וואס איז פאעזיע?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
- האט שוין געלייקט: 79 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
וואס איז פאעזיע?
וואס דעפינירט פאעזיע? איז יעדע זאך וואס איז געשריבן מיט קונץ פאעזיע? איז גראמען ריכטיג פאעזיע, אדער א פרשה פאר זיך?
לאמיך פרובירן בעסער צו פארשטיין געבן מיין פראגע. ווי איך פארשטיי איז מגילת אסתר א מעשה, און שיר השירים איז פאעזיע. וואס איז משלי? די תורה איז אממערסטנס נישט פאעזיע, אבער משה רבינו אין האזינו, צו רעדט ער אין פאעזיע? להבדיל בלעם הרשע'ס ברכות, איז דאס פאעזיע? ווען מנחם מענדל שרייבט א מעשה איז עס א מעשה, אבער אין דער אנהויב ווען ער רעדט פון די בלויע הימלען און געלע בלעטער, איז דאס פאעזיע?
לויט ווי איך מיין אז איך פארשטיי טראכט איך אז איכה, די קינות, און פיוטים אין יוצר, דארפן זיין פאעזיע. וואס טוט זיך מיט תהילים? איך מיין אז אויך, ניין?
איך וועל עס אראפברענגען נענטער. אין דעם (הערליכן) בלאג (וואס איך האב בדרך אגב אפגעליינט אין איין טאג, אויב דער בלאגער דרייט זיך, נעם צענדליגער קלאפעס אין די פלייצע און הונדערט מאל ייש"כ), זע איך דאס וואס איז זיכער פאעזיע, דאס אויך, אבער פון אן אנדערן סארט, וואס טוט זיך מיט דעם, איז דאך אויך פאעזיע? נאנט צו פאעזיע? אן ארטיקל מיט פאעזישע שטריכן?
לאמיך פרובירן בעסער צו פארשטיין געבן מיין פראגע. ווי איך פארשטיי איז מגילת אסתר א מעשה, און שיר השירים איז פאעזיע. וואס איז משלי? די תורה איז אממערסטנס נישט פאעזיע, אבער משה רבינו אין האזינו, צו רעדט ער אין פאעזיע? להבדיל בלעם הרשע'ס ברכות, איז דאס פאעזיע? ווען מנחם מענדל שרייבט א מעשה איז עס א מעשה, אבער אין דער אנהויב ווען ער רעדט פון די בלויע הימלען און געלע בלעטער, איז דאס פאעזיע?
לויט ווי איך מיין אז איך פארשטיי טראכט איך אז איכה, די קינות, און פיוטים אין יוצר, דארפן זיין פאעזיע. וואס טוט זיך מיט תהילים? איך מיין אז אויך, ניין?
איך וועל עס אראפברענגען נענטער. אין דעם (הערליכן) בלאג (וואס איך האב בדרך אגב אפגעליינט אין איין טאג, אויב דער בלאגער דרייט זיך, נעם צענדליגער קלאפעס אין די פלייצע און הונדערט מאל ייש"כ), זע איך דאס וואס איז זיכער פאעזיע, דאס אויך, אבער פון אן אנדערן סארט, וואס טוט זיך מיט דעם, איז דאך אויך פאעזיע? נאנט צו פאעזיע? אן ארטיקל מיט פאעזישע שטריכן?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
- האט שוין געלייקט: 79 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
איך בין נאכנישט קלאר. לויט דיין הסבר פארשטיי איך אז פאעזיע איז דאס וואס איז געשריבן סתום, עס ברויך א ביאור, עס ליגט דערין א טיפערער פשט ווי די פשוטע אפטייטש פון די ווערטער. פארוואס דאן איז דער "דרייצן אזייגער" ארטיקל א חלק פון פאעזיע בכלל, ס'איז געשריבן מיט קונץ, אבער ס'איז בכלל נישט סתום.
בדרך אגב, האט "פּאעטרי" עפעס א פארבינדונג מיט "פּיוט" און "פּייטן"?
בדרך אגב, האט "פּאעטרי" עפעס א פארבינדונג מיט "פּיוט" און "פּייטן"?
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
נח געציל האט געשריבן:וואס דעפינירט פאעזיע? איז יעדע זאך וואס איז געשריבן מיט קונץ פאעזיע? איז גראמען ריכטיג פאעזיע, אדער א פרשה פאר זיך?
לאמיך פרובירן בעסער צו פארשטיין געבן מיין פראגע. ווי איך פארשטיי איז מגילת אסתר א מעשה, און שיר השירים איז פאעזיע. וואס איז משלי? די תורה איז אממערסטנס נישט פאעזיע, אבער משה רבינו אין האזינו, צו רעדט ער אין פאעזיע? להבדיל בלעם הרשע'ס ברכות, איז דאס פאעזיע? ווען מנחם מענדל שרייבט א מעשה איז עס א מעשה, אבער אין דער אנהויב ווען ער רעדט פון די בלויע הימלען און געלע בלעטער, איז דאס פאעזיע?
לויט ווי איך מיין אז איך פארשטיי טראכט איך אז איכה, די קינות, און פיוטים אין יוצר, דארפן זיין פאעזיע. וואס טוט זיך מיט תהילים? איך מיין אז אויך, ניין?
איך וועל עס אראפברענגען נענטער. אין דעם (הערליכן) בלאג (וואס איך האב בדרך אגב אפגעליינט אין איין טאג, אויב דער בלאגער דרייט זיך, נעם צענדליגער קלאפעס אין די פלייצע און הונדערט מאל ייש"כ), זע איך דאס וואס איז זיכער פאעזיע, דאס אויך, אבער פון אן אנדערן סארט, וואס טוט זיך מיט דעם, איז דאך אויך פאעזיע? נאנט צו פאעזיע? אן ארטיקל מיט פאעזישע שטריכן?
איך בין א קנאפער ידען דא אבער איך מיין משלי איז נישט ממש פאעזיע זי איז פראווערבס אדער גלייך ווערטלעך קורץ אין שארף . שירת האזינו, ברכת יעקב, שירת הים מיט שירת דבורה זענען ריין פאעזיע. (אגב די עלצטע געשריבענע פרשיות אין תנ"ך לויט די יודעי דבר). תהלים מיין איך איז אויך פאעזיע מער ווייניקער.
און ישר כוח פאר די וועלטעלעך לינקס איך בין אויסער זיך פון התפעלות געבענטשט זאל זיין דער "סיסטעם" וואס האט ארויסגעגעבן אזא שרייבער איך בין שטאלץ צו זיין א חלק פון איר.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
נח געציל האט געשריבן:איך בין נאכנישט קלאר. לויט דיין הסבר פארשטיי איך אז פאעזיע איז דאס וואס איז געשריבן סתום, עס ברויך א ביאור, עס ליגט דערין א טיפערער פשט ווי די פשוטע אפטייטש פון די ווערטער. פארוואס דאן איז דער "דרייצן אזייגער" ארטיקל א חלק פון פאעזיע בכלל, ס'איז געשריבן מיט קונץ, אבער ס'איז בכלל נישט סתום.
ידידינו יאנקל האט כדרכו בקלארקייט שיין מסביר געווען וואס פאעזיע איז. ווי מיט רוב אנדערע זאכן, איז פאראן א גרויסער גרויער שטח, וואו א שטיקל געשרייבאכטס האקט אריין אין די גרעניצן פון מער ווי איין סטיל. איינמאל א קאמפאזיציע איז נישט געשריבן פינקטליך און שטרענג לויט די כללים פון איין באשטימטער סטיל, איז שווער צו באשטימען פינקטליך וואו אין ספעקטרום פון שרייבווערק עס פאלט אריין.
דאס לעצטע שטיקל פון "וועלטעלעך" בלאג איז לכאורה אזא מין כלאים שטיקל. ס'איז זיכער נישט ריין פאעזיע, אבער געוויסע אספעקטן -- דער טיטל "דרייצן אזייגער", דער אויספיר -- טראגן עפעס א פאעטישן נאכ'טעם.
שיר השירים איז פאעטיש, אפילו לויט'ן פשוט-פשט טייטש פון די ווערטער. די געפילן און בילדער זענען געשילדערט מיט משל ומליצה. ס'איז דווקא א קלאסיש שטיקל פאעזיע.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי געשריבן דא האט דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג געהאלטן אז אין ארט זענען פעינטינגס וכדומה מקושר צו ״מקום״ און מוזיק צו ״זמן״. ער שרייבט אבער נאך ווייטער דארט (פ״ג) אז פאעזיע (אליין) איז נישט עכט קיין איינע פון די צוויי, און עס איז מער ווי ביידע פון זיי. ער זאגט אז מוזיק איז ״בלינד״ און פעינטינגס וכו׳ זענען ״שטום״. אבער וויבאלד פאעזיע האט צו זיך אזא סארט ״אימעדזשיסטיק טראכטן״ האט עס ביידע און דאס איז עכט ״לעבעדיג״. ער זאגט ווייטער אז יעדעס מענטש וואס איז ״מענטש״ מוז האבן א סענס פאר פאעזיע. עכ״כ אז כדי צו זיין א מענטש האט ער/זי געמוזט האבן פרובירט צו פארפאסן א פאעזיע אמאל.
(לכאורה קען מען זאגן אז וואס ער מיינט בעיקר אז מ׳פארשטייט און מ׳האט עפרישיעישאן דערפאר - נישט דוקא אז מ׳״טויג״ דערצו.)
(לכאורה קען מען זאגן אז וואס ער מיינט בעיקר אז מ׳פארשטייט און מ׳האט עפרישיעישאן דערפאר - נישט דוקא אז מ׳״טויג״ דערצו.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וואס איז פאעזיע?
ס׳איז מערקווידיג צוצוצייכענען דאס וואס דער כוזרי (מאמר ה טז), וואס איז אליינס געווען א פייטן, שרייבט בנוגע פאעזיע/שיר:
כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה מֵאֲשֶׁר לוֹמְדִים מִקְצְבֵי הַשִּׁיר וּמְדַקְדְּקִים בְּמִשְׁקָלָם וְנִשְׁמַע לָהֶם הֶמְיָה וּדְבָרִים מַבְהִילִים בְּחָכְמָה נְקַלָּה לַמֻּטְבָּע שֶׁהוּא טוֹעֵם מִשְׁקַל הַשִּׁיר וְלֹא יַעֲבֹר עָלָיו דּבָר בְּשׁוּם פָּנִים
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וואס איז פאעזיע?
מיט דעם קען מען אפשר זאגן א פשט/רמז אין די גמרא (ר״ה כא:) בקש קהלת להיות כמשה יצתה בת קול וכו׳ ע״ש. ווייל ביי משרע״ה שטייט (במדבר יב ח) פֶּ֣ה אֶל־פֶּ֞ה אֲדַבֶּר־בּ֗וֹ וּמַרְאֶה֙ וְלֹ֣א בְחִידֹ֔ת. זעה׳מיר אז משרע״ה האט געהאט די מעלה אז ער האט געהאט סיי ענין שמיעה און סיי ענין ראייה ביי זיין נבואה. יעצט, אין אלגעמיין קומט מדריגת הנבואה מכח המדמה בנפש האדם (חוץ טאקע מנבואתו של משרע״ה). פון דעם קומט דאך אויך, ווי נישט, פאעזיע (וקריעטיוויטי, עכ״פ לעומת השכלי). שלמה המלך ע״ה האט טאקע מחבר געווען שיר השירים וואס דאס איז א פאעזיע וואס איז כולל ״שיר״ דהיינו מוזיק, און עס פארגלייכט די סאבדזשעקט דערין [די אשה האהובה] צו מקומות. וממילא פארמאגט דאס מוזיק/זמן און אין דעם איז דא אלעגאריעס/משלים אל מקום/פעינטינגס. און דאס אלעס איז צאמגעשטעלט אין א פאעזיע וואס איז העכער פון זיי צוויי וכדברי ראזענצווייג.מי אני האט געשריבן:ווי געשריבן דא האט דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג געהאלטן אז אין ארט זענען פעינטינגס וכדומה מקושר צו ״מקום״ און מוזיק צו ״זמן״. ער שרייבט אבער נאך ווייטער דארט (פ״ג) אז פאעזיע (אליין) איז נישט עכט קיין איינע פון די צוויי, און עס איז מער ווי ביידע פון זיי. ער זאגט אז מוזיק איז ״בלינד״ און פעינטינגס וכו׳ זענען ״שטום״. אבער וויבאלד פאעזיע האט צו זיך אזא סארט ״אימעדזשיסטיק טראכטן״ האט עס ביידע און דאס איז עכט ״לעבעדיג״.
די מדריגה פון צאמלייגן מוזיק/זמן און פעינטינג/מקום צוזאמען טרעפן מיר ביי מדריגת נבואת משרע״ה. דאס האט שלמה המלך ע״ה אויך געוואלט האבן, וברמיזה אז ער האט דאס אויך צאמגעשטעלט דורך זיין כח המדמה אשר משם בעצם הנבואה. (די תירוץ קען מען זאגן איז טאקע געווען אז נבואת משרע״ה איז טאקע געווען העכער ווי (נאר) די כח המדמה.)
און דאס קען מען זאגן האט שלמה המלך ע״ה מרמז געווען (קהלת ט ח-ט) בְּכָל־עֵ֕ת [דהיינו ״זמן״ וואס איז קעגן מוזיק אין אַרט] יִהְי֥וּ וגו׳ רְאֵ֨ה [וואס איז קעגן פּעינטינגס וואס פעהלט פון מוזיק] חַיִּ֜ים עִם־אִשָּׁ֣ה אֲשֶׁר־אָהַ֗בְתָּ. והיינו, אז ער האט פרובירט צוצוקומען צום השוואה בשירו פון סיי מוזיק און ביי מקום/ארט וואס דאס איז דורך פאעזיע וככל הנ״ל, וואס דעמאלטס ווערט מען גערעכענט ווי ״לעבעדיג״. און דאס איז ער מרמז מיט רְאֵ֨ה חַיִּ֜ים עִם־אִשָּׁ֣ה אֲשֶׁר־אָהַ֗בְתָּ, והיינו אז ער האט דאס פרובירט ביי זיין פאעזיע פון שיר השירים וואס איז במשל אהבה לאשה וואס דאדורך די פאעזיע ווערט מען גערעכענט ווי ״חיים״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וואס איז פאעזיע?
כוזרי (מאמר ה אות טז):
כַּאֲשֶׁר נִרְאֶה מֵאֲשֶׁר לוֹמְדִים מִקְצְבֵי הַשִּׁיר וּמְדַקְדְּקִים בְּמִשְׁקָלָם, וְנִשְׁמַע לָהֶם הֶמְיָה וּדְבָרִים מַבְהִילִים בְּחָכְמָה נְקַלָּה לַמֻּטְבָּע שֶׁהוּא טוֹעֵם מִשְׁקַל הַשִּׁיר וְלֹא יַעֲבֹר עָלָיו דּבָר בְּשׁוּם פָּנִים. וְתַכְלִית הָאֲנָשִׁים הָהֵם שֶׁיִהְיוּ כְמוֹ זֶה אֲשֶׁר נִרְאָה סָכָל בַּמִּקְצָב, מִפְּנֵי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְלַמְּדוֹ לָהֶם, וְהֵם יְכוֹלִים לְלַמְּדוֹ. אֱמֶת כִּי הַמֻּטְבָּע הָזֶּה יוּכַל לְלַמֵּד מֻטְבָּע כָּמוֹהוּ בְרֶמֶז מְעָט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
וואס איז פאעזיע?
*
אפלטון האט זיך געהאט אויסגעדרוקט אין זיין רעפּאבּליק אז ״עס איז דא אן אלטע מחלוקת צווישן פילאזאפיע און פאעזיע״. ער איז מסביר איינע פון די סיבות דערפון איז אז דאס איז ווייל פאעזיע גייט צום פשוט׳סטן חלק פונעם סייקי, די עמאשענס, וואס דאס זעהט מען פון דעם אז עס אפעלירט אפילו צום פשוט׳ן המון עם. און דאס גייט פועל זיין אינעם זעלבן וועג צום אויבערשטן קלוגן שטייסל פונעם ציבור, וממילא שטערט דאס דעם ראציאנאלישן [פילאזאפישן] חלק וואס דארף זיך גובר זיין כנגדו. אין אנדערע ווערטער, די (תענוג פון די) אעסטעטישע חלק דערפון גייט/קען שטערן די עטישע חלק פונעם שכל. דאס קען זיין א טענה קעגן אַרט בכלל. ווי אויך טענה׳ט ער אז פאעזיע ״מאכט נאר נאך״ די אמת, משא״כ פילאזאפיע וואס זוכט דאס ממש.
איראניש איז אז זיינע ווערק אליין קענען גערעכענט ווערן ווי א שטיקל שילוב פון פילאזאפיע דורך פאעזיע. דר. פּיטער עדעמסאן זאגט אז איינע פון די טעמים דערפון קען זיין כדי צו ״שלאגן פייער מיט פייער״, און דאס איז וואס דער עולם ׳עט ליינען.
***
במשנתו של אריסטו.
***
viewtopic.php?p=454979#p454979
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:יעצט, אין אלגעמיין קומט מדריגת הנבואה מכח המדמה בנפש האדם (חוץ טאקע מנבואתו של משרע״ה). פון דעם קומט דאך אויך, ווי נישט, פאעזיע (וקריעטיוויטי, עכ״פ לעומת השכלי). שלמה המלך ע״ה האט טאקע מחבר געווען שיר השירים וואס דאס איז א פאעזיע וואס איז כולל ״שיר״ דהיינו מוזיק, און עס פארגלייכט די סאבדזשעקט דערין [די אשה האהובה] צו מקומות. וממילא פארמאגט דאס מוזיק/זמן און אין דעם איז דא אלעגאריעס/משלים אל מקום/פעינטינגס. און דאס אלעס איז צאמגעשטעלט אין א פאעזיע וואס איז העכער פון זיי צוויי וכדברי ראזענצווייג.
אל-פאראבּי האט געזאגט אז באשאפן מוזיק קומט אויך פונעם כח המדמה און טאמער פארשטייט מען די אונטערליגענדע חכמה אונטער דעם [די טעאריע] דעמאלטס איז דאס א שילוב מיט׳ן כח המשכלת. אויף זיין מהלך בענין הנבואה איז געבויט דאס אז נבואה קומט אויך מזה. דעריבער קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם איז די רמז ביי נבואה (מלכים ב ג טו) והיה כנגן המנגן ותהי עליו יד ה׳ (ועיין בפסחים סו:). והיינו, אז סיי ביי נבואה און סיי ביי נגינה טרעפן מיר דאס אז שורשם בכח המדמה.
אל-קינדי האט טאקע געזאגט אז די מעלה פון נגינה איז ווען מען פּאָרט עס צאם מיט פאעזיע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:ווי געשריבן דא האט דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג געהאלטן אז אין ארט זענען פעינטינגס וכדומה מקושר צו ״מקום״ און מוזיק צו ״זמן״. ער שרייבט אבער נאך ווייטער דארט (פ״ג) אז פאעזיע (אליין) איז נישט עכט קיין איינע פון די צוויי, און עס איז מער ווי ביידע פון זיי. ער זאגט אז מוזיק איז ״בלינד״ און פעינטינגס וכו׳ זענען ״שטום״. אבער וויבאלד פאעזיע האט צו זיך אזא סארט ״אימעדזשיסטיק טראכטן״ האט עס ביידע און דאס איז עכט ״לעבעדיג״. ער זאגט ווייטער אז יעדעס מענטש וואס איז ״מענטש״ מוז האבן א סענס פאר פאעזיע. עכ״כ אז כדי צו זיין א מענטש האט ער/זי געמוזט האבן פרובירט צו פארפאסן א פאעזיע אמאל.
(לכאורה קען מען זאגן אז וואס ער מיינט בעיקר אז מ׳פארשטייט און מ׳האט עפרישיעישאן דערפאר - נישט דוקא אז מ׳״טויג״ דערצו.)
ענליך במשנתו של העגעל, ועיין כאן.
***
דער פייטן עדווארד עסטלין קאָמינגס האט געהאט געשריבן אז דער פייטן ווען ער שרייבט זיין פאעזיע ״פיהלט״; נישט ״טראכט״, נישט ״גלויבט״, און נישט ״ווייסט״. ער האט געזאגט אז נאר ווען א מענטש ״פיהלט״ דעמאלטס איז ער ״זיך״, משא״כ ווען ער ״טראכט״, ״גלויבט״, אדער ״פיהלט״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
***
כִּי יֵשׁ לַשִּׁיר שִׁבְעָה תְנָאִים וּבָהֶם יֶעֱרַב וְיִנְעַם / וְיִהְיוּ דְרָכָיו דַּרְכֵי נֹעַם / וְכָל מִי שֶׁלֹּא יִשְׁמֹר הַתְּנָאִים הָאֵלוּ יְהִי שִׁירוֹ לְמִרְמָס / וְיִדְמֶה לְשִׁכְבַת הַטַל וְחַם הַשֶׁמֶשׁ וְנָמַס.
הַתְּנַאי הָרִאשׁוֹן: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר לְבָרֵר מִכָּל סִיג דִּבְרֵי שִׁירוֹתָיו / וּלְהָסִיר כָּל מִלָּה זָרָה מִמִּלּוֹתָיו / פֶּן יִדְמֶה לִמְשׁוֹרְרֵי יָוָן אֲשֶׁר יְמַלְאוּ בַּשִּׁירִים מִלָּה זָרָה / עִם מִלָּה יְקָרָה / וְיַחְבִּירוּ צִצִּים / עִם קוֹצִים / וּפְנִינִים / עִם אֲבָנִים / וְדָרִים / עִם דַּרְדָּרִים / וְעַל כֵּן כָּל שִׁירוֹתָם מְשֻׁנּות / וְהַשָּׂפָה רָפָה וְהַלְּשׁוֹנוֹת שׁוֹנוֹת.
הַתְּנַאי הַשֵׁנִי: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר לִשְׁמֹר עַל מִשְׁקַל הַשִּׁיר וּתְנוּעוֹתָיו / וְאַל יוֹסִיף וְאַל יִגְרַע עַל מִשְׁקַל אִמְרוֹתָיו / פֶּן יִהְיֶה כִּמְשׁוֹרֲרֵי דוֹרֵנוּ אֲשֶׁר מִשְׁקְלֵי שִׁירָם שְׁבוּרִים / פַּעַם חֲסֵרִים / וּפַעַם יְתֵרִים / וְלֹא יָשִׂימוּ לֵב לַמִשְׁקָל / וְלֹא יֵדְעוּ אִם יִכְבַּד אוֹ יֵקַל.
הַתְּנַאי הַשְּׁלִישִׁי: רָאוּי לַמְשׁוֹרֵר לִהְיוֹת עִנְיְנֵי שִׁירוֹ חֲזָקִים / בְּמַעֲבֵה-הַמְלִיצוֹת יְצוּקִים / פֶּן יִדְמֶה לִמְשׁוֹרְרֵי שִׁנְעָר אֲשֶׁר עִנְיְנֵיהֶם צְנוּמִים דַּקִּים / וּמִמְּלִיצָה טוֹבָה רֵיקִים / וְאֵין בָּם אִישׁ יִדְלֶה מִשִּׂכְלוֹ מַיִם עֲמֻקִּים / כִּי הַחֶבֶל נִכְרָת וְהַדְּלִי נִקְרָע וְהַמַּיִם נִשְׁפָּכִים וְהַכֵּלִים רֵיקִים.
הַתְּנַאי הָרְבִיעִי: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר לִהְיוֹת שִׁירָיו קַלִים לְהָבִין / וְכֻלָם נְכֹחִים לַמֵּבִין / פֶּן יִדְמֶה לִמְשׁוֹרֲרֵי צָרְפַת אֲשֶׁר כָּל שִׁירֵיהֶם מְלֵאִים שִׁבּוּשׁ / וּצְרִיכִים לְפֵרוּשׁ.
הַתְּנַאי הַחֲמִשִׁי: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר לִשְׁמוֹר שִׁירוֹ מִטָּעוּת הַדִּקְדּוּק / פֶּן יִדְמֶה לִמְשׁוֹרְרֵי דַמֶּשֶׂק / וְכָל שֶׁכֵּן בֶּן-בָּרוּךְ הָרוֹפֵא אֲשֶׁר כָּל שִׁירוֹ כְּחֶרֶשׂ נִשְׁבָּר / וּכְתֶבֶן בְּלִי בַּר / וְכָל מִלָּיו זָרִים / וּמֵימָיו מָרִים / וְעִנְיָנָיו מִשֶּׁלֶג קָרִים / וגִבּוֹרָיו חֲלוּשִׁים / וַאֲנָשָׁיו נָשִׁים / וּקָדָֹשָׁיו קְדֵשִׁים / וּדְבָרָיו מְלֵאִים טָעֻיוֹת / בַּמִּלּוֹת וּבָאוֹתִיוֹת / וְיִבְטַח בַּסְּכָלִים הַמְשַׁבְּחִים שִׁירָיו / וְהַמְּרַפְּאִים עַל נְקַלָה צִירָיו / וְהֵם לֹא יֵדְעוּ אִם יְרַנֵן / אוֹ יְקוֹנֵן / וְאִם הוּא מְשׁוֹרֵר / אוֹ חֲמוֹר נוֹעֵר.
הַתְּנַאי הַשִׁשִׁי: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר בְּהַשְׁלִימוֹ שִׁירָתוֹ לְבַל יְמַהֵר לְהַרְאוֹתָה / עַד יְבָרֵר אוֹתָה / וְאַל יַשְּׁאִיר חֶלְאָתָה עָלֶיהָ / וְטֻמְאָתָהּ בְּשׁוּלֶיהָ / רַק יַעֲבִיר מִמֶּנָה כָּל הֲתֻּלֶיהָ / וְיָסִיר כָּל בְּדִילֶיהָ / פֶּן יִדְמֶה לַמְּשׁוֹרְרִים הַסְּכָלִים / אֲשֶׁר בְּטֶרֶם יַשְׁלִימוּ הַשִּׁירָה יְגַלּוּהָ לִפְנֵי קָהָל וְעֵדָה / וּמְזִמָתָם בְּטֶרֶם תָּחִיל יָלְדָה.
הַתְּנַאי הַשְׁבִיעִי: צָרִיךְ לַמְשׁוֹרֵר לִבְחוֹר מִשִּׁירָתוֹ קְצָתָה / וְיַשְׁלִיךְ קְצָתָהּ / וְיִבְחַר לוֹ מִן הַחֲמִשִּׁים / שְׁלוֹשִׁים / וּמִן הַשִּׁבְעִים / אַרְבָּעִים / וְאָז תִּהְיֶה שִירָתוֹ נְקִיָּה / כְּכַלָּה יְפֵה-פִיָּה / וּבַתְּנָאִים הָאֵלֶּה הִתְפָּאֲרָה הַחָכְמָה וְהַדֵּעָה / חָצְבָה עַמּוּדֶיהַ שִׁבְעָה / וּבְאֵלֶה הַמִּדּוֹת הָיְתָה מְלֶאכֶת הַשִׁיר לִבְנֵי סְפָרַד כְּבוּשָׁה / וַתְּהִי לָהֶם לְאִשָׁה / וּמִבִּלְעֲדֵיהֶם גְּרוּשָׁה / וְהָיְתָה עִמָּם מְקֻדֶּשֶׁת וּקְדוֹשָׁה / וְעִם זוּלָתָם חֲלָלָה וּקְדֵשָׁה.
ר׳ יהודה אלחריזי אין זיין תחכמוני (שער יח).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
נח געציל האט געשריבן:וואס דעפינירט פאעזיע? איז יעדע זאך וואס איז געשריבן מיט קונץ פאעזיע? איז גראמען ריכטיג פאעזיע, אדער א פרשה פאר זיך?
לאמיך פרובירן בעסער צו פארשטיין געבן מיין פראגע. ווי איך פארשטיי איז מגילת אסתר א מעשה, און שיר השירים איז פאעזיע. וואס איז משלי? די תורה איז אממערסטנס נישט פאעזיע, אבער משה רבינו אין האזינו, צו רעדט ער אין פאעזיע? להבדיל בלעם הרשע'ס ברכות, איז דאס פאעזיע? ווען מנחם מענדל שרייבט א מעשה איז עס א מעשה, אבער אין דער אנהויב ווען ער רעדט פון די בלויע הימלען און געלע בלעטער, איז דאס פאעזיע?
לויט ווי איך מיין אז איך פארשטיי טראכט איך אז איכה, די קינות, און פיוטים אין יוצר, דארפן זיין פאעזיע. וואס טוט זיך מיט תהילים? איך מיין אז אויך, ניין?
איך וועל עס אראפברענגען נענטער. אין דעם (הערליכן) בלאג (וואס איך האב בדרך אגב אפגעליינט אין איין טאג, אויב דער בלאגער דרייט זיך, נעם צענדליגער קלאפעס אין די פלייצע און הונדערט מאל ייש"כ), זע איך דאס וואס איז זיכער פאעזיע, דאס אויך, אבער פון אן אנדערן סארט, וואס טוט זיך מיט דעם, איז דאך אויך פאעזיע? נאנט צו פאעזיע? אן ארטיקל מיט פאעזישע שטריכן?
א דאנק פאר׳ן הערליכן אשקול און פאר די לינקס (איך וועל עס נאך ליינען שפעטער)
איך מיין אז פאעזיע האט אזויפיל מינים, פונקט ווי א טשאלנט קען ווערן געמאכט אין סירישן וועג ווי א טשילי, און אין די אונגארישע וועג, די פסח׳דיגע וועג וכו׳ אזוי אויך איז דא slam poetry און אנדערע סארט און ווילאנג ס׳איז געשריבן מיט א טיפקייט גלייב׳עך איז עס אין די קאטעגאריע פון פאעזיע
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער פייטן עזרא פּאַוּנד האט צוטיילט ווערטער און אספעקטן בתוך פאעזיע אין צו דריי סארטן:
1). פענאָפּאָעיא - ווערטער וואס ברענגן ארויף א ציור/בילד אינעם מח פונעם ליינער. דאס איז די גרינגסטע מתרגם צו זיין צו א צווייטע שפראך
2). מעלאָפּאָעיא - ווערטער און פראזן וואס ברענגן ארויס א מעלאדיע דורך זייער משקל/מעטער אא״וו. דאס איז שווערער מתרגם צו זיין אבער קען פארט עפּרישיעיטעד ווערן דורך איינער וואס קען נישט דוקא די שפראך
3). לאָגאָפּאָעיא - דאס זענען ווערטער און פראזן וואס ״זענען גארנישט חוץ די אינטעליגענס פון זיי אליינס״. צום ביישפיל די קאנאטעישאנס פון א ווארט/פראזע וואס קען בשו״א נישט ווערן מתורגם אָן דאס צו פארלירן. א צווייטע משל דערצו איז די פראזע פונעם פייטן בּען לערנער:
a beauty incommensurate with syntax had whupped my cracker ass
וואו מ׳זעהט דאס אין די יחס פון די ווערטער פונעם ערשטן האלב זאץ מיט דאס צווייטע
ער האט אויך דעפינירט ״ליטעראטור״ אלס ״נייעס וואס פארבלייבט אלס נייעס.״
איך ווייס אז ער איז געווען א קאנטראווערסיאנאלער אנטיסעמיט.

דר. פּיִטער עדעמסאן ברענגט צו אז אריסטו האט געהאט געשריבן אז פאעזיע איז מער ווי היסטאריע, וויבאלד היסטאריע באציהט זיך נאר צו פרטים בשעת פאעזיע באציהט זיך צו כללים. ועפי״ז האבן פייטנים אין ענגלאנד אין די צייטן פון שׁעיקספּיר, ווי פיליפּ סידני, גע׳טענה׳ט אז פאעזיע איז מער ווי פילאזאפיע אויך.