נוצן דעם שכל = יצר טוב ווי דער אבן עזרא איז מסביר אז שכל איז דער מלאך צווישן גאט און דעם מענטש.
רבי הילל האט זיך אמאל אזוי צופייערט אין א דרשה קעגן שייטלען אזש ער איז אריינגעלאפן אין ווייבער שיל און אנגעהויבן אראפשלעפן שייטלען פון באלעבאטישע פרויען….
פארגעסן אז מענטשליכקייט קדמה לתורה
הקנאות הדתית .
היא מכה הכתובה בתורה! (הגאון הצדיק משטעפאנעשט)

Sent from my iPad using Tapatalk

איך פארשטיי נישט וועכלע מחוצף קען שרייבן אזעלכע רשעות אויף א קדוש ישראל, דער הייליגער דברי חיים שרייבט אויף דעם מלאך ה' צבקות ר' הלל קאלאמייער און זיין הסכמה אויף די ספר משכיל אל דל, הגאון הצדיק נר ישראל, ידעתי מאז את הרב הצדיק הזה שכל כוונתו לשמים, ומעודו לא ישקוט ולא ינוח, והשליך את נפשו מנגד לגדור גדר ולעמדו בפרץ, בראש הומיים יקרא וברחובות יתן קולו וישים נפשו בכפו ללמד לבי ישראל תורה ומצות להורותם הדרך ילכו בה, לחזק בלבם אמונת תורתינו הקדושה שבכתב ושבע"פ, לחזק ידים רפות ולאמץ ברכים כושלות.

איך וואונטש דיר אז דו זאלסט ענדיגן אזוי ווי אלע מענטשן וואס האבן אים געטשעפט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חבדניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

חבדניק האט געשריבן:
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:

צאנז'ע רב איז נישט געווען קיין קליינער עקסטרעמיסט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חב"דניק: מ'דערציילט אויף ר' הילל קאלאמייער אז ער איז איינמאל געקומען באזוכן ביים דברי חיים. און ער האט באמערקט אז מ'האט פריש אויסגעפארבט און פארראכטן די שטוב. אבער מ'האט נישט איבערגעלאזט אן אמה על אמה ליידיג אלס זכר לחורבן. האט ער איהם געזאגט מוסר. און געפרעגט היתכן...! האט דער צאנזער רב געהייסן מ'זאלל ברענגען א לייטער און ווערקצייג (האמער און טשיזעל) און ער איז בכבודו ובעצמו אליין ארויף און אפגעהאקט א שיעור אמה על אמה...!

זעה מיר דאך פון דעם אז דער צדיק ר' הילל קאלאמייער. כאטש זיין הארץ האט געפלאקערט מיט אהבת ישראל, האט ער נישט נושא פנים געווען פאר קיינעם ווען ס'איז געקומען צו אידישקייט...!

אפילו זיין איידעם. ר' עקיבא יוסף שלעזינגער האטציך אויך אזוי געפיהרט. ווען ס'איז געקומען צו אידישקייט און הלכה האט ער געטון אנדערש ווי א יעדער. און זיך נישט גערעכנט מיט קיינעם. איין יאר, ווען ס'איז געווען ראש השנה שחל להיות בשבת האט ער פאררופן א בי"ד און געפסק'נט אז מ'זאלל יא בלאזן שופר. פארוואס די גאנצע וועלט האט איהם פארדאמט. ער האט זיך אבער נישט גערעכנט און נישט נתפעל געווארן פאר קיינעם. ווייל ער האט געהאלטן עפ"י הלכה אז מ'מוז בלאזן שופר. אפילו אום שבת...!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

חבדניק האט געשריבן:
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:
א קאך פון א איד ? מיצוות וואס קומט מיט א קאך, האט מסביר געווען דער ווילנער גאון, דארף מען חושש זיין, קומט פונעם יצה”ר. נאר ווען מע בארואיגט זיך דעמאלטס קען מען נוצן דעם שכל = יצר טוב ווי דער אבן עזרא איז מסביר אז שכל איז דער מלאך צווישן גאט און דעם מענטש.
רבי הילל האט זיך אמאל אזוי צופייערט אין א דרשה קעגן שייטלען אזש ער איז אריינגעלאפן אין ווייבער שיל און אנגעהויבן אראפשלעפן שייטלען פון באלעבאטישע פרויען….
פארגעסן אז מענטשליכקייט קדמה לתורה
הקנאות הדתית .
היא מכה הכתובה בתורה! (הגאון הצדיק משטעפאנעשט)

Sent from my iPad using Tapatalk

איך פארשטיי נישט וועכלע מחוצף קען שרייבן אזעלכע רשעות אויף א קדוש ישראל, דער הייליגער דברי חיים שרייבט אויף דעם מלאך ה' צבקות ר' הלל קאלאמייער און זיין הסכמה אויף די ספר משכיל אל דל, הגאון הצדיק נר ישראל, ידעתי מאז את הרב הצדיק הזה שכל כוונתו לשמים, ומעודו לא ישקוט ולא ינוח, והשליך את נפשו מנגד לגדור גדר ולעמדו בפרץ, בראש הומיים יקרא וברחובות יתן קולו וישים נפשו בכפו ללמד לבי ישראל תורה ומצות להורותם הדרך ילכו בה, לחזק בלבם אמונת תורתינו הקדושה שבכתב ושבע"פ, לחזק ידים רפות ולאמץ ברכים כושלות.

איך וואונטש דיר אז דו זאלסט ענדיגן אזוי ווי אלע מענטשן וואס האבן אים געטשעפט...
איך זע ווען סקומט צו קללות גייסטו טאקע אין די צאנזער און קאלאמייער דרכים…
הגם איך ווייס ניט צי רבי הילל פלעגט שעלטן בכלל, אבער דוכט זיך אז אויפן רמ״ד שרייבט ער עפעס אזוינס וואס זיין רבי וואלט ניט געשריבן, ווער רעדט נאך וועגן זיין איידעם און שוואגער דער לב העיברי וואס אויף אים האט מען געזאגט אז אזא מחוצף איז נאך קיינמאל פריער ניט געווען. און אז ער האט געוואלט בלינד מאכן די הערצער פון דעם אידישן פאלק מיט זיין לב עיוורי… (א וא״ו אנשטאטס א בי״ת ).
האט רבי הילל מיט זיין ׳משכיל אל דל׳ געוואלט אז אנשטאט אויפצואוואקסן א געלערנטער משכיל זאל מען גאר ווערן א צופליקטער דל?…
.
גם ענוש לצדיק לא טוב

Sent from my iPad using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דורש אמת האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:
דורש אמת האט געשריבן:די מערסטע קינדער מחונך לויטן ספר בית יהודי האבן פיינט באקומען אידישקייט. האבן ניט די וועלט און ניט יענער וועלט. א גאנץ לעבן ווייטאגן זיי אויף זייער פארלוירענער קינדהייט און יוגנט און אויף זייער פארשפילטער לעבן. סיי די וואס האבן איבערגעלאזט דעם סיסטעם און סיי די וואס זענען געבליבן.
מחנך זיין קינדער קען מען אויך מיט ראצינאליסטישער און מאָראלישער אידישקייט ווי למשל דער געוואלדיגער קאטאכיזם אמרי שפר פון רבי נפתלי הערץ האָמבערג מיטן גוטהייסונג פון רבי מרדכי באנעט און בעל שם פון מיכלשטאט, ווייט פון רבי הילל קאלאמייערס אידישקייט (די נעגאטיווע קנאותדיגע חלקים).
Sent from my iPad using Tapatalk

ווייס איך נאר נישט, פארוואס אויפן וועג פון האקן אויף בעק (מיט גוטע פונקטן), מוזטו אויך אויסלויבן דעם מנוול ומשוקץ ומתועב הערץ האמבערג, א שייגאץ וואס איז געווען אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט וואו ער האט נאר באזוכט זינט זיין גלענצנדן 'אמרי שפר'.

דו מאכסט מיר שפירן, אז נאר ווען עס קומט צום רעכטן עקסטרעמיזם - כר' הלל קאלאמייער ורמ"ב בעק - זעסטו די בילד ווי עס דארף צו זיין, אבער ווען עס קומט צום לינקן עקסטרעמיזם זינגסטו א נייעם ניגון.

גענוג צו לייענען די וויקי בלעטל אויף הערץ האמבערג, זיך צו דערוויסן אז מ'רעדט פון די נידעריגסטע שבנידעריגסטע וואס כלל ישראל האט געזען. א רודף ומשטין, א צענזור ומוסר, אן אויסגעשפיגענער און זעלבסט האסנדער, מיט א מאנטל פון אמת - פונקט ווי ר' משה בער בעק זעלבסט - וואס האט אים אבער נישט געמאכט באליבט ביי קיין איינעם, אזש דער יעב"ץ - א שטיקל עקסטרעמיסט פאר זיך - מוז אים קרוינען בלשונו: "איש אשר לנבלותו אין קצה, ושמו הירץ הומבורג, הוא החל לקטרג ולהוציא שם רע על ישראל באוזני הממשלה... חייבים אנו להגיד כי לא קם עוד נבל כמוהו בתוכם כהומבורג, מדבר תועה ונבלה כמוהו."
א שיינעם דאנק ארי נוהם פאר דיין לייב ברום און שארפער פארוואורף. אויף דעם האב איך טאקע געווארט.
1. הערץ האמבערג איז געווען גאר א רעספעקטירטער מענטש. ניט געווארן אויסגעשפיגן פון יעדן שטאט און ניטאמאל פון איינס. אפילו די שארפע מתנגדים זיינע האבן אים שפעטער געשטיצט ארויסצוגעבן דעם אמרי שפר.
2. דער ״עקסטרעמיסט״ יעבץ האט ניט געקענט רעדן וועגן האמבערג ווייל אין תקלו ווען דער יעבץ = רבי יעקב עמדין איז נפטר געווארן איז האמבערג נאכניט געווען אויף דער מאפע…
3. דער יעבץ וועם וויקיפעדיע ציטירט איז רבי זאב יעבץ דער פירער פון מיזרחי אין ווילנע
4. דיין מחאה האט געשפעטיגט מיט א 14 יאר. אין 2006 האט רחל מאנעקין אויפגעוויזן די פאלשקייט פון די באשולדיגונגען!
5. די מענטשן וואס האבן אמונת חכמים וואלטן אפשר ניט געדארפט ווארטן אויף מאנעקינען, זעענדיג דעם כבוד וואס אזעלכע מענטשן ווי רמבמן, רבי מרדכי באנעט, און בעל שם פון מיכלשטאט טיילן אים צו.

Sent from my iPad using Tapatalk

אפשר מאכט מען א באזונדערע אשכול וועגן דער מענטש?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

ניט קיין שלעכטער געדאנק.
קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא. אפשר הייבסטו אן דערמיט סוף כל סוף טראגסטו דאך דעם נאמען פון א באוואוסטן חוקר!

Sent from my iPad using Tapatalk
Arh123
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2020 10:23 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך Arh123 »

איך וויל דערציילען אן עפיזאד:איך בין גיווען אויף א חתונה פון משה בער'ס אן אייניקעל, משה בער כדי משמח צו זיין חתן וכלה האט זיך פאר שטעלט פאר א אראבער! פרעג איך א שאלת תם; וואס איז דער פשט פון דעם? איך מיין אז די קשיא אליין איז גאר א תירוץ:

ער האט זיי ליב און ער איז מעריך זייער ארבעט צו שיסען באמבעס און הרגענען וכו' אלע שונאי ישראל! אדרבה זאל מיר איימיצער דאס אנדערש מסביר זיין!

דא"ג איינער פון זיינע קינדער האט מיר שטילערהייט אריינגערוימט אין די אויערען מיט א ביטערען שמייכעל: ער איז גארנישט פארשטעלט וד"ל.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

Arh123 האט געשריבן:איך וויל דערציילען אן עפיזאד:איך בין גיווען אויף א חתונה פון משה בער'ס אן אייניקעל, משה בער כדי משמח צו זיין חתן וכלה האט זיך פאר שטעלט פאר א אראבער! פרעג איך א שאלת תם; וואס איז דער פשט פון דעם? איך מיין אז די קשיא אליין איז גאר א תירוץ:

ער האט זיי ליב און ער איז מעריך זייער ארבעט צו שיסען באמבעס און הרגענען וכו' אלע שונאי ישראל! אדרבה זאל מיר איימיצער דאס אנדערש מסביר זיין!

דא"ג איינער פון זיינע קינדער האט מיר שטילערהייט אריינגערוימט אין די אויערען מיט א ביטערען שמייכעל: ער איז גארנישט פארשטעלט וד"ל.

האסט געזעהן א אינטערעסאנטע זאך און בויסט שוין בנינים און און פאקטן אויף דעם.

אויב די מעשה איז באמת פארגעקומען.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך טובי געלד »

ס'שוין דורך צוויי וואכען זינט הרה"צ רבי משה בער ז"ל איז אוועק פון די וועלט....
איך מיין ס'צייט מיט כובד ראש מאכען א שטיקעל סך הכל,
פערזענדליך, איז ער געווען א אדם השלום!
שיין געווען בין אדם למקום בין אדם לחבירו, א ענוותן ושפל ברך, א ירא חטא א אוהב ישראל,
תורה.. רבי משה בער זצ"ל האט זיך מקדש ומטהר געווען בקדושת התורה, הגאון הפוסק הדור הרב וואזנער זצ"ל האט געזאגט פארן אמרי חיים זצ"ל אזוי שרייבט דער ימים מקדם הרי"ד רעזמאוויטש ע"ה משב"ק האמ"ח, אויף אים און זיין ברידער הרב הגאון הצדיק רא"צ בעק זצללה"ה פון אויסטראליע אז די צוויי האבען די בעסטע געקענט הלכות שבת פון אלע וואס ער האט פארהערט!
עבודה.. הרב משה בער ז"ל איז געווען א עובד ד' זיין דאווענען איז געווען מיט א מורד'יגע ערינסטקייט השתפכות הנפש שעה'ס ארוכות
קדושה... זיין שמירת עניים איז נישט קיין סוד, ער איז געווען קדוש בכל הקדושות ...
חסד און אהבת ישראל,... זיין גיין נאך געלט.. העלפען כל צרוע וכל זב נאר ווייל די ביסט א איד... געבען צו עסען יעדע טאג און דילדען יעדען משיגענעם ממש מדת פון הלל הזקן...
די מעשה פון ישיבה ווי ער האט אויס געניוגט א פאר אייטערטער איד מיט זיין מויל... מדריגת און אהבת ישראל ממש!
זיין אמונה איז געווען חד בדרא...
רבי משה בער האט געכאפט פעטש פיזיש פון מענטשען וואס האבען נישט פארשטאנען זיין דרך און ער האט זיי מוחל געווען במחילה גמירה ווי א איד וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין יצר הרע לבו חלל בקרבו! ממש!
נערישע מענטשעןהאבען געשפיגען און גפראסקטע פיזיש אויף די גאס ווי ער איז געגאנגען מיט טייל מאל מיז זוב דם! רבי משה בער האט זיי מוחל געווען און זיי ליעב געהאט, און געהאט פאר זיי מסירת נפש ממש!
וועט איר פרעגען אזא איד אזא צדיק אזא קדוש אזא מסירת נפש זענט איר א מיטגליד פון זיין קהלה ? די תירוץ איז ניין און נאכאמאל ניין! פארוואס? אמת רבי משה בער האט געהאט אלע די מעלות און עס איז נאר א מקצת שבחיו!
וואס באדערט מיך איז עטליכע זאכען וואס פארטרייהט מיך פון אים, איין זאך איז זיין זיכערקייט אז ער האט נישט קיינמאל קיין טעות ער איז הונדרעט פראצענט און אלעם און זיין אייגענע
דעה! דאס איז נישט פאר מיר! והשנית, איך קען נישט בלייבען איינער אליינס פאר כמה טעמים, זיין א פורש מציבור צאלט מען א טייערע פרייז ווי למשל מען קומט אן קיין גוואטמאלע וכדומה, דאס איז נישט קיין וועיג! די רעסעפי פון רבי משה בער שיקט מענטשען ביז א אהין,
די חזון איש האט געזאגט פאר סאטמאר רב אז די ישיבות זענען היינט די מדבריות עס ווייסט אויס סאטמאר רב האט אנגענימען די מיינוג פון חזון איש , והרא ראי' ער האט פארשטאנען ממוז האבען א קהלה ממוז זיין צווישען מענטשען און לעבען נארמאל מקען נישט זיין און מדבר ממש!
מקען זיך קריגען און הלכות דעות ממוז נישט זיין צוקריגט מיט די מענטשהייט! די בענדעל האט רבי משה בער נישט געהאט,
איך וויל זאגען אפילו זיין פארען קיין איראן פארשטיי איך, און אפי צו די לייקענען די האלקאוסט קען איך זאגען פשט אז ער האט געמיינט ערליך און כוונתו הי' טובה ארויסגעקימען איז א חורבן פאר די וועלט און אידישע וועלט בכלל און קנאישי וועלט בפרט און די קאנסקווענצען איז פאר זיין אייגענע רייען, והדברים ידוע
סך הכל מ'מוז זיין צווישען מענטשען און ווען יעדער זאגט שיכור שריי נישט ניכטער מ'פארשטייט דיך נישט און די ליידסט! ועוד חזון....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טובי' געלד: דן זאגסט גוטע זאכן. ארויסברענגענדיג די מעלות פון ר' משה בער בעק און זיין יראת שמים און מידות טובות בין אדם לחבירו. אבער די אונטערשטע שורה איז אז זיינע מעשים האבן נישט געטויגט. אזוי ווי הרב אמנון יצחק שליט"א האט עס ארויסגעברענגט אין א ויכוח מיט א מעמבער פון די נטורי קרתא. יענער האט געטענה'ט אז זיי טוען זייערע אקטיוויטעטן אלס התנגדות צו די ציונים. האט איהם הרב אמנון געזאגט..."גם אנחנו נגד הציונים"...! ס'איז אבער א חילוק אין די מעשים. ער האט איהם געזאגט אז זייער ממשיך זיין אין שטיין אין סאלידאריטעט מיט די רוצחים פון זיינע ברידערס, וועט (ח"ו) ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן. כלשונו..."בסוף הם יפגעו גם בכם"...! דאס אלעס האט הרב משה בער בעק נישט געקענט פארשטיין מיט זיין גאנצע גדלות בתורה ויראת שמים. מ'שטייט נישט אין סאלידאריטעט מיט די רוצחים פון אידן.

ווי ברענגט די גמ' ..."מפני מה נתחייבו שונאיהן של ישראל כליה"? ווייל זיי האבן געחנפ'עט אגריפס. און זיי האבן איהם בארואיגט או געזאגט..."אחינו אתה"...כש"כ פאר רצחים וועלכע סטראשען אפן אידן מיט רציחה . און זיי פיהרן עס אדורך, רח"ל...!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:אנטוישטער יונגערמאן:ייש"כ. דו האסט עס גוט ארויס. עטליכע נקודות. ערשטנס. דאס אז זיינע קינדער און אייניקלעך זענען נישט קיין נארמאטיווע (אנדערש פון נארמאל) ערליכע, בעל בתי'שע אידן איז בכלל נישט קיין חידוש. ער האט דאך (סוכ"ס) נישט געפיהרט קיין נארמאלע אידישע שטוב. ווער רעדט נאך פון חינוך...!

די צווייטע ערנסטע גרייז וואס ער איז באגאנגען אין זיין לעבן איז געווען וואס ער האטציך געהאלזט און געקושט מיט א געפערליכן שונא ישראל און ארכי-מערדער. דאס האט גארנישט צו טון מיט זיין קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און ציונות...!

א מוסטער פון אן אמת'דיגן קנאי עפ"י תורה איז געווען הרה"ק מ'סאטמאר הדברי יואל, זי"ע. ס'איז נישטא אין דעם דור נאך אזא קנאי אקעגן ציונות ווי ער. אבער ער האטציך געהיטן אז ס'זאלל קיינמאל נישט אויסקומען אפי' למראית עין אז ער האט איין ליניע מיט די אראבישע רוצחים, ח"ו. אויך האט ער אנגעזאגט פאר זיינע תלמידים וחסידים קיינמאל נישט צו טון קיין ווילדע אדער טעראריסטישע שטיק. נאר א יעדער ריר איז געווען געוואויגן און געמאסטן עפ"י תורה...!
איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app

Sent from my iPad using Tapatalk
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

טובי געלד האט געשריבן:ס'שוין דורך צוויי וואכען זינט הרה"צ רבי משה בער ז"ל איז אוועק פון די וועלט....
איך מיין ס'צייט מיט כובד ראש מאכען א שטיקעל סך הכל,
פערזענדליך, איז ער געווען א אדם השלום!
שיין געווען בין אדם למקום בין אדם לחבירו, א ענוותן ושפל ברך, א ירא חטא א אוהב ישראל,
תורה.. רבי משה בער זצ"ל האט זיך מקדש ומטהר געווען בקדושת התורה, הגאון הפוסק הדור הרב וואזנער זצ"ל האט געזאגט פארן אמרי חיים זצ"ל אזוי שרייבט דער ימים מקדם הרי"ד רעזמאוויטש ע"ה משב"ק האמ"ח, אויף אים און זיין ברידער הרב הגאון הצדיק רא"צ בעק זצללה"ה פון אויסטראליע אז די צוויי האבען די בעסטע געקענט הלכות שבת פון אלע וואס ער האט פארהערט!
עבודה.. הרב משה בער ז"ל איז געווען א עובד ד' זיין דאווענען איז געווען מיט א מורד'יגע ערינסטקייט השתפכות הנפש שעה'ס ארוכות
קדושה... זיין שמירת עניים איז נישט קיין סוד, ער איז געווען קדוש בכל הקדושות ...
חסד און אהבת ישראל,... זיין גיין נאך געלט.. העלפען כל צרוע וכל זב נאר ווייל די ביסט א איד... געבען צו עסען יעדע טאג און דילדען יעדען משיגענעם ממש מדת פון הלל הזקן...
די מעשה פון ישיבה ווי ער האט אויס געניוגט א פאר אייטערטער איד מיט זיין מויל... מדריגת און אהבת ישראל ממש!
זיין אמונה איז געווען חד בדרא...
רבי משה בער האט געכאפט פעטש פיזיש פון מענטשען וואס האבען נישט פארשטאנען זיין דרך און ער האט זיי מוחל געווען במחילה גמירה ווי א איד וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין יצר הרע לבו חלל בקרבו! ממש!
נערישע מענטשעןהאבען געשפיגען און גפראסקטע פיזיש אויף די גאס ווי ער איז געגאנגען מיט טייל מאל מיז זוב דם! רבי משה בער האט זיי מוחל געווען און זיי ליעב געהאט, און געהאט פאר זיי מסירת נפש ממש!
וועט איר פרעגען אזא איד אזא צדיק אזא קדוש אזא מסירת נפש זענט איר א מיטגליד פון זיין קהלה ? די תירוץ איז ניין און נאכאמאל ניין! פארוואס? אמת רבי משה בער האט געהאט אלע די מעלות און עס איז נאר א מקצת שבחיו!
וואס באדערט מיך איז עטליכע זאכען וואס פארטרייהט מיך פון אים, איין זאך איז זיין זיכערקייט אז ער האט נישט קיינמאל קיין טעות ער איז הונדרעט פראצענט און אלעם און זיין אייגענע
דעה! דאס איז נישט פאר מיר! והשנית, איך קען נישט בלייבען איינער אליינס פאר כמה טעמים, זיין א פורש מציבור צאלט מען א טייערע פרייז ווי למשל מען קומט אן קיין גוואטמאלע וכדומה, דאס איז נישט קיין וועיג! די רעסעפי פון רבי משה בער שיקט מענטשען ביז א אהין,
די חזון איש האט געזאגט פאר סאטמאר רב אז די ישיבות זענען היינט די מדבריות עס ווייסט אויס סאטמאר רב האט אנגענימען די מיינוג פון חזון איש , והרא ראי' ער האט פארשטאנען ממוז האבען א קהלה ממוז זיין צווישען מענטשען און לעבען נארמאל מקען נישט זיין און מדבר ממש!
מקען זיך קריגען און הלכות דעות ממוז נישט זיין צוקריגט מיט די מענטשהייט! די בענדעל האט רבי משה בער נישט געהאט,
איך וויל זאגען אפילו זיין פארען קיין איראן פארשטיי איך, און אפי צו די לייקענען די האלקאוסט קען איך זאגען פשט אז ער האט געמיינט ערליך און כוונתו הי' טובה ארויסגעקימען איז א חורבן פאר די וועלט און אידישע וועלט בכלל און קנאישי וועלט בפרט און די קאנסקווענצען איז פאר זיין אייגענע רייען, והדברים ידוע
סך הכל מ'מוז זיין צווישען מענטשען און ווען יעדער זאגט שיכור שריי נישט ניכטער מ'פארשטייט דיך נישט און די ליידסט! ועוד חזון....

צו טון זאכן וואס מענטשן עקלען זיך דערפון…
עס זענען דא נאטורן וועמען עס גייט נישט אָן קיין געפילן און זיי קענען זיך גרינג דיסקאנעקטן פון סיי וועלכע עמאציעס. אין געוויסע פעלער האבן זיי אפילו הנאה דאס צו דעמאָנסטרירן און זיך אויפצוטון דערמיט.
לויט ווי איך ווייס האט ר׳ משה בער געהאט א מחנה פיצעלע פליגן וואס האבן געיאזשעט ביי אים אין קיך ארום די היימישע זויער-טייג וואס ער האט געקנעטן, און ער האט זיך בכלל נישט געעקלט אדער אפילו זיך צוטאן געמאכט דערפון.

אויף רבי ישראל סאלאנטער האט מען געזאגט:
געוואלט האט ער און געארבעט אויף זיך ליב צו האבן יעדן פרעמדן מענטש אזוי ווי די אייגענע קינדער , ארויסגעשטעלט האט זיך אבער פארקערט , ער האט ליב געהאט זיינע קינדער אזוי ווי יעדן פרעמדן מענטש. פון די געלט וואס ער פלעגט זאמלען האט ער קיין גראָשן ניט געגעבן פאר זיינע קינדער וואס זענען געווען ביטערע ארימעלייט. דאס האט אים אויסגעקוקט ווי אייגננוצן (סעלפישנעס).
ער האט ניט געוואוסט אז סאיז דא א מצווה פון זעלבסטליבע און קרובים ליבע. מבשרך אל תתעלם. אדם קרוב אצל עצמו. לריעך כמוך.
אזעלכע זאכן דערציילט מען אויפן הייליגן דברי חיים.
די טבע קען מען ניט ברעכן אויב וויל מען בלייבן אין שעיפ. כאטשיק רבי ר מיילעך ברענגט האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע און רמבם זאגט חורבן הגוף -תיקון הנשמה -דער חובת הלבבות זאגט אנדערש. תיקון המידות יא שבירת המידות ניט, (ווילנער גאון). ווען מע הארעוועט אויף זיך צו צוברעכן דעם גוף פארן אייבערשטן ווערט מען א שבר כלי , מיסשעיפד , דיסקאָנעקטעד מיט זיך אליינס און ניט אלעמאל מאכט דאס דעם מענטש א בעסערער מענטש. על פי רוב לאזט מען דאס שפעטער אפ אבער סע איז שוין צו שפעט מע קען זיך שוין ניט אויסהיילן דערפון. (טהי דעמיטש איז דאָן). ווי חיים גראדע האט געזאגט.
רבי יויזל האט אונז אוועקגענומען דעם טעם פון אן עבירה~ האט א נאווארדאקער תלמיד געזאגט. רוב נאווארדאקער תלמידים האבן זיך ניט געהאלטן.
אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר אלא אפשי וכוליה.

ווען א מענטש פארבאָט זיין אייגענעם טאכטער פון צו רעדן מיט איר אייגן קינד, דאס שטאמט אפשר אויכעט פון אהבת ישראל?

צו זיין א ׳דארמאט׳ איז ניט קיין מעלה. ניט געזונט. נעמט אוועק די דיגניטי. ניט קיין כבוד פארן צלם אלוקים.

אין סך הכל , א מענטש וואס האט כסדר געפרעדיגט מרה שחורה , פרישות פון עולם הזה און שינאת ישראל , קען ניט זיין קיין דמות מופת פאר אונזערע קינדער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אנטוישטער יונגערמאן:ייש"כ. איך בין מסכים מיט דיין אנאליז 100%. דו האסט גוט ארויס דעם הרב בעק מיט זיין תרתי דסתרי'דיגן לעבן...!

זייענדיג אן עקסטרעמיסט (אויף זיין אייגענעם דרך. אפילו ר'האט נישט געשריגן בראש כל חוצות.) האט ער פארלוירן דעם דרך הממוצע און קאממאן סענס וויאזוי אן ערליכער איד דארף זיך אויפפיהרן כדי לקדש שם שמים ויתאהב על הבריות...!

ווען דו האסט גענוצט די לשונות..."סע" און ..."מע"... האביך גלייך דערקענט אז דו האסט געליינט חיים גראדע. ווייל איך קום אויך פון דארט. און איך האב שטארק הנאה פון דעם אייגנארטיגן וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א מעשה.

ווען ער וואלט נישט געהאט די נישט איידעלע חלקים אין א טייל פון זיינע סיפורי מעשיות (נישט אלע) וואלט מען עס געקענט אריינברענגען צווישן היימישן עולם. אפילו פאר קינדער אויך...!
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

פארצייטנס האט מען נישט מורא געהאט דערפון און פרומע אידן האבן געגעבן פאר קינדער צו ליינען אזעלכע זאכן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שושן פורים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
.....און ווער שמועסט נאך ווען אכמאדינעזשאד ,ימ"ש האט פאררופן די האלאקאוסט לייקענונג קאנפערענץ. און די מעמבערס פון די נטורי קרתא זענען געגאנגען אהין. ווען זיי וואלטן זיך לכה"פ אויפגעשטעלט און געזאגט פאר די אנוועזנדע אז זיי האבן פארלוירן נאנטע קרובים דורך די נאציס, וואלט זיך אפשר געלוינט זייער נסיעה. אבער זיי האבן גארנישט געזאגט. ומדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!

ערעב בערל, סתם מכחיש זיין שמש בצהריים?

אהרן כהן פון נטורי קרתא וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי דעם קאנפערענס האט קלאר ארויסגעברענגט אז די האלאקאוסט איז זיכער געשעהן נאר האט פארדאמט מדינת ישראל פארן עס נוצן צו בארעכטיגן די אומרעכטן קעגן די פאלעסטינער (לשיטתו).

ביים וויזיט נאכדעם ביי אכמאדינעזשאדן שר"י האבן זיי ווידער אמאל קלארגעשטעלט אז די האלאקאוסט איז געשעהן אן קיין שום ספק און ווידער פארדאמט די ציונים פארן עס נוצן פאר זיך.

זע א באריכט פון דעמאלטס אויף די ישראל'ישע Ynet פון ידיעות אחרונות איבער די באזוך און די חרם אויף זיי פונעם דעמאלטסדיגן רב הראשי הרב מצגר.

שוין לאנג זיך געוואונדערט, סתם פאר די נייגעריגקייט, וויפיל פון די חברים דא אין שטיבל נעמען כאטש די מינימאלע מיה פון מאכן א פשוטע גוגל סוירטש בעפארן שיסן פאקטן, אפילו זאכן וואס יעדער ווייסט עניוועי

איך האב גערעדט מיט געוויסע פון די משה בער בעק גרופע פערזענליך. זיי לייקענען די האליקאוסט למחצה ולשליש. זיי זאגן אז סאיז נאר געוועהן בערך א מיליאן אידן וואס זענען געשטארבן.

רוב היינטיגע לייקענער. זאגן די זעלבע זאך. זיי לייקענען עס נישט אינגאנצן. נאר זיי מינימיזירן אלעס!

און דאס איז שרעקליך!!!

זיי לייגן נישט אראפ די נאציס ווי קיין חיות וואס האבן געמאכט Scientific experiments אויף הומאנס ווי מ׳טוט מיט מייז!

יעדער וואס מאכט אוועק יענעמס צרות. ווען מיליאנען מענטשען פון אסאך אנדערע פעלקער און עטנישע גרופעס (וואס קלעימען די נאציס האבן זיי געשחטן) ספעציעל ווען זיי האבן נישט געלעבט דעמאלטס זענען רשעים!!! אפילו זיי טוהן נאר מינימיזרירן און בארעכטיגן געוויסע זאכן די נאציס האבן געטוהן! רשעים! קאלטבלוטיגע מענטשען! מענשטען אן קיין געפיהלן און קיין רעספעקט פאר human dignity.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך האב גערעדט מיט געוויסע פון די משה בער בעק גרופע פערזענליך. זיי לייקענען די האליקאוסט למחצה ולשליש. זיי זאגן אז סאיז נאר געוועהן בערך א מיליאן אידן וואס זענען געשטארבן.

וואס איז דער חשבון פין דער אמונה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: דאס איז נישט דער איינציגער נארישער סטעיטמענט וואס זיי (און אנדערע) האבן געמאכט. ס'דא, נעבעך מענטשן וואס טענה'ן אז..."די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס"... האביך זיי געוואלט זאגן אז מ'געט זיי א ברירה אז זיי זאללן זיין זעקס חדשים אונטער די ציונים. און זעקס חדשים אונטער די נאציס (לאל). און נאכדעם זאללן זיי זאגן ווער ס'איז ערגער אדער בעסער...!

נעבעך, נאאיווע מענטשן. אונער די נאציס, ימ"ש וואלטן זיי נישט אויסגעהאלטן קיין זעקס סעקונדעס...! נישט אז אונטער די רשעות'דיגע (די פון זיי וועלכע זענען) ציונים לעקט מען האניג. אבער ס'איז דאך נישט קיין פארגלייך. דאס פארשטייט א יעדער לאגישער מענטש. א חוץ, פארשטייצעך דער צדיק יסוד עולם הרב משה בער וסייעתו, זצ"ל...!
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך טובי געלד »

כ'האב גהערט אז א געוויסע משפיע האט געזאגט ביי שלוש סעודות די וואך, אז די עונש פאר הרוגי מירון איז ווייל מ'האט נישט מספיד געווען כשורה הרב משה בער זצ"ל, איך בין נישט אין הימעל אבער וואס זענען שילדיג ווי שטייט אזא זאך אז עונש אויף עצילת הספידו של חכם קומט אזא א מאסען הריגה? איך בין זיכער הרב משה בער איז מוחל על עלבונו ובפרט אז די מספידים פארשטייען נישט גדלו וחכמתו, ובפרט ער האט געוואלט מזאל זיכער נישט מספיד זיין בין איך ממתיק מיט דעם דברי המשפיע
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

טובי געלד האט געשריבן:כ'האב גהערט אז א געוויסע משפיע האט געזאגט ביי שלוש סעודות די וואך, אז די עונש פאר הרוגי מירון איז ווייל מ'האט נישט מספיד געווען כשורה הרב משה בער זצ"ל, איך בין נישט אין הימעל אבער וואס זענען שילדיג ווי שטייט אזא זאך אז עונש אויף עצילת הספידו של חכם קומט אזא א מאסען הריגה? איך בין זיכער הרב משה בער איז מוחל על עלבונו ובפרט אז די מספידים פארשטייען נישט גדלו וחכמתו, ובפרט ער האט געוואלט מזאל זיכער נישט מספיד זיין בין איך ממתיק מיט דעם דברי המשפיע
נאמען פון משפיע? איז עס א סוד? ער האט דאך עס געזאגט ברבים.
אל תמנע טוב מבעליו. האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה. גאולה איז יעצט נייטיג…

Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: הרב משה בער בעק ע"ה נפטר געווארן

שליחה דורך דורש אמת »

https://youtube.com/watch?v=OtOJAiN7zlk&feature=shareד
די חכמה פון ר משה בערס חסידים…

Sent from my iPad using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די נפקא מינה איז אז ..."הרב"...ישראל דויד ווייס, פאר ער איז געווארן א בעל תשובה, ווען ער האט נאך געפרעסן חזיר אוון געגאנגען אין פאבליק סקול אין א שטאט אין קענזעס, האט אויכעט געהאלטן פון מדינת ישראל. נאר היינט ווען ר'איז געווארן א בעל תשובה איז ער אזוי שטארק אקעגן מדינת ישראל.

ער טראסט די פארשאלטענע אראבישע רוצחים אז ווען זיי וועללן (ח"ו) אריינגיין קיין ארץ ישראל וועללן זיי נישט אויסהרג'ענען די אידישע איינוואוינערס. און אפטון אנדערע מעשים אשר לא יעשו.

איך קען פאקטיש חרוב מאכן די נטורי קרתא'ס ביזנעס אין 5 מינוט. אלעס וואס איך דארף טון איז זאגן פאר זיינע פאלעסטינער און איראנישע גוטעפריינד אז די נטורי קרתא'ניקס זענען א באנטש אף פעיקערס. מ'דארף זיי פרעגן די פאלגנדע שאלה. אויב זיי גלייבן אין ביאת המשיח. אויב יא. וואס מיינסטו וועט משיח טון צו די אראבערס...? זיי געבן א קוש אין שטערן. אדער זיי אויסהרג'נען. מה נפשך וויאזוי זיי ענטפערן זענען זיי געטרעפ'ט...!

ס'קען נאך מקויים ווערן (אן א ח"ו) די ווערטער פון הרב אמנון יצחק שליט"א..."הם עוד יפגעו בכם"...! איך האב נישט קיין טראפ רחמנות אויב די פאלעסטינער אדער איראנער וועללן זיי הרג'נען . זיי זענען זיך אליינס שולדיג...!
פארשפארט