א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבשלום בן מעכה:צוערשט ווילל איך דיר באדאנקען פאר דיין בעטן מחילה. אבער דו האסט א מאדנע וועג פון מאכן און אויסרופן שלום. אין די זעלבע צייט סטראשעסט דו אויך ווייטער מיט מלחמה.

אויב דו וועסט נאכקוקן מיין רעקארד (וואס א סאך דערפון איז געגאנגען אין אישי) וועסטו זעהן אז איך בין אויך נישט קיין מפיל קינד (נישט דער ניק) ווען ס'קומט צו פיהרן מלחמה. איך ענדזשוי , ב"ה א גוטן, זאפטיגן פייט פונקט אזוי ווי א צווייטער. אדער ווי חיים גראדע זאגט..."ווי א זשאבע אין די בלאטע"...!

נאר אונז זעמיר נישט געקומען אהער צו פיהרן מלחמות. אויך, איך האב מיך דערמאנט אין סאמע ברען פון די מלחמה/מלחמות דעם מאמר חז"ל וואס זאגט..."כל הבולם פיו בשעת מריבה"...! די גרויסקייט פון דעם...! דער פייט איז געגאנגען אזוי ווייט אז מיין בעל פלוגתא האט פארלוירן זיין ..."נערוו"... און ר'האט אנגעהויבן צו רעדן שטותים. און נישט צו דער זאך. האביך אפגעלאזט...!

בכל אופן. איך ווילל מיך בעז"ה ווייטער קאנצענטרירן אויף דעם תכלית פון קאווע שטיבל. אויסצודריקן מיין מיינונג אדער רעאגירן צו עניינים העומדים על הפרק. און אזוי ווי דו זאגסט..."והיה שלום"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

דער אשכול איז פײן פאַרפאָרן, נו אבי מ'האט שוין געמאכט שלום :D דאס איז דער עיקר :like

פאַר די װאָכעדיגע פילם בין איך מציע: (2004) The Final Cut
6,2 אויף imdb
https://www.imdb.com/title/tt0364343/
science fiction, thriller
זעהט דאָ אומזיסט (מיט עדס)
https://tubitv.com/movies/316457/the-fi ... start=true

ראַבין װיליאַמס דאַרף מען האָפנטלעך נישט פאָרשטעלן פאַרן עולם, ער שפּילט די הויפּט ראָלע אין א װעלט װאו ס'פארהאן די טעכנאָלאָגיע צו רעקאָרדירן אלעס װאס דער אויג זעהט. [צומאָל גליטשט עס און װייזט די געדאַנקען...]. א טראָסבאַרער מומחה נעמט דאָס נאָכן טויט, און שניידט דאס צו און איז דאס אזוי מגיה אז דער נפטר זאָל געדענקט װערן אין בעסטן ליכט לתּפארת המשפּחה הנשארים.
(בבחי' אחרי-מות, קדושים אמור).
דער פילם האט מיר געמאַכט טראכטן איבער װי װייט אונדזער קליין תּבל'ע האט זיך גערוקט - זאָגאַר בלויז פון װען מ'האט פּראָדוצירט דעם פילם ביז היינט, אָפּגערעדט - אין מיינע ביסל לעבנס-יאָרן, אין תּחום פון פּריװאַטקייט, ס'בליק אויף געװיסע פּראָמינענטע מענטשן (לעבעדיגע װי געשטארבענע); און בכלל װאס סע מיינט א זכרון. די אידענטיטעט װאס מענטשן שטעלן אהער לפנים אין פארגלייך צום אמתן תוכן, איז בלויז אנטפּלעקט פאר א באשיינפּערלעכן יודע מחשבות.
כ'פּרוביר שרייבן מיין איבערזיכט אָהן געבן ספּוילערס :lol:, כ'האָף אז כ'טוה א גוטע ארבעט און כ'האף איר װעט הנאה האבן.
Just another nerd
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

ישר ככחם נייגעריגער, וואס וואלט מען געטוען אן דיר?
סאיז כדאי צו-צולייגן א בילד ווען מען שטעלט ארויף די מאווי ישר ככחם.
בילד
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

א דאנק פארן ברענגען נייגעריגער.

עס האט נישט גערעדט צו מיר, נישט קלאר וואס מען וויל און וואס די ציל איז, איך האב אויך נישט געגליכן די ענדע. די עצם געדאנק איז יא גאנץ פיין.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א דאנק נייגעריגער פאר די רעקאמענדאנציע.

סאיז געווען גאנץ פיין און אינטערעסאנט, בעיקר די אימפליקעשענס וואס אזא איידיע וואלט געהאט אויף די מענשטהייט. מען דארף זיין זייער קריעטיוו צו מאכן אזא מאווי און אויס-חשבונן וואו אזוי עס וואלט אימפעקטעד אימאשענלי די מענטשהייט. איך וואלט דעם דיירעקטאר געגעבן א 8 פון 10 אויף קריעטיוויטי. איך האלט אז ער וואלט נאך געקענט ארויפגיין א נאט אדער צוויי, שוין, וואס זאלן מיר טוען אז ער איז זיך נישט געקומען דורכרעדן מיט מיר. לאמיך מסביר זיין וואס איך מיין, ער מאכט די מאווי, אין מערהייט, פון די קאטטערס שמאלן קוק ווינקעל, אנשטאט וואלט ער געדראפט געבן מער פלאץ פאר די אלגעמיינע וועלט ווי אזוי עס אימפעקט זייער לעבן.

די עקטן בין איך בכלל נישט געווען אנטציקט, איך האב נישט ליב דעם ראבין וויליאמס עקטן סקיללס, ער האט מערסטענס עפעס אזא מין פארקנייטשטע אויסדריק אויף זיין פנים ווי ער גייט אט אט זיך פאנידער גיין און א געוויין פון פריייד, ודו"ק כי עמוק. איין שיינע סצענע איז געווען ווי א אינג פארציילט די מעשה פון א מיידל איז געוואר געווארן ביי די אכטצן אז זי האט אן אימפלעינט, מיט איר גלארייכע ענדע.

איך האלט אז אויב דער חפץ חיים וואלט הנאה געהאט פון א מאווי וואלט עס געווען די דאזיגע מאווי, ווי ממש מען זעט דעם עין רואה געדאנק פון א עקספעריענטל פערספעקטיוו.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך וואלט דעם דיירעקטאר געגעבן א 8 פון 10 אויף קריעטיוויטי. איך האלט אז ער וואלט נאך געקענט ארויפגיין א נאט אדער צוויי, שוין, וואס זאלן מיר טוען אז ער איז זיך נישט געקומען דורכרעדן מיט מיר. לאמיך מסביר זיין וואס איך מיין, ער מאכט די מאווי, אין מערהייט, פון די קאטטערס שמאלן קוק ווינקעל, אנשטאט וואלט ער געדארפט געבן מער פלאץ פאר די אלגעמיינע וועלט ווי אזוי עס אימפעקט זייער לעבן.

ער רעדט גענוג לדעתי װי עס אפעקט מענטשן, אין די געשיכטע דא איז מר העקמאַן און זיין ארבעט דער צענטערפּונקט.

מ'קען אפשר אריינלערנען פון צװישן די שורות, אז זיין מהלך איז אז עס טוישט נישט קיין סאך דעם אינדיװידועל. דער יחיד איז אין אלגעמיין נישט גענוג סעלף-קאַנטשעס, אדער איז אױסנאַמלעך סעלפיש, אז בלױז װיסן דערפון און די מעגלעכע תּוצאות זאל אימפעקטן זיין (אימפּולסיװער) אויפפירונג. װי ער װייזט טאַקע מיטן ביישפּיל פון בעניסטער װאס טוט װייטער מעשים אשר לא יעשו, טראָץ װאס ער װייסט קלאָר אז ס'פארהאן א מעגליכקייט אז מ'עט געװאויר װערן אין לויף פון די יאָרן. (זיין װייב װייסט דערפון? ס'נישט קלאָר פונעם סקריפּט)
[װי ס'איז טאקע אין די מעשה, אז ס'פאַלט לסוף אריין אין אומפאָראויסגעזעהענע הענט]
ס'גייט אים אפּנים גאַנץ קנאַפּ אהן װאָס מ'טראכט אויף אים נאכן טויט, און צער המשפּחה אויף להבא שטערט עם דאך נישט כמובן.
און די װאס האַסן עס, טוען טאַקע די פּעולה עס צו שטערן. (ער איז נישט מאריך װי אזוי די טאַטוען ארבעט טעכניש)
בס"ה האָבעך דא א לומדישער קװעטש להצדיק הדירעקטער... למעשה פארשטיי איך באמת נישט די אבסעסיע פון געװיסע צו קאָנטראָלירן װי אזוי מ'װעט זיי געדענקען נאכן טויט, ביזט געשטאָרבן? לאָז אנדערע לעהבן :lol:

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די עקטן בין איך בכלל נישט געווען אנטציקט, איך האב נישט ליב דעם ראבין וויליאמס עקטן סקיללס, ער האט מערסטענס עפעס אזא מין פארקנייטשטע אויסדריק אויף זיין פנים ווי ער גייט אט אט זיך פאנידער גיין און א געוויין פון פריייד, ודו"ק כי עמוק.

מיר דאַכצעך אז דאס שפּיגלט אָפּ דעם כאַראַקטער פונעם איינזאַמען שניידער װאס מוטשעט זיך מיט חרטה געפילן אויף װאס ער [מיינט ער] האט גורם געװען בנעורותו. ס'איז כדאי איר זאלט זיך אביסל באַקענען מיט זיינע אנדערע װערק, פאַרן קריטקירן זיינע עקטן סקילס.


פון אַן עטישן שטאַנדפּונקט, האבן די עלטערן א רעכט דאס צו טוהן? שװער צו טרעפן א היתר :lol:
Just another nerd
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

לכבוד שבועות איז נישטא קיין מער פאסיגע מאווי ווי "די עשרת הדברות". עס איז אן אלטע קלאסישע מאווי, אבער ווערט איר צייט.
בילד
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

טאַקע פּאַסיג אַלס ענינא דיומא

דער לעגענדאַרער דירעקטאָר Cecil De Mille, האט פּראָדוצירט צװיי עשׂרת הדברות, (מ'קען ממליץ זיין בדרך צחות, לזכר די צװיי לוחות). דא קען מען זעהן אומזיסט די ערשטע פון יאַרע 1923, א שטומע שװאַרץ-און-װייס פילם
https://www.youtube.com/watch?v=2uU9qeFFQ90
ס'געװען די צװייט מערסטע צו פאַרדינען יענעם יאָר
6,8
https://www.imdb.com/title/tt0014532/

די צװייטע פון 1956, צו װאָס הרב Movie Club האט זיכער מכװן געװעהן, איז שוין אין קאָליר מיט שטימען און זיין לעצטער פילם. לע"ע האב איך נישט געפונען ס'גאַנצע אומזיסט אויף א קראַנטע זייטל.

Official Trailer
https://www.youtube.com/watch?v=KBzbyIPWVT4

7,9
https://www.imdb.com/title/tt0049833/
Just another nerd
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

נײגעריגער האט געשריבן:
די צװייטע פון 1956, צו װאָס הרב Movie Club האט זיכער מכװן געװעהן, איז שוין אין קאָליר מיט שטימען און זיין לעצטער פילם. לע"ע האב איך נישט געפונען ס'גאַנצע אומזיסט אויף א קראַנטע זייטל.



https://www.uwatchfree.cz/2019/09/the-t ... ull-movie/
יראו ענוים וישבעו
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

Movie Club האט געשריבן:לכבוד שבועות איז נישטא קיין מער פאסיגע מאווי ווי "די עשרת הדברות". עס איז אן אלטע קלאסישע מאווי, אבער ווערט איר צייט.
בילד

מתוק מדבש... עס געט א נייע פערספעקטיוו, אסך קשיות פון די ראשונים און אחרונים פאלן אין פלאץ. עס איז א לאנגע 3שעהדיגע מאווי, האלטן מיר נאך אינמיטען, איך מיין עס פעלט נישט אויס א נייע מאווי די וואך, עס איז במקום שניהם.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מתוק מדבש... עס געט א נייע פערספעקטיוו, אסך קשיות פון די ראשונים און אחרונים פאלן אין פלאץ. עס איז א לאנגע 3שעהדיגע מאווי, האלטן מיר נאך אינמיטען, איך מיין עס פעלט נישט אויס א נייע מאווי די וואך, עס איז במקום שניהם.

ריכטיג.
איין זאך כאפ איך נישט פונקטליך זיי לייגן אביסל אראפ 'נעפערטארי' אלס 'סעטי'ס' טאכטער (און מעגליך דערפאר ווער עס האט חתונה מיט איר באקומט דעם קרוין..) יעצט ס'איז אמת אז רעמסס השני האט חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער אבער זי האט געהייסן 'הענאטמירע', ווידער נעפערטארי איז געווען א פרעמדע..
איבערקוקנדיג אביסל האב איך נישט געזעהן אז נעפערטארי זאל רעפערירן צו סעטי מיט 'טאטע',
דאן איז נישט קלאר וואס זי זוכט דארט, פון ווי זי קומט, און פארוואס ווער עס האט חתונה מיט איר באקומט דעם קרוין (אדער ווער ס'באקומט דעם קרוין האט חתונה מיט איר..)



Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

זייער אינטערעסאנט געווען. איין חסרון מיט די אלע ביבליקעל פילמס, עס טוישט די דמיון אין קאפ... עס קומט נישט צו צום ריינעם בילד וואס איך האב מיר אויסגע'חלומט אין חדר... ווען איך האב געזען "נח" איז די פרט געווען ערגער, ווייל זיי האבן סאך מער פארדרייט פון די מעשה וואס איך האב געהערט און חדר (עס איז א היינטיגע פילם).

צו זען ווי די אידן ארבעטן שווער איז שטארק, ס'איז עפעס א טיפע מחזה. ווער רעדט פון די עצם יציאה, מאכטפול!

עס איז מערקווירדיג אז די גאנצע ערשטע חלק איז גארנישט געשען אויבער-נאטורליך, איך האב זיך שוין געוואונדערט אויב זיי וועלן מאכן די גאנצע מעשה אויסקוקן ווי א פשוט'ע מעשה אן קיין ניסים. אלעס טוישט זיך מיט די התגלות ביים סנה.

די ענדע איז נישט גוט, אזא שטארקע מצב פון די עגל, און נישט פון מתן תורה. עס זעט אויס געשריבן אונטער א קריסטליכען בליק.

א גרויסע דאנק פאר ברענגען!
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

א שטארקע פוינט, פון איין זייט ברענגט עס דיר אראפ די גאנצע העכערקייט וואס מהאט אין קאפ ווי אלעס דמיונ’ט זיך שלא מעלמא הדין און מזעהט אז זיי זענען געווען מענטשן ווי אונז און משה רבינו איז געגאנגען מיט א פולע קאפ האר וכדומה בשעת די דמיון איז א איד מיט א לאנג ווייסע בארד מיט א קאפל מלא על כל גדותיו, פון די אנדערע זייט מאכט עס אז מזאל עס קענען סאך בעסער ממחיש זיין מקען מקיים זיין די חייב אדם להראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים ווייל מקען זיך עס מצייר זיין בחוש.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א גוטע פילם מיט א גוטע סקריפט. א ליין וואס גייט מיר נישט ארויס פון די אויערן איז : "So it shell be written, so it shell be done"
די פילם האט געהאט אסאך עמאשינעל מאמענטן, וואס האט מיר געקאסט א טרער. איין גוטע סצענע איז געווען ווי נעפערטארי רעדט צו צפורה און זאגט איר "איך האב פארלוירן משה צו א shepherd girl און די האסט פארלוירן משה צו א גאט". פאר מיר איז די מערסטע אימאשענעל סצענע געווען, די התגלות אלקות ביים סנה.
מתן תורה איז געווען זייער שוואך, כהאב געמיינט אז דער גאנצער עולם האט געהערט אנכי ה' אלקיך, ביזדערווייל אז ער איז סך הכל אראפגעקומען נאך פערציג טעג מיט צוויי אויסגעקרוצטע שטיינער. די עגל האט געמאכט מער סענס לויט ווי זיי לייגן עס אראפ, עס איז געווען א מצרישע גאט און זיי האבן געפלאנט צוריקצוגיין קיין מצרים. קריאת ים סוף איז אויך געווען גאנץ פיין.

און General שפיר איך בנוגע די אלטע קלאסישע מאוויס, אז די וועג פון רעדן איז צו formal, און זייער נישט נאטירלעך כנהוג און די פילם וועלט בזמנינו. איך האלט עס איז צייט פאר א Remake מיט בעסערע אפפעקטס, און היינטיגע סטייל עקטן. און נאך נקודות וואס מען קען בעסער אויסארבעטן. איך וואלט מציע געווען אפילו TV SHOW מט אפאר סיזענס. כהאב אסאך געדאנקען וואס מען קען פארבעסערן, ווען עטס האטלס דערביי רופטס מיך.

פירות הנושרים
א. גאט האט א קול ווי א מאן
ב. מכת בכורות האט פרעה אויסגעוועלט אליין
ג. משה איז געווען א געהעריגע פרינץ און איז כמעט געווארן פרעה ביז ער האט געהארגעט די מצרי
ד. בתיה איז מיטגעפארן צו ים סוף (דערמאן איך זיך יעצט אז זי האט לויט חז"ל געלעבט 400 יאר)
ה. אהרן איז געווען א אויפגערעגטע דערביטערטע מענטש קיין שמייכל האט ער נישט געגעבן, (די אוהב שלום ורודף שלום כאראקטער קלעבט נישט אויף אים).
ו.. רעמסעס איז נישט געווען אזא שוטה, א שטארקע כאראקטער.
ז. דתן איז געווען א גרעסערע באנדיט ווי איך האב געמיינט (אבירם איז נישט געווען צו געפינען???)
ח.דתן האט גערעיפט יהושע'ס girl friend רחמנא לשיזבן
ט. יהושע איז געווען פיינע נייעס, אביסעל ADHD, א גוטע טעיסט און סקיללס צו געווינען א מיידעלס הארץ, מיט אסאך אסאך guts
י. און ואחרון חביב נעפערטארי האט געהאט BPD

ישר כח מר [tag]מאווי קלוב[/tag], נהנתי!
חמין במוצאי שבת מלוגמא
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

איינער קען דראפשאכטלען דעם ווידאו? - כ'וויל דאס זען... דאס איז דאך הייליג, עשרת הדברות. ניין?

ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

סאיז צייט אבשלום זאלסט דיך איינהאנדלען א דיווייס וואס האט נארמאלע צוטריט, מיט פארשטאנד.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס גייט דיך אן אויב ער דארף עס אויף גוגל דרייוו. ווילסט נישט ארויפלייגען איז נישט. אבער לאז די מענטשהייט לעבען.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ווייל עס איז שוין די פיפטע מאל ער בעט, און ער האט זיך שוין אפילו צו שלאגן מיט בערל בעל עגלה,און כאפט נישט אז מאוויס זענען געווענליך נישט עוועליבעל אויף גוגל דרייוו. און עס איז יענץ געשעפט דאס צו טוען, ער כאפט נישט ברמז מוז מען עס זאגן בשם המפורש. פארשטאנטא? מען ברויך נישט קיין עמקות המחשבה דערפאר.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעיס איז בלי״נ מיין לעצטע תגובוה אויף די נושא

איך זאג נאכאמאל די זעלבע זאך אז די האסט נישט קיין נערווען עס צו מאכן איז נישט, אבער לאז געמאך. ער האט דיך נישט געצווינגען. נאר געבעטען א נארמאלע בקשה. פאר ווער ס׳וויל

און לגבי די מחלוקה מיט הרב רעב בערל............... בקידה והשתחויה ובכל הכבוד למעלת כבודו. איז די זעלבע זאך, וועם ס׳שטערט אז בן מעכה האט א פילטער זאל איהם שרייבן אין אישי אז די רבנים פירן א אומגערעכטע פאריקטע מלחמה מיט א זאך וואס מען קען סייווי נישט טוישן. און איהם קאנווינס״ן ער זאל עס אראפ נעמען. אבער וואסערע רעכט האט מען אראפצורייסן א וואוילע ניק פאר גארנישט און פאר נישט, עס איז נישט אויסגעהאלטן עפ״י נארמאלקייט און מ׳האט עס אייביג געהאט און ק״ש. קוק און די שטיסל אשכול יעדע פופטע תגובה איז א בקשה פון איינעם ארויף צו לאודען א דרייוו פון א פרק.

ואסיים אז איך בין נישט דא זיך צוקריגן מיט קיינעם און איך מיין ח״ו קיינעם נישט צו באדערן ורק מה שנראה לענ״ד כתבתי
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

The Painter and the Thief

שליחה דורך Movie Club »

פאר די וואך וואלט איך רעקאמאנדירט די מאווי ״the painter and the thief״ עס איז א מיוחדיגע מאווי ווי די עקטערס זענען די עכטע מענטשן צו וועם די מעשה האט פאסירט. די מאווי האט לכתחילה געדארפט זיין א קורצע דאקומענטרי, און עס האט זיך דיוועלאפט צו א full movie. אויב איך דארף מגדיר זיין די מאווי איז איין ווארט pure!!.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

Movie Club האט געשריבן:סאיז כדאי צו-צולייגן א בילד ווען מען שטעלט ארויף די מאווי ישר ככחם.




Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Movie Club
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 21, 2021 11:47 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך Movie Club »

בילד
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

לינק?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
פארשפארט