אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

I'm back האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די איצטיגע סיסטעם לאזט אויך נישט וואקסן. אויב גייט די וואוקס ראטע ווייטער אזויווי ביז יעצט וועט עס געדויערן נאך בערך פופצן יאר אנצוקומען צו טויזנט משפחות!


דו טוסט סטאטיסטיקס פאר פרנסה?

איר זוכט איינער זאל פאר אייך מאכן סטאטיסטיקס?
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

שליחה דורך חוקר ודורש »

נישט יעדער שטאט דארף ווערן אן עיר ואם בישראל.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף די סוקסעס פון לינדען, קיינער וויל נישט עס זאל ווערן נאך א סטעטן איילענד מיט איר הויכע פרייזען.
שוב יום אחד לפני מיתתך
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מפיל קינד האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:Lesser@
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די מוסדת נישט אריין נעמען די קינדער ווען מען קויפט אליין
מיין פראבלעם איז אז עס קען נישט אנהאלטען צי לאנג לויט ווי איך קען די סאטמאר'ע די זעלבע רגע עס וועט זיין געניג פין איין קהלה וועט זיין א 2'טע מוסד אין דעמאלט וועט מען זיך אנהייבען הרג'ען אויף די קינדער.


איינמאל די שטאט איז Settled וועם באדערט אז פרייזן וואקסען, זאל מען מאכן נאך א ישוב..

וועם באדערט? די וואס וואוינען דארט. זיי ווילן אז די שטאט זאל וואקסן, ס'זאל זיין מער געשעפטן, פרנסה מעגליכקייטן, א פליישיגע טעיק אוט און א וויין סטאר פאר פרייטאג נאכמיטאג וכו'.

לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.


איך כאפ נישט...
האסט א פראבלעם אז ווען ס'וועט זיין 2 סאטמארע מוסדות וועט מען שוין קענען קאנטראלירן די מארקעט?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קורקלענד האט געשריבן:די איצטיגע סיסטעם לאזט אויך נישט וואקסן. אויב גייט די וואוקס ראטע ווייטער אזויווי ביז יעצט וועט עס געדויערן נאך בערך פופצן יאר אנצוקומען צו טויזנט משפחות!

איר זענט מעגליך גערעכט, אבער לאזן די מארקעט פארן אן קאנטראל וועט עס קיינמאל נישט אנקומען צו טויזנט משפחות.

פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.

פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.

לאזן דעם עולם קויפן אליין וועט ארויפשיסן די פרייזן, מאכן אז ווייניגער זאלן וועלן קויפן, די פרייזן וועלן זיין צו הויעך פאר נייע קויפערס פונקט ווי סטעטן איילאנד, און מ'וועט מער נישט קויפן אזוי שנעל.

יעצט זאג דו וועלכע וועג וועט שנעלער מאכן דעם שטאט וואקסן.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ליב צו וויסן האט געשריבן:איך כאפ נישט...
האסט א פראבלעם אז ווען ס'וועט זיין 2 סאטמארע מוסדות וועט מען שוין קענען קאנטראלירן די מארקעט?

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, איך בין נישט קיין תושב און איך פלאן נישט צו קויפן דארט לעת עתה. איך פארשטיי אבער אז ס'לוינט זיך צו לאזן די מארקעט אנדער קאנטראל, לטובת העיר.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מפיל קינד האט געשריבן:פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.

פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.

פאקט נומער 3: רוב הייזער גייען נישט פאר אידן.

פאקט נומער 4: פרייזן זענען אזוי אויך געשטיגן ווי משוגע. העכער און שנעלער פראפארציאנעל ווי אין סטעטן איילענד. ס'שוין דא הייזער וואס גייען פאר בערך זיבן מאות! דאס איז חוץ פון די וואס קויפן ביליק אבער דארפן אריינלייגן געלט אין זייערע הייזער וואס גרייכן עווענטועל אויך א הויכע פרייז.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

איינס פון די פראבלעמען מיט די יעצטיגע סיסטעם איז אז מ'פארלירט הייזער צו די גוים וויבאלד די וועד מאכט אפ ווי סאך מען מעג צאלן פאר דעם הויז און צוליב נאך אפאר סיבות.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו

שליחה דורך אמת וצדק »

קורקלענד נישט אמת.
הייזער גייען דארט נישט פאר זיבען, און נישט נאנט צו דעם, סיידען א שפאגל נייע אויפגעבויטע הויז, וואס פאר דעם איז זיבען א נארמאלע פרייז.

א הויז מיט פיר בעדראמ׳ס גייט דארט געווענטליך פאר פיר אהאלב אדער ווייניגער.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

קורקלענד האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.

פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.

פאקט נומער 3: רוב הייזער גייען נישט פאר אידן.

פאקט נומער 4: פרייזן זענען אזוי אויך געשטיגן ווי משוגע. העכער און שנעלער פראפארציאנעל ווי אין סטעטן איילענד. ס'שוין דא הייזער וואס גייען פאר בערך זיבן מאות! דאס איז חוץ פון די וואס קויפן ביליק אבער דארפן אריינלייגן געלט אין זייערע הייזער וואס גרייכן עווענטועל אויך א הויכע פרייז.


דאן קויף נישט
.
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך נײגעריגער »

Lesser האט געשריבן:לגבי די שכנים, מיין פערזענליכע עקפעריענס קען איך זאגן אז מיינע שכנים האבן מיר אביסל צו ליב, זיי זארגן זיך כסדר אין שמועסן אביסל צו סאך (קומענדיג פון ברוקלין איז דאס גאר ניי צו מיר). אבער רוב גויים וואס אפילו עשיו שונא ליעקב, זוכען א רוהיגע לעבן אין וועלן נישט באדערען קיינעם.

גוטע באַציאונגען מיט אלע שכנים איז א געװאַלדיגע מעלה!

איך האב פאר אייך נייעס: רוב גוים װאס איהר באַגעגנט זענען נישט קיין עשיו און איר זענט נישט קיין יעקב. דער אלגעמיינער גוי װייסט נישט פון רש"י'ס, (בשם רשב"י), הלכה בידוע צו זאָגן :lol: אז מע פיהרט זעך אויף צו עמעצן מיט רעספּעקט, באקומט מען צוריק די זעלבע. ודי בזה.
Just another nerd
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

שליחה דורך moneyminded »

לינדען האט נישט ווי צו וואקסען גרויס בכלל,גאנץ יניאן קאונטי האט א פיוטשער ,אזוי ווי סטעטען איילענד וואס איז נישט באזירט אויף איין געגענט,און ב"ה דער עולם שפרייט זיך אויס,באבוב 45 איז אין יניאן ,און נאך אידן האבן שוין געמופט און דערנעבענדיגע שטעטלעך ,אזוי וועט אין גאנץ יאניאן קאונטי קענען וואינען טויזענטער משפחות אי"ה כן ירבו #ופרצתימהוקדמה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

שליחה דורך moneyminded »

מפיל קינד האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:Lesser@
לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.


נישט זשערסי סיטי און נישט בלומינגבורג סוקסעס האט מיט פרייזן קראכן!
גראדע זשערסי סיטי איז פונקט פארקערט, די וועד/גרינדערס/עסקנים האבן נישט געהאלטען ביים מיט ארבעטען מיט די אינוועסטערס ,איז ליידער אלע טויזענטער דירות/הייזער געגאנגען פאר גוים, און אסאך אידן זענען נתעשר געווארן פון די גויעשע טענענטס,די אלע טויזענטער דירות וואלטען געקענט גיין פאר אידן ,און ביי די וועי סיי בלומינגבורג און סיי זשערסי סיטי זענען נאך כהיום די הייזער אסאך ביליגער ווי לינדען
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך חוקר ודורש »

@Lesser איך הער אז עפעס טוט זיך מיט די וועד, די ווייסט עפעס ? איז דא א נייע וועד? וואס איז געשען מיט די אלטע?

אזוי אויך זענען דא געוויסע פעלער ווען די וועד וועט געבן זכות קדימה פאר איינעם, ווי למשל פאר איינער וואס וויל אויפמאכן א שוהל, וועלכע נאך פעלער זענען דא?
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אויב איז א שול א פריאריטעט דאן פארוואס האבן זיי פרובירט צו שטעלן א פיס ביי שולן?

זיי האבן ליסטעס לויט די ארדענונג פון ווער ס'האט אריינגעשיקט, אבער קיינער טאר עס נישט זעהן.

זיי האבן פריאריטעטן וואס קיינער טאר נישט וויסן.

זיי געבן סייווי נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינער און דעריבער קענען זיי ממילא טוהן וואס זיי ווילן.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

שליחה דורך חוקר ודורש »

@קורקלענד די האסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף די לינדען וועד, נישט דא און נישט אויף אייוועלט, עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס אן אגענדע דא..
שוב יום אחד לפני מיתתך
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קורקלענד האט געשריבן:אויב איז א שול א פריאריטעט דאן פארוואס האבן זיי פרובירט צו שטעלן א פיס ביי שולן?

זיי האבן ליסטעס לויט די ארדענונג פון ווער ס'האט אריינגעשיקט, אבער קיינער טאר עס נישט זעהן.

זיי האבן פריאריטעטן וואס קיינער טאר נישט וויסן.

זיי געבן סייווי נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינער און דעריבער קענען זיי ממילא טוהן וואס זיי ווילן.

וועלכע שולן האבן זיי געשטערט?! פונקט פארקערט, איינער וואס וויל עפענען א שול איז א פראיאריטעט ביי זיי. נאר זיי פארלאנגען אז ס'זאל זיין אביסל ווייטער נישט ממש נעבן קאסאן אז די געגנט זאל זיך שנעלער קענען אויסשפרייטן. איך האב דאס געהערט פון א תושב וואס פלאנט דארט צו עפענען א שול.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

moneyminded האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
סעגאל האט געשריבן:Lesser@
לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.


נישט זשערסי סיטי און נישט בלומינגבורג סוקסעס האט מיט פרייזן קראכן!
גראדע זשערסי סיטי איז פונקט פארקערט, די וועד/גרינדערס/עסקנים האבן נישט געהאלטען ביים מיט ארבעטען מיט די אינוועסטערס ,איז ליידער אלע טויזענטער דירות/הייזער געגאנגען פאר גוים, און אסאך אידן זענען נתעשר געווארן פון די גויעשע טענענטס,די אלע טויזענטער דירות וואלטען געקענט גיין פאר אידן ,און ביי די וועי סיי בלומינגבורג און סיי זשערסי סיטי זענען נאך כהיום די הייזער אסאך ביליגער ווי לינדען

די מעלה פון דזשערזי איבער אלע חסרונות איז געווען די שטוינענד ביליגע פרייזן, וואס איז שוין לאנג נישטא, פאר וואטעווער ריזען. דאס איז די מציאות.

צו קויפן יעצט א הויז דארט פאר 400,000 לוינט זיך שוין ענדערש צו קויפן אין לינדען פאר אסאך ווייניגער חסרונות. נישט קיין חילוק ווער ס'איז שולדיג דערין, האבן די פרייזן זיך געהויבן און די חסרונות זענען געבליבן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

חוקר ודורש האט געשריבן:@קורקלענד די האסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף די לינדען וועד, נישט דא און נישט אויף אייוועלט, עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס אן אגענדע דא..

נישט עכט. איבערהויפט ווען אנטשטאט צו אפענטפערן די טענות וואס מאנכע לייגן פאר, קלויבן זיך די וועד סימפאטיקער ליבערשט צו אטאקירן די אנפרעגער'ס כאראקטער. אנשטאט צוריקשרייען ליידיגע לאזונגען ווי 'אנגעווייטאגטער', 'נעגאטיווער', קפוי טובה, שלעכטקייט, זייט אזוי גוט און פאקוסירט אויף ענטפערן די סובסטאנץ פונעם סאביעקט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

קורקלענד האט געשריבן:די פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.

ביז יעצט האב איך געמיינט אז די טענה'סט אז די וועד איז פשוט קארופטירט און שטעלן אייגענע פריאריטעטן אן דעם דעת הקהל. אויף דעם קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך בין נישט פון די וועד צו וויסן אויב ס'איז אמת.

אבער פון דעם תגובה איז משמע אז דו האלטסט אז קאנטראלירן פרייזן העלפן נישט צו האלטן די פרייזן נידריג. דא האסטו מיך פארלוירן. ס'מיינט אז דו ווילסט פשוט קריכן אויף גראדע ווענט אבי צו קריטיקירן לינדען פאר דיינע אינטערעסן.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קורקלענד האט געשריבן:די פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
אבי גערעדט, ווי מאנסי?! ווען האסטו ס'לעצטע מאל נאכגעקוקט די פרייזן פון לינדאן און פון מאנסי?!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ציוואס זאל מען זיך דינגען אויף א זאך וואס יעדער קען זעהן. אדרבה פרובירט צו טרעפן סיי וועלכע דריי הייזער אין מאנסי און לאמיר פרובירן נאכדעם צו אידענטיפיצירן דריי קאַמפּ'ס אין לינדן פאר פיל ביליגער. איין זאך אבער, איר קענט נישט ניצן די סמעטענע געגנט אין מאנסי ווייל א שטארק קאָנדענסט היימישע געגנט איז נישט קיין פארגלייך. ס'דארף זיין עטוואס ארויס פון געגענט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מפיל קינד האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.

ביז יעצט האב איך געמיינט אז די טענה'סט אז די וועד איז פשוט קארופטירט און שטעלן אייגענע פריאריטעטן אן דעם דעת הקהל. אויף דעם קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך בין נישט פון די וועד צו וויסן אויב ס'איז אמת.

אבער פון דעם תגובה איז משמע אז דו האלטסט אז קאנטראלירן פרייזן העלפן נישט צו האלטן די פרייזן נידריג. דא האסטו מיך פארלוירן. ס'מיינט אז דו ווילסט פשוט קריכן אויף גראדע ווענט אבי צו קריטיקירן לינדען פאר דיינע אינטערעסן.

סתם קריטיקירן? פארוואס מיינט איר אזוי? איז נישט די פאקט אז פרייזן אין לינדן זענען געשטיגן ווי משוגע? אויב איז עס אמת איז דא א ריזיגע שאלה צו די וועד קען בכלל האלטן קאנטראל? און אויב נישט דאן פארוואס פעלט אויס א וועד?
פארשפארט