נאפאליאן באנאפארטע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

נאכן אנהאלטן די עקאנאמישע בלאקאדע אויף 'ענגלאנד' פאר כמעט דריי יאר, האט 'צאר אלעקסאנדער' מער נישט אויסהאלטן די עמבארגא נישט קענענדיג פארקויפן קיין סחורה פאר די ענגלישע וואס זענען געווען פון זיינע גרעסטע קונים, האט עס מער שאדן געטון פאר 'רוסלאנד' ווי פאר 'בריטאניע', דעריבער אין 1810 האט ער דערקלערט אז ער איז מער נישט פארפליכטעט דערצו, יעדער האט געוויסט וואס גייט קומען, און טאקע נישט לאנג דערויף האט 'נאפאליאן' דערקלערט קריג.

די מלחמה איז די באקאנטע מלחמות נאפאליאן װי אונזערע גדולים און שרפי מעלה אין שפיץ פונעם הייליגן בעל התניא און הרה''ק ר' מענדלע מ'רימאנאוו האָבן זיך ארומגעאמפערט, אויף אזוי ווייט אז איינער פון די צדיקים האט זיך אויסגעדריקט אז ווען 'נאפאליאן' וואלט ווען געוויסט, ווער עס פירט עכט די קריג, וואלט ער גערוקט זיין גאנצע מיליטער אנטקעגן די צדיקים.

די פראנצויזישע ארמיי האט זיך ארויפגעווארפן אויף די רוסישע בער הונגעריגערהייט איינשלינגענדיג זייער שנעל ריזיגע שטרעקעס, דאס איז געקומען צוליב וואס די רוסישע מיליטער האט זיך געהאלטן און איין צירוקציען, זיי האבן פאר די גרעסערע חלק מלחמה זיך צירוקגעהאלטן פון פארפירן א שלאַכט מיט 'פראנקרייך' וויסענדיג אז אין א דירעקטע שטרייט, האבן זיי נישט קיין שאנס, צירוקציענדיג האבן די רוסן אדאפטירט 'פארברענטע ערד' פאליסי, פארברענעדיג אלעס וואס איז געליגן אין וועג,אזוי אז ווי די 'פראנצויזן' זענען אנגעקומען האבן זיי נישט געהאט קיין עסן טרינקען אדער ווי צו זיך אנידערלייגן.

אזוי איז אויסגעקומען אז אלעס וואס מ'האט געדארפט פאר א מיליטערישע קאמפיין, האט מען געברויכט טראנספארטירן די לאנגע וועג פון 'פראנקרייך', וואס דאס איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער אוועקנעמענדיג הונדערטער סאלדאטן פון די פראנט, און בכלל, נישט האבענדיג די סופלייס צו די האנט האט עס שטארק פארשווערט פאר 'נאפאליאן' אנצוגיין מיט זיין בליץ קאמפיין.

בערך 110 קילאמעטער פאר 'מאסקעווע' אין די שטעטל 'בארנאדינא' האט דער רוסישער הויפט קאמאנדיר 'קאטזאוו', מער נישט אויסגעהאלטן די פרעשור פון זיינע גענעראלן און אפיצירן וועלכע האבן נישט אויסגעהאלטן די בושה אז די מעכטיגע 'רוסלאנד' קען זיך נישט פארמעסטן מיט 'פראנקרייך', און זיי האבן פארלאנגט אז די רוסישע מיליטער זאל זיך יא קעגנגעשטעלן נאפאליאן'ס ארמיי,און עטוואס פארשטייטערן זיין פאראויס מארש, און פאר איין גאנצע טאג האבן די רוסן אראפגעשטעלט א ווידערשטאנד, אבער און די שטילקייט פון די נאכט האבן זיי אפגעצויגן צו אונטער 'מאסקעווע', ערלויבענדיג פאר די 'פראנצויזן' איינצונעמען די הויפט שטאט.

נישט די גאנצע רוסישע מיליטער האט אבער איבערגעלאזט די שטאט, ס'איז נישט קלאר צו עס איז געווען א דירעקטע באפעל פון אויבן אדער סתם רוסישע פאטריאטן, אבער און די זעלבע נאכט וואס 'נאפאליאן' האט אריינמארשירט האבן מאסיווע פייערן אויסגעבראכן איבער די גאנצע שטאט, ווי מ'האט זיך נאר געדרייט האט געפלאקערט, די איבער געבליבענע רוסן האבן אונטערגעצינדן אלעס וואס איז נאך געשטאנען, אזוי אז ווען די פרי-מארגן האט אויפגעשיינט איז אחוץ די גאווערמענט אינסטיטוציעס נישט געווען קיין איין בילדונג אין 'מאסקעווע'.

'נאפאליאן' איז פארבליבן אין שטאט פאר איין חודש,ווארטנדיג אז דער צאר זאל זיך ברעכן און איינגיין אויף א שטילשטאנד, אבער ווען דאס איז נישט געשען, און צו דעם איז צוגעקומען די פאקט אז ער איז נישט געווען גוט פארגעברייטעט פאר די ווינטער חדשים, האט מען איבערגעלאזט די שטאט, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן לאנגן וועג אהיים, אויף די מאמענט האט די רוסישע גענעראל 'קאטזאוו' געווארט, ער האט ארויסגעשיקט די רוסישע קאזאקן צו שטיין אויף די געהירן פון די פראנצויזישע ארמיי, זיי האבן דורכגעפירט היט-ענד-ראן סטייל אטאקעס אזוי האבן זיי צוביסן מער און מער די שוין פארוואונדעטע ארמיי.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

ישר כח עס איז זייער שיין.
מיר ליגט אין קאפ אז מאסקווע איז דעמאלס נישט געווען הויפט שטאט נאר סתם א גרויסע אינדאסטריעל שטאט. די הויפט שטאט איז דעמאלס געווען סט. פעטערבורג (היינט לענינגראד אויסער אויב מען האט נאכאמל געטוישט נאמען)
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סעגאל האט געשריבן:ישר כח עס איז זייער שיין.
מיר ליגט אין קאפ אז מאסקווע איז דעמאלס נישט געווען הויפט שטאט נאר סתם א גרויסע אינדאסטריעל שטאט. די הויפט שטאט איז דעמאלס געווען סט. פעטערבורג (היינט לענינגראד אויסער אויב מען האט נאכאמל געטוישט נאמען)

די הויפט שטאט אין 'רוסלאנד' האט זיך פון 1703 ווען 'צאר פיטער' האט עס גערוקט קיין 'סט. פעטערבורג', עטליכע מאל געטוישט אהין און צירוק, און 1812 איז אבער יא 'מאסקעווע' געווען די הויפטשטאט
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ווי נאר די נייעס אז 'נאפאליאן' האט דערלייגט די מלחמה אין 'רוסלאנד', -און נאך מיט אזא קנאק, פון 600,000 ביים אנהייב פון די יעצטיגע קאמפיין, איז ער געגאנגען צו בלויז 100 טויזנט לעבעדיגע, און קארגע 10,000 קאמפ'ס פעאיגע,- האט דערגרייכט די איבעריגע חלק 'אייראפע', האט אויסגעבראכן אנטי פראנצויזישע רעוואלוציע'ס איבעראל, פון 'דייטשלאנד' ביז 'עסטרייך' און אפילו אין 'איטאליע' וואס איז געווען פולשטענדיג אונטער פראנצויזישע קאנטראל, האבן די בירגער אנגעהויבן צו רודפן די פראנצויזישע סאלדאטן און איינגעשטעלטע וואס זענען דארט געווען סטאנציאנירט.

אויך אין 'פראנקרייך' גופא האט די באפעלקערונג, ווי די שטייגער נישט ליב צו האבן צו זיין אויף די פארלירער זייט, פלוצים פארלוירן קאנפידענץ אין 'קייסער נאפאליאן', אזוי ווייט אז ס'איז כמעט געלונגען פאר 'גענעראל פראנסיס דע-מעלעי' צו דורכפירן אן אויפשטאנד און פארכאפן די מאכט, דורכ'ן ארויסלאזן א קול אז דער קייסער איז געשטארבן אין די ווינטער קאמפיין, די אויפשטאנד האט געטריבן 'נאפאליאן' זיך אהיימצויאגן, אנקומענדיג אהיים האט ער גלייך אנגעהויבן אויפצושטעלן פון פריש זיין צוקלאפטע מיליטער, ס'אבער שוין נישט געווען ווי אמאל, ער האט באוויזן צוזאמצושטעלן אן ארמעי פון בלויז 150 טויזנט.

די איבעריגע חלק 'אייראפע' איז יעצט ארויס און פולן שוואונג קעגן 'נאפאליאן', 'ענגלאנד', 'שפאניע' און 'פארטוגאל' האבן אטאקירט פון איין זייט, 'דייטשלאנד' 'פרייסן' און 'עסטרייך' פון די אנדערע זייט, 'איטאליע' און 'רוסלאנד' פון א דריטע זייט, וויסענדיג אז 'נאפאליאן' איז א מייסטער פאליטישן, און ער קען נאך פארנארן יעדע לאנד באזונדער אין א שלום פארשטענדעניש, האבן אלע לענדער זיך פארפליכטעט נישט צו פירן שלום געשפרעכן אליין, נאר אלע צוזאמען, דא און דארט האט 'פראנקרייך' נאך יא באוויזן צו דערגרייכן עטליכע זיגן, אבער עס איז געווען קלאר אז די ענדע איז נאנט.

און די ענדע איז געקומען נאך א דריי טאג'יקע גאר בלוטיגע שלאכט אין 'לייפציג', א שלאַכט באוויסט מיטן צונאמען 'קאמפ פון לענדער', ווי א קאליציע פון 'רוסישע', 'עסטרייכישע', 'פרייסישע' און 'שוועדישע' ארמייען האבן צושמעטערט 'נאפאליאן'ס גרענד ארמיי, דאס איז געווען איין פון בלויז 7 שלאכטן וואס 'נאפאליאן' האט דערלייגט דורכאויס זיין קאריערע!.

נאך די פארלוסט האט 'נאפאליאן' זיך צירוק געצויגן אריין אין 'פראנקרייך', אבער אפילו זיין היימלאנד האט ער שוין נישט געהאט די כח צו באשיצן, און אים 'מערץ 1814' איז 'פאריז' געפאלן, ביי די פונקט האט די פראנצויזישע פארלאמענט צוזאַמען מיט די גאנצע מיליטערישע שטאב, געמאלדן אז זיי לייגן אראפ די געווער, און געבן זיך אונטער פאר די קאליציע, 'אפריל 6' האט 'נאפאליאן' ענדליך אונטערגעשריבן די קאפיטולאציע דאקומענט, ווי ער געט אויף די קאמפן, אבער נישט די מלוכה, ס'האט אים אבער נישט צו סאך געהאלפן, און נאך א קורצע טרערן געשטיקטע געזעגענונגס דרשה אין די הויף פון די קעניגליכע פאלאץ פאר זיינע נאנסטע סאלדאטן, 'די אימפעריעל גארד', איז ער פארטריבן געווארן צו א רעלאטיוו קליינע אינזל אין די 'מעדיטרעניען ים' 'עלבע', ווי ער איז לויטן אפמאך געווארן קעניג.

מיט אים איז מיטגעפארן א קראפט פון 400 טרופן, מיינסטענס וואלענטירן, וועלכע האבן געזאלט דינען ווי די ארמיי פון זיין קליינע מלוכה, אויך איז ער געווארן צוגעטיילט א געהאלט פון צוויי מיליאן פראנק א יאר, און מיט דעם איז געקומען צו אן ענדע 'נאפאליאן'ס ערשטע מלוכה, ער איז געווען בלויז 45 יאר.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

באקומענדיג דאס קליינע לענדל, און אן קיין מלחמות צו פירן, האט ארויסגעשיינט 'נאפאליאן'ס בריליאנטענע פירערשאפט און פרידנס צייטן, און ער האט איבערגעוויזן אז ער איז נאך אזא גוטע אדמיניסטראטער ווי קריג'ס גענעראל, ער האט איבער געבויעט די אינפראסטרוקטור איבערגעארבעט די שטייער ברעקעט'ס, איבערגעפלאנצט די אגריקולטור אינדוסטריע, און איינגעפירט די זעלבע לעגאלע סיסטעם וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין 'פראנקרייך', און דאס אלעס, אונטער 300 טעג!.

צירוק אין 'פראנקרייך', איז ווי אלעמאל, ווען ס'פארהאן שטארק מערקבארע טשענדזש'עס, זענען זאכן צופארן, און פון די ערשטע זאכן וואס ליידט, איז די עקענאמיע, וואס דא האט עס אויסגעקוקט ווי עס זאל האבן מיטגעפארן מיט 'נאפאליאן' צו 'עלבע', צו דעם איז נאך צוגעקומען אז די פראנצויזישע בעלי גאיה, האבן נישט געקענט פארנעמען די פאקט, אז די קעניג, טאקע א ברודער פון די געהארגעטע לואי דער 16'טער, אבער ער איז דאך געווארן אריינגעשטעלט דורך פרעמדע.

עס האט געדויערט זייער שנעל, ביז ווען עס האט זיך אנגעהויבן פארמירן קעגנער גרופעס צום נייעם קעניגרייך, מען האט נאר געווארט אויף איין שטארקע פירער, וואס זאל יעדעם פאראייניגן אלץ איין קראפט, און דער איינער וואס איז געווען די בעסטע געאייגענט פאר די דזשאב, איז געזיצן פונדערווייטענס, ביים ברעג ים קוקנדיג גאנצ'טע טעג אינעם ריכטונג פון די לאנד וואס ער האט אמאל געפירט, 'נאפאליאן' האט מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען אין זיין לאנד, און אום 'פעברואר 16, 1815' האט דער קייסער מיט א גרופע פון ארום 1000 שטיצער, זיך ארויסגעגליטשט פון די אינזל מיטן ציל צו דערגרייכן 'פראנקרייך'.

צוויי וואכן דערויף, דער ערשטער אין 'מערץ', האט די סוויטע געאנקערט אויפן פראנצויזישע מעינלאנד, און זיך ארויסגעלאזט צופיס צו 'פאריז', אויפן וועג האבן זיך הונדערטער פאלקסלייט צוגעטשעפעט און זיך אנגעשלאסן מיט זייער אלטער העלד, 'לואי דער אכצנ'טער' האט געשיקט די מיליטער צו ארעסטירן 'נאפאליאן', אבער ווען די 7'טע פאנצער דוויזיע, האט באגעגנט דעם געוועזענעם קייסער, האט 'נאפאליאן' זיך נישט פארלוירן, נאר איז צוגעגאנגען ביז ממש נאנט צו זיי, געפענט זיין מאנטל, און הויעך אויסגערופן, ''אויב איינער פון ענק וויל שיסן זיין מאיעסטעט, דא בין איך'', פאר עטליכע סעקונדן איז געווען שא-שטיל אויפן פעלד, אבער באלד דערנאך האט דאס פלאץ אויפגעריסן אין הילכיגע געשרייען פון פאטריאטישע פראנצויזישע לאזונגען, און די גרופע האט זיך געשטעלט אונטער זייער געוועזענעם העלד.

'קעניג לואי' האט גלייך איינגעזען אז ער אליין גייט נישט קענען בייקומען דעם צירוקגעקומענעם העלד, איז ער אנטלאפן פון לאנד, אזוי אז 'נאפאליאן' האט אפילו נישט געברויכט זיך שלאגן פאר זיין כסא מלוכה, די אייראפעאישע גרויסמאכטן האבן אבער נישט געקענט בלייבן שטיל, ווייל זיי האבן גאר גוט פארשטאנען וואס גייט זיך יעצט אויסשפילן, און אז דער מלחמה הונגעריגע פארשוין עט ווידער פרובירן איינצונעמען דאס וועלט, דעריבער האבן זיי זיך ווידער פאראייניגט, און צוזאמען דערקלערט קריג, נישט קעגן 'פראנקרייך', נאר קעגן 'נאפאליאן'!, דאס איז די איינציגסטע מאל אין היסטאריע, וואס די וועלט זאל גיין אין מלחמה קעגן איין מענטש.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

'נאפאליאן'ס לעצטע שטאנד.

שליחה דורך אלע צוזאמען »

וויסענדיג אז די קאליציע גייט אים נישט צורו לאזן, האט 'נאפאליאן' זיי געפעדערט און זיך ארויסגעלאזט אין אן אפענסיווע קעגן זיי, צו זיין דיספאזיציע האט ער פארמאגט אן ארמיי פון 150,000 מאן, א חלק איז באשטאנען פון די עליטע 'אימפיריעל גארד', ער האט פארפירט עטליכע קלענערע רייבערייען מיט די שכנות'דיגע לענדער, ווי ער איז גרינג ארויס דער זיגער, דאן אום 'יוני 16' האט אויפגעפלאקערט איין גרעסערע שלאכט, ווי ער מיט זיינע טרופן האבן אינוואדירט און איינגענומען 'בעלגיע', דא, איז ער אבער געקומען צו אן האסטיגע אפשטעל, ווען בלויז צוויי טעג דערויף, 'יוני 18 1815', איז געקומען די לייב'ס ענדגילטיגע מפלה, דער לעצטער קלאפ, דער לעצטער קאמפ פון דער לעגענד.
די קאליציע , וויסענדיג אז זיי האבן דא צוטון מיט איינער וואס איז כמעט אימבאזיגבאר, האבן זיי געזיכט דער איינער, וואס פארמאגט, דאס וואס פאר 'נאפאליאן' פעלט, און געטראפן האבן זיי עס, אין 'ארטור וועלסלי, דער דיוק פון וועלינגטאן', וואס ווי איין היסטאריקער האט געשריבן, "אויב 'נאפאליאן' איז געווען דער קעניג פון אפענסיווע, איז 'דער דיוק', קעניג פון דעפענסיווע", ער האט גע'שמ'ט אלס איינער מיט אן אייזערנע גייסט, א שארפער שטארק דיספלינירטע מאן, און גאר שטרענגע קאמאנדיר, ער האט באקומען די אויפגאבע צו אונטערברענגן די 'פראנצויז'ישע געפאר אויף אייביג.
צו זיין זייט האט ער געהאט די הילף, פון דער אלטער מלחמה וועטעראן און פירער פון 'פרייסן' גענעראל 'געבהארד בלאוכער', דער לעצטער איז אבער געווען עטליכע טעג ווייט פון די שלאכטפעלד אין 'וואטערלאו' , ביידע זייטן האבן געוויסט אז אן 'בלאוכער'ס ארמיי, איז די געווינס כמעט ווי אין טאש פון 'נאפאליאן', טאקע דערפאר האבן 'נאפאליאן'ס גענעראלן געוואלט אטאקירן שוין ביינאכט, דער נאכט צו יוני 18, און פאר די זעלבע סיבה האט 'מארשאל בלאוכער' זיך געיאגט און געטריבן זיינע סאלדאטן דוראויס די גאנצע נאכט, דורך זימפיגע וועלדער, דא האט 'נאפאליאן' געטון עפעס וואס מ'ווייסט נאך היינט נישט די סיבה דערצו, ער האט זיך געלייגט שלאפן, פארהאן היסטאריקער וואס זאגן אז ביי די פונקט האט 'נאפאליאן' שוין געוויסט אז ער קען נישט געווינען, און ער האט שוין אויפגעגעבן, אנדערע זאגן אז ער איז פשוט געווען אויסגעמוטשעט, וואס ווי באקאנט איז ער געשלאפן בלויז פיר שעה א נאכט, אזוי צו אזוי איז די פראנצויזישע ארמיי געשטאנען געלעמט אין די קריטישע נאכט שטונדן.
ווען 'נאפאליאן' איז אויפגעשטאנען האט ער גלייך ארויסגעשיקט זיינע כוחות, און זיין טיפיקעל וועג פון שורות שורות סאלדאטן, 'וועלסלי' האט דאס געוויסט און ער האט אנגעגרייט די 'בריטן' אויף א שפיץ בערגל, און פון דארט האבן זיי געשפיגן פייער, די 'פראנצויז'ישע כוחות האבן זיך געריקט מיט א שטארקייט ווייטער און ווייטער, צוביסלעך איז די 'ענגלישע' ליניע געפאלן, דאס האט שטארק געהויבן די 'פראנצויז'ישע מאראל, אבער ס'האט נישט אנגעהאלטן פאר לאנג, ווייל דא האט זיך ארויסגעוויזן 'דער דיוק'ס מח, ווען פון אונטער די בערגל האט זיך באוויזן א פרישע רייע קעמפער וואס זענען ביז יעצט געליגן פלאך אויפן ערד, פאר די 'פרענטש' סאלדאטן האט עס אויסגעזען ווי די מתים זענען אויפגעשטאנען, דאס האט זיי שטארק צוטומעלט, און נאך בלויז קארגע מינוטן האבן זיי זיך אנגעהויבן צירוקציען.
ביי די פונקט האט מען שוין אין די דיסטאנץ געזען די 50 טויזענט 'פרייס'ישע סאלדאטן אונטער 'מארשאל געבהערד בלאוכער' כדי צו פארשטאטערן זייער מארש האט 'נאפליאן' צוטיילט זיינע 14 טויזענט קעוועלרי און געשיקט א חלק קעגן די אנקומענדע כוחות, 'מארשאל נעי' האט באקומען די איבריגע פערדן רייטער, און מיט דעם אריינגעשטורעמט אין די 'ענגלישע' לאגער, גרייט צו מאכן א שחיטה, דער 'בריטישע' מייסטער האט עס שנעל באמערקט, און אין א געניאלן שריט האט ער צוטיילט זיינע טרופן און 6 באקסעס, און זיינע 10 טויזענט פערדן האט ער אריינגעשטעלט אינדערמיט, 'נעי'ס רייטער זענען געלאפן פון איין באקס צום צווייטן און עס פרובירט צו ברעכן, פון איבעראל זענען זיי גענטפערט געווארן דורך שטאנדהאפטיגע פייער, נאכמער, נישט קענענדיג לויפן אלס איין גרויסע גרופע ווערענדיג צובראכן דורך די באקסעס פון סאלדאטן איז יעדע רייטער געלאפן פאר זיך און אזוי געווארן גרינגע טארגעטס פאר די ענגלישע מאסקעטס.
'מארשאל נעי' האט פרובירט די דורכגעפאלענע סטראטעגיע נישט ווייניגער ווי 6 מאל, און דורכדעם פארלוירן מערסטענס פון זיינע פערדן, דא איז שוין 'בלאוכער'ס סאלדאטן שוין געווען אינעם צענטער פונעם שלאכטפעלד, גענעראל 'וועלסלי' איז דאן ארויס אויף אפענסיווע און נאך א קורצע אבער בלוטיגע קאמפ האט די 'אימפיריעל גאורד' אנגעהויבן א צירוקטריט, די סצענע, ווי די שטאלץ פון 'פראנקרייך', די קרוין פון זייער מיליטער, די עליטע גאורד טרעט צירוק האט אריינגעווארפן די איבריגע מיליטער לייט אין פאניק, און זיי האבן געמאכט פליטה.
25 טויזענט פראנצויזישע סאלדאטן האבן פארלוירן זייערע לעבענ'ס אין די איין טאג, נאך ניין טויזענט זענען געכאפט געווארן דורך די בריטישע.
די אליאירטע האבן געהאט אן ענליכע 23 טויזענט פאטאליטעטן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט