אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאמיר לאזן אונזער פאנטאזיע (אימעדזשינעישן) א ביסל לויפן.

דער אייבישטער האט געהאלפן און אונז האבן באקומען און געגרינדעט א מדינה וואו מ'רעדט נאר אידיש. (נישט דעם אידישיסטישן אידיש. נאר דעם היימישן, חסיד'ישן גאליציאנער אדער אונגארישן אידיש.). אלע טאוולען אויף די וועגן און שטעגן זענען געשריבן געווארן נאר אין אידיש.

דער טראנספארטאציע מיניסטער איז א איד מיט א לאנגע בארד. (א וויזשניצער אדער גערער חסיד.).

איהר האט באקומען דעם קאנטראקט און איהר זענט באאויפטראגט געווארן צו פאבריצירן אלע טאוולען אויף די גאסן און שנעל-וועגן. ווייל אייער'ס א פלימעניק האט געלערנט אין די זיכלינער ישיבה נעבן מירון צוזאמען מיט דעם מיניסטער'ס אן אייניקל.

איהר נעמט זיך ארבעטן אויף די שפאגל נייע מאשינען וואס איהר האט געקויפט פאר 5 מיליאן שקל. דאס געלט וואס די באנק האט אייך פארבארגט (פארשטייצעך מיט א היתר עיסקא. וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך רבנים מובהקים.).

איהר שרייבט פארשידענע טאוולען מיט אנווייזונגען פאר די אויטא טרייבערס און וועג באנוצערס. פלוצלינג קומט איהר אן צו שרייבן א ווארנונג פאר די אויטא טרייבערס אז מ'זאלל נישט פארן צו נאנט צו א פאסאזשיר אויטא אדער א לאסט מאשין. אין ענגליש ווייסט איהר שוין וויאזוי מ'שרייבט עס. אבער אונז האמיר דאך געשמועסט אז אין אונזער אידישלאנד רעדט מען און מ'שרייבט נאר אויף אידיש. ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'שרייבט עס אויף אידיש זאלל זיך ביטע אנרופן...!

אין א צווייטן פאל. איהר פיהרט א לאסט אויטא וואס איז אין די הייעך פון 12 פוס מיט 2 אינטשעס. איהר פארט מיט א שנעללקייט פון 85.8 תחום שבת פער שעה. (אונז האמיר דאך געשמועסט אז אונזער לאנד פיהרט זיך על פי התורה. און אלע מאסן, סיי אין שטח (פלאץ) און סיי אין געוויכט זענען גענומען פון תורה שבכתב אדער תורה שבעל פה.) איהר פארט אויפ'ן קעניגליכן וועג נומער 6. פלוצלינג באמערקט איהר א פוסגייער בריק וואס שניידט אדורך העכער דעם שנעל-וועג. אויף די בריק איז דא א טאוול וואס זאגט אז לאסט אויטאס וועלכע זענען העכער פון 6 אמות מיט 3 אגודל'ס זאללן נישט אדורכפאהרן דעם בריק.

איהר דארפט שנעלל מאכן א באשלוס אויב איהר זאללט יעצט אראפגיין פונ'ם קעניגליכן שנעל-וועג. אדער זיך אפשטעללן. ווייל אויב נישט וועט זיך נעמען פליען שטיקער פון אלע זייטן ווען איהר וועט זיך (ח"ו) אריינקלאפן אין די בריק .(אזוי ווי ס'איז געשעהן צו א געוויסן בעל עגלה. ואכמ"ל.). אדער קענט איהר עס גאר אדורכמאכן בלי שום צער ונזק...!

ווער ס'ווייסט אויב אונזער טרייבער פון די לאסט מאשין האט עס אדורכגעמאכט בשלום. אדער ח"ו נישט. ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

ווער ס'ווייסט פון נאך אזעלכע און ענליכע פעלער פון ספיקות און שאלות וואס מאכט זיך אין אונזער מדינה וואס פיהרט זיך 100% עפ"י התורה ווערט געבעטן זיך אן צו רופן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א פאל וואס האטציך געטראפן אין אונזער אידישלאנד...!

ר' תנחומא פיהרט זיך זיין באקוועמע אויטא רואיגערהייט. פלוצלינג הערט ער פייפן. א רויט לעמפל צינדט זיך אן. מיט א ווארענונג אז ער זאלל וואס פריער זיך אפשטעללן אין א בענזין סטאנציע ווייל אט אט לויפט איהם אויס די ברענשטאף און ער וועט בלייבן (ח"ו) פארהאנקערט אינמיטן וועג. ער קוקט אויף זיין אריינגעבויעטן קוגל (גוגל איז נישט קיין ווארט. אריגינאל האט עס געהייסן קוגל. נאר די גויים האבן נישט גוט פארשטאנען האבן זיי עס געשריבן מיט א גימ"ל. גוי'אישע קעפ. ווייל דער וואס האט אויפגעמאכט ..."גוגל"... איז א אידישער יונגערמאן פון רוסישן אפשטאם. און ר'האטציך דערמאנט, לערנענדיג אין ישיבה,( זאלל זיין קאלעדזש) פון זיין באבע'ס געשמאקן קארטאפל קוגל וואס זי האט געמאכט א יעדן ערב שבת.) ער זוכט די נאנטסטע בענזין סטאנציע. די אפליקאציע ווייזט איהם צו צו אזא פלאץ 50 אמות ווייט. ער פארט אריין מיט א שנעללקייט און געט זיך א האסטיגן שטעלל אפ. ער ליינט דעם טאוול וועלכער זאגט איהם וויפיהל ער דארף צאללן . שטייט דארט אויפ'ן טאוול אז די פרייז פאר א סאה פון בענזין איז 16 שקל. ער ווייסט נישט אויב דאס איז צו טייער אדער גענוג ביליג. ער שטייט און רעכנט. און רעכנט.די אויטא האטציך דערווייל פארלאשן. שוין ער האט נישט קיין ברירה. ער צאלט ווי א טאטע...!

צי ווייסט איהר חשוב'ע ליינער און שרייבער אויף קאווע שטיבל אויב ער האט איבערגעצאלט. אדער נישט...! ווער ס'ווייסט דעם ענטפער ווערט געבעטן זיך מוחל זיין אנרופן...יישר כח...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אויב ביסטו פון רא"ח נאה'ס פארטיי קענסטו זיכער נישט אריינגיין אונטערן בריק, אפילו לויטן חזון איש וועט דיין טראק נאכאלס כאפן א פיינע זעץ.

די פרייז פון די געז ווייס איך נישט, ווייל איך ווייס דאך נישט וויפיל א שקל פון אידישלאנד איז ווערט... אויב איז עס ווי דער שקל פונעם טמא'נע לאנד, איז עס גאר ביליג לכל הדעות.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועלל: א יישר כח פאר זיך אנרופן. אבער דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך בין שיער נישט אראפגעפאללן פון מיין בענקל. איך האב מיך געווארפן פאר געלעכטער. און געלאכט אזוי הויעך אז מיין שכן (א מגיד שיעור אין סאטמאר'ע ישיבה קטנה) איז געקומען צו לויפן . זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג...!

לענייננו. איך (בערל בעל עגלה) האלט אז דער שיעור פון אן אמה איז (בערך) 2 פוס. און אן אגודל איז גלייך צו אן אינטש. די טראק איז געפארן מיט א שנעללקייט פון 65 מייל פער שעה. אונזער טראק דרייווער האט עס ב"ה אדורכגעמאכט בשלום. ווייל די בריק איז געווען אויף א הויכקייט פון 12 פוס מיט 3 אינטשעס. און זיין טראק איז נאר געווען הויעך 12 פוס מיט 2 אינטשעס...!

אויך. די ווערד פון 4 שקלים איז בערך 4 שקל פאר א דאללער. (אזוי ווי להבדיל אין די טמא'נע מדינה. להבדיל בין טומאה לטהרה.) און א סאה איז בערך 2.07 גאללאן. האט ער נישט איבער געצאללט. נאר זייער ביליג אפגעקומען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אז איך האב דיר געמאכט לאכן איז זיכער גוט.

זאגסט דאך אליין, אן אמה איז "בערך" 2 פוס. מער פונקטלעך איז עס כמעט 23 אינטשעס לויטן גרעסערע שיעור. נעם אראפ די פאר אינטשעס פונעם חשבון, און דו כאפסט א פיינע קראץ אין דאך...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

berlbalaguleh האט געשריבן:


איהר שרייבט פארשידענע טאוולען מיט אנווייזונגען פאר די אויטא טרייבערס און וועג באנוצערס. פלוצלינג קומט איהר אן צו שרייבן א ווארנונג פאר די אויטא טרייבערס אז מ'זאלל נישט פארן צו נאנט צו א פאסאזשיר אויטא אדער א לאסט מאשין. אין ענגליש ווייסט איהר שוין וויאזוי מ'שרייבט עס. אבער אונז האמיר דאך געשמועסט אז אין אונזער אידישלאנד רעדט מען און מ'שרייבט נאר אויף אידיש. ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'שרייבט עס אויף אידיש זאלל זיך ביטע אנרופן...!



אפשר, סחור סחור אמרינן לקאריתא?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועלל: ייש"כ. נאר דער געדאנק איז מיר אריינגעקומען אין קאפ ווייל איך האב מיך דערמאנט אז מיט עטליכע יאר צוריק ביניך געווען אין טאהש/מאנטריאל פאר חוה"מ סוכות. פארנדיג אויפ'ן הייוועי האביך באמערקט א סיין וואס זאגט אז די קליערענס איז 4 מעטער. טראכט איך צו מיר. אויב איך וואלט געדרייווט א טראק זייענדיג אן איינוואוינער אין די יו. עס. אוו עי. און איך פאר מיט א שנעללקייט פון 65 מייל א שעה. דארף איך מיך אפשטעללן און טראכטן אויב איך וועלל עס אדורכמאכן אדער נישט. ווען מיין טראק איז 12 פוס הויעך. ווייל דאס איז עטוואס מער ווי 12 פוס. אויף א סאך בריקן און אווער פעס'ן שטייט 3.75 מעטער...!

מאנטריאל, קענעדע איז אמאל (ווען איך האב דארט געוואוינט) געווען אויפ'ן אמעריקאנער/ענגלישן סיסטעם. נאר גאללאנס האבן זיי געהאט גרעסערע ווי דאהי.. פון 160 פלואאיד אונסעס. דאס הייסט אן אימפיריעל גאללאן. אזוי ווי אין ענגלאנד. נאר די לעצטע עטליכע יאר האט זיי אנגעכאפט א משוגעת און זיי זענען אריבער אויף מעטריק. אפשר צו להכעיס פאר אמעריקע. ווייל זיי (די נארישע, פראנצויזישע נאציאנאליסטן) וויללן ווייזן אז זיי זענען נישט א טייל פון אמעריקע (ווער האט זיי דען געפרעגט.). נייערט א טייל פון יוראפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:


איהר שרייבט פארשידענע טאוולען מיט אנווייזונגען פאר די אויטא טרייבערס און וועג באנוצערס. פלוצלינג קומט איהר אן צו שרייבן א ווארנונג פאר די אויטא טרייבערס אז מ'זאלל נישט פארן צו נאנט צו א פאסאזשיר אויטא אדער א לאסט מאשין. אין ענגליש ווייסט איהר שוין וויאזוי מ'שרייבט עס. אבער אונז האמיר דאך געשמועסט אז אין אונזער אידישלאנד רעדט מען און מ'שרייבט נאר אויף אידיש. ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'שרייבט עס אויף אידיש זאלל זיך ביטע אנרופן...!



אפשר, סחור סחור אמרינן לקאריתא?

כרם זית: ס'איז מיר יעצט איינגעפאללן אפשר דעם פסוק ויזנב בך כל הנחשלים אחריך...! אבער אין ריין אידיש קומט עס אויס א ביסל אנדערש. נאר ס'איז נישט אזא איידלער אויסדרוק. מהאי טעמא האביך עס נאר געשריבן ברמיזא. און אזוי ווי מיין רבי מהר"א קר"י שליט"א זאגט אייביג..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אז איך האב דיר געמאכט לאכן איז זיכער גוט.

זאגסט דאך אליין, אן אמה איז "בערך" 2 פוס. מער פונקטלעך איז עס כמעט 23 אינטשעס לויטן גרעסערע שיעור. נעם אראפ די פאר אינטשעס פונעם חשבון, און דו כאפסט א פיינע קראץ אין דאך...

ומעשה שהיה: ביי מיר בערל בעל עגלה. איך האב אמאל געדרייווט א טראק פאר א היימישע טראקינג קאמפעני (וואס די בעלי בתים זענען געווען 2 ברידערס. אונגערישע אימיגראנטן. חסיד'ישע אידן. וועלכע האבן געקענט א מכה ענגליש. ואכמ"ל.). ס'איז געווען פרייטיג, ערב שב"ק. איך האב געדארפט מאכן א דעליווערי קיין ניו דזשערזי. מיין בעה"ב האט מיר פרובירט מסביר צו זיין די דיירעקשאנס (דאס איז געווען נאך פאר די תקופה פון גוגל און דזשי. פי. עס.). ער האט דאך אבער נישט געקענט ענגליש. און אפליינען די ווערטער פון א מאפע. ביניך געפארן אן זיינע דיירעקשאנס. איך האב א ביסל געבלאנדזשעט. פלוצלינג קום איך אן צו א בריק וואו ס'שטייט אז די קליערענס איז 12 פוס מיט 2 אינטשעס. און מיין טראק האט געהאט די הויעכקייט פון גראד 12 פוס. איך האב אבער געזעהן אז די בריק איז צו נידריג. אויסדרייען זיך איז נישט געווען מעגליך. האביך מיך אפגעשטעלט. איך האב מיר געמאכט דעם חשבון. ס'איז ערב שבת. איך דארף מאכן די דעליווערי. יעבור עלי מה. איך הייב אן צו פארן. (ס'איז דאך געשטאנען אויפ'ן סיין 12 פט. 2 אינ.) פלוצלינג הער איך משונה'דיגע קולות. און איך זעה שטיקער פאללן פונ'ם טראק. די קליערענס לייטס פון פארנט פונ'ם טראק אויפ'ן דאך זענען די ערשטע אראפגעפלויגן. דער דאך האט אויך געכאפט א פיינעם שניט. שוין. איך האב ענדליך ב"ה געמאכט די דעליווערי. און צוריקגעקומען בשלום. כ'האב געפארקט דעם טראק. און געגאנגען אהיים. מוצאי שבת באקום איך א פאון קאלל פון מיין בעה"ב. ער הייבט אן שעלטן און שרייען און מאכט קולות אויף אלע זיבעציג שפראכן. איך האב ממילא נישט געהאט בדעה אריינצוגין דרייוון זיינע טראקס. ווייל דאס איז שוין געווען דער לעצטער שטרוי. ער איז מיר נאך שולדיג געווען א טשעק. פון דעם האביך געקענט פארגעסן. לא זו. אף זו. ער האט נאך געפאדערט ביי מיר געלט. פארשטייצעך אז כ'האב עם אנגעפיפן.

איך האב געהאט נאך עטליכע קאמישע מעשיות אלס רעזולטאט פון זיין נישט קענען רעדן אדער שרייבן ענגליש. זיין ווייב האט געשריבן אלע צעטלעך. (ביללס אוו לעידינג.). נאר מיר וועללן דאס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

berlbalaguleh האט געשריבן:פלוצלינג קומט איהר אן צו שרייבן א ווארנונג פאר די אויטא טרייבערס אז מ'זאלל נישט פארן צו נאנט צו א פאסאזשיר אויטא אדער א לאסט מאשין, ווער ס'ווייסט וויאזוי מ'שרייבט עס אויף אידיש זאלל זיך ביטע אנרופן...!


אפשר ''איש איש אל כל שאר בשרו לא תקרבו...''


berlbalaguleh האט געשריבן:שטייט דארט אויפ'ן טאוול אז די פרייז פאר א סאה פון בענזין איז 16 שקל


מ'נוצט סאה אויף ליקוואד?! (איים סאררי 'פליסיג'ס)
דאכצעך 'לוג'/'הין' איז פאסיגער..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תוהו ובוהו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובוהו: איך ווילל ביי דיר פרעגן... א מקוה וואס דארף האבן 40 סאה איז געמאכט פון טשאקאלאד אדער וואסער...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א שאלה וואס ס'האטציך געמאכט אין אונזער אידישע מדינה עפ"י התורה (ודיני השו"ע ופוסקים ראשונים ואחרונים.)...!

א יונגערמאן איז ארויס פון כולל און אריין אין מסחר. ער האט גענומען האנדלען מיט ריעל עסטעיט. מקרקעין. אדער נכסי דלא ניידי (נדל"ן). א זייטיגע באמערקונג: אפילו די עכטע ציונים אין זייער טמא'נע מדינה. (לאל) רופן אויכעט אן ריעל עסטעיט מיט די ראשי תיבות..."נדל"ן". איך האב מורא אז זיי ווייסן אפילו נישט פון וואו ס'נעמט זיך. האבן זיי דען געלערנט גמרא..?! אפשר יא. אין די שטיינזאלץ גמרא'ס. וואס דער היימישער, אונגערישער וויליאמסבורג'ער עולם האטציך איינגעהאנדלט. נישט פארשטייענדיג קיין איין ווארט וואס הרב שטיינזאלץ ז"ל האט געזאגט. נאכדעם, וואס איצא שייגעץ האט געזאגט אז הרב שטיינזאלץ איז געווען אן אפיקורס (עפרא לפומיה, פון איצא שיי..) האבן זיי עס אוועקגעווארפן...! שוין. צוריק צום ענין...!

דער יונגערמאן האט געליינט א מודעה (אדער הודעה. אויף די טמא'נע שפראך, העברעיש, רח"ל מהאי דעתא.) אז א פראפערטי (אייגנטום) שטייט צו פארקויפן. די גרויסקייט פון שטח, איז געשטאנען אין די מודעה, איז...20 אמות די ברייט און 50 אמות די לענג. און מ'קען בויען ביז 40 אמות. ער האט גערופן אן אינזשיניער ער זאלל אויס מעסטן דעם שטח. דער אינזשיניער, וועלכער איז געווען א רוסישער אימיגראנט. (ווייל פון רוסלאנד זענען נאר ארויסגעקומען אינזשיניערן צו די אידישע מדינה.) און ער האט ליידער נישט געלערנט אין חדר, האט נישט געוואוסט וואו אנצוהייבן. אויך. זיין מעסטער (אמת הבנין) איז נאר געווען איינגעשטעלט אויף צענטימעטער און מילימעטער. די אייגענטומער האבן געבעטן פאר דעם שטח. א מיליאן שקלים...! דער יונגערמאן איז געווען אין א דילעמא (אט דאס אייגענע ווארט.."דילמא". פון די גמרא מיינט טאקע א דילעמא.) ער האט נישט געוואוסט אויב דער שטח איז ווערט דאס געלט אדער נישט.

ווער ס'ווייסט און קען איהם ארויסהעלפן ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

דאס דערמאנט מיך א קאמישע סצענע וואס איך האב צוגעזעהן. א היימישער איד וועלכער איז נעבעך געפארן אין א ווהילטשעיר. (ראד שטוהל) האט געוואלט אריינגיין אין ביהמ"ד שומרי שבת צו דאווענען מנחה. האט ער געפרעגט פון זיין רוסישן באדינער. וועלכער איז נעבעך נישט געגאנגען אין חעידער. וואו מ'האלט...! דער רב שליט"א האט פונקט דאן פארגעלערנט א שיעור. דער עולם האט געהאלטן די גמרות...! האט איהם דער רוסישער איד געענטפערט כהאי לישנא..."מ'לעינט יעצט פון די גרויסע ביכער"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זאג: בעל עגלה...ווען 'עסטו שוין גיין שלאפן...?!
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

וויאזוי רופט מען א teller אין די באנק אויף לה"ק?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

פקיד (בנק). אדער קופאי/קופאית. דער גוגל טרענסלעיט זאגט ..."כספר"... אבער מ'נוצט נישט דעם ווארט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

מיינע רבי'ס פלעגען זאגען שולחני.

רש"י זאגט ..."השולחני הזה"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו: איך ווילל ביי דיר פרעגן... א מקוה וואס דארף האבן 40 סאה איז געמאכט פון טשאקאלאד אדער וואסער...?!
ריכטיג, טעיתי.
אבער 'לוג' און 'הין' איז נאר פאר ליקוואד, דעריבער מער פאסיג פארן צוקונפטיגע בענזין סטאנציע

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובוהו: דו ביסט גערעכט. אז מ'זאגט ענדערש לוג און הין אודה ולא אבוש אז פון אט די 2 מאסן ווייס איך נישט די פונקטליכע טרענסלעישן וויפיהל ס'איז אין גאלאנס אדער ליטער ווייל די אלע אנדערע חשבונות וואס איך האב געברענגט האביך נאכגערעכנט פונקטליך וויפיהל דאס איז...!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

berlbalaguleh האט געשריבן:די ווערד פון 4 שקלים איז בערך 4 שקל פאר א דאללער. (אזוי ווי להבדיל אין די טמא'נע מדינה. להבדיל בין טומאה לטהרה.) און א סאה איז בערך 2.07 גאללאן. האט ער נישט איבער געצאללט. נאר זייער ביליג אפגעקומען...!


זעה די ריכטיגע שקל/דאלער אויפטויש ראטע. עס איז נאכאלץ ביליג באצאלט, אבער נישט אזוי ביליג. עכ"פ פאר אפאר חדשים צוריק וואלט דאס נישט געווען א מציאה.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה: דו ביסט גערעכט. סיי דער דאללאר, אבער דער שקל מער, פלאקטשועיטן די גאנצע צייט. איך האב אנגענומען די עקסטשעינדזש רעיט פון בערך 2 יאר צוריק. וואס דאמאלס איז עס געשטאנען אויף אומגעפער 4 שקלים פאר א דאללאר.

ייש"כ פאר ווייזן אינטרעסע אין דעם סאבדזשעקט. (אידישלאנד). די ספעקולאציעס זענען ענדלאז. אונז (די מערסטע פון אונז) האבן יונגערהייט געלערנט חומש און גמרא. און היינט איז (כמעט) נישט דא וואו צו אפלייען אט די אלע מאסן אין פראקטישן לעבן.

לאמיר זיך פארשטעללן ווען אין די היינטיגע מאדערנע מדינת ישראל וואלט מען גענוצט די סטאנדארדס פון די צייטן פון די גמרא. און נאך פריער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותי: נאך א פאל וואס אונז האמיר געליינט אין די (אמת'דיגע) אומאפהענגיגע ארגאן פון ארטאדאקסישן אידנטום אין אידישלאנד...!

אין א זומער'דיגן דאנערשטיג נאכמיטאג האט אריינשפאצירט אין ר' קרקפתא'ס היימישע עסן געשעפט (גראסערי) די אשת חיל פון ר' זרחיה ברוקשטיין הי"ו און זי האט געבעטן אז מ'זאלל איהר געבן א צענטל פון אן איפה מעהל און א האלבע סאה פלאקס קערל שמן.

ר' זרחיה איז א איד לאורך ימים (עמו"ש) שוין א איד א בן שבעים. ער האט ב"ה חתונה געמאכט אלע קינדער. און דעם שבת קומט קיין איינס פון זיינע קינדער נישט צו זיין ביי די עלטערן. ס'איז נאר ער און זיין בני בית...! האט זיין רביצין תחי' געוואלט אפבאקן א קליינעם ניסן קעיק לכבוד שבת...!

ווען די רביצין פון ר' זרחיה איז ארויס געגאנגען קומט אריין די אשת חיל פון ר' שמריה שפיצנבערג און זי בעט ר' קרקפתא'ס אנגעשטעלטן. א היימישער יונגערמאן וואס איז אקארשט ארויס פון כולל. און ר'האט אנגעהויבן צו ארבעטן. אזוי ווי ער איז א שטיקל קרוב (א שני בשלישי פון א דריטן קאזינ'ס א צוגעקומענער פלימעניק) האט איהם ר' קרקפתא אריינגענומען אין געשעפט. שוין. די מרס. שפיצנבערג'ס מאן ר' שמריה איז א חשוב'ער איד אין די פערציגער יארן. אבער ער לערנט אין דראהביטשער כולל. וואו ס'לערנען נאך עטליכע יונגעלייט פון זיין עלטער. (א טייל פון זיי קומען פון גאר פארמעגליכע משפחות. אזוי אז זיי קענען זיך ב"ה ערלויבן צו זיצן און לערנען. כאטש זיי האבן קע"ה א שטוב מיט קינדער). אבער ר' שמריה וועלכער האט קע"ה א שטוב מיט ניין קינדער, בליעה"ר האט נישט קיין שום זייטיגע הכנסה. ער לעבט נאר פון געלט וואס ער באקומט פון כולל. און נאך א ביסל וואס ער באקומט פון א רייכן פעטער ר' שמואל. אזוי אז ער לעבט בצימצום. ר'האט נישט קיין שום לוקסוס. שוין. זיין רביצין האט געוואלט באקן ראפאגאש חלות אויף שבת און א געשמאקן קאקאאש קעיק (די רעסיפי האטצי נאך פון אינדערהיים אין דעברעצין, אונגארן.) זי בעט ביי דעם אנגעשטעלטן, ר' זלקא פריעדלענדער 2 איפות (איפה בלשון רבים) פיינע געזיפטע מעהל. א פלאש פלאקס קערן שמן פון 2 סאה.און א פעקל פון א צענטל איפה (עשירית האיפה) צוריבענע, געמאלענע געשמאקע ריינע קאקאא...! שוין. זי נעמט זיך ארבעטן. זי גיסט אריין די מעהל אין טאפ פונ'ם שפאגל נייעם עסן אויסמישער וואס זי האט באקומען פון איהר שוויגער'ס מומע אלס א חנוכה מתנה. וואס ארבעט אויף א העכער'ן שטראם פון ר"כ שטארקייט (מ'האמיר נאכנישט געטראפן אין די גמרא א נאמען פאר די שטארקייט פון די עלעקטרישע קראפט. מיר וועללן בלי"נ נאכזוכן און בעז"ה טרעפן א פאסיגן נאמען. אונזער מדינה איז נאך יונג. ווער ס'קען אויפקומען מיט עפעס א פיינעם, שיין קלינגענדיגן נאמען פאר ..."וואלטידזש"... ווערט געבעטן זיך אן צו רופן. וייש"כ למפרע.)...!

שוין. חשוב'ע ליינער און שרייבער פון קאווע שטיבל. צוערשט א יישר כח פאר מיך אויסהערן. און ליינען מיין בויכווייטאג. נאכדעם. ווער ס'קען אויפקומען מיט די ריכטיגע מאסן פון די אלע צוגעהערן וואס ר' זרחיה'ס רעבעצין און ר' שמריה'ס אשת חיל (אויך א רעביצין) האבן איינגעקויפט ביי ר' קרקפתא אין זיין עסן געשעפט, אויף די גלות מאס'ן אין געוויכט. אדער אויף קילאגראם. אדער אויף פונט. און אדער גאללאן'ס און ליטער... ווערן געבעטן זיך אנצורופן...! ייש"כ...!
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

אויב וואלטידש איז די ריבי האור אין די ווייער. איז א סירקיט ברעיקער שבירת הכלים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סעגאל: ס'איז א גוטע מליצה. אבער למען ה'פונקטליכקייט. ..."וואלטידזש" איז נישט די כמות פון עלעקטריציטעט וואס לויפט אין די ווייערס. נאר די שטויסקראפט. דער כח מיט וואס דאס גייט אריבער...! די כמות פון עלעקטריק ווערט געמאסטן אין ..."אמפער'ס"... און ..."וואטט'ס" (און קילא-וואטט'ס.)...!

איך וואלט דיר געקענט געבן א גאנצן שיעור אין די טעאריע (און פראקטיק) וויאזוי די עלעקטריק קראפט ארבעט. אבער פאר דעם פאדערט זיך א באזונדערע אשכול. מיט עטליכע פארזעצונגען. ועוד חזון למועד, בעז"ה בלי""נ(.)...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווען זיי זאגן יזדעזע ארץ ת"ק פרסה על ת"ק פרסה מיינט עס אמות פין חזון איש אדער גר"ח נאה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט