קורקלענד האט געשריבן:די איצטיגע סיסטעם לאזט אויך נישט וואקסן. אויב גייט די וואוקס ראטע ווייטער אזויווי ביז יעצט וועט עס געדויערן נאך בערך פופצן יאר אנצוקומען צו טויזנט משפחות!
איר זענט מעגליך גערעכט, אבער לאזן די מארקעט פארן אן קאנטראל וועט עס
קיינמאל נישט אנקומען צו טויזנט משפחות.
פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.
פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.
לאזן דעם עולם קויפן אליין וועט ארויפשיסן די פרייזן, מאכן אז ווייניגער זאלן וועלן קויפן, די פרייזן וועלן זיין צו הויעך פאר נייע קויפערס פונקט ווי סטעטן איילאנד, און מ'וועט מער נישט קויפן אזוי שנעל.
יעצט זאג דו וועלכע וועג וועט שנעלער מאכן דעם שטאט וואקסן.