סידור קידושין מערכה פלאקערט ווידער אויף אין קרית יואל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז ס'דא א בריוו משנת תשס"ד, אויסשליסלעך איבער קרית יואל.

אינטערסאנטער האט געשריבן: די בריוו איז דאכט זיך נאך פון פריער, פון תשס"ב. דער ברך משה שרייבט דארט אז רז"ל איז ידו כידי אין קרית יואל, און ער גיבט אים פולשטענדיג איבער די רעכט דארט צו מסדר קידושין זיין.

איך וויל מיך נישט אריינלאזן און די אויסגעדראשענע נושא פון די פלארידע בריוון. אבער איך זע אז דו ביזט אזא הייסע חסיד פון ברך משה, וויל איך דיר אויפמערקן, אז במשך די אלע יארן, איז נישט ארויסגעקומען קיין איין בריוו, אדער עדות, אז רז''ל זאל זיין ממלא מקום לאחר מאה ועשרים!!! אלעס האט זיך באצויגן אויף וויליאמסבורג אדער קרית יואל, און ניטאמאל אויף לאחר מאה ועשרים!
און מיין נישט אז מ'האט נישט פרובירט!

סאיז דאך דא די צוואה אז רז"ל דארף זיין ממלא מקום וואס דער ברך משה האט אינטער געשריבן מיט 2 עדים,ווידער מיט שטערן,

פארקערט ר"א האט נישט קיין בריוו נאר פאריפט זיך אויף 2 עדים, צוויבל אין הורוויץ,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

לכבודוך האב איך עס אפירגעזיכט, דאס איז נישט קיין קלארע ווערסיע פין וויקעפדיע,

יעצט לאמיר זען וואס די פרישע ספין גייט זיין,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

וואס??? דו ברענגסט אראפ דעם בריוו פאר א ראי' צו דיר???!!! טאקע פון דעם בריוו האב איך גערעדט!

נאך א מזל די בריוו איז אומקלאר אזוי האסטו כאטש א תירוץ אז דו האסט עס נישט געקענט ליינען, דארט שטייט קלאר בלויז אז רז''ל זאל פירן די קהילה און מוסדות און וויליאמסבורג!

קיין איין ווארט איבער די אלוועלטליכע הנהגה!!!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

און אגב, עפ''י תורה איז די שטערקסטע ראי' צוויי עדות!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אזוי איבערקוקנדיג די בלעטער אלטע טינופות האב איך געזען אז מווארפט צאם אסאך ווערטער ווי יורש דאוריתא, להלכה, עפ"י תורה, סידור קידושין יא כשר, נישט כשר, אויסגעהאלטן, וכדומה, איך קען נישט פארשטיין איינעם אינטערסירט וואס די הלכה איז באמת? די פוינט איז הלכהדיג באמת? השקפהדיג באמת? סאינטערסירט איינעם באמת וואס די הלכות זענען? ווער ס'איז א תלמיד פון וועם ווער סאיז א גרעסערע תלמיד חכם? (אגב איינער האט אפילו געהאט די גאטס צו מאכן מהר"א פאר א גרעסערע ת"ח ווי ר' פישעלע הערשקאוויטש און רז"ל פילאפ וכו' דאס איז שוין נעקסט לעוועל) יעדער האט שוין זיין אפגעמאכטע מיינונג פון פארדעם און ווינדערלעך שטימט עס מיט די זייט וואס ער האט געהאלטן לעצטע מאל, און מ'גייט איינרעדן דעם עולם אז די שו"ע גייט אים אן מיט די יורשים דאוריתא! גיוו מי א ברעיק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תרמב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

מיליאנער אזוי נייטראל ביסטו באלד ווי ביידן
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

תרמב האט געשריבן:אזוי איבערקוקנדיג די בלעטער אלטע טינופות האב איך געזען אז מווארפט צאם אסאך ווערטער ווי יורש דאוריתא, להלכה, עפ"י תורה, סידור קידושין יא כשר נישט כשר אויסגעהאלטן וכדומה, איך קען נישט פארשטיין איינעם אינטערסירט וואס די הלכה איז באמת? די פוינט איז הלכהדיג באמת? השקפהדיג באמת? סאינטערסירט איינעם באמת וואס די הלכות זענען? ווער ס'איז א תלמיד פון וועם ווער סאיז א גרעסערע תלמיד חכם? (אגב איינער האט אפילו געהאט די גאטס צו מאכן מהר"א פאר א גרעסערע ת"ח ווי ר' פישעלע הערשקאוויטש און רז"ל פילאפ וכו' דאס איז שוין נעקסט לעוועל) יעדער האט שוין זיין אפגעמאכט זיין מיינונג פון פארדעם און ווינדערלעך שטימט עס מיט די זייט וואס ער האט געהאלטן לעצטע מאל, און מ'גייט איינרעדן דעם עולם אז די שו"ע גייט אים אן מיט די יורשים דאוריתא! גיוו מי א ברעיק!

יעצט גערעדט מיט הנהלת השטיבל:
ווער עס דארף א ברעיק, קען רואיג ארויסגיין פון דעם אשכול פאר אפאר מינוט! מ'האט ספעציעל א נאמען געגעבן דעם אשכול, איבער די נושא וואס מ'רעדט דא, פאר די אלע וואס ווערן פליצלינג מיטשאר...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

מחצה''ק האט געשריבן:מיליאנער אזוי נייטראל ביסטו באלד ווי ביידן

יאפ
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

מיליאנער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:אזוי איבערקוקנדיג די בלעטער אלטע טינופות האב איך געזען אז מווארפט צאם אסאך ווערטער ווי יורש דאוריתא, להלכה, עפ"י תורה, סידור קידושין יא כשר נישט כשר אויסגעהאלטן וכדומה, איך קען נישט פארשטיין איינעם אינטערסירט וואס די הלכה איז באמת? די פוינט איז הלכהדיג באמת? השקפהדיג באמת? סאינטערסירט איינעם באמת וואס די הלכות זענען? ווער ס'איז א תלמיד פון וועם ווער סאיז א גרעסערע תלמיד חכם? (אגב איינער האט אפילו געהאט די גאטס צו מאכן מהר"א פאר א גרעסערע ת"ח ווי ר' פישעלע הערשקאוויטש און רז"ל פילאפ וכו' דאס איז שוין נעקסט לעוועל) יעדער האט שוין זיין אפגעמאכט זיין מיינונג פון פארדעם און ווינדערלעך שטימט עס מיט די זייט וואס ער האט געהאלטן לעצטע מאל, און מ'גייט איינרעדן דעם עולם אז די שו"ע גייט אים אן מיט די יורשים דאוריתא! גיוו מי א ברעיק!

יעצט גערעדט מיט הנהלת השטיבל:
ווער עס דארף א ברעיק, קען רואיג ארויסגיין פון דעם אשכול פאר אפאר מינוט! מ'האט ספעציעל א נאמען געגעבן דעם אשכול, איבער די נושא וואס מ'רעדט דא, פאר די אלע וואס ווערן פליצלינג מיטשאר...

האסטעך ארויפגעכאפט אויף די לעצטע ווארט וואס איך האב געמיינט בדרך מליצה און אויסגעלאזט די גאנצע תגובה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

תרמב האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:אזוי איבערקוקנדיג די בלעטער אלטע טינופות האב איך געזען אז מווארפט צאם אסאך ווערטער ווי יורש דאוריתא, להלכה, עפ"י תורה, סידור קידושין יא כשר נישט כשר אויסגעהאלטן וכדומה, איך קען נישט פארשטיין איינעם אינטערסירט וואס די הלכה איז באמת? די פוינט איז הלכהדיג באמת? השקפהדיג באמת? סאינטערסירט איינעם באמת וואס די הלכות זענען? ווער ס'איז א תלמיד פון וועם ווער סאיז א גרעסערע תלמיד חכם? (אגב איינער האט אפילו געהאט די גאטס צו מאכן מהר"א פאר א גרעסערע ת"ח ווי ר' פישעלע הערשקאוויטש און רז"ל פילאפ וכו' דאס איז שוין נעקסט לעוועל) יעדער האט שוין זיין אפגעמאכט זיין מיינונג פון פארדעם און ווינדערלעך שטימט עס מיט די זייט וואס ער האט געהאלטן לעצטע מאל, און מ'גייט איינרעדן דעם עולם אז די שו"ע גייט אים אן מיט די יורשים דאוריתא! גיוו מי א ברעיק!

יעצט גערעדט מיט הנהלת השטיבל:
ווער עס דארף א ברעיק, קען רואיג ארויסגיין פון דעם אשכול פאר אפאר מינוט! מ'האט ספעציעל א נאמען געגעבן דעם אשכול, איבער די נושא וואס מ'רעדט דא, פאר די אלע וואס ווערן פליצלינג מיטשאר...

האסטעך ארויגעכאפט אויף די לעצטע ווארט וואס איך געמיינט בדרך מליצה און אויסגעלאזט די גאנצע תגובה

סליחה. ביזט גערעכט.

איז אזוי, יא מיך, בעצם אינטרעסירט די הלכה, אבער איך לייקן נישט אז ס'קומט נישט אריין פריוואטע נגיעות, וואס אפי' די אויסגעארבעטסטע אידן פאלן אריין אין אייגענע געפילן, ווי כ'האב שוין אויבן דערמאנט. אבער ביטע ניץ עס נישט פאר א וואפן מיך אפצופרעגן אן א פארשטענדליכע סברא. (און בעסער ניץ עס בכלל נישט אימיטן א דיסקוסיע)

יעצט לגבי דיין איינגערינגעלטע שורה: איך מאך מיט דיר א דיעל אז דו טרעפסט מיך איין נושא אין כל התורה כולה ווי מהר''א האט זיך נישט געפונען דארט ווי אינדערהיים שיק איך דיר בלי''נ א קוויקפעי פון א סכום הגון.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך green sunday »

CP
האדמו''ר מהרז''ל איז געקומען דא מיט א געוואלדיגע פלאן

ער האט שטילערהייט געבעקט בני יואל צו מאכען זייער זאל, האפענדיג אז דאס וועט אים אויסטרעטן די וועג צו קענען אראפווארפן די שליטה פין זיין ברודער אין קרית יואל אויף אזא מאסיווע פארנעם (טעראר כלשונו)

אגב, ער פראבירט שוין יארען, לדוגמא האט ער אפילו עטליכע מאל געוואלט קודם אוועקנעמן די וויליזש פירערשאפט,

נאכדעם פראבירט חרוב מאכען די השפעה פין זייער בלאק וואוט,

נאכדעם געמאכט לאו סוט אויפצולעזן די וויליזש,

נאכדעם בלאקירן דאס ענעקסעישאן - אלעס האט אבער געטוהן פארקערטע ב''ה

ער האט געהאלפן בני יואל אין א געוויסע זוהן מער וויפיל ער פלעגט דעמאלטס העלפן זיין אייגענע מוסדות,

אין איז טאקע געווען פין די איינציגסטע 4 רבנים וואס האבען געמעגט דארט מסדר קידושין זיין (-ער פלעגט טאקע קומען צו פארען פין וומסב''ג, אפילו די עצם בנ''י קהילה איז נתיסד געווארען קעגן זיין טאטע וועלכע האט עס ג'אסר'ט צוזאמען מיטן מנחת יצחק ובית דינו)

מיט די צייט האט ער אנערקענט אז ס'איז א דורכגעפעלנע מערכה,

רוב מענטשן ווילן בעטן רשות אין אפילו די וואס נישט ווילן די משפחה ביי די חתונה,

דארט פלעגן נאר חתונה מאכען די זשיהאד'ס וואס האבען אפילו מוותר געווען אויף די השתתפות פין זייער אייגענע עלטערן, אפגערעדט געשוויסטער,

ס'נאך טאקע היינט דא א גרויסע עולם וואס פארט אויף מאנסי אין זיכן נישט צו ניצן די יום החופה פין זייערע קינדער צו שפילן פאליטיק

נאכדערצו קעגן די פסק פונעם דיין ר' געציל - וואס איז בדרך כלל געווען אייביג רעספעטירט אין גאנץ קרית יואל וועגן זיין באקאנטע גאונות במידות ובתורה נאכדערצו ווען די רבי ז''ל האט אים אליין ממנה געווען אלס דיין פין שטאט

מיט די צייט האבען זיי טאקע געזעהן אז די זאל איז אויסגעשפילט,

ניטעמאל זייער אייגענע עולם מאכט דארט חתונה,

זיי האבען שטילערהייט צירוקגעלאזט זיידעס אין פרעמדע צו געבן סידור קידושין אבער ס'מעג נישט זיין אפען מיט רשות (פארשטייט זיך פאר די גאס...), מ'האט עס אויך שענער איבערגעבויט אין געמאכט אלע סארט מהלכים, אבער ס'האט נישט קיין געהאלפן

רז''ל האט זיך געזעהן אין א פארלענגנהייט, האט ער אפגעמאכט ער וועט אליין נעמען די לייצעס אין די האנט

קודם האט ער געמאכט נייע ארג' 'בעידן חדוותא' מיט סערוויסעס וואס ער שטעלט נישט צוה אפילו אין וומסב''ג, ווי געבן 20 טויזענט דאלערדיגע הלוואות, אפאר טויזענט דאללערדיגע נתינות וכו'

אין געמאכט א זאל, אז ווער ס'מאכט דארט חתונה קען באקומען די סערוויסעס

צו PR פארשטייט ער דאך בעסער ווי בני יואל (אין ווי עני אנדערע חסידות) אין די זאל האט בעסער אויפגעפיקט ווי בני יואל,

וואס ער האט אבער שפעטער געזעהן איז אז כמעט אלע מחותנים בעטן רשות אין מהר''א איז אייביג מכבד א רב אדער דיין פין די משפחת המחותנים,

אין אסאך פעלער האבען אפילו די מחותנים אנגענומען די דיין ר' געציל זעלבסט געווען מסדר קידושין בשליחות,

דא האט ער געזעהן אז זיין גאנצע ארבעט גייט ווידער לאיבוד, האט ער אויסגעווארט אויף די הייסטע חתונה סעזאן נאך שבועות אין אן קיין פריעדיגע מעלדונג געמאכט א ארדער אז נאר ער מעג זיין מסד''ק,

ער האט געמאלדן אז ער וועט ארויספארען יעדע נאכט קיין ק''י צו קענען אלייין מסד''ק זיין, - שפעטער האט מען געטוישט אז ער וועט בלייבן דארט פין זינטוג ביז דאנערשטוג ווייל עס מאכט נישט קיין סענס ער זאל פארן יעדן טאג, {יעצט האט עמן שוין צירוקגעטוישט}

פארשטייט זיך אז פאר אסאך מחותנים איז דעיס געווען ממש א פליצלונג'דיגע דינער,

זיי זיכען נישט קיין פראבלעמן מיט אזא האקאלע נושא, נאכדערצו די סיון חתנונות האבען שוין א גרויס חלק געהאט געלאדענט א מסד''ק,

אבער ס'איז געווען א שטרענגע ארדער

די ערשטע חתונה איז געווען פין שרגא פאזען וואס מהר''א האט מכבד געווען דוד ראזענבערג פין נעפאנעק - א זיידע,

דוד האט נישט ג'חלמ'ט אפילו נאך די פליצלונג'דיגע תקנה אז ער וועט דארפן אפטרעטן פאר רז''ל, נאכדערצו ווען ער האט געוויסט אז רז''ל האט א חתונה אין ב''פ יענע נאכט, אבער די ארדער איז געווען זייער שארף אין רז''ל האט געקענסלד די ב''פ חתונה אין שרגא האט געקענסלד דוד.

זינטאג איז געווען א חתונה וואס האט געהאט מכבד געווען דעם דיין ר' געציל,

יענער האט בשו''א נישט געוואלט טוישן אין אפזאגען דעם דיין, דארט האבען רז''לס 'עסקנים' אים מודיע געווען אז אויב ר' געציל קומט אין ער איז נישט נישט מכבד רז''ל איז קיין חתונה נישטו,

(אלע זאלען זענען געווען געבוקט אויף זינטוג - זיי האבען דעיס געוויסט)

עקסטער האט די דיין'ס גבאי באקומען א קאלל פין א ארבייטער אין זייערע קהילה אז אויב די דיין גייט קומען גייט ער ווערן פארשעמט דער מחותן איז בלית ברירה אפאר טאג פאר די חתונה אריבער געקומען מפייס זיין דעם דיין, אין פארציילט וואס ער גייט אדורך,

אינצווישן זענען נאך 2 מחותנים - פין 2 עקסטערע חתונות - (פין 2 ווייסט מען, קען זיין ס'געווען נאך) געווען ביי רז''ל זינטוג בעטן ער זאל זיי געבן רשות פאר די מסד''ק וועם זיי האבען שוין מכבד געווען

אבער ס'נישט געווען מיט וועם צו רעדן

איין מחותן האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן ווי מ'שלעפט אים אריין אין אזא פאסקעטע אין האט באשלאסען צו טוישן זאל געציילטע טעג פאר די חתונה אין חסידי מהר''א האבען אים צושטעלט די גרויסע נייע אדיטוריום פין די בית רחל פאר די זעלבע פרייז ווי קרן ויואל משה (ס'איז אסאך גרעסער)

דערווייל דרייען זיך די איבריגע מחותנים ארום, ס'דא וואס ווייטוגען אפען ווי מ'האט זיי קודם בפה רך צוזגעזאגט גאלדענע גליקן פארן חתונה מאכען אין זייער זאל, אין דא צווינגט מען זיי ארויף אפאר טאג פאר די חתונה צו ווערן אינווולאד אין אזעלכע האקעלע נושאים וואס קיינער זיכער נישט אין אוודאי נישט ביום חופתם פין זייערע קינדער.

פארשטייט זיך די עסקני רז''ל פראבירן שארף עס אפצושלאגען אין בארואגען זייער ציבור אין נאכמער פראבירן זיי צו קאנווינסן די מחותן וואס האט געטוישט זאל ער זאל צירוקקומען,

רז''ל האט למעשה געטוישט אין איז היינט אהיימגעפארען אויף וומסב''ג, אין קרית יואל האט ער נישט וואס צו טוהן דורכ'ן טאג, אין עס הייסט אז היינט גייט זיין א אסיפה ביי רז''ל צו זעהן וויאזוי מ'גייט ווייטער.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

מיליאנער האט געשריבן:[
יעצט לגבי דיין איינגערינגעלטע שורה: איך מאך מיט דיר א דיעל אז דו טרעפסט מיך איין נושא אין כל התורה כולה ווי מהר''א האט זיך נישט געפונען דארט ווי אינדערהיים שיק איך דיר בלי''נ א קוויקפעי פון א סכום הגון.

אז דו טרעפסט מיר איין סוגיא ווי ער קען דורך און אדורך חוץ די קליווא גט און איבערלאזן קשיות פאר זיינע יונגע גאונים באקומסטו פון מיר א קוויקפעי מיט א סכום הגון ..
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

ער קען מאכן שיינע אויבערפלעכלע פשעטלעך וואס יעדע גרונטליכע תלמוד חכם לאכט דערפון, און אפילו זיין ברודער שטעלט שוין אהער שענערע און טיפערע סחורה, נישט סתם געהאקט אז די חשמונאים זענען געפלויגען אין די לופט לויט שיטת קנין הפירות לאו כקנין הגוף..

קיין איין אמתער תלמוד חכם האלט נישט אז ער קען עפעס אויסערגעוועליך לערנען! דאס איז א מארקעטינג פון שמואל ווידער אים אהערצושטעלן ווי עפעס א גאון.. ווייל קדוש האט ער געוויסט סוועט נישט ארבעטן אפילו ביי די עם הארצישע המון עם.. יעדער געדענקט דאך אים..

ער קען אויבערפלעכליך זיינע עניינים און כדרכו האט ער ליב אין אלעמען צי רעדן גרויס און שיסן מימרות, און זיינע גאונים/בעלי בתים אין די קהלה ווערן ממש איבערגענומען. .
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:וואס??? דו ברענגסט אראפ דעם בריוו פאר א ראי' צו דיר???!!! טאקע פון דעם בריוו האב איך גערעדט!

נאך א מזל די בריוו איז אומקלאר אזוי האסטו כאטש א תירוץ אז דו האסט עס נישט געקענט ליינען, דארט שטייט קלאר בלויז אז רז''ל זאל פירן די קהילה און מוסדות און וויליאמסבורג!

קיין איין ווארט איבער די אלוועלטליכע הנהגה!!!

,

שעפעלע, איך וואלט דיר געראטן זאלסט אביסל שטודירן די סאטמארער פאליטיק איידער די שיסט באמבאסטישע סטעיטמענטס, בעסער זאלסטי טיען ווי די קליגערע ווי דיר האבן געזאגט אז:
בן ישי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא, און אין די יעצטיגע מציאות, אבער בלויז צו קלאר מאכן...

וועל איך גארנישט שרייבן ווייל איך בין נישט באקאנט.

איך געדענק נאך ווען די האסט געשריבן אז סאיז נישט דא קיין שים בריוו אז רז''ל זאל זיין ממלא מקום לאחר מאה ועשרים, אין יעצט האלט עס שוין נאר ביי וויליאמסבורג

דעי צוואה איז א קלארער בריוו אז רז"ל זאל איבערנעמען אלוועלטליך אלס אדמו"ר מסאטמאר אינטער געשריבן בכתב יד קדשו מיט צווי עדים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן, סא האט עס שוין די שטערקסטע ראיה עפ"י תורה אויך,
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:וואס??? דו ברענגסט אראפ דעם בריוו פאר א ראי' צו דיר???!!! טאקע פון דעם בריוו האב איך גערעדט!

נאך א מזל די בריוו איז אומקלאר אזוי האסטו כאטש א תירוץ אז דו האסט עס נישט געקענט ליינען, דארט שטייט קלאר בלויז אז רז''ל זאל פירן די קהילה און מוסדות און וויליאמסבורג!

קיין איין ווארט איבער די אלוועלטליכע הנהגה!!!

,

שעפעלע, איך וואלט דיר געראטן זאלסט אביסל שטודירן די סאטמארער פאליטיק איידער די שיסט באמבאסטישע סטעיטמענטס, בעסער זאלסטי טיען ווי די קליגערע ווי דיר האבן געזאגט אז:
בן ישי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די נושא, און אין די יעצטיגע מציאות, אבער בלויז צו קלאר מאכן...

וועל איך גארנישט שרייבן ווייל איך בין נישט באקאנט.

איך געדענק נאך ווען די האסט געשריבן אז סאיז נישט דא קיין שים בריוו אז רז''ל זאל זיין ממלא מקום לאחר מאה ועשרים, אין יעצט האלט עס שוין נאר ביי וויליאמסבורג

דעי צוואה איז א קלארער בריוו אז רז"ל זאל איבערנעמען אלוועלטליך אלס אדמו"ר מסאטמאר אינטער געשריבן בכתב יד קדשו מיט צווי עדים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן, סא האט עס שוין די שטערקסטע ראיה עפ"י תורה אויך,

אינז גיימיר זיך יעצט טענהן אויף א מציאות? געוואלד! ליין מיר דורך דעם בריוו און זאג מיר ווי ער רעדט דא פון אלוועלטליך?!
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיליאנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

א גרויסן יישר כח green sunday@ פארן קלאר מאכן אין די יעצטיגע מציאות!
אויב איינער האלט אנדערש די מעשה, איז מכובד ארויפצוקומען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][/justify]
תמים האט געשריבן:ער קען מאכן שיינע אויבערפלעכלע פשעטלעך וואס יעדע גרונטליכע תלמוד חכם לאכט דערפון, און אפילו זיין ברודער שטעלט שוין אהער שענערע און טיפערע סחורה, נישט סתם געהאקט אז די חשמונאים זענען געפלויגען אין די לופט לויט שיטת קנין הפירות לאו כקנין הגוף..

קיין איין אמתער תלמוד חכם האלט נישט אז ער קען עפעס אויסערגעוועליך לערנען! דאס איז א מארקעטינג פון שמואל ווידער אים אהערצושטעלן ווי עפעס א גאון.. ווייל קדוש האט ער געוויסט סוועט נישט ארבעטן אפילו ביי די עם הארצישע המון עם.. יעדער געדענקט דאך אים..

ער קען אויבערפלעכליך זיינע עניינים און כדרכו האט ער ליב אין אלעמען צי רעדן גרויס און שיסן מימרות, און זיינע גאונים/בעלי בתים אין די קהלה ווערן ממש איבערגענומען. .

איך האב שוין גערעדט פערזענליך צו א שיינע פאר חברה וואס זענען געוועהן חברותות מיט מהר"א. אלע פון זיי פה אחד זאגן די זעלבע זאך כדברי [tag]תמים[/tag] מהר"א קען בכלל נישט גרינטלעך אדער גראד אפלערנען א שטיקל מהרש"א אדער א מהלך אין תוספות. ער קען נאר דרש'ענען דריי הונדרענט פשטים אויף שמע מינה מדרבי עקיבא תלת. א פשט און מה ראה וינוס ברייתא דרבי ישמעאל/ארונו של יוסף/רכוש מצרים. און וואס איז געוועהן די מחלוקות צווישן יוסף און די ברידערס. ווי אויך וואס איז געוועהן פרעה'ס און המן'ס שיטה און דעם.

ער האט קיינמאל נישט געשריבן קיין שום ערנסטע בירור להלכה ווי ער טוט דורך א נושא פון אנהייב ביזן סוף מיט א מסקנא הלכה למעשה. אדער איין מהלך און א סוגיא םון אונטן ביז אויבן
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך גיי נישט אריין איבער די גדלות בתורה פון מהרא, אבער דיין טענה אז ער איז שולט בכל הסוגיית מאכט אים נאך נישט קיין גרעסערע ת’’ח ווי רעב פישעלע און רז’’’ל פילאפ וכדומה, פונקט ווי סוואלט אים נישט געמאכט א גרעסע ת’’ח ווי הרב עובדיה יוסף און צאנזע רב, (ווער ווייסט באלד וועסטו מיר נאך זאגן איה’’נ).
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

תרמב האט געשריבן:איך גיי נישט אריין איבער די גדלות בתורה פון מהרא, אבער דיין טענה אז ער איז שולט בכל הסוגיית מאכט אים נאך נישט קיין גרעסערע ת’’ח ווי רעב פישעלע און רז’’’ל פילאפ וכדומה, פונקט ווי סוואלט אים נישט געמאכט א גרעסע ת’’ח ווי הרב עובדיה יוסף און צאנזע רב, (ווער ווייסט באלד וועסטו מיר נאך זאגן איה’’נ).

ביטע פארדריי נישט מיינע ווערטער, איך האב נישט געזאגט אז ער איז שולט בכל הסוגיית, נאר ''ער איז שולט אין כל התורה כולה'' און איך האב נישט געזאגט אז ער קען מער פון רעב פישעלע און רז’’’ל פילאפ, פשוט ווייל איך האב זיי נאכנישט פארהערט, איך האב געזאגט אז ''ער קען זיך פארמעסטן מיט זיי אלע אינאיינעם''

און אגב איך האב נישט גערעדט מיט זיינע חברותות און כ'וועל ניטאמאל ענטפערן אויף די אלע זינלאזע קינדערישע שטותים.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

א קליינע נפקא מינה צו ר' אהרן קען יא אדער נישט לערנען. די גרעסטע סאטמארע דיינים און די גרעסטע קאנאנען וואס סאטמאר האט זיך יארן לאנג געשפיגלט מיט זיי האבן שוין געפסק'נט אז די פורים איסור פון די ארוינים איז נישט מער ווי א חוכא וטלולא, און אז די באזונדערע אפגעטיילטע קהילה בנשיאות מהרי"י האט נישט קיין שום שעבודים צו די אנדערע קהילה, לאמיר שוין זאגן אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא אין זיין בית מדרש.

און וואס די טענה'סט אז די רבנים באלאנגען דארט ממילא האבן זיי א נגיעה, האב איך פאר דיר נייעס, אז דער דעת יחיד אין די נושא ר' געציל בערקאוויטש באלאנגט צו די ארוינים
מחצה''ק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך מחצה''ק »

מיליאנער האט שוין פארגעלייגט די ארונישע זייט יעצט זיכט מען א זאלי זאל פארלייגען די זאלי זייט
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מיליאנער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח green sunday@ פארן קלאר מאכן אין די יעצטיגע מציאות!
אויב איינער האלט אנדערש די מעשה, איז מכובד ארויפצוקומען.

איין הערה. נישט נאר וואס רז"ל האט געהאלפן בני יואל נאכמער פון זיינע אייגענע מוסדות, נאר פאר א שטיק צייט איז געווען אן ערנסטע פלאן ער זאל זיך טוישן זיין נאמען צו אדמו"ר מבני יואל אנשטאט סאטמאר, אבער למעשה איז עס נישט געווארן ווייל לעזער קעסטנבוים האט נישט געלאזט.

ס'איז אפי' ארומגעגאנגען א דזשאוק דעמאלטס אז רעביצין חי' שרה גייט טוישן איר נאמען צו אלטא פיגא... חחח
פארשפארט