טראגעדיע?! הדלקה!!!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

טראגעדיע?! הדלקה!!!

שליחה דורך מפיל קינד »

רבותי ס'איז טאקע געווען א ביטערע טראגעדיע, אבער איין מינוט. ס'דא עפעס וויכטיגער וואס די וועלט ווייסט נאכנישט. בשעת די טראגעדיע איז פארגעקומען איז געווען א אור מופלא אין קרית יואל וואס האט אלעס איבערגעשטיגן.

בארואיגט אייך, די ספרד'ישע אידן און זאליס וואס זענען נפטר געווארן האט גארנישט מיט אונז, ס'האט פאסירט א פארפלייצונג אין טיילאנד אויך, און ס'וועט באקומען די זעלבע דעקונג.

בפרטע אז מ'טאר נישט ממעט זיין בשמחתו של הרשב"י ווי די מעשה מיט נחם בכל יום. ממילא וועלן מיר דעקן די טראגעדיע בלויז אויף וויפיל מ'מוז, אבער ס'איבריגע וועט די גיין פאר די היסטארישע הדלקה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד: אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן אין אנ'אנדער'ן אשכול אז אין קרית יואל גייט צו די גאנצע הדלקה צערעמאניע אויף א מער אויספלאנירטן אופן (ווי אין ארץ ישראל). שוין חדשים פריער זארגט מען זיך וועגן פייער סעיפטי און עוואקואציע פלענער. און מ'שטעלט גענוג סדרנים צו זעהן אז אלעס זאלל קלאפן., בעז"ה. עכ"פ די השתדלות איז דא. תחת נשיאותו של כ"ק אדמור מהר"א שליט"א...! פארשטייצעך אז ר'האט געזאגט דברי כבושין. ער וואלט ממילא געזאגט. נאר יעצט איז דאס געווען א גוטע געלעגנהייט...!

זיינע באליבטסטע טעמעס זענען ציונות און טמא'נע כלים. אויך א ביסל איבער די פירצות אין מלבושי נשים...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מפיל קינד האט געשריבן:רבותי ס'איז טאקע געווען א ביטערע טראגעדיע, אבער איין מינוט. ס'דא עפעס וויכטיגער וואס די וועלט ווייסט נאכנישט. בשעת די טראגעדיע איז פארגעקומען איז געווען א אור מופלא אין קרית יואל וואס האט אלעס איבערגעשטיגן.

בארואיגט אייך, די ספרד'ישע אידן און זאליס וואס זענען נפטר געווארן האט גארנישט מיט אונז, ס'האט פאסירט א פארפלייצונג אין טיילאנד אויך, און ס'וועט באקומען די זעלבע דעקונג.

בפרטע אז מ'טאר נישט ממעט זיין בשמחתו של הרשב"י ווי די מעשה מיט נחם בכל יום. ממילא וועלן מיר דעקן די טראגעדיע בלויז אויף וויפיל מ'מוז, אבער ס'איבריגע וועט די גיין פאר די היסטארישע הדלקה.
בושה וחרפה!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געזעהן אז די וואך האט געלייגט א ריזן בילד פון ר' מרדכי דוד אויפן דעקל אבער איך מיין אז זיי האבן אויך געמאכט א עקסטערע ביילאגע פון די טראגעדיע, איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף דעם אויסגאבע וואס קען זיין אמת, אז די מאגאזין איז נישט געבויעט אויף קארענט איווענטס במילא קען זיין אז די דעקל איז שוין געווען געדרוקט פון פארדעם, און ס'קען גאר זיין אז די בילד פון די הדלקה אין קרית יואל איז א פאריעריגע בילד.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

קוקנדיג נענטער זעה איך אז איך בין נישט גערעכט ווייל איך זעה אז זיי דעקן עס יא, סאו דיין טענה ווערט אביסל קלענער אין מיינע אויגן אויך ווייל זיי מאכן יא א גאנצע עסק פון די טראגעדיע.
להבדיל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 10:08 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך להבדיל »

תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן אז די וואך האט געלייגט א ריזן בילד פון ר' מרדכי דוד אויפן דעקל אבער איך מיין אז זיי האבן אויך געמאכט א עקסטערע ביילאגע פון די טראגעדיע, איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף דעם אויסגאבע וואס קען זיין אמת, אז די מאגאזין איז נישט געבויעט אויף קארענט איווענטס במילא קען זיין אז די דעקל איז שוין געווען געדרוקט פון פארדעם, און ס'קען גאר זיין אז די בילד פון די הדלקה אין קרית יואל איז א פאריעריגע בילד.
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

דער שריפט און א מודעה פון די רעדאקציע
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:רבותי ס'איז טאקע געווען א ביטערע טראגעדיע, אבער איין מינוט. ס'דא עפעס וויכטיגער וואס די וועלט ווייסט נאכנישט. בשעת די טראגעדיע איז פארגעקומען איז געווען א אור מופלא אין קרית יואל וואס האט אלעס איבערגעשטיגן.

בארואיגט אייך, די ספרד'ישע אידן און זאליס וואס זענען נפטר געווארן האט גארנישט מיט אונז, ס'האט פאסירט א פארפלייצונג אין טיילאנד אויך, און ס'וועט באקומען די זעלבע דעקונג.

בפרטע אז מ'טאר נישט ממעט זיין בשמחתו של הרשב"י ווי די מעשה מיט נחם בכל יום. ממילא וועלן מיר דעקן די טראגעדיע בלויז אויף וויפיל מ'מוז, אבער ס'איבריגע וועט די גיין פאר די היסטארישע הדלקה.

פאר ווער ס'ווייסט נישט, אדער מאכט זיך ווי ער ווייסט נישט: בחצרות אז א אויסגאבע ואס ווערט פארקויפט אין בית המדרש, און אויך אין גראסערי, פנימי פאר סאטמארע נייעס און ארטיקלען און נישט פאר נייעס - נישט פאר פרייליכע און נישט טרויעריגע - ס'גראדע א שיינע זאך פון זיי אז זיי האבן אוועקגעגעבן אזא גרויסע חלק פון די אויסגאבע פאר די נייעס...
אגב @מפיל קינד, די ערשטע מאל איך הייב אן צו באגרייפן ווי אויפגעשוידערט דו ביזט פון די טראגעדיע....
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

שליחה דורך moneyminded »

מפיל קינד האט געשריבן:רבותי ס'איז טאקע געווען א ביטערע טראגעדיע, אבער איין מינוט. ס'דא עפעס וויכטיגער וואס די וועלט ווייסט נאכנישט. בשעת די טראגעדיע איז פארגעקומען איז געווען א אור מופלא אין קרית יואל וואס האט אלעס איבערגעשטיגן.

בארואיגט אייך, די ספרד'ישע אידן און זאליס וואס זענען נפטר געווארן האט גארנישט מיט אונז, ס'האט פאסירט א פארפלייצונג אין טיילאנד אויך, און ס'וועט באקומען די זעלבע דעקונג.

בפרטע אז מ'טאר נישט ממעט זיין בשמחתו של הרשב"י ווי די מעשה מיט נחם בכל יום. ממילא וועלן מיר דעקן די טראגעדיע בלויז אויף וויפיל מ'מוז, אבער ס'איבריגע וועט די גיין פאר די היסטארישע הדלקה.
שרייב דיין מיינונג אבער אויך די גאנצע אמת, עס איז אוועק א גאר דערהויבענע אינגערמאן פון חסידי מהר"א פון קרית יואל און לערנט אין מהר"א כולל אויף גארפיעלד און זיי האבן טאקע א לענגערע באשרייבונג אויפן דעקל ,דער אינגערמאן אין די אנגעצייכענטע, די בילד איז פון פארגאנגענע וואך מאנטאג בילד

יעדער קען גיסן זיין פעך און שוועבעל , וועגן דעם איז דא אזא זאך ווי קאווע שטיבעל, אבער וועגן די בויך מעשות אן קיין האפט איז קאווע שטיבעל א טויטע באנקעס
#LetsMakeKaveShteibelGreatAgain
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך האב טאקע דאס געמיינט, ווי כאילו קיין אהרוינים איז נישט געווען.

איך האב אויך אינזין געהאט וואס איינער האט געשריבן אין די טאנצן אשכול אז יאזשעף איז נישט קיין חסיד מהר"א ווייל ער האט זיך פארהערט הוראה ביי א דיין אין קהילת מהר"יי. ע"ש.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

איך פיל נישט פאר פאסיג אריינצורעדן, אבער היות א ניק וואס געהערט בכלל נישט צו אונזער קהילה האט צוגעצייכנט אין אן אנדערען אשכול אז עס איז געווען א חיוב ע"פ הלכה אויף רבינו שליט"א צו מאכן די הדלקה. מאוד יכול להיות אז פיקטשער פריעדמאן זז"ג האט אויך געדארפט ע"פ הלכה געדארפט מאכן די דעקל אזוי.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

מפיל קינד האט געשריבן:רבותי ס'איז טאקע געווען א ביטערע טראגעדיע, אבער איין מינוט. ס'דא עפעס וויכטיגער וואס די וועלט ווייסט נאכנישט. בשעת די טראגעדיע איז פארגעקומען איז געווען א אור מופלא אין קרית יואל וואס האט אלעס איבערגעשטיגן.

בארואיגט אייך, די ספרד'ישע אידן און זאליס וואס זענען נפטר געווארן האט גארנישט מיט אונז, ס'האט פאסירט א פארפלייצונג אין טיילאנד אויך, און ס'וועט באקומען די זעלבע דעקונג.

בפרטע אז מ'טאר נישט ממעט זיין בשמחתו של הרשב"י ווי די מעשה מיט נחם בכל יום. ממילא וועלן מיר דעקן די טראגעדיע בלויז אויף וויפיל מ'מוז, אבער ס'איבריגע וועט די גיין פאר די היסטארישע הדלקה.

כווייס נישט וואס די אויסגאבע איז, אבער אויפן נאמען בחצרות סאטמאר קוקט אויס ווי דאס איז פאר נייעס פונ׳ם רבינס הויף,
וואס עפעס דארף מען אריינלייגן אנדערע נייעס? סדא די בלאט פאר דעם.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

הצלה!! ווי איז @מפיל קינד????
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: טראגעדיע?! הדלקה!!!

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיליאנער האט געשריבן:הצלה!! ווי איז @מפיל קינד????
מפיל קינד איז ספעסיפיק קעגן איין צד סאטמאר, דא וועט ער נישט קריטיקירן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א חסיד פון וילנא: וואס ווילסטו? דער דינער פאר תולדות רפאל, קאשוי, אנגעפיהרט דורך דעם לעצטנס פארשטארבענעם קאשוי'ער רב הרב אליעזר חיים בלום. וואס איז געווען דער היפוך פון זיין טאטן דער צדיק זצ"ל. איז וויכטיגער ווי רעפארטן די טראגעדיע פון כלל ישראל אין מירון אום ל"ג בעומר תשפ"א.

דער הרב אליעזר חיים זכותו יגון עלינו איז געווען א שלעכטער מענטש. און א ביסל א צודרייטער. איך געדענק איהם נאך פון פאר ער איז געווארן רב און רבי.איך האב דאמאלס (תשכ"ד) געלערנט אין קאשוי. ער האטציך אייביג ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים. איך בין נאך דאמאלס געווען גלייך נאך מיין בר מצוה. האביך טאקע ב"ה נישט געהאט קיין שייכות מיט איהם. זיין יונגערער ברודער, שאולי איז געווען מיין מגיד שיעור. זייער א וואוילער יונגערמאן. אויך זיין ברודער אברהם שלמה, וועלכער האט איבערגעחזר'ט די שיעורים מיט מיר איז א וואוילער,קלוגער און טיכטיגער יונגערמאן. זיי זענען אלע געווען הענדי. אויסער אליעזר חיים. וועלכער האט געהאט צוויי לינקע הענט. ואין כוחו אלא בפה...! ער איז אויך נישט געווען דער גרויסער מתמיד. מ'האט איהם כמעט קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א גמרא און לערנען. ר'האטציך אייביג ארומגעדרייט און געזוכט צו מאכן טראכל.

זיין טאטע דער צדיק און גאון הרב ר' רפאל בלום זי"ע איז אייביג געזיצן ביי א גמרא און געלערנט...! און ר'איז געווען אזא צדיק ורך לבב. ער האט געקענט א יעדן בחור ביי זיין נאמען. און באהאנדלט ווי אן אייגן קינד...!

נאר אליעזר חיים האט דאך נישט אינגאנצן פארגעסן פון מיר.

ס'איז געווען ערב שבת מברכים אלול. א באס איז געפארן פון קאשוי'ער קעמפ אין פארקסווילל קיין סקווירא. צום אלטן סקווערער רבי זי"ע. אבער א טייל בחורים זענען נישט געפארן. ווען דער באס איז ארויסגעפארן פון געיט. און איך בין געשטאנען דארט. קומט ער צו מיר. נעמט מיך ארום און מיט א פריינדליכע מינע פרעגט ער מיר פארוואס איך בין נישט געפארן. אויף די רגע האביך נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. האביך איהם געזאגט סתם. אן א טעם. זאגט ער צו מיר..."א משוגע'נער האט אויך א טעם"...! נו. אזוי רעדט א צוקונפטיגער הייליגער רעבע א קדוש וטהור...! נאכדעם האביך איהם געזאגט דעם אמת. אז פאר מיר איז גענוג גוט ווען זיין טאטע די רבי וועט בענטשן ר"ח אלול...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ער האט שוין געוויסט אז ער גייט ווערן גדול הדור? ער האט דאך נאך נישט געוויסט, וואס האסטו טענות?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:הצלה!! ווי איז @מפיל קינד????

איך בין דא. איך ווייס נישט ווער ס'איז וואכנשריפט, יעצט זע איך אז זיי זענען פאררוקטע פארשוינען. אן קיין שכל אדער געפיל.

בחצרות ווייס איך יא ווער ס'פירט עס, איך האב ביז יעצט געוואוסט אז זיי האבן יא שכל, ממילא איז עס מיר געווען א פלא. ווען א קלוגער באנארישט זיך איז עס מאדנע.

זאל איך עפענען נאך אן אשכול פאר וואכנשריפט? ביידע זענען די זעלבע פאררוקט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב האט געשריבן:ער האט שוין געוויסט אז ער גייט ווערן גדול הדור? ער האט דאך נאך נישט געוויסט, וואס האסטו טענות?

נו, אפילו ער האט נישט געוואוסט דאמאלס. אבער אזוי צו רעדן צו א בחור וואס האט דיר גארנישט געטון...! און אין קעמפ איז כמעט א יעדן טאג געווען קולות וברקים און געשרייען. ס'איז שיער געפלויגן פעטש. ער האט א יעדן טאג אויסגעטראכט עפעס א מעשה רישעות צו פייניגן די עלטערע בחורים. ער האט אויך געטון אנדערע מעשי רישעות וואס האט אפעקטעד אלע בחורים פון קעמפ. עד כדי כך אז די בחורים האבן ארגאניזירט א באס וואס זאלל אהיימפיהרן די בחורים פון קעמפ. אויב ער וועט זיך נישט בייגן.

ומעשה שהיה כך היה. די ברויט דעליווערי האט געשפעטיגט. ער האט נאר געהאט א ביסל ברויט. וואס ער האט אוועקגעלייגט פאר די משפחות וואס האבן דארט געדינגען א באנגעלוי. שטאטס ער זאלל אויסזאגן דעם אמת. אז די ברויט איז נישט געווארן דעליווערט האט ער אויסגעטראכט א מעשה אז מ'געט נישט קיין לאנטש ווייל די שטיבער/באנקס זענען שמוציג. ער האט געהייסן אלע בחורים גיין און אויפקלינען די רומס. די בחורים דארט אין קאשוי זענען נישט געווען קיין בטלנים. האבן זיי ארגאניזירט 2 באסעס פון די ..."רעד ענד טען"... באס קאמפאני. זיי זענען ארומגעגאנגען פרעגן ביי אלע בחורים אויב זיי זענען מסכים אהיימצופארן אויב מ'וועט נישט געבן קיין לאנטש. אויך מיר האבן זיי געפרעגט. איך האב געזאגט אז איך בין מסכים...! זענען זיי געגאנגען רעדן צו דעם חיה אליעזר חיים. אויך האבן זיי אריינגעלייגט א צעטל אין די גמרא פון רעבי'ן. מיט די חתימות פון אלע בחורים וואס זענען מסכים אהיימצופארן...!

ערשט שפעטער. בערך ארום 5 אזייגער נאכמיטאג איז אנגעקומען די ווען מיט די ברויט דעליווערי. דאמאלס איז שוין געווען צייט פאר סאפפער...!

אונז פון אונזער זייט וגם אני בתוכם זענען נישט צוריקגעגאנגען לערנען. נאר אונז האבן ארומגעווילדעוועט. געקראכן אויף די ביימער און געריסן ווילדע עפל וואס זענען דארט געוואקסן. אונז האבן אויך אויפגעריסן פרידזשידעירס וואס זענען געווען פול מיט קאנטעינערס פון מילעך. רעזערווירט פאר ..."די משפחות".... מ'האטציך געלאזט וואוילגיין. א יעדער בחור האט גענומען א גאנצן קאנטעינער. א ביסל געטרונקען. און די איבעריגע אויסגעפאטשקעט.

סוכ"ס האט ער (דער חיה רעה) שוין ערלויבט מ'זאלל געבן צו עסן פאר די בחורים. נאר דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט פאר לאנטש. האמיר כאטש געגעסן סאפפער מיט מער אפעטיט...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס’איז זיס ווי איר דערמאנט זיך די אלטע טראבל וואס עטס האטס געטון אין קעמפ באלד א יובל צוריק, איך שמייכל זיך אונטער.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

גיי ווייטער, געב דיך אויס, לאז נישט גארנישט אין דיר, ס'נישט גוט פאר די געזונט.

איך זעה מ'האט געדריקט די ריכטיגע קנעפל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון וילנא: וואס ווילסטו? דער דינער פאר תולדות רפאל, קאשוי, אנגעפיהרט דורך דעם לעצטנס פארשטארבענעם קאשוי'ער רב הרב אליעזר חיים בלום. וואס איז געווען דער היפוך פון זיין טאטן דער צדיק זצ"ל. איז וויכטיגער ווי רעפארטן די טראגעדיע פון כלל ישראל אין מירון אום ל"ג בעומר תשפ"א.

דער הרב אליעזר חיים זכותו יגון עלינו איז געווען א שלעכטער מענטש. און א ביסל א צודרייטער. איך געדענק איהם נאך פון פאר ער איז געווארן רב און רבי.איך האב דאמאלס (תשכ"ד) געלערנט אין קאשוי. ער האטציך אייביג ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים. איך בין נאך דאמאלס געווען גלייך נאך מיין בר מצוה. האביך טאקע ב"ה נישט געהאט קיין שייכות מיט איהם. זיין יונגערער ברודער, שאולי איז געווען מיין מגיד שיעור. זייער א וואוילער יונגערמאן. אויך זיין ברודער אברהם שלמה, וועלכער האט איבערגעחזר'ט די שיעורים מיט מיר איז א וואוילער,קלוגער און טיכטיגער יונגערמאן. זיי זענען אלע געווען הענדי. אויסער אליעזר חיים. וועלכער האט געהאט צוויי לינקע הענט. ואין כוחו אלא בפה...! ער איז אויך נישט געווען דער גרויסער מתמיד. מ'האט איהם כמעט קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א גמרא און לערנען. ר'האטציך אייביג ארומגעדרייט און געזוכט צו מאכן טראכל.

זיין טאטע דער צדיק און גאון הרב ר' רפאל בלום זי"ע איז אייביג געזיצן ביי א גמרא און געלערנט...! און ר'איז געווען אזא צדיק ורך לבב. ער האט געקענט א יעדן בחור ביי זיין נאמען. און באהאנדלט ווי אן אייגן קינד...!

נאר אליעזר חיים האט דאך נישט אינגאנצן פארגעסן פון מיר.

ס'איז געווען ערב שבת מברכים אלול. א באס איז געפארן פון קאשוי'ער קעמפ אין פארקסווילל קיין סקווירא. צום אלטן סקווערער רבי זי"ע. אבער א טייל בחורים זענען נישט געפארן. ווען דער באס איז ארויסגעפארן פון געיט. און איך בין געשטאנען דארט. קומט ער צו מיר. נעמט מיך ארום און מיט א פריינדליכע מינע פרעגט ער מיר פארוואס איך בין נישט געפארן. אויף די רגע האביך נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. האביך איהם געזאגט סתם. אן א טעם. זאגט ער צו מיר..."א משוגע'נער האט אויך א טעם"...! נו. אזוי רעדט א צוקונפטיגער הייליגער רעבע א קדוש וטהור...! נאכדעם האביך איהם געזאגט דעם אמת. אז פאר מיר איז גענוג גוט ווען זיין טאטע די רבי וועט בענטשן ר"ח אלול...!

פעך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיליאנער האט געשריבן:גיי ווייטער, געב דיך אויס, לאז נישט גארנישט אין דיר, ס'נישט גוט פאר די געזונט.

איך זעה מ'האט געדריקט די ריכטיגע קנעפל.

מיליאנער: ס'איז דא נאך א סאך צו שרייבן. בעיקר שבחים אויף די רבי, הרהגה"צ זצ"ל...! און זיינע מידות טובות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: דו האנדלסט מיט פעך פאר פינאאסעה...?!

דו ביסט אפשר זיין (אליעזר חיים'ס) א חסיד. דו האלטסט אזוי ווי די היינטיגע פראפאגאנדע גייט אז ר'איז געווען א קדוש וטהור. ער האט געכאפט מלאכים. נאר איך האב איהם געקענט פון פאר דעם. און איך האב צוגעזעהן זיינע מעשים טובים.

א יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז 100% אמת. ס'נישטא קיין שום גוזמאות דא...!
פארשפארט