רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:דער איד וואס פאלגט די הלכה בתמימות, טוט עס ווייל ער האט מורא פון גיהנם, חבלי משיח, און די רבי'ס קפידא... וואס לשיטתו וועט עס אים שאטן נישט קיין נ"מ צו ער פארשטייט אדער נישט... משא"כ ווען מען האלט אז ס'איז איבערגעטריבן און קיינער זעהט נישט...
נו אויף דעם גופא איז מען דא דן, פארוואס אין די גיהנם און משיח׳ס שטריקן גלייבט דער חסיד בתמימות אבער די מאסקעס איז איבערגעטריבן אבער דער קאוועשטיבל איד (כ׳מיין נישט דיר, ווייסט וועם איך מיין...) איז פארקערט, אין די מאסקעס גלייבט ער בתמימות און די גיהנם האלט ער איז איבערגעטריבן? נאכדעם זענען דא די קילע אינגעלייט וואס האלטן אז ביידע גיהנם און מאסקעס זענען איבערגעטריבן אבער דאנעלד טראמפ איז קודש קדשים... ס׳דא גענוג געטשקעס פאר יעדעם.
אבער א געטשקע איז אייביג דא.
כלומר, עפעס וואס מען האלט אלץ פרינציפ אדער שיטה, איז אויך בבחינת געטשקע.
טענה'סט דו, אז די געזעצען פין סעיפטי זענען נישט די געטשקע פין חרדים, ווייל זיי האבן היימישע רבי געטשקעס, ווידער די ק"ש אידן, די אויפגעקלערטע חברה האבן די מאסקעס געטשקעס, און די חשבונות פין יידל און אבטולמוס זענען די כתבי אר"י פין דער ע"ז, וואס פראבירט אוועק צושטעלן דער שיטה פין דער געטשקע, מיט מאכען אויסזעהן דער געטשקע, ווי א סייענס, וואס הגם סייענס קען אויך זיין, און פאר פארשידענע איז א געטשקע, וויל דאך קיינער נישט מודה זיין אז ער אז א מאמין אין געטשקעס, און אז זיין געטשקע איז א געטשקע, נאר ליבערשט איינרעדען די צוקוקער אז זיין געטשקע איז אמת גמור.
איך בין מודה צו דיין פשט'ל, ביסט גערעכט.
אבער עס בלייבט נאך אלץ א קשיא. פארוואס ווילען מיר נישט האלטען סעיפטי געזעצען אלץ קאמאן סענס, נישט אלץ געטשקע? די סעיפטי געזעצען זענען נישט אנגעפרעגט מכל וכל פין פשוטער שכל. למשל איינער וואס טראגט א קאפעל, מוז זיין וועגן רעליגיע וכו', אין פשוטע זינען איז נישטא קיין סיבה צו טראגן א קאפעל, אבער מאכן א בנין געזעצליך, נישט נוצען פאר עס איז באשטעטיגט סעיף מאכט סענס. און קל וחומר מאכן פארענטשעס דורך טיי ראפס וכו'.
ועוד, קארלין האלט סעיפטי געזעצען פאר א געטשקע.
אלא מאי כדאמרן.