סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

דעת האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:און די נקודה ברענגען די סאטמארע רבנים ארויס אין זייער דעת תורה וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען בערך 10 יאר צוריק.יענע קול קורא איז געשריבן געווארן דורך די גרעסטע און עלטסטע רבנים אין סאטמאר, אריינגערעכנט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן וואס איז געווען דער רבי פון ר' געציל בערקאוויטש, אויך אינטערגעשריבן דורך ר' משה מנחם טירנויער, רז"ל פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער און נאך

ווער איז רז"ל פילאפף'ס רבי?

ר' אברהם לייטנער מיט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:א חידוש נפלא! קודם כל האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים אזא טענה אין די לעצטע 20 יאר, ניטאמאל אין די הייסטע צייטן בחייו פון זיין טאטן וואס האט אים געזאלט קרוינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל!

ביסט נישט באקאנט אין מציאות. אין דער איד איז שוין אסאך מאל געווען א בריוו פון ברך משה פון תשס"ד אז רז"ל איז מרא דאתרא אין קרית יואל.

נאכאמאל, איך זעה אז דער עולם כאפט זיך ארויף אויף דעי שורה, יעדער מיט א אנדערע פירכה, איז וועל איך נאך איינמאל פרעגן דא: וואס האט רז''ל געטון אין קרית יואל אלס מרא דאתרא, אז ער זאל פארלאנגען די אחריות פון סידור קידושין פאר זיך?

ער האט במשך 20 יאר קיימאל נישט פארלאנגט גארנישט נישט קעיר גענומען גארנישט אין די צייט וואס מהר''א איז געווען אין שפיץ פון אלע הנהגת העיר.

קען זיין ער האט קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז מרא דאתרא, ער ליינט דאך נישט דער איד...

צו קלאר מאכן: פארלאנגען סידור קידושין איז נישט פאר א רבי, נאר בלויז פאר א מרא דאתרא, וואס טראגט די אחריות פון אלע הנהגת העיר, ובתוכם די אחריות פון סידור קידושין.

טאמער ס'ווערט א טענה'ריי אויב רז"ל איז מרא דאתרא אין קר"י, שטייען די זאליס גוט. די פאלסט דא אריין אין א טרעפ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז ס'דא א בריוו משנת תשס"ד, אויסשליסלעך איבער קרית יואל.

די בריוו איז דאכט זיך נאך פון פריער, פון תשס"ב. דער ברך משה שרייבט דארט אז רז"ל איז ידו כידי אין קרית יואל, און ער גיבט אים פולשטענדיג איבער די רעכט דארט צו מסדר קידושין זיין.

אז מען ברענגט שוין יא ברענג שוין פונעם דברי יואל.

דער דברי יואל האט געהאלטן פונקט ווי עס איז געווען אינדערהיים, אז א קהילה וואס האט זיך אפיציעל אפגעטיילט (א שטייגער ווי די 2 קהילות קדושות אין איהעל אדער סערדאהעיל) האט נישט די אפגעטיילטע קהילה קיין שום שעבודים צו די אנדערע קהילה.

און די נקודה ברענגען די סאטמארע רבנים ארויס אין זייער דעת תורה וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען בערך 10 יאר צוריק.יענע קול קורא איז געשריבן געווארן דורך די גרעסטע און עלטסטע רבנים אין סאטמאר, אריינגערעכנט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן וואס איז געווען דער רבי פון ר' געציל בערקאוויטש, אויך אינטערגעשריבן דורך ר' משה מנחם טירנויער, רז"ל פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער און נאך

די רבי פון מר"א אליינס. ער האט דאך נישט געלאזט טאנצן כ"א כסלו מיט מוזיק צוליב אבלות רבו און בשעתו האט ער געזאגט די באקאנטע הספד הלכה כמותו בכל מקום
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בן ישי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא, און אין די יעצטיגע מציאות, אבער בלויז צו קלאר מאכן...

וועל איך גארנישט שרייבן ווייל איך בין נישט באקאנט.

לאל

כ'האב געטראכט די זעלבע. @מיליאנער פאנגט אן ווי אן אומשולדיג שעפעלע, ער איז נישט באקאנט..... נו פארוואס שרייבסטי?!

די זאליס פירן א היפש בטלנ'ישע קאמפעין.
ערשטענס וואלט מרז"ל געדארפט שטעלן זיין דיין רב ראזענפעלד אז ער זאל זיין אחראי אויף סידור קדושין, אזוי זאל מען נישט קענען זאגן לכבוד עצמו הוא דורש.
צווייטענס איז דא א פשוטע וועג אפצושטעלן די טעראר. פאר יעדע מחותן וואס ווערט טערעראזירט זאל גיין טויזענט קאלס צו רעבעצין סאשע, גבאי פישער די וועד הקדושין (צו וויאזוי ס'הייסט נאר) און זייערע ווייבער, אויף די סעלפאן און אינדערהיים, ווי מ'וועט בעטן בדרכי נועם אז מ'זאל נישט טערעראזירט מחותנים. יעדע זלונישע יונגערמאן וועט מאכן פאון קאלס ביז די רדיפות וועלן זיך אפשטעלן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ורש.... הללו ראו ולא לקחו מוסר!

וויפיל נאך טראגעדיעס דארף פאסירן אין כלל ישראל רח"ל אז מיר זאלן סטאפן מיט די וואנזיניגע מחלוקת וואס אינטרעסירט נישט קיינעם?

מען האט שוין געמיינט, געהאפט, ביי קאראנע צייטן, אז די 2 ברודער זענען זיך מפייס... מען האט געהאפט אז די אלע לעצטיגע פאסירונגען וועלן אויפטרייסלען יעדן איד באשר הוא שם זיך צו מתקן זיין בין אדם לחבירו.... וואס האט מען פון וויינען ווי א ביבער ביי די הדלקה אדער פון קענסלען דעם טיש ל"ג בעומר, בשעת מען טוט ווייטער די זעלבע מעשים וואס זענען גורם די טראגעדיעס!

טייערער ר' אהרן, טייערער ר' זלמן לייב... אויב לייענט עטץ דא (אדער איינער פון ענקערע יוצר משרתים) בעטן מיר אייך בכל לשון של בקשה אויפצוהערן זאפארט מיט די מחלוקת'ן!

ווי אזוי האט נאר דער איד אמאל געשריבן? "חזור בך"!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אינטערסאנטער האט געשריבן:מהרז"ל האט געטוהן אלעס וואס עס איז אים געווען מעגליך צו טוען. אויפגעשטעלט א ריזן מוסד מיט קרוב צו פינעף טויזענט קינדער, אויפגעשטעלט בתי מדרשים, אוועקגעשטעלט א מקוה טהרה לצורך בני העיר אינטער זיין אחריות, א מצה בעקערי און נאך און נאך, חוץ וואס ער קומט ארויס קיין קרית יואל יעדע שני וחמישי זיך אומצוקוקן אויף די צרכי העיר.

בקיצור אלעס וואס איז געווען "ביכולתו" צו טוען האט ער שטענדיג געטוהן, נאר נישט אלעס איז געווען ביכולתו צוליב די הנהגת הוויליזש וכדומה, אדער וויבאלד די זאלן און די אלטע בילדינגס האט ר' אהרן זיך ארויפגעזעצט אויף עס, אבער יעצט אז ער האט געמאכט אן אייגענע זאל, און עס בויעט זיך נאך זאלן וואס וועט באלאנגען צו אים, וועט ער אין דעים הינזיכט אויך טוהן מה שביכולתו אז די סידור קידושין זאל זיין אינטער זיין אויפזיכט, אלס זיין פליכט פון מרא דאתרא.

לפענ"ד: איז דער מצב א ביסל אנדערש. מהרז"ל שליט"א איז געקומען צום גרייטן (ע"י ידידו מהר"מ גבאי.). און די כת מהרז"ל. אויך די כת בני יואל האבן ביידע געארבעט (לאו דוקא צוזאמען) מעביר צו זיין דעם יורש דאורייתא, מהר"א שליט"א. און ווער שמועסט נאך אז דער ברך משה האט איהם (מהר"א) ממנה געווען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל. מהר"א און זיינע אנהענגערס האבן סך הכל באשיצט זייער בארעכטיגטע פאזיציע. פון וואס מ'האט זיי געוואלט בארויבן. צוליעב ענגע פאליטישע חשבונות און אייגענע אינטרעסן. דורך מאניפולאציעס. פארשטייצעך. מ'האט אריינגענומען דעם אייבישטן אין די פאליטיק. אלעס איז געטון געווארן לשם שמים. כדי צו ראטעווען אידישקייט...! דער אייבישטער האט געהאלפן און מהר"א שליט"א האט מנצח געווען...! אין אנדערע מקומות (ווי בעלזא און וויזניץ, ב"ב) וואלט מען די מתנגדים נישט געלאזט לעבן אזוי רואיג און אזוי בכבוד'יג ווי מ'לאזט די מהרז"ל חסידים און (להבדיל) די בני יואל, אין קר"י. אויב זיי רודערן נישט ארום. (אלס יחידים).

איך אליינס האב אמאל געדאוונט א שבת אין ביהמ"ד עצי תמרים און איך האב צוגעזעהן ווי מ'איז מכבד מיט'ן גרעסטן כבוד א זון אדער א ברודער פון איינעם פון די גרעסטע אקטיווע מתנגדים צו מהר"א שליט"א...!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אינטערסאנטער האט געשריבן:מהרז"ל האט געטוהן אלעס וואס עס איז אים געווען מעגליך צו טוען. אויפגעשטעלט א ריזן מוסד מיט קרוב צו פינעף טויזענט קינדער, אויפגעשטעלט בתי מדרשים, אוועקגעשטעלט א מקוה טהרה לצורך בני העיר אינטער זיין אחריות, א מצה בעקערי און נאך און נאך, חוץ וואס ער קומט ארויס קיין קרית יואל יעדע שני וחמישי זיך אומצוקוקן אויף די צרכי העיר.

בקיצור אלעס וואס איז געווען "ביכולתו" צו טוען האט ער שטענדיג געטוהן, נאר נישט אלעס איז געווען ביכולתו צוליב די הנהגת הוויליזש וכדומה, אדער וויבאלד די זאלן און די אלטע בילדינגס האט ר' אהרן זיך ארויפגעזעצט אויף עס, אבער יעצט אז ער האט געמאכט אן אייגענע זאל, און עס בויעט זיך נאך זאלן וואס וועט באלאנגען צו אים, וועט ער אין דעים הינזיכט אויך טוהן מה שביכולתו אז די סידור קידושין זאל זיין אינטער זיין אויפזיכט, אלס זיין פליכט פון מרא דאתרא.

אויב בויען א מוסד, מקוה, בעקערי, מאכט א רבי פאר מרא דאתרא איז מהר''א מרא דאתרא אין וויליאמסבורג... אינאיינעם מיט קראלי רבי...

דאס אלעס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט, איז פליכטן פון א רבי צו זיין קהילה, און מאכט נישט איינעם פאר מרא דאתרא, חוץ אויב דו פארשטייסט, אז אויב זוטשקא אמסנא רבי עפנט מוסדות אין קרית יואל (מיט א בעקערי) ווערט ער מרא דאתרא...

און אגב בין איך זיכער אז דו האסט עפעס געהאט אין מיינונג ביים שרייבן ''חוץ וואס ער קומט ארויס קיין קרית יואל יעדע שני וחמישי זיך אומצוקוקן אויף די צרכי העיר'' אבער איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין. מעגליך אז דו האסט געמיינט צוזאגן אז ער קומט ארויס יעדע דינסטאג צו זיין עולם, מיין איך אז דו ביזט זיך טועה מיט א צווייטן...

און לגבי די יכולת וואס דו רעדסט, האב איך יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט איינעם פון די גאר נאנטע מענטשן ביים קרעטשניף סיגוטע רבי, און ער טענהט אז זיין רבי איז קלאר מרא דאתרא, צוליב וואס ער וויל אויפטון אזויפיל גוטע זאכן פאר קרית יואל, ער איז נאר נישט ביכולת ... ער פלאנט טאקע צו קומען מסדר קידושין זיין דעם דאנערשטאג אינעם נייעם זאל פון מהר''א אין די אוידיטוריעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיליאנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז ס'דא א בריוו משנת תשס"ד, אויסשליסלעך איבער קרית יואל.

אינטערסאנטער האט געשריבן: די בריוו איז דאכט זיך נאך פון פריער, פון תשס"ב. דער ברך משה שרייבט דארט אז רז"ל איז ידו כידי אין קרית יואל, און ער גיבט אים פולשטענדיג איבער די רעכט דארט צו מסדר קידושין זיין.

איך וויל מיך נישט אריינלאזן און די אויסגעדראשענע נושא פון די פלארידע בריוון. אבער איך זע אז דו ביזט אזא הייסע חסיד פון ברך משה, וויל איך דיר אויפמערקן, אז במשך די אלע יארן, איז נישט ארויסגעקומען קיין איין בריוו, אדער עדות, אז רז''ל זאל זיין ממלא מקום לאחר מאה ועשרים!!! אלעס האט זיך באצויגן אויף וויליאמסבורג אדער קרית יואל, און ניטאמאל אויף לאחר מאה ועשרים!
און מיין נישט אז מ'האט נישט פרובירט!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז ס'דא א בריוו משנת תשס"ד, אויסשליסלעך איבער קרית יואל.

די בריוו איז דאכט זיך נאך פון פריער, פון תשס"ב. דער ברך משה שרייבט דארט אז רז"ל איז ידו כידי אין קרית יואל, און ער גיבט אים פולשטענדיג איבער די רעכט דארט צו מסדר קידושין זיין.

אז מען ברענגט שוין יא ברענג שוין פונעם דברי יואל.

דער דברי יואל האט געהאלטן פונקט ווי עס איז געווען אינדערהיים, אז א קהילה וואס האט זיך אפיציעל אפגעטיילט (א שטייגער ווי די 2 קהילות קדושות אין איהעל אדער סערדאהעיל) האט נישט די אפגעטיילטע קהילה קיין שום שעבודים צו די אנדערע קהילה.

און די נקודה ברענגען די סאטמארע רבנים ארויס אין זייער דעת תורה וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען בערך 10 יאר צוריק.יענע קול קורא איז געשריבן געווארן דורך די גרעסטע און עלטסטע רבנים אין סאטמאר, אריינגערעכנט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן וואס איז געווען דער רבי פון ר' געציל בערקאוויטש, אויך אינטערגעשריבן דורך ר' משה מנחם טירנויער, רז"ל פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער און נאך

איך וועל דיך זאגן די אמת, איך האב באמת נישט דורכגעטון די רבי ז''ל'ס שיטה לגבי דעם, אדער די מעשיות פון איהעל און סערדאהעיל.
אבער איך וויל פארשטיין, ווען איז געזאגט געווארן די שארפע הלכות לגבי סידור קידושין פון א מרא דאתרא?! אין אנדערע ווערטער, וויפל מענטשן דארף מען האבן צו עפענען א נייע קהילה? זענען די הלכות געזאגט געווארן נאר פאר ווייניגער פון 10 מענטשן? אדער גאר דארף מען בלויז מזומן?

איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

און לגבי דיין טענה לגבי די רבנים גלייב איך אז דו ווייסט אז ס'נישטא קיין ענין צו פסקענען ווי די עלטסטע דיין, ווייל ר' פישל הערשקאוויטש איז אויך געווען עלטער פון די גאנצע ליסט וואס דו האסט דא אויסגערעכנט, וד''ל.. און איך האב דיר נייעס אז השוחד יעור עיני חכמים רעדט מען פון אמתע חכמים און גדולי ישראל, און אין אלע דורות האבן זיך ערליכע אידן וריקגעהאלטן פון פסקענען שאלות וואס זיי האבן געהאט די מינדעסטע נגיעה, און ווי באקאנט אז מ'וועט צוגיין צו איינע פון די דערמאנטע רבנים און זיי פרעגן זייער פריוואטע מיינונג איבער די צוויי אדמורים און קהילות, וועלן זיי נוטה זיין צו איין צד, איז א דבר פשוט אז לגבי מקיל זיין קעגן א הלכה אין די ענינים דארף מען האבן א דרויסענדיגע דיין.

און אגב האב איך דיר אביסל אומבאקוועמע נייעס: מהר''א קען זיך פארמעסטן אין לערנען מיט די אלע דערמאנטע דיינים ''אינאיינעם'' !
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

בן ישי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא, און אין די יעצטיגע מציאות, אבער בלויז צו קלאר מאכן...

וועל איך גארנישט שרייבן ווייל איך בין נישט באקאנט.

סעגאל האט געשריבן:קיינער האט עס נאך נישט אזוי גיט ארויסגעברענגט!!!!

שמעון וואלף האט געשריבן:לאל

כ'האב געטראכט די זעלבע. @מיליאנער פאנגט אן ווי אן אומשולדיג שעפעלע, ער איז נישט באקאנט..... נו פארוואס שרייבסטי?!

איך האב אויך געטראכט די זעלבע זאך....
איך זע אז אזא גרויסע עולם פריידט זיך מיט דעי טאלקינג פוינט, וויל איך באמת נישט צושטערן די הנאה, אבער דאך קוקטס איבער מיינע ווערטער, אינאיינעם מיט מיין גאנצע תגובה, וועט איר זען אז איך האב קיין איין ווארט נישט גערעדט פון די יעצטיגע מציאות אין קרית יואל, וואס איך בין דערווייל נאכנישט קלאר, איך האב בלויז ארויסגעברענגט אלגעמיינע פאקטן לגבי מהר''א'ס מהלך, אין די ענינים און צובלאזן זינלאזע נאנסענס ליגנטס.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעון וואלף האט געשריבן:טאמער ס'ווערט א טענה'ריי אויב רז"ל איז מרא דאתרא אין קר"י, שטייען די זאליס גוט. די פאלסט דא אריין אין א טרעפ

אדרבה, איך וואון נישט אין קרית יואל, אבער אויב ווייזטו מיר אויף אז רז''ל איז מרא דאתרא אין קרית יואל, טראג איך בלי''נ ארויס די חתונות פון מיינע קינדער קיין קרית יואל, און איך נעם מהרז''ל פאר מסדר קידושין!

לעטס סטארט!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעון וואלף האט געשריבן:די זאליס פירן א היפש בטלנ'ישע קאמפעין.
ערשטענס וואלט מרז"ל געדארפט שטעלן זיין דיין רב ראזענפעלד אז ער זאל זיין אחראי אויף סידור קדושין, אזוי זאל מען נישט קענען זאגן לכבוד עצמו הוא דורש.
צווייטענס איז דא א פשוטע וועג אפצושטעלן די טעראר. פאר יעדע מחותן וואס ווערט טערעראזירט זאל גיין טויזענט קאלס צו רעבעצין סאשע, גבאי פישער די וועד הקדושין (צו וויאזוי ס'הייסט נאר) און זייערע ווייבער, אויף די סעלפאן און אינדערהיים, ווי מ'וועט בעטן בדרכי נועם אז מ'זאל נישט טערעראזירט מחותנים. יעדע זלונישע יונגערמאן וועט מאכן פאון קאלס ביז די רדיפות וועלן זיך אפשטעלן.

דשאסט צו קלאר ווערן. פון וועלכע רדיפות רעדסטו? פון וועלכע פאני קאלס? זאג מיר נישט אז דו רעדסט דא פון די בחורישע פאון קאלס פון 10 יאר צוריק. ווייל אויב מהרז''ל'ס ציל איז יעצט אפצושטעלן די טעראר, קען מען אים איינמעלדן אז עס איז שוין מסודר, ער קען שוין צוריקגיין צו זיינע פליכטן אין וויליאמסבורג, און איבער די גארער וועלט.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט שוין געמיינט, געהאפט, ביי קאראנע צייטן, אז די 2 ברודער זענען זיך מפייס...

וואס זאל איך דיר זאגן? רז''ל איז דא פאר שלום פאר אלע געלטער, ער האט געטרייט מיט גוטן, צו רייטן אויף מהר''א אין א שוואכע מינוט, ווען זיין רעבעצין איז כמעט געווען אוף יענע וועלט, און אז ס'איז נישט געגאנגען מיט גוטן, וועט עס גיין מיט בייזן, בלוט וועט זיך גיסן אבער שלום זאל זיין... אז מהר''א וועט נישט מאכן שלום, וועט ער אים צוקנאקן ביז ער וועט זיך ברעכן און איבערבעטן...
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז ס'דא א בריוו משנת תשס"ד, אויסשליסלעך איבער קרית יואל.

אינטערסאנטער האט געשריבן: די בריוו איז דאכט זיך נאך פון פריער, פון תשס"ב. דער ברך משה שרייבט דארט אז רז"ל איז ידו כידי אין קרית יואל, און ער גיבט אים פולשטענדיג איבער די רעכט דארט צו מסדר קידושין זיין.

איך וויל מיך נישט אריינלאזן און די אויסגעדראשענע נושא פון די פלארידע בריוון. אבער איך זע אז דו ביזט אזא הייסע חסיד פון ברך משה, וויל איך דיר אויפמערקן, אז במשך די אלע יארן, איז נישט ארויסגעקומען קיין איין בריוו, אדער עדות, אז רז''ל זאל זיין ממלא מקום לאחר מאה ועשרים!!! אלעס האט זיך באצויגן אויף וויליאמסבורג אדער קרית יואל, און ניטאמאל אויף לאחר מאה ועשרים!
און מיין נישט אז מ'האט נישט פרובירט!

יעצט ביסטו שוין מודה אויף קרית יואל... פיין. מ'האלט אויף א וועג. יעדן טאג געסטו איין אביסל מער.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: מהר"א און זיינע אנהענגערס האבן סך הכל באשיצט זייער בארעכטיגטע פאזיציע. פון וואס מ'האט זיי געוואלט בארויבן. צוליעב ענגע פאליטישע חשבונות און אייגענע אינטרעסן. דורך מאניפולאציעס. פארשטייצעך. מ'האט אריינגענומען דעם אייבישטן אין די פאליטיק. אלעס איז געטון געווארן לשם שמים. כדי צו ראטעווען אידישקייט...! דער אייבישטער האט געהאלפן און מהר"א שליט"א האט מנצח געווען...! אין אנדערע מקומות (ווי בעלזא און וויזניץ, ב"ב) וואלט מען די מתנגדים נישט געלאזט לעבן אזוי רואיג און אזוי בכבוד'יג ווי מ'לאזט די מהרז"ל חסידים און (להבדיל) די בני יואל, אין קר"י. אויב זיי רודערן נישט ארום. (אלס יחידים).

איך אליינס האב אמאל געדאוונט א שבת אין ביהמ"ד עצי תמרים און איך האב צוגעזעהן ווי מ'איז מכבד מיט'ן גרעסטן כבוד א זון אדער א ברודער פון איינעם פון די גרעסטע אקטיווע מתנגדים צו מהר"א שליט"א...!

הייסט אז דו פארלייקנסט די טעראר וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל אלע יארן ווייל מ'האט מכבד געווען עפעס א מתנגד אין עצי תמרים? דו ביסט ביים דעת?!

די טעראר אין קרית יואל איז נישט פארגעקומען אין קיין אידישע קהילה אין די וועלט. איך בין מסופק אויב די יעצטיגע טעראר אין גור קען זיך פארמעסטן מיט די רדיפות וואס בני יואל האט געליטן. מעגליך אז ס'איז געווען בארעכטיגט ע"פ הלכה, אבער ביטע פארלייקן עס נישט...

דאס אז אין בעלזא וואלט מען געטון ערגער האט שוין ר' אהרן פארפירט, שגץ ארויס?! אין בעלזא וואלט מען געשריגן כהנים ארויס... עכדה"ק.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט שוין געמיינט, געהאפט, ביי קאראנע צייטן, אז די 2 ברודער זענען זיך מפייס...

וואס זאל איך דיר זאגן? רז''ל איז דא פאר שלום פאר אלע געלטער, ער האט געטרייט מיט גוטן, צו רייטן אויף מהר''א אין א שוואכע מינוט, ווען זיין רעבעצין איז כמעט געווען אוף יענע וועלט, און אז ס'איז נישט געגאנגען מיט גוטן, וועט עס גיין מיט בייזן, בלוט וועט זיך גיסן אבער שלום זאל זיין... אז מהר''א וועט נישט מאכן שלום, וועט ער אים צוקנאקן ביז ער וועט זיך ברעכן און איבערבעטן...

וואס האט די יעצטיגע מעשה מיט זיין ברודער?! ער האט אויפגעשטעלט א תקנות זאל, און ער האט אלע רעכטן דארט פונקט ווי קראלי איז בעה"ב אויף זיין שול אין וויליאמסבורג. ווער ס'וויל נוצן זיין סערוויס זאל זיך צושטעלן. אפשר זאל טאהש זיין באליידיגט אויף דעם?!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:יעצט ביסטו שוין מודה אויף קרית יואל... פיין. מ'האלט אויף א וועג. יעדן טאג געסטו איין אביסל מער.

ווי האב איך געזאגט אז ס'איז נישט ארויסגעקומען א בריוו פון ברך משה לגבי קרית יואל?

איך האב עס שוין גראדע געזען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיליאנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט שוין געמיינט, געהאפט, ביי קאראנע צייטן, אז די 2 ברודער זענען זיך מפייס...

וואס זאל איך דיר זאגן? רז''ל איז דא פאר שלום פאר אלע געלטער, ער האט געטרייט מיט גוטן, צו רייטן אויף מהר''א אין א שוואכע מינוט, ווען זיין רעבעצין איז כמעט געווען אוף יענע וועלט, און אז ס'איז נישט געגאנגען מיט גוטן, וועט עס גיין מיט בייזן, בלוט וועט זיך גיסן אבער שלום זאל זיין... אז מהר''א וועט נישט מאכן שלום, וועט ער אים צוקנאקן ביז ער וועט זיך ברעכן און איבערבעטן...

וואס האט די יעצטיגע מעשה מיט זיין ברודער?! ער האט אויפגעשטעלט א תקנות זאל, און ער האט אלע רעכטן דארט פונקט ווי קראלי איז בעה"ב אויף זיין שול אין וויליאמסבורג. ווער ס'וויל נוצן זיין סערוויס זאל זיך צושטעלן. אפשר זאל טאהש זיין באליידיגט אויף דעם?!

פאר די וואס האבן א שוואכע זיכרון: הגאון מהר''א ודייניו טענהן, אז מטאר נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

און ממילא? וואס האט עס מיט עטרת מייזעלס?! אויב ווילסטו מהר"א אלס מסדר קידושין איז דא גענוג זאלן אין שטאט. לאז עטרת מייזעלס פאר די מורדים וואס האבן אייגענע דיינים.

בכלל איז א חוצפה נורא צו נעמען יענעמ'ס זאל און אים שטעכן אין רוקן מיטן נעמען ר' געצל אלס מסדר קידושין. ווילסט א ביליגע זאל? רעד צו דיין ראש הקהל ער זאל דיר צושטעלן. וואס ווילסטו פון יענעם?!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:יעצט ביסטו שוין מודה אויף קרית יואל... פיין. מ'האלט אויף א וועג. יעדן טאג געסטו איין אביסל מער.

ווי האב איך געזאגט אז ס'איז נישט ארויסגעקומען א בריוו פון ברך משה לגבי קרית יואל?

איך האב עס שוין גראדע געזען.

איין בלאט צוריק.
זעענדיג אז די זאכן פארן נישט גיט, האט רז"ל באשלאסן אז ער איז דער סאטמארער רבי, און ער איז באמת מרא דאתרא אין קרית יואל,

א חידוש נפלא! קודם כל האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים אזא טענה אין די לעצטע 20 יאר, ניטאמאל אין די הייסטע צייטן בחייו פון זיין טאטן וואס האט אים געזאלט קרוינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:און ממילא? וואס האט עס מיט עטרת מייזעלס?! אויב ווילסטו מהר"א אלס מסדר קידושין איז דא גענוג זאלן אין שטאט. לאז עטרת מייזעלס פאר די מורדים וואס האבן אייגענע דיינים.

בכלל איז א חוצפה נורא צו נעמען יענעמ'ס זאל און אים שטעכן אין רוקן מיטן נעמען ר' געצל אלס מסדר קידושין. ווילסט א ביליגע זאל? רעד צו דיין ראש הקהל ער זאל דיר צושטעלן. וואס ווילסטו פון יענעם?!

ווי שוואך איינעמ'ס זיכרון קען ווערן...

הגאון מהר''א ודייניו טענהן, אז מטאר נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא!!!.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מפיל קינד האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:יעצט ביסטו שוין מודה אויף קרית יואל... פיין. מ'האלט אויף א וועג. יעדן טאג געסטו איין אביסל מער.

ווי האב איך געזאגט אז ס'איז נישט ארויסגעקומען א בריוו פון ברך משה לגבי קרית יואל?

איך האב עס שוין גראדע געזען.

איין בלאט צוריק.
זעענדיג אז די זאכן פארן נישט גיט, האט רז"ל באשלאסן אז ער איז דער סאטמארער רבי, און ער איז באמת מרא דאתרא אין קרית יואל,

א חידוש נפלא! קודם כל האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים אזא טענה אין די לעצטע 20 יאר, ניטאמאל אין די הייסטע צייטן בחייו פון זיין טאטן וואס האט אים געזאלט קרוינען אלס מרא דאתרא אין קרית יואל!

איך האלט ערנסט דו זאלסט נעמען עפעס פאר זיכרון... קוק אויפן זעלבן בלאט