גט אדער קינדער וואס איז ערגער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

גט אדער קינדער וואס איז ערגער?

שליחה דורך טובי געלד »

לעצטענס האט זיך פארמערט פראטעסטן אקעגן מענער וואס געבן נישט גיטין, און מענטשן פרעגען הצדק עם מי? וויל איך מיט א אפענע קאפ דורכטהון די נושא ואדרבה זאגט אייער צוויי סענט בדבר,

די היינטיגע וועלט ווען א מאן און פרוי טיילען זיך, איז דא צוויי עוולה'ס וואס ווערט געטון פון די צדדים. עוולה א' מצד די מאן מ'געט נישט קיין גט ווייל דאס איז על פי תורה אין די האנט פון די מאן שידו על העליונה,
און מצד האשה, ליידער די פרוי איז ידה על עליונה אויף די קינדער, האלט זי צוריק אדער רעדט איבער קינדער אקעגן דעם טאטען,
ממילא די צוויי עוולה'ס ורשעות טוט זיך ליידער יעדען טאג ביי אזעלכע פעלער,

איך וויל אנאליזירן די צוויי זייטען פון די מטבע עד שידי יד כהה מגעת, איך נעם דא נישטא קיין צד בדבר, נאר די פאקטען וואס טוט זיך, און אנאליזירן די תוצאות, די קאסטן, די פאברעכן, אז צדדים איידער זיי נעמען אזענע שריט זאלען זיי וויסען ריאליסטיש במה הדברים אמורים וזה החלי בס"ד,

איך רעד נישט דא צו די צד אליינס, היינו הבעל או האשה, ווייל זיי זענען צובראכען פון די מצב, ווייסען נישט ווי צו גיין. איך רעד צו די קרובים משפחה וואס זענען פון די נאנטע און דארפען געבען א עצה וואס זאלט איר עצה'נען פאר אייער קרוב אדער קרובה,

קודם צום מאן, לאמיר זאגען ער הייסט שמעון ער איז א שפעט אויפשטייער ער ברענגט נישט געהעריג פרנסה ער האט נישט א שיעור וכדומה, די ווייב שטייט אויף פריה ווייל 9 אזייגער לויפט זי צו די ארבעט, זי ווייסט אז איר טאטע און אזוי האט מען איר מחנך געווען פלעגט לערנין פון 5 פארטאגס מיט א חברותא חק ולא יעבור און דא לויפט זי ברענגען ברויט אין שטוב און דער שמעון הצדיק כנערעט אויף כח!

די שוויגער וואוינט אקעגן איבער ומשגיח בחלון, און זעהט יעדען חצות היום ווי ער שארט זיך ארויס מיט א פארשלאפנעם פנים און לויפט אין א ווייבער שול פון א שול און דאווענט אפ 1-2-3, און צען מינוט דערויף קומט ער שוין צוריק אויפפיקען די נארהאפטיגע פרישטאג וואס די אשה כשירה האט צוגעגרייט, און אלעס זעהט די געטרייע שוויגער וואס ט' קבין שיחה ירדה לה און איז א וועלטס מחנכת און פארשטייט פונקטליך ווי אזוי מ'דארף מעורר זיין די טאכטער וואס שוואנגערט מיטן דריטען פיצעל, און די נערווען זענען ממילא שוין היפש אנגשטרענגט, און מ'מוז האבען זאפארט טעראפי פאר אזא אביוס? ניין?

און די שוויגער ווייסט פינקט מן השמים פון א רב, ווואס האט גיט קעיר גענומען פון אזא גנאיידען ביים שכן, און דארט איז געווען א שמוציגע גט מיט די גאנצע 9 יארדס און זיי דייגענאויזט איר טאכטער צו דעם רב וואס פסק'נט איידער ער זעהט און ווייסט די מציאות, נאר די עדות נאמנה פון די הארציגע שוויגער וואס פארנעמט נישט די הלך ילך ביים טאכטער, אוי ואבוי! און די רב האט א שייכות מיט א שחצנות טעראפיסט און מאכט שוין א א אפוינטמענט פאר די טאכטער ואוס מוטשעט זיך נעבאך אזוי מיט די מאן, און פארשטייט זיך אינטער די רוקען פון די מאן, והעיר שושן צהלה ושמחה...

פרק ב', ביים טעראפיסט אין אפיס
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שיינע פאנטאזיעס.

דו מיינסט טאקע רוב גיטין קומען פון אזעלכע שטותים?

זיך גט'ן איז אזא סטיגמע, אז רוב פעלער איז טאקע נישט דא אויף וואס צו ארבייטן.

אפשר שרייב פון אן עכטער פאל וואס דו קענסט, אויב דו רעדסט דא פון די וואס האלטן צוריק קינדער אדער א גט.
.I got voices in my head.
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך טובי געלד »

פרק ב', ביים טעראפיסט,

די טעראפיסט וואס די רב האט געשיקט, וועלכער רב? וואס די שוויגער ווייסט גדולות ונצורות צו דערציילן, בשם די יענטע שכן וואס דער רב קען אלץ ארלעדיגען טוט! און מ'האט געמאכט א אפוינטמענט וואס די מאמע לעבן וועט באצאלען ווייל זי האלט נישט אויס די צער פון די טאכטער, אריינפאלענדיג מיט א מאן א אביוזער! סוף כל סוף איז זי די מאמע און זי זעהט דאך אלעס, הגם די טאטע האלט נישט אזוי, ער האלט נישט אז די שוויגער מוז הערן און זעהן אלעס, און סוכ"ס פרעגט ער וואס וועט דא זיין, ס'שוין דא 2 און האלב קינדער?

און למעשה ער איז דאך געווען ווער עס האט געקליבען די איידעם, ער האלט נישט אז ער איז אזוי שלעכט, ער איז א איידעלער אינגערמאן... יא, ער איז מער א שפעטער ביינאכט ווי א פארטאגס מענטש, נו ממילא מוז איך מיך שוין מישען? און די טאכטער האט קיינמאל זיך נישט אפגרעדט וואס פעלט עס אויס?

אבער די ווייב זאגט מיט א באסאווע שטימע וואס הייסט, ער גייט ארויס 1145 פון שטוב, זי שטייט שוין אויף אום אכטע? דאס איז אזוי נישט מענטשליך, ממש נישט אויסצוהאלטען... און מיין שוועסטער שרי האט אויכעט אהיים גענומען א טאכטער מיט 5 קינדער, זי איז אזוי העפפי! שרייט די מאן אבער יענער איז געווען א שלעגער! ער איז איידל סך הכל ער שלאפט אביסל! און אזוי קריגט מען זיך ארום, זאגט די ווייב סך הכל צאל איך איינמאל טעראפי לאמיר הערן לאמיר נישט כאפן!

נו, מ'קומט אן צום טעראפיסט, ווער איז די טעראפיסט? זי איז אליינס א גרושה א שומר תורה ומצוות, א מאדערען ארטאדאקס וואס דער הויכגעשעצטע רב האט זיך באקאנט געמאכט זייענדיג די רב פון איר גט! והזרזיר ועורב מצאה מין את מינו, ס'איז א שמור לי זי ברענגט אים פרויען רעדי טו גט און ער ברענגט רעדי טו טעראפי צו מקבל זיין א גט!

און דא הייבט זיך אן די ערשטע סעשאן בערך אזוי גייט די שמועס:

טעראפיסט פרעגט: ווי אלט ביסטו?
פרוי ענטפערט: 24
ט פרעגט: ווי לאנגט זענט איר חתונה געהאט?
פ ענפערט: 6 יאר מיט 5 חדשים
ט. ווי אזוי ביסטו צופרידן?
פ. ברוך השם מיר האבען 2 עדאארבעל קינדער א אינגעל מיט א מיידעל וואס זענען ב"ה סטאאנינג!
ט. סוי פארוואס ביסטו דא?
פ. מ.מ.מ.מ. מיין מאמע האלטטט איך דארף טעראפי, עפטער אלל איך האב צוויי קינדער איך ברענג פרנסה, און6 3 חדשים וועל איך האבען נאך איינס...
ט. דו דארפט שוין טוען דראסטישע זאכען...
פ. וואס?
ט. יא העוו טו לוק אינטו יאר מערידזש!
פ. איך בין ב"ה אקעי!
ט. ווי אזוי קומסטו דורך מיט דיין שוויגער?
פ. זי איז אלל דיפרענט פון מיין מאמע,
ט. וואס מיינט?
פ. זי איז נישט אזא ווארעמע סארט, באט זי איז פיין,
ט. אבער דיין מאן...
פ. יעס ער האט זיין מאמעס נאטור, אבער ער איז גוט צו מיר,
ט. טראכט צי דו ביסט רעדי צו לעבן פאר נאך 80 יאר מיט דיין שוויגערס נאטור? מיט 12 קינדער וואס עטליסט 6 וועלן האבן די נאטור?
פ. סוי וואס זאל איך טון?
ט. טראכט עס איבער,
פ. נאוי וועי... מיין קאזין איז א סינגעל זי האלט עס נישט אויס צו וואוינען מיט איר מאמע!
ט איך האב מיך אויך גע'גט, מ'קען אויסארבטען א אנדערע ארענדזשמעינט,
פ. נע, איך מיין אז נישט,
ט. כאפ נישט... טראכט, נעקסטע וואך וועלן מיר נאכאמאל רעדן,
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

הייבסט אן מיט מענער וואס געבן נישט קיין גט און פרויען וואס לאזן נישט זייערע קינדער גיין צום טאטן, פלוצלונג האסטו פראבלעמען מיט די שוויגער, רב, טעראפיסט...

במחילת כבודך הרמה, קומסט אריין ווי איינער וואס האט נישט קיין אהנונג וואס עס גייט פאר אויפן וועלט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יענקל, אסאך דראמאטישע מעשיות הייבט מען אן צו באשרייבן מיט א שטיקל פון סוף, און דערנאך הייבט מען אן פון בראשית...

לאז אים שרייבן, ער וויל צו עפעס צוקומען...
וירח ה' את ריח הניחוח
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

בת קול האט געשריבן:שיינע פאנטאזיעס.

דו מיינסט טאקע רוב גיטין קומען פון אזעלכע שטותים?

זיך גט'ן איז אזא סטיגמע, אז רוב פעלער איז טאקע נישט דא אויף וואס צו ארבייטן.

אפשר שרייב פון אן עכטער פאל וואס דו קענסט, אויב דו רעדסט דא פון די וואס האלטן צוריק קינדער אדער א גט.

ליידער איז דא וואס גט'ן זיך וועגן די שטיתים
(אגב דאווענען שפעט איז נישט קיין עוולה, אבער נישט ברענגן פרנסה איז א עוולה)
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

גראדע האט @טובי געלד בארירט א נקודה - וואס די גאנצע חתונה געהאטע לעבן איז אזוי אויבערפלעכליך, דהיינו דאס ווייבל ווייסט נישט וואס דאס מיינט חתונה געהאט, זי איז געווארן א כלה ווייל איר מאמע האט איר אזוי געזאגט, דאס גאנצע מערידש איז על דעת אביה ואמה, זי האט נישט קיין אייגענע דעה אין איר פריוואטע לעבן. זי האט חתונה געהאט ווייל זי מוז ברענגן בעיביס כדי די סיסטעם זאל ווייטער פארן און ברענגן נחת פאר אירע עלטערן...
און לכבוד דעם שטייט איר מאמע [שוויגער] און באוואכט דעם מערידש וויאזוי עס ארבעט זיך אויס, לויט אירע חלומות שטייצעך,
און ווען די מאמע מיינט אז עפעס טויג נישט לויט אירע פארשריפטען ווערט זי אינגאנצען מבוהל

והקאמפיין נגד ארויס מופן פון ווילי און פון די היימישע געגענטער אוועק פון די מאמעס פארטוך - יוכיח...
היינט זענען שוין פארהאן חתן כלה מדרכים וואס געבן הדרכה וויאזוי זיך אומוצוגיין מיט די עלטערן.
נישט צו זיין אנגעוויזען אויף זיי
איך קען צענדליגער מעשיות ווי ס’איז געגאנגען ראנג צוליב דעם

דער אשכול וואלט לכאורה געדארפט זיין אין "געזעלשאפט" אפטיילונג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:דער אשכול וואלט לכאורה געדארפט זיין אין "געזעלשאפט" אפטיילונג

Done
וירח ה' את ריח הניחוח
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: גט אדער קינדער וואס איז ערגער?

שליחה דורך דורש אמת »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:גראדע האט @טובי געלד בארירט א נקודה - וואס די גאנצע חתונה געהאטע לעבן איז אזוי אויבערפלעכליך, דהיינו דאס ווייבל ווייסט נישט וואס דאס מיינט חתונה געהאט, זי איז געווארן א כלה ווייל איר מאמע האט איר אזוי געזאגט, דאס גאנצע מערידש איז על דעת אביה ואמה, זי האט נישט קיין אייגענע דעה אין איר פריוואטע לעבן. זי האט חתונה געהאט ווייל זי מוז ברענגן בעיביס כדי די סיסטעם זאל ווייטער פארן און ברענגן נחת פאר אירע עלטערן...
און לכבוד דעם שטייט איר מאמע [שוויגער] און באוואכט דעם מערידש וויאזוי עס ארבעט זיך אויס, לויט אירע חלומות שטייצעך,
און ווען די מאמע מיינט אז עפעס טויג נישט לויט אירע פארשריפטען ווערט זי אינגאנצען מבוהל

והקאמפיין נגד ארויס מופן פון ווילי און פון די היימישע געגענטער אוועק פון די מאמעס פארטוך - יוכיח...
היינט זענען שוין פארהאן חתן כלה מדרכים וואס געבן הדרכה וויאזוי זיך אומוצוגיין מיט די עלטערן.
נישט צו זיין אנגעוויזען אויף זיי
איך קען צענדליגער מעשיות ווי ס’איז געגאנגען ראנג צוליב דעם

דער אשכול וואלט לכאורה געדארפט זיין אין "געזעלשאפט" אפטיילונג
http://cloud.tapatalk.com/s/6091c473333e1/Solomon%20Maimon.pdf
דער טאטע האט איר געקויפט א קאץ אין א זאק…


Sent from my iPad using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

שמעקעדיג האט געשריבן:יענקל, אסאך דראמאטישע מעשיות הייבט מען אן צו באשרייבן מיט א שטיקל פון סוף, און דערנאך הייבט מען אן פון בראשית...

לאז אים שרייבן, ער וויל צו עפעס צוקומען...

אז שמעקעדיג זאגט האב איך דרך ארץ...

ר' טובי ביטע זיי ממשיך, איך ווארט צו הערן צו וואס דו ווילסט צוקומען.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך טובי געלד »

לכבוד הרבים השואלים ברבים וביחיד מיין ציל אין די באשרייבונג!

די היינטיגע וועלט איז זייער אינטערעסאנט. פון איין זייט זוכט מען צו זיין קארערט און פּערפעקט, פון די צווייטע זייט איז מען אזוי נישט צום זאך.. איך וועל מאכען א הפסקה און שרייבן דא א נקודה למחשבה און דערנאך ממשיך זיין מיט די פרקי הכתיבה פון די סעריע גט אדער קינדער.

ווען א מאן און ווייב האבן א דיפערענץ איז ריכטיג מען זאל דורכטוען די עסק דורך א מומחה אן א נגיעה און מחליט זיין בכובד ראש קען מען דאס אנהאלטן אויף א וועג פארשטייט יעדער אז מ'מוז! ובפרט ווען ס'שוין דא קינדער, אין אונזער סאסייעטי (וואס אונז קענען נישט לעת עתה טוישן) שעמען זיך קינדער צו זיין בני ובנות גרושים!

יעצט אויב דער מאן אדער די פרוי איז מחליט אז זי אדער ער קען נישט ווייטער, דארף דער מומחה נעמען אין באטראכט אז ס'דא א קינדער פראבלעם! ס'מיינט נישט אז אויב למשל די ווייב האט מחליט געווען אז יעבור עלי מה איך קען נישט לעבן מיט אים מוז זי יעצט אויך זיין די מחליט אז די קינדער טארן נישט וויסן פון זייער טאטע ווייל אזוי וויל זי, און טאמער נישט וועט זי חלילה כאפן א הארץ אטאקע... ער האט אויכעט א הארץ! און אויב דו קענסט נישט מוזן די נאנטע איר מסביר זיין נאו פראבלעם, מאך אבער נישט קונצן מיט די קינדער, ער איז ווייטער זייער טאטע עד מאה ועשרים און מ'טאר נישט שטיצן איר החלטה אפצוהאקן קינדער פון זייער טאטע, ווייל די קינדער דארפן דאס!!

און יעצט צום טאטן: אז דו ווילסט נקמה אין דיין פרוי ווייל זי רעדט איבער די קינדער אקעגן דיר מיינט נישט אז דו האסט רעכט איר מעגן זיין עד סוף ימי'!!

דער מאן דארף זוכן א מומחה וואס וועט אויסהאמערן א פלאן, יא יעדער וועט מוזן מוותר זיין אפי' ער/זי איז טויזענט פראצענט גערעכט! עכ"ז לטובת דיינע קינדער זאלן נישט ווערען נעבעכ'ס לעולם זיי מוותר און נעם א דיעל פון 80 פראצענט וואס דו קענסט לעבן דערמיט, און געב איר א גט און פערטיג אפי' באמת דאס, און באמת דאס, און ס'קען טאקע זיין אמת ליידער איז דאס, דעט'ס איט!!!! לטובת דיינע קינדער וואס דו ווילסט באמת זייער טובה, נישט דיין נקמה!

אבער טאמער נישט חלילה וואס איז די סוף, מ'שלאגט זיך אין קאורט און בית דין און צום סוף איז עניוועי די דיעל וואס די ערשטע האט געזאגט! מיט א שוברה בצדה, צוקאליעשטע קינדער וואס זענען צובראכן און צושאסן פון די שלעכטע מידות פון זייער אייגענע טאטע מאמע ומשפחתם! און די סוף ווייל זי די מאמע האט מורא אז די מאן וועט זעהן זיינע אייגענע קינדער וועט זי האבן נעבאך א הארץ אטאקע, ווייל איר אדער זיין שלעכטע מדות וועט דאס נישט קענען איבערטראגן! צום סוף וועלן זיי אנטלויפן פון די מאמע וואס רעדט זיי איבער אקעגן די טאטע!

טיייער שוואגערס און ברודערס שוועסטערס און שוועגרינס שוויגערס און שנורן! שטייט ווייט פון איינעם וואס טוט אומרעכט אפי' איר מיינט איר ווייסט יא די אמת! סעטלט'ס אויף די רעכטע זאך וואס איז יעדע טאטע און מאמע דארף און זאל האבען שייכות צו זיינע אייגענע קינדער!

יעדע מאן און ווייב אז ס'ארבעט זיך באמת נישט אויס, נאו פראבלעם, געב איר א גט! גייט נישט אין קארט, ווייל ס'גייט אייך דארט נישט העלפן! ס'גייט אייך קאסטן געלט און בלוט נישט מער! דאס איז פאר ביידע זייטן!

און צו די רבנים ועסקנים וואס מיינען אז זיי האבן רעכטן צו פסק'נען ווען א פרוי וויינט און נישט בכלל קענען די קעיס, און צו העלפן צו טוען עוולה'ס, די גיהנום האט פלאץ פאר אייך בכבוד הראוי', דאנט ווארי!

און לעצטענס זענען דא עטליכע עסקנים וואס מאכן חרוב מענער זאגענדיג פאר זיי אז זי גייט נאך צוריקקומען, האלט דיך שטארק, זאלען זיי וויסן דאס איז רשעות ואכזריות! זיי זענען סתם מעגנים! וואס דאס גרעניצט זיך מיט טיפשות. פאלג זיי נישט, מ'טאר דאס נישט טוען אפילו די פרוי איז טויזענט פראצענט נישט גערעכט!

שטיי אויף דיינע רעכטן אבער צו די זאך וואס יעדער קען בענעפיטירן, נישט זיי א מעגן און א לוזער, זיצן אליינס צענדליגער יאר ווייל דו ווילסט נקמה אין דיין שווער שוויגער אא"וו, גיי אן מיט דיין לעבן! לאז דיך נישט פון די יצר הרע וואס זאגט פייניג איר מיט דיך אינאיינעם.

והמשך יבוא על הסדר.
טובי געלד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 25, 2021 1:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך טובי געלד »

עס איז די אשכול מיוסד צו ארומנעמען די צוויי זייטיגע מטבע ווען עס ווערט א קאנפליקט צווישען מאן און ווייב און יעדער וויל ארויסגיין מיט אלע גילדער פון די קאנפליקט, וואס מיינט ארויסגיין מיט אלע גלידער? די מאן וויל אנהאלטען א נאנטע שייכות מיט זיינע קינדער וואס גווענדליך זענען זיי אונטער די מאמעס פארטיך, ווייטער די פרויען ווילען באקימען זייער גט וואס דאס איז די איינציגסטע וועג וויל זי וויל נישט זיין משיעבוד צו דער מאן,
און באמת נישט על פי התורה רק על פי הנימוס זענען ביידע גערעכט, אויב א פרוי האלט מאיזהו סיבה שהוא אז זי קען נישט באמת מער, עס קען אפילו זיין וועגען אירע אייגענע פראבלעמען וואס זי איז אליינ'ס שילדיג, [און דער דיין וועט זאגען על פי תורה איז ער נישט מחיוב צו געבען א גט] אבער זי וויל וועגען איר מצב אין געזינט אדער אנדערע סיבות זי פאטראגט נישט מער דער מאן און זי וויל ארויס, לדעתי הקטון דארף איר מאן דאס נאכגעבען אויב ער איז אויכעט ארויס גאנץ מיט זיינע גלידער דהיינו ער האט זיינע פילסטע שייכות מיט זיינע קינדער וואס זי דעוורטערט נישט זיי פון אים לאור המצב, און ער באקימט זיינע רעספעקט און מענטשליכע הנהגה כלפי אים, זאל ער יא געבען א גט בדרך כבוד, אפילו ער איז נישט מחיוב מן התורה און אפי' זי איז שילדיג און אפי' מ'טאר נישט צוברעעכן א אידישע שטוב און אפי' למעשה איז די מזבח מוריד דמעות, לאמיר נישט פארגעסעין אמת ווען מ'געט א גט איז מזבח מוריד דמעות, אבער ווען א מאמע איז קראנק און זי וויל ארויס פון איר מאן, וואס זי האט יעצט פיינט, איז אלע נישט נאר די מזבח נאר יעדער איז מוריד דמעות ווכ"ש די מזבח ד"ל...
די חז"ל רעדט לכאורה פון א אנדערע מציאות ואכמ"ל..
אבער אבער דאס איז די פראבלעם... ווען א פרוי וויל ארויס און לאור זה מאכט זי מעשיות און זי האט א אגענדע צומאכען רצחת וירשת ארויסווארפען פון שטוב און נאך וויינען מיט קראדירלע טרערען ער איז דאס און יענץ וואס 80 פראצענט יאז שקר מוחלט און 20 פראצענט איז דמיון..
און אפי' טאמיר עס איז אמת און לאמיר זאגען די צורת הדבר, ער איז א כעסן ער שרייט אסאך אויף איר ער האט אנדערע השקפות אנדערע נטיות קען זיין ער האט אויכעט שטארקע פראבלעמן צו זיי א מאן פאר א ווייב, וואס האט דאס מיט די קינדער?????
נו א ספק סכנה ער איז מאלעסטער איז אזוי ווער זאגט דאס? דיין דמיון אדער א קראנטע זאך? זיי אים בודק און דעטס אלל, אויב ער קימט ארויס ריין און אויב די ווייסט נישט באמת א מעשה וואס דרייסטו א קאף? איך פארשטיי די ווילסט אזוי טראכטען וועגען דעם מעגסטו מאכען א מעשה?
און אפי' לחומרא יא ער איז ליידער א מאלעסטער, דייט מען צו א דאקטער און משרייבט א מעדיצין מנעמט אויף א שומר אז ווען ער זעהט זיינע קינדער זאל ער זיין באוואכט פון טוען בייז חלילה, אבער די מאמע מוזט אינקארדזשין זיי אז זייער טאטע זענען זיי מחיוב מכבד צו זיין, ווייל טאמער נישט ווייסט ווער עס וועט זיין אויף דיר ברוגז זיי אליינס וועל דיר דאס קיינמאל נישט מוחל זיין,
איז טייער אידישע טאכטער טאמץ נישט ארום עגינה נעבאך א רשע מאן בעט דיין גט בדרך נועם און זאג צו אז די ווילסט אויספירען דיין תפקיד זיי מחנך צו זיין און נישט ארויסלאזען דער טאטע פון זייער לעבען
ווייל טאמיר די וועסט אוועק כאפען זייער טאטע וועלן זיי זיין פאר לעבען א וויקטים פון א מעשה רשע פון א מאמע א רשע'נטע, זיי וועלן דיר נישט מוחל זיין זיי וועלן וויסען צום סוף די אמת און די מיט דיינע הילפערס וועלן בלייבען דיינע שונאים און די וועסט נאך האקימען א שייינע גיהנם אויף די וועלט און יענע וועלט,
ווייטער צום טאטען איך בעט דיך רוף איר צו דין תורה אפער א גט און בעט דיינע רעכטין וואס קימט דיר אבער זיי די נישט נוקם צינדט נישט אן די פייער העכער די טובה פאר דיינע קינדער איז די שטילקייט נישט ריין טימעל נישט קיין רעש יא די ברויכסט טוען וואס די ביטס מחיוב זיי נשט מוותר אויף דיינע קינדער ווייל זיי וועלען האבען טענות אויף דיר צום סוף וועט די אמת ארויסקימען זארג נישט ועוד חזון למועד...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאר א באמערקונג לגבי די מזבח מוריד עליו דמעות זענען דא מפרשים וואס זענען מסביר אז ס'מיינט דמעות של שמחה
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

א איד איז געקומען צום רב זיך צו גט'ן זאגט אים די רב דו ווייסט אז ווען מ'גט זיך איז די מזבח מוריד דמעות? זאגט ער צום רב יא איך ווייס, ביז יעצט האב איך געוויינט יעצט זאל די מזבח וויינען אביסל.....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר א באמערקונג לגבי די מזבח מוריד עליו דמעות זענען דא מפרשים וואס זענען מסביר אז ס'מיינט דמעות של שמחה

א מקור ביטע.
פון די פסוק וואס די גמרא ברענגט דערויף קוקט נישט אויס אז מען קען אזוי לערנען.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'על שפעטער גיין זוכן צי איך האב נאך די קונטרס וואו איך האב אפגעשריבן דעם חידוש און ארויפשטעלן א בילד דערפון, אז איך וועל עס נישט טרעפן וועל איך עס איבערשרייבן און ארויפשטעלן.

ענדיוועיס, פשוט פשט אין דעם מימרא איז אז די מזבח וויינט מיט מיט'ן פארפאלק ווייל בכל צרתם לו צר, אויב פאר'ן גט זענען זיי געווען מער בצער איז דאך כל שכן אז די מזבח האט מיטגעוויינט. דאס אז חסידים נעמען א מאמר חז"ל און מאכן דערפון פונקט קאפויער איז נישט קיין נייע זאך, ווען די קאפל איז געווען בצער איז די מזבח געווען העפפי, ווען זיי טרעפן א וועג ארויס פונעם פלאנטערניש נאר דעמאלטס נעמט זיך עס וויינען, וכת לצים אין מקבלין פני השכינה. תלמיד חכם שיש לו רבב על בגדו חייב מיתה ווייל ער האט נאר איין פלעק, טוב מעט בכוונה מתוך די הרבה וואס מ'זאגט שלא בכוונה, לא המדרש עיקר אלא המעשה - די דערציילונג, א.א.וו., אז מ'מעג איבערקערן פשט אין גמרא פארוואס זאל מען עס נישט מעגן טוהן צום פסוק אויך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נישט אייביג ווען איינער גיבט א גט זענען זיי געוועהן בצער פריער, טיטאניום זענען די עלטערען געוועהן בצער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט