רביה''ק זי''ע פון קאווע שטיבל טראגט אן אחריות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

רביה''ק זי''ע פון קאווע שטיבל טראגט אן אחריות

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

מען האט שוין געשריגן אויף די פאליציי, די ציונים, די פאליטישענס, די מידיע, תולדות אהרן, קאווע שטיבל און ווער ווייסט וועם נאך מען האט פראבירט צו באשולדיגן. דערווייל אבער איגנארירט מען דעם עלעפאנט אויפן גאס: [tag]רביה''ק זי''ע[/tag]!

וואו איז ער געווען פאר ל"ג בעומר? וואו איז ער געווען בעיצומו של יום? האלט ער עס איז געווען א געיט? איז די געיט א אידישער מנהג אדער גע'גנב'עט פון די קריסטען?

ליגט טאקע ר' שמעון אין מירון? האט רביה"ק אים געלייגט דארטן, אדער אפשר האט ער אים אוועקגענומען? אפשר האט ר' שמעון מפנה געווען רבינו הקדוש?

און וואס איז מיט נעמען אויף זיך די שולד, אדער כאטש נעמען אקאונטעביליטי. אונז שטעלן ארויס א רוף:

פארוואס?
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: רביה''ק זי''ע פון קאווע שטיבל טראגט אן אחריות

שליחה דורך שארפןקאפ »

כן ירבו אשכולים בקאווא שטיבל [emoji1]

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מ’דארף דעם רביה’’ק אנפראקן איין מאל פאר אלעמאל! און מער וועט מען נישט שטארבן אין מירון! ס’קומט ווייל רביה’’ק האט נישט גענוג געפייערט דעם שובבי’’ם ביי די שאלעשידעס תורה!




זשאסט קידדינג!
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

האסט מיר געמאכט שמייכלן.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

איינמאל פאר אלעמאל עפעס אזויווי "היימישע פארברענגען" פון אייוועלט, מעג ווען זיין מער - ווי פארשטענדליך נישט אין די לופט אריין.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

זעט אויס ער האט געהערט פון וואס די גאס שמועסט. איך האב באקומען א רעקארדינג פון זיין רעספאנס צו אונזער טענות:

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:


יעדע קליין קינד פארשטייט אין אזא צייט לאכט מען נישט. האסט עפעס צו זאגן, זאג, סתם לאכן?

בכלל, די גאנצע חרדי'שע מידיע איז ביזי ער האט געלאכט, געוויינט, יא געזאגט, נישט געזאגט, עז איף עס מאכט עפעס אויס למעשה. קום ארויס מיט א פלאן, וואס גייט מען טון אנדערש פון היינט און ווייטער?
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

און דאס איז דאך בפרט ווייל אונז טרעפן מיר דאך (נדרים נ:) אז יומא דמחייך ביה רבי... עםם... "[tag]רביה"ק זי"ע[/tag]"... אתיא פורענותא לעלמא. נו? אונז ווילן דאך ער זאל דאך נעמען אקאונטעביליטי קעגן די פורעניות... :D
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אקעי, אז מ׳האט אזוי שטארק געבעטן בין איך אויפגעקומען מיט א פלאן למעשה, אבער קודם אן הקדמה. מיר ווייסן דאך אז די יום טוב פון ל״ג בעומר האט זיך בעצם אנגעפאנגען אלס א יום טוב פון גיין אויף קברי צדיקים, ווי ס׳איז שיין צאמגענומען דא, לך וקחנו משם. די פונטליכע פלאץ פון עליית הרגל האט זיך געהאלטן אין איין טוישן, געוויסע יארן איז מען געפארן צו הלל ושמאי, אנדערע יארן צו רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, שמעון הצדיק אין ירושלים, וכו׳, עפעס אינמיטן איז עס געבליבן שטעקן ביי רבי שמעון בן יוחי אין מירון. די אנגעבליכע טעם פאר דעם מנהג איז ווייל וויבאלד אין דעם טאג האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן איז מען אלץ זכר צו דעם געגאנגען זיך משתטח זיין און פראווענען אויף קברי צדיקים, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איינס האט מיט׳ן צווייטן, און ווי אויך בין איך זיכער אז דאס איז נישט די אמת׳ע טעם וואס איז אוודאי על פי קבלה און געפערליכע שרעקעדיגע סודות נוראים על פי קבלה ונתינה. עכ״פ דער יום טוב בעצם האט לאו דווקא מיט מירון און רבי שמעון, איז לפי דעתנו הק׳ זעען מיר אין דעם שרעקליכן אומגליק א רמז מן השמים אז ס׳שוין געקומען די צייט זיך פארויסצורוקן צו אנדערע קברי צדיקים, איך וואלט גע׳עצה׳ט פאר אלע אידן הסרים למשמעותי זיך אפצולערנען פונעם קדושת מרדכי וואס האט אונז אויסגעלערנט אז מ׳דארף נישט פארן צו די מרחקים צו זוכן א צדיק, מ׳קען צושטעלן צדיקים פאר יעדעם אין זיין פלאץ. אונז ניו יארקע אידן צ.ב. קענען גיין צו רבי נפתלטשע וואס אסאך האבן שוין געזעהן אפענע ישועות ביי איהם אום ל״ג בעומר, ווי אויך איז רבי נפתלטשע געקומען צו מיר אין חלום און מיר געזאגט אז וועם ס׳איז שווער צו גיין צו איהם בעיצומו של יום (מסיבות שאין צריך לפורטם...) קען גיין צו זיין ברודער אין בארא פארק. ווי אויך קען מען גיין צום קבר פון רביה״ק השני אין קרית יואל - וואס ווי באקאנט איז ער געווען זייער דערקעגן דאס פאר׳ן קיין ארץ ישראל - און זיך אויסבעטן א ישועה בזכות דעם וואס מ׳פאלגט איהם און מ׳פארט נישט. ירושלימע אידן קענען פשוט צוריקגיין צום אלטן מנהג וואס איז נאך עלטער פון מירון און גיין צום קבר פון שמעון הצדיק, אדער קען מען גיין שני חמישי ושני צו רבי גדליה משה פון זוויעהל. און ס׳איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז איני אומר קבלו דעתי צו גיין דווקא צו די צדיקים וואס מיר האבן אויסגערעכנט, ס׳איז אוודאי דא נאך גרויסע צדיקים צו וועם מ׳קען גיין און אויס׳פועל׳ן ישועות למען הכלל ופרט, והפרט וכלל, והכלל ופרט וכלל, ואי אתה דן אלא כעין הפרט אז מ׳זאל נאר גיין צו צדיקים ביי וועם ס׳דא א מצב, ווי גרעסער די מצב אלץ בעסער ווילאנג ס׳קומט נישט צו לכדי דריסת הרגל רח״ל, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בפניו ושלא בפניו (פסחים נא:), וכל ערום יעשה בדעת וילבש חולצה ומכנסיים לפחות עד ביאת גואל צדק במהרה!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ניינטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 04, 2021 11:59 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל

שליחה דורך ניינטער »

הוי האב איך געלאכט!!

אבער בעצם האלט אים דעם אנדערן רביה"ק, נישט דער פון די משניות, נאר דער פון צווישן די גלילות, וואלט מען אויך געמעגט איבערלייגן און גוט אריינפראקן. וויפיל שנאת ישראל און ליצנות און היפאקרעטיסווע פארשפרייט מען נעבאך לעילוי נשמתו

נע, כ'מיין נישט דעם טיב לבב. כ'מיין דאס וואס מ'איז מטשטש און מ'זאגט נאך בשמו הק'
פארשפארט