דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס

שליחה דורך מי אני »

דר. דאַן האַרפּער מילס האט אויפגעמאכט אזא סארט לומדישע היכי תמצא אינעם דאס אפשאצן די לעגאלע סיבה פון א טויט און א סארט היכי נידיינוה דייני להאי דינא:

דאס גוף פון א מענטש, ראנעלד אָפּוּס, קומט אן צום מעדיקעל עקזעמינער מיט א קויל אין קאפ, וואס דאס איז דאס וואס האט גורם געווען זיין טויט. נאכ׳ן מעיין זיין אין דאס געשעעניש דערוויסט מען זיך אז דער ראנעלד האט זיך געווארפן פון א 10 שטאקיגע געביידע און געשריבן א צעטל ווי ער באגייט זעלבסטמארד. וואס ער האט אבער נישט געוואוסט איז אז מ׳האט געהאט אויפגעשטעלט א נעץ אונטער אים וואס זאל אים כאפן און ער זאל בלייבן ביים לעבן. אויפ׳ן וועג אראפפאלענדיג איז פון די ניינטע שטאק ארויסגעקומען א קויל און אים אריין אין קאפ. וממילא וויבאלד ער וואלט נישט למעשה געקענט אויספירן זיין זעלבסטמארד און עס איז די קויל וואס האט אים גע׳הרג׳עט איז דאס א מארד.

די קויל איז געקומען פון אן עלטערע מענטש וואס פלעגט זיך אפט שלאגן מיט זיין ווייב און פאכענען מיט א רעוואלווער בשעת מעשה. און וויבאלד ער איז אן עלטערער מענטש האט ער געדרוקט דעם דעם הענטל שיסענדיג ארויס דעם קויל. אבער הגם עס איז (עכ״פ בשוגג) נתכוון להרוג את זה והרג את זה איז עס נאך אלס א מארד.

אבער די עלטערע מענטש מיט זיין ווייב טענה׳ן ביידע אז אין א געפעכט פלעגט ער אלס פאכענען מיט׳ן רעוואלווער און עס איז קיינמאל נישט געווען געלאדענט מיט קוילן (ממילא איז עס ניטאמאל א שוגג). מ׳איז ווייטער מברר אז אפאר וואכן פריער האט די ווייב ארויסגענומען איר זוהן פון די ירושה. די זוהן, ווייסענדיג פון זיין פאטער׳ס ״מנהג״ בשעת׳ן זיך שלאגן מיט זיין ווייב, זיין מוטער, האט געלאדענט דעם רעוואלווער מיט קוילן האפענענדיג אז עס זאל שיסן און הרג׳ענען זיין מוטער. קומט יעצט אויס אז עס איז דער זוהן וואס האט גורם געווען דאס טויט פון ראנעלד אָפּוּס.

צום סוף שטעלט זיך ארויס אז דער זוהן, וואס הייסט ראנעלד אָפּוּס, איז געווארן מורא׳דיג דעפּרעסט איבער דאס אלעס און האט אפגעמאכט אז ער גייט באגיין זעלבסטמארד דורכ׳ן זיך ווארפן פון א דאך. אראפפאלענדיג האט אים געטראפן א קויל אין קאפ...

דער עקזעמינער האט אפגעמאכט אז עס איז א זעלבסטמארד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

[tag]מי אני[/tag] ביזט צוקער זיס! יישר כח.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

אויב זאגסטו אז ווען ער ווערט געשאסן אויפ'ן וועג אראפ איז עס נישט קיין זעלבסטמארד, און אזוי אויך ווען ער ווערט ווען סתם אזוי געשאסען פון די רעוואלווער וואס ער האט אנגעלאדנט, זאגסטו אז ס'איז נישט זעלבסטמארד, איז עס יעצט ווען די צוויי קומען זיך צוזאם נאכאלץ נישט קיין זעלבסטמארד, הא למה זה דומה, 0+0 = 0. צוויי אספעקטן וואס זענען נישט זעלבסטמארד ווערט נישט קיין זעלבסטמארד ווען זיי קומען זיך צוזאם.

עס איז אן עקסידענטעל הומוסייד. נישט קיין מארד און נישט קיין זעלבסטמארד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייבל שטילער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דערמאנט מיך פון די מעשה מיט די צוויי קוימען-קערער.
https://www.aleph.org/resources/the-rab ... me-chimney
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לייבל שטילער האט געשריבן:לדעתי, אויב זאגסטו אז ווען ער ווערט געשאסן אויפ'ן וועג אראפ איז עס נישט קיין זעלבסטמארד, און אזוי אויך ווען ער ווערט ווען סתם אזוי געשאסען פון די רעוואלווער וואס ער האט אנגעלאדנט, זאגסטו אז ס'איז נישט זעלבסטמארד, איז עס יעצט ווען די צוויי קומען זיך צוזאם נאכאלץ נישט קיין זעלבסטמארד, הא למה זה דומה, 0+0 = 0. צוויי אספעקטן וואס זענען נישט זעלבסטמארד ווערט נישט קיין זעלבסטמארד ווען זיי קומען זיך צוזאם.

עס איז אן עקסידענטעל הומוסייד. נישט קיין מארד און נישט קיין זעלבסטמארד.

יא יא. דאס איז די וויץ(?) פון די ״מעשה״ (ווי איך פארשטיי). דהיינו, אז צום סוף רעכענט מען עס אלס א זעלבסטמארד דורך דעם וואס ער האט זיך עס אליינס אנגעמאכט ממקום אחר ומן ידיה אשלימת ליה...

עס קען אריינגיין אין א חקירה פון בתר כוונתו בעלמא אזלינן [וואס ער האט זיך געוואלט טויטן דורך אן אייגענע עשיה] והוברר הדבר לבסוף אז עס איז נתקיימה, אדער וויבאלד דאס איז טאקע נישט די ספעציפישע וועג וואס ער האט אינזין געהאט איז נתבטלה מחשבתו (ואינו חוזר ונראה/וניעור... :D ) און אונז בלייבן מיר מיט רציחה בשוגג/באונס. ובפרט אז ווי אויך ביי דעם, הגם ער איז דער ענדגילטיגער גורם דערצו, איז עס אבער מעשה יד אחר באמצע (הגם יענער האט נישט קיין שום כוונה אויף רציחה כלל ‏(וממילא איז עס אפשר אביסל כעין די סברא אז ס׳איז שייך א שליח לדבר עבירה ווען ס׳איז נישטא דעם דברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעין. אבער מאידך גיסא קען עס אפשר זיין אביסל דומה צו השולח את הבעירה ביד חש״ו וואס ס׳איז חציו דחש״ו, הגם דא בעצם האט דאך דער אמצע יא דעת בכלל נאר פשוט נישט ביי די ספעציפישע מעשה. דאס האט אויך בכלל פאראלעלן צו די סוגיא אין ב״ק כו:)).
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דערמאנט מיך פון די מעשה מיט די צוויי קוימען-קערער.
https://www.aleph.org/resources/the-rab ... me-chimney

און דאס דערמאנט מיר אביסל פון וואס איך האב דערמאנט דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

נפל לתוך הבור
מסר גחלתו לחרש שוטה וקטן
אשו משום "חצו"
צרורות


וועלכע שטימט איר?
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

מנחם ציון האט געשריבן:נפל לתוך הבור
מסר גחלתו לחרש שוטה וקטן
אשו משום "חצו"
צרורות


וועלכע שטימט איר?

גמרא אין בבא קמא פון מנא תבירא תבר, ווען איינער ווארפט אראפ א כלי און א צווייטער צוברעכט עס מיט א האממער אויפן וועג אראפ.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

real fake news האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:נפל לתוך הבור
מסר גחלתו לחרש שוטה וקטן
אשו משום "חצו"
צרורות


וועלכע שטימט איר?

גמרא אין בבא קמא פון מנא תבירא תבר, ווען איינער ווארפט אראפ א כלי און א צווייטער צוברעכט עס מיט א האממער אויפן וועג אראפ.

איך האב דאס דערמאנט פריער
מי אני האט געשריבן:אבער מאידך גיסא קען עס אפשר זיין אביסל דומה צו השולח את הבעירה ביד חש״ו וואס ס׳איז חציו דחש״ו, הגם דא בעצם האט דאך דער אמצע יא דעת בכלל נאר פשוט נישט ביי די ספעציפישע מעשה. דאס האט אויך בכלל פאראלעלן צו די סוגיא אין ב״ק כו:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פין דיינע ווערטער איז משמע אז טאמער איינער לאדענט א ביקס און אלץ רעזולטאט ווערט איינער געהרגעט איז ער שולדיג. אבער עס איז פשוט אז ער האט אפשר א דין גרמא. און דיני גויים גלייב איך אויך נישט מען וואלט אים מחייב געוועהן מיט מיתה ממש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איה״נ. אבער מ׳קען קלערן אז אין די פאל איז עס לכאורה א פאל אין וואו אונז און דער לאדענער זענען (מער-ווייניגער/בּעיסיקעלי) ברור אז דער ביקס וועט געשאסן ווערן [מחמת דאס טאקע אז דאס איז אלס דרכו פונעם עלטערן מענטש, דאס אז ער האלט אז עס איז באמת נישט געלאדענט, זיינע עלטערע פינגערס, וכדומה]. וממילא קען עס אפשר שוין יא זיין דומה צו השולח את הבעירה ביד חש״ו וואו עס איז מער ברי היזיקא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[left]A man is condemned to be hanged on Saturday. “The hanging will take place at noon,” said the judge to the prisoner, “on one of the seven days of next week. But you will not know which day it is until you are so informed on the morning of the day of the hanging.”

The judge was known to be a man who always kept his word. The prisoner, accompanied by his lawyer, went back to his cell. As soon as the two men were alone, the lawyer broke into a grin. “Don’t you see?” he exclaimed. “The judge’s sentence cannot possibly be carried out!”

“I don’t see,” said the prisoner.

“Let me explain. They obviously can’t hang you next Saturday. Saturday is the last day of the week. On Friday afternoon, you would still be alive and you would know with absolute certainty that the hanging would be on Saturday. You would know this before you were told so on Saturday morning. That would violate the judge’s decree.”

“True,” said the prisoner.

“Saturday, then, is positively ruled out,” continued the lawyer. “This leaves Friday as the last day they can hang you. But they can’t hang you on Friday because by Thursday afternoon only two days would remain: Friday and Saturday. Since Saturday is not a possible day, the hanging would have to be on Friday. Your knowledge of that fact would violate the judge’s decree again. So Friday is out. This leaves Thursday as the last possible day. But Thursday is out because if you’re alive Wednesday afternoon, you’ll know that Thursday is to be the day.”

“I get it,” said the prisoner, who was beginning to feel much better. “In exactly the same way I can rule out Wednesday, Tuesday, and Monday. That leaves only tomorrow. But they can’t hang me tomorrow because I know it today!”


The man in the cell is convinced, by what appears to be unimpeachable logic, that he cannot be hanged without contradicting the conditions specified in his sentence. Then on Thursday morning, to his great surprise, the hangman arrives. Clearly he did not expect him. What is more surprising, the judge’s decree is now seen to be perfectly correct. The sentence can be carried out exactly as stated.[/left]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

עס דערמאנט מיר פין די ווארט. עס שטייט אין בן דוד בא אלא בהסיך הדעת. אויב אזוי וויאזוי קען זיין א חיוב צו ווארטען אויף משיח?
נאר טאקע דעס אז איך מיין אז משיח קען נישט קימען ווייל איך ווארט דאך איז די הסיך הדעת ווייל יעצט קען ער נישט קימען.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז באקאנט אלס די אומערווארטעטע הענגן פּאראדאקס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך האב מיר אביסל דערמאנט פון דעם הענגן פאראדאקס זעהענדיג דעם אגרות משה באו״ח ח״ה סימן ח. דארט שרייבט ער לגבי צפיה לביאת המשיח:
וכנבואת מלאכי (ג א) אשר פתאום יבא אל היכלו האדון אשר אתם מבקשים, אשר יש לפרש, אף כשליכא רמז, דהרי עברו כל הקיצים שאמרו אף גדולי עולם, וא״כ בכל יום שיבא הוא פתאום. שהרי לא ידוע שום טעם על עדיפות היום מהקדומים, שלכן מצד אמונתינו הטהורה יכול לבא בכל רגע ורגע.

עס איז משמע דערפון אז מקודם הקיצים האט געפעהלט פון דעם ״פתאום״. אבער בעצם טאמער וואלט ער געקומען פאר די קיצים אבער נישט אויף די טאג וואס מ׳האט גע׳חשבונ׳ט אז דעמאלטס וועט ער קומען איז דאך דאס אויך ״פתאום״. אבער מ׳האט דאך דאס טאקע אויסגעשלאסען פונעם חשבון אז דאן קען ער דאך נישט קומען. וכו׳ וכו׳.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. דניאל אָ׳קאַנאר האט טאקע געהאלטן אז דאס׳ן זאגן אז עס גייט זיין א סוּרפּרייז מאכט דאס אויס סוּרפּרייז. דער אידישער-בריטישער פילאזאף לאָרענס יונתן כהן האט דאס טאקע גערופן א ״פּראגמאטישע פּאראדאקס״ וואו דאס׳ן זאגן די זאץ פרעגט אפ דאס זאץ.

אביסל ענליך צום הענגן פּאראדאקס איז דא וואו א קלאס קומט זיך צאם יעדן טאג פון די וואך און דער מלמד זאגט פאר׳ן קלאס אויף זונטאג אז יעדן טאג ווען ער קומט אריין גייט ער ווארפן א זעקס-זייטיגע דיי(ס) און אז עס קומט אויס א 6 גייט ער גלייך געבן א בחינה. ער ווארפט דאס דעמאלטס, עס קומט אויס א 6, און ער געבט טאקע א בחינה. די לעצטע שאלה אויף די בחינה איז ״וועלכע פון די קומענדיגע טעג האט די מערסטע שאנס אז עס וועט פארקומען נאכאמאל א רענדאם בחינה ווי די?״

רוב מענטשן ענטפערן אז יעדן טאג דערויף האט די זעלבע פּראבּעבּיליטי אז דאס זאל פאסירן, אבער די ריכטיגע ענטפער איז ״דעם נעקסטן טאג, מאנטאג.״ דאס איז וויבאלד אז אויף, צב״ש, דינסטאג [צוויי טעג דערויף] זאל פארקומען די רענדאם בחינה, דארף סיי פאסירן אז מאנטאג [די טאג דערויף] איז דאס נישט געווען, וואס דאס איז א 5/6 שאנס פונעם דיי(ס) און אז אויף דינסטאג איז עס אויסגעקומען א 6 וואס איז אן 1/6 שאנס. יעדן טאג ווערט די פּראַבּעבּיליטי ווייניגער און ווייניגער על זה הדרך [ביי אן ״און״ אין פּראַבּעבּיליטי דארף מען מאָלטיפּלייען די פּראַבּעבּיליטיס]. אין אנדערע ווערטער, די שאלה איז נישט ״צי עס וועט אויסקומען א 6 אויף א טאג?״ נאר ״ווען וועט די נעקסטע 6 געווארפן ווערן?״ עס האט אביסל ענליכקייטן צום געדאנק אינעם געמבּלער׳ס פאָלאָסיִ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די מאטעמאטיקער דר. שירה קריטשמאן און דר. רון רז פארענטפערן די הענגען פּאראדאקס עפ״י טשעיטין׳ס אינקאָמפּליִטנעס טעארעם. והיינו, ווייל ווי צוגעברענגט דא זאגט דאס אז עס איז דא א לענג פון בּיטס וואס מען קען נישט אויפווייזן אז אז א ספּעציפישע סיִקווענס פון בּיטס דארף א לענגערע פראגראם דאס ארויסצוגעבן. כמובן איז דאס נאר אויב די מאטעמאטישע סיסטעם דא איז קאנסיסטענט; אז נישט קען מען דאך אויפווייזן וואס אימער.

יעצט, עס זענען דא א פיניט צאל פון פראגראמען ביז די געוויסע לענג. איז אויב מאך איך א ליסטע פון זאכן מער ווי דעם פיניט צאל איז דאך בהכרח אז כאטש איינס וועט דארפן א לענגערע פראגראם ווי די נומער. וויפיל? אויב איז עס נאר איינס קען איך דאך געוואור ווערן וועלכע דאס איז דורך אויסנוצן אלע פיניט פראגראמען ארויסצוגעבן די זאכן אויף מיין ליסטע ביז דעם נומער לענג און דאס וואס בלייבט איבער איז אויפגעוואוזן צו זיין דאס וואס די פראגראם קען נישט ארויסגעבן. דאס זעלבע איז אויב ס׳דא מער ווי איינס - איך וועל אויפווייזן אז די צוויי קענען נישט ווערן ארויסגעגעבן דורך די פראגראם. וכן הלאה והלאה.

דאס צייגט אויף גאָדעל׳ס צווייטע טעארעם וואס זאגט אז טאמער קען מען אויפווייזן אין א מאטעמאטישע סיסטעם אז אט די מאטעמאטישע סיסטעם איז קאנסיסטענט, איז עס דאן בהכרח נישט קאנסיסטענט (און דאס איז טאקע די סיבה עס האט זיך אליינס געקענט מכלומ׳פרשט אויפווייזן). וממילא טאמער איז די עצם מאטעמאטיקס דא אויפגעוואוזן צו זיין קאנסיסטענט דאן באקום איך דאך דא א סתירה און אינקאנסיסטענסי.

אט די סארט פּרוּף פון אינדאָקשען איז דאך בעצם ווי אזוי די לאגיק פון די הענגען פּאראדאקס גייט צו. דאס נעמט אבער אָן אלס אויפווייז אויף די אייגענע קאנסיסטענסי אין די זאץ אליין צו וואס עס רעפערענצט זיך אליין, וואס דער תליין צי לעהרער זאגט, וואס דאן קומט טאקע ארויס אט די אינקאנסיסטענסי. ‏גאָדעל׳ס טעארעם ארבעט בעצם דורך סעלף-רעפערענץ. מיינענדיג, דורכ׳ן צייגן אז אין יעדעס מאטעמאטישע סיסטעם קען מען מאכן אין דעם א זאץ וואס זאגט, ״די זאץ קען נישט אויפגעוואוזן ווערן״. דאס איז די באקאנטע ליגענער פּאראדאקס. און אויב קען איך אויפווייזן די זאץ אינעם סיסטעם איז עס דאך נישט אויפגעוואוזן, ווייל אט דאס איז וואס דאס עצם זאץ זאגט.

ווייל וואס דער לעהרער צי תליין זאגן לאגיש איז:

״אויב פאר א טאג אין די וואך קען איינער אויפווייזן פון די זאץ אליין אז אויב איז עס נישט פריער ווי טאג א׳ דאן איז עס דייקא אויף טאג א׳, און עס איז נישטא קיין צווייטע טאג ב׳ וואס מיט די זעלבע זאץ קען מען אויפווייזן אז אויב איז עס נישט פריער ווי טאג א׳ דאן איז עס דייקא אויף יענעם טאג ב׳, דאן איז עס נישט אויף טאג א׳.״
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט