אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די אינטערעסאנטע דעטאל בנוגע די ווידיאו איז אז עס איז אנגעקומען צו ערוץ 12 דורך ישראל קרויס - אן אקטיווער מא"ש'ניק. וואס איז זיין אגענדע? די ווידיאו כפי ראות עיני איז א גענצליכער ריינוואשונג אויפן משטרה, וואס האט געברענגט פאר ישראל קרויס צו פארשפרייטן די ווידיאו?
ועוד, איך האב געזעהן אויף טוויטער (געדענק נישט וואו) אז די משטרה האט אן אנדערע ווידיאו וואס זיי גייען ארויסלייגן, און קרויס האט זיי געפעדערט. Am I missing something?
קרויס ארבעט יד אחת מיט די ארטיגע הכנסת אורחים פון קרליבך - העכערן רעמפ - וואס ציטערט יעצט אימת מוות אז די מדינה וועט איבערנעמען אלע הקדשות, און ס'האט זיי געדויערט צייט צו באשאפן א נייע פראבלעם, גאר די פארקערטע פראבלעם ווי ביז יעצט, אז אויב ביז יעצט איז די שקר געווען אז משטרה איז דארטן געווען און געלייגט א געיט דאן ווייזט דאך די קעמרע - זייער אייגענע קעמרע, פון די הכנסת אורחים - אז ס'נישט געווען קיין געיט און ניטאמאל קיין שוטרים בכלל. אבער אצינד האבן זיי אויסגעדרייט די דאשיק און ווי קרויס טענה'ט אויפן ווידעא קען מען נישט טראסטן די משטרה ווייל זיי האבן ניטאמאל געטון זייער דזשאב פון וואטשן די ציבור ביים ארויסקומען, און וויאזוי קען מען איבערגעבן די גאנצע שליטה פאר די מדינה וואס וועט עס געוויס געבן פאר די משטרה, ווען די משטרה איז אדורכגעפאלן מיטן וואטשן די ציבור.
בקיצור, אין ארץ ישראל זאגט מען בכה"ג "הפוך על הפוך", דער עיקר איז אז מיר זענען תמיד גערעכט, די שוטרים זענען תמיד אומגערעכט, די הקדשות העלפן און די מדינה אינסטאנצן זענען שקצים. עולם כמנהגו נוהג, און בלוט זאל זיך גיסן אויף די גאסן, אבי מ'זאל קענען שרייען בחוקותיהם אין אנו מאמינים.