אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
אין עטליכע אשכולות, טוט זיך א רייד, צו א גוי אן אנטי ציוני איז בהחלט אן אנטי יהודי.
אט זענען מיינע צוויי צענט:
אן אלגעמיינער גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל, איז אדער א גאר לינקער וואס האט פיינט סיי וועלכע סוקסעספולער מענטש/פאלק, אדער איז ער אן אנטי יהודי.
דהיינו:
ווען איינער פון אינדרויסן קוקט אריין אין די מיטל מזרח קאנפליקט איז גארנישט דא ספעציעל צו ווערן אן אנטי ציוני..
געווען 2 צדדים וואס האבן זיך געשלאגן איבער א שטיקל לאנד, יעדער האט געטענה'עט כולו שלי (דער ווייל זיינע זיידעס האבן דא געוואוינט און דער ווייל זיינע עלטער זיידעס האבן דא געוואוינט..), איז געקומען די UN און געמאכט א פשרה, דער קריגט איין חלק און דער קריגט איין חלק.
אויבן אויף וואלט די קריגעריי זיך געדארפט בארואיגן.
למעשה האט נאר איין צד מסכים געווען, בשעת די צווייטע צד האט נישט נאר נישט מסכים געווען, נאר גאר ארויס אין א מלחמה, ווי זיי האבן צום סוף... פאלוירן!
למעשה האבן זיי נישט אנערקענט אין זייער דורכפאל, נאר עד היום פארלאנגען זיי צוריק דאס גאנצע.
און ס'גייט אזוי ווייט, אז די צד האט נישט "קיין שום פראבלעם" מיטן הארגענען ציווילע אבי צו דערגרייכן זייער ציל.
לענינינו: דאס אז אן אראבער האט פיינט א איד, אדער א איד האט פיינט אן אראבער דאס קען מען פארשטיין, זיי זענען דאך אין א מלחמה..
אבער דאס אז א פרעמדער זאל "פיינט" האבן די מדינה, נעמט זיך אויבן אויף פון איינס פון די צוויי אויבן דערמאנטע..
אמער! דו האנדעלסט דא מיט צוויי צדדים וואס ווילן א שטיקל לאנד, איינער איז זיכער א טעראריסט און דער צווייטער איז לכל היותר "אויך" א טעראריסט. נו, וואס מאכט דיך "פיינט" האבן דעם "אויך" טעראריסט?!
במילא נעם איך אן, אז פיינטשאפט צו מדנ"י נעמט זיך פון אן אלטער שנאה וואס מען האט בככליות צום איד, אדער אלס א לינקער וועט מען זיך אלס אנעמען פאר דער וואס ווערט באשטראפט/דערנידערט אפילו ער איז א פאברעכער.

- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
עס איז שרעקעדיג ווי אומוויסנד אסאך אמעריקאנער זענען אין דעם ענין, זייער אסאך מאל קומט מיט די נאאיוויטעט אנטיסעמיטיזם און אנטי ציוניזם צוזאמען.
איך אליין האלט זייער נישט פון די פירערשאפט אין מדינת ישראל, נישט אזוי ווייט רעכט און לינקס, זיי זענען פשוט נישט אינטערעסירט אריינצולייגן כוחות אויסצופלאנען א מהלך פארן עתיד. אבער די מהלך פון אראפרייסן אייביג די מדינה און נישט קיין ווארט צו די פאלעסטינע, קומט פון אזעלכע וואס הייבן נישט אן צו פארשטיין די מיטל מזרח דיינעמיקס. און געווענליך קומט דאס צוזאמען מיט נישט פארשטיין נאך זאכן, און דאס ברענגט צו אנטיסעמיטיזם.
נאך א זאך וואס מען דארף געדענקען, אין די אלגעמיינע וועלט ווערט די חרדי זייער אסאך מאל צוזאמגעשטעלט מיט עקסטרעמע ציוניזם. אויב איז איינער נאר קעגן די מדינה, האט ער אויך פיינט איינער וואס זעט אויס ווי מיר.
אפילו אין די אראבישע וועלט האב איך אמאל געזען א סורוועי אז שונא נאמבער 1 איז אן איזרעילי סאלדאט און נאמבער 2 איז א חרדי. און די סיבה איז פשוט, אייביג זעט מען אין די מידיע בילדער פון חרדים צוזאמען מיט אלעס איזרעילי. אויך פארשטייען זיי נישט צו מבחין זיין צווישן עקסטרעם רעליגיעז און עקסטרעם פאליטיש.
(איך אליין בין גראדע אויך נישט מבחין ביי מוסלעמענר, איך מיין די עקסטרעם רעליגיעז און עקסטרעם פאליטיש זענען די זעלבע זאך. קען זיין איין טאג וועל איך געוואר ווערן דארטן איז אויך דא עקסטרעם הייליגע וואס האלטן נישט פון גיין אין מיליטער...)

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:געווען 2 צדדים וואס האבן זיך געשלאגן איבער א שטיקל לאנד, יעדער האט געטענה'עט כולו שלי (דער ווייל די בריטישע האבן איהם עס צוגעזאגט און דער ווייל די בריטישע האבן עס איהם אויך צוגעזאגט...), איז געקומען די UN און געמאכט א פשרה, דער קריגט איין חלק און דער קריגט איין חלק..
ווי האט נאר דער היסטאריקער אלבערט חוראני געזאגט איבער די אלע ״אפמאכן״ און ״צוזאגעכצער״ וואס די בריטישע האבן געמאכט מיט די פעלקער אינעם מיטל-מזרח:
The argument about the interpretation of these agreements is one which is impossible to end, because they were intended to bear more than one interpretation
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' יעקב מעקסוועלל שליט"א: דער חילוק (לשיטתך) פון אן עקסטרעם רעליגיעזן (א א ביסל צודרייטן) איד. און להבדיל אן עקסטרעם רעליגיעזן מוסולמענער איז, אז דער אידישער עקסטרעמיסט גייט (דערווייל) נאכנישט ארויס און הרג'עט אומשולדיגע מענטשן און לייגט אונטער באמבעס. און דער עקסטרעם מוסולמענער טוט עס יא. ער איז א פשוט'ער רוצח...!
איך האלט אז מ'דארף די נטורי קרתא'ניקס פיהרן צו א גרויס דאקטער אז ער זאלל זיי אונטערזוכן. אדער איבערלייגן און אריינשמייסן 39. אין א יעדן איינעם פון זיי מקטון ועד גדול... גענוג געווען די לימודי זכות ביז אהער...! איך וואלונטיר צו נעמען דעם קאנטשיג אין די הענט און אריינפראקן אין זייער יישבן...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' יעקב מעקסוועלל שליט"א: דער חילוק (לשיטתך) פון אן עקסטרעם רעליגיעזן (און א ביסל צודרייטן) איד. און להבדיל אן עקסטרעם רעליגיעזן מוסולמענער איז, אז דער אידישער עקסטרעמיסט גייט (דערווייל) נאכנישט ארויס און הרג'עט אומשולדיגע מענטשן און לייגט אונטער באמבעס. און דער עקסטרעם מוסולמענער טוט עס יא. ער איז א פשוט'ער רוצח...!
איך האלט אז מ'דארף די נטורי קרתא'ניקס פיהרן צו א גרויסן דאקטער אז ער זאלל זיי אונטערזוכן. אדער איבערלייגן און אריינשמייסן 39. אין א יעדן איינעם פון זיי מקטון ועד גדול... גענוג געווען די לימודי זכות ביז אהער...! איך וואלונטיר צו נעמען דעם קאנטשיג אין די הענט און אריינפראקן אין זייער יישבן...!
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
איך מיין מער פון דעם. דער עקסטרעמער אראבער איז זייער ערליך, האלט ער מען דארף הארגענען אלע כופרים. דער עקסטרעמער איד אזויווי מיר און דיר, האלטן שבת, פאסטן תעניתים, און טוען אלע אנדערע עקסטרעם רעליגיעזע געפיראכץ. אבער אונז האלטן בכלל נישט מען זאל הארגענען פאלעסטינע, אויב עפעס פונקט פארקערט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סעגאל: נו, די גדולי ישראל זענען טאקע נישט מיט געשטאנען מיט זיי און זייערע טעראריסטישע שטיק.
מ'קען זיך פארשטעללן דעם צער פון די עלטערן און משפחה (אפילו גוי'אישע) ווען זיי האבן געהערט אדער געזעהן בילדער ווי זייער זון הענגט נעבעך פון א תליה. עפ"י התורה האט מען דאס נישט געטארט טון. מ'מעג נאר דן זיין דיני נפשות אויף א רוצח וואס בית דין האט איהם מחייב געווען. אבער צו ניצן טעראר אלס פאליטישער מיטל איז 100% פארבאטן עפ"י התורה.
ס'געווען א מעשה ווען די אידישע בחורים פון אצ"ל אדער לח"י האבן געבעטן רשות ארויפצוגיין אויפ'ן דאך פון בנין פון די גערער ישיבה. כדי צו קענען שיסן אויף די בריטישע סאלדאטן. דער גערער רבי זצ"ל האט זיי נאטירליך נישט ערלויבט דאס צו טון. כאטש ס'האט געברענגט אין איהם זיין אהבת ישראל...!

- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
סעגאל האט געשריבן:בערל גראדע די עקסטרעמע ביי אידן האבען שוין אויך געהאט זייער געלעגענהייט ווי קינג דעוויד האטעל באמבע. הגנה אצ"ל אין לח"י. אין ווען די מדינה איז שוין געשטאנען כ"ך מאיר כהנה. נישט אז איך נעם מיר אן פאר אראבער נאר עקסטרעמיזם ענדיגט זיך אייביג די זעלבע.
ס'פארפארט אביסל פון די נושא, אבער וואס איז מיט הבא להרגו השכם להרגו?
איך פרעג עס פשוט ווייל מיינס א נאנטע משפּחה מיטגליד איז געווען פון די וואס האבן אויפגעריסן דעם האטעל, מוז איך מיך אננעמען פאר אים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אלע צוזאמען: הבא להרגך השכם להורגו מיינט אז ווען א רויבער האלט א גאן אדער מעסער אויף דיר. און דיין לעבן איז אין א באלדיגע סכנה מעגסטו איהם הרג'נען. אבער די בריטישע מיליטער האבן דאס נישט געטון. זיי האבן נאר אונטערדריקט די אידישע פרייהייט קעמפער (איך קען זיי נישט אנרופן טעראריסטן.). און זיי נישט געלאזט אויספיהרן זייערע פאליטישע און נאציאנאליסטישע אספיראציעס. אבער זייער לעבן איז נישט געווען אין א באלדיגער סכנה. אין אזא פאל איז פארבאטן עפ"י התורה צו טון די שטיק וואס זיי האבן געטון. דאס הייסט רציחה. אזוי ווי אונטערלייגן באמבעס אדער הענגען בריטישע סאלדאטן...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.
זיי האבן נאר אריינגערופן, צו קענען דערנאך זאגן אז זיי האבן געווארנט, זיי האבן געוויסט אז מ'עט זיי נישט נעמען ערענסט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
אונטערלייגן באמבעס ביזטו גערעכט, אבער מיט'ן הענגן די צוויי בריטישע סאלדאטן איז דאך געווען א ציל אונטער דעם. איך האלט טאקע נישט אז זיי זענען גערעכט געווען דערמיט, אבער די געדאנק איז געווען צו אפהאלטן די בריטישע פון הרג'ענען נאך 'אידישע פרייהייט קעמפער'.
.....און עס האט געארבעט.
.....און עס האט געארבעט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: הבא להרגך השכם להורגו מיינט אז ווען א רויבער האלט א גאן אדער מעסער אויף דיר. און דיין לעבן איז אין א באלדיגע סכנה מעגסטו איהם הרג'נען. אבער די בריטישע מיליטער האבן דאס נישט געטון. זיי האבן נאר אונטערדריקט די אידישע פרייהייט קעמפער (איך קען זיי נישט אנרופן טעראריסטן.). און זיי נישט געלאזט אויספיהרן זייערע פאליטישע און נאציאנאליסטישע אספיראציעס. אבער זייער לעבן איז נישט געווען אין א באלדיגער סכנה. אין אזא פאל איז פארבאטן עפ"י התורה צו טון די שטיק וואס זיי האבן געטון. דאס הייסט רציחה. אזוי ווי אונטערלייגן באמבעס אדער הענגען בריטישע סאלדאטן...!
ס'געווען א שאלה פון ''אדער אונז אדער זיי'', און די ווערטער פון די אידישע פרייהייט קעמפער, ''דעריבער האבן אונז עס באמבאדירט''
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
berlbalaguleh האט געשריבן:סעגאל: נו, די גדולי ישראל זענען טאקע נישט מיט געשטאנען מיט זיי און זייערע טעראריסטישע שטיק.
די 'אמת'ע' גדולי מוסלומענער/פאלעסטינער זענען אויך נישט מיטגעשטאנען...
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
דיר יאסין, דומא, המחתרת היהודית, און די ליסטע גייט אן..סעגאל האט געשריבן:בערל גראדע די עקסטרעמע ביי אידן האבען שוין אויך געהאט זייער געלעגענהייט ווי קינג דעוויד האטעל באמבע. הגנה אצ"ל אין לח"י. אין ווען די מדינה איז שוין געשטאנען כ"ך מאיר כהנה. נישט אז איך נעם מיר אן פאר אראבער נאר עקסטרעמיזם ענדיגט זיך אייביג די זעלבע.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
בנוגע די שאלה אויף וואס דער אשכול איז לכתחילה געעפנט געווארן, איך אלס סאטמארער האב עטליכע מאל געהערט פון עלטערע סאטמארע אידן אז סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז א גוי דארף ליב האבן ארץ ישראל און אויב האט ער פיינט מדינת ישראל איז ער א אנטיסעמיט און מדארף אים פארדאמען, כווייס נישט צו דאס איז אויך געזאגט געווארן לגבי אראבישע פאליטיקאנטן אבער און אלגעמיין איז א אנטי ציוני א אנטיסעמיט.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אלע צוזאמען האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.
זיי האבן נאר אריינגערופן, צו קענען דערנאך זאגן אז זיי האבן געווארנט, זיי האבן געוויסט אז מ'עט זיי נישט נעמען ערענסט.
דאמאלס איז די טראגישע רעזולטאט געקומען צןליעב די שטאלצקייט און גאווה פון די בריטישע אפיצירן. זיי האבן געהאלטן...וואס קענען דען א פאר אידישע יונגלעך טון אויסער סטראשען און דערשרעקן. אונז, די שטארקע בריטישע מיליטער דערשרעקן זיך נישט פאר די ראציגע !...אידישע יונגלעך
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
2 פאקטן.
1. דער סאטמאר רבי האט קיינמאל געזאגט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א אנטיסעמיט. אויב יא קענסטו אויסרייסן האלב זיינע ספרים. בכל אופן ער האט עס במציאות נישט געזאגט.
2. אנטי ציונת איז לגמרי נישט מוכרח אז ס'איז אנטי-סעמיטיזם. קיין הכרח זיכער נישט. דער אנטיסעמיט קען זיין העט רייטן אויף עס. זייער מעגליך. אבער און טעאיריע אויסדריקליך נישט.
1. דער סאטמאר רבי האט קיינמאל געזאגט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א אנטיסעמיט. אויב יא קענסטו אויסרייסן האלב זיינע ספרים. בכל אופן ער האט עס במציאות נישט געזאגט.
2. אנטי ציונת איז לגמרי נישט מוכרח אז ס'איז אנטי-סעמיטיזם. קיין הכרח זיכער נישט. דער אנטיסעמיט קען זיין העט רייטן אויף עס. זייער מעגליך. אבער און טעאיריע אויסדריקליך נישט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
דאס אז דער סאטמאר רב האט "קיינמאל" עפעס געזאגט אדער געטון איז נישט עפעס וואס סיי ווער קען זאגן, נעקסטיים שרייב אז דער סאטמארער רב וואס איר קענט אדער ווילט קענען האט אזאנס נישט געזאגט....
זאג נישט אז מען קען אויסרייסן האלב פון זיינע ספרים ווען סאיז נישט זיכער צו איר קענט אפילו איין פאראגראף, אז איר זעהט א שטיקל וואס איז זיך סותר מיט דעם מימרא ברענג עס אראפ און מוועט דן זיין.
זאג נישט אז מען קען אויסרייסן האלב פון זיינע ספרים ווען סאיז נישט זיכער צו איר קענט אפילו איין פאראגראף, אז איר זעהט א שטיקל וואס איז זיך סותר מיט דעם מימרא ברענג עס אראפ און מוועט דן זיין.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
רבי איד, מאכט נישט קיין השערות, וואס איך קען און וואס איך ווייס.
דער א"ג מימרא פון סאטמאר רבי'ן האב איינער חוקר ודורש געווען פון ווי עס שטאמט, דער ערשטער מקור דערפון איז א געוויסע ציוניסטישע שרייבער אין ערוץ-שבע וואס האט דאס ערפונדן. ביז דעמאלטס האט עס קיינער קיינמאל געזאגט. די רעדע איז איבער א באזוך וואס הערבערט האמפרי האט געהאט ביים רבי'ן בשנת תשכ"ז. און דער רבי האט געזאגט עפעס ענליכס אבער האט לגמרי נישט געהאט די משמעות. דאס איז פעסטגעשטעלט פון א עד ראי' ר' חיים משה שטאובער ז"ל וואס האט קלאר געשטעלט די אמת. די רבי האט געזאגט בזה"ל: "וואס האסטע געוואלט? איך זאל לערנען מיט איהם די שלש שבועות? דאס איז זיין וועג צו ווייזן אז ער האט ליב אידן" דאס אלעס וואס דער רבי האט געזאגט ותו לא. 20 יאר שפעטער איז געקומען א ציוני לץ שרייבער און ציגעלייגט א בארד צו די מעשה.