העניך האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.
די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון
דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.
דאס איז שוין ברייט באקאנט אז ביי געוואוסע מענטשן ווערן אנדערע באשטעמפלט אלץ טראליש בלויז צוליב דעם וואס זייערע ווערטער טוען אויף א קאמישע וועג אפלאכן פון געוואוסע מיינונגען און אנשויאונגען... ס'איז בסדר, איך שפיר דיין ווייטאג!
מיין נקודה איז אז איך האב דיר לכתחילה געקענט זאגן וואס דיין מיינונג וועט זיין אין יעדן פאל, סיי לגבי די געיט וואס פאליציי האט יא/נישט געשטעלט, סיי לגבי תולדות אהרן "אקונטעביליטי" און סיי לגבי סטאלין.
דאס באדייט אז דיין מיינונג איז בכלל נישט געבויעט אויף די דעטאלן פון יעדע פאסירונג נאר ענדערש אויף דיין - שוין פריער באשטעטיגטע מיינונג אויף די מענטש/גרופע ארום וועם די פאסירונג דרייט זיך.
דיין פריצייטיגע דן זיין לכף זכות - נאך איידער איינער האט אפילו עספיעט דן צו זיין לכף חובה - איז געוועהן העכסט ערווארטעט, אייגענטליך האב איך מיך שוין געוואונדערט פארוואס ס'געדויערט אזוי לאנג.
זאל ווען גענוי די זעלבע פאסירונג האבן פארגעקומען היינט ערגעץ אנדערש, ווי למשל סקווירא אדער גור (אפגערעדט תולדות אהרן) וואלט דיין פיזמון געווען גאר אנדערש.
אין איין ווארט דו ביסט שרעקליך מצומצם אויף אזוי ווייט אז איך קען אויסרעכענען דיין מיינונג פון פריער גאר גרינג אז גענוי וואס מ'קלערט אויף איי-וועלט וועסטו זאגן פארקערט.
די חילוק איז נאר אז אין אייוועלט ווערן תגובות פארמעקט אויב זענען זיי נישט אין איינקלאנג מיט די דעת פונעם ארטיגן קהל און דא וועסטו זיי בלויז אפשטעמפלען אלץ "טראציג און טראליש"!