[justify]גארנישט איז זיכער! בלויז דאס טויט און באצאהלן שטייערן! דאס איז א ציטאט פון דעם בארימטער אמעריקאנער שטאטסמאן און פאליטיקער, הער בענזשעמין פרענקלין.
וואס איז דאס די באדייט פון שטייער? שטייער איז א שיין-קלינגענדע נאמען פאר גניבה! דאס אונטערשיד איז בלויז אז אויב א ציווילער מאן בארויבט אייך ווערט דאס אנגערופן גניבה, און אויב די רעגירונג רויבט פון אייער פארדינסטען קעגן אייער ווילן ווערט דאס אנגערופן שטייער!
עס איז פארהאן צוויי ערליי סארט שטייערן. ס'איז פארהאן איינקנופט שטייער, דאס באדייט אז די רעגירונג קאנפעסקירט א געוויסע פראָצענט פון אייער איינקנופט, ווי אויך איז פארהאן א שטייער אויף פראדוקטן וואס מ'קויפט. א שטייער אויף פראדוקטן איז עטוואס ווייניגער גניבה ווי א שטייער אויף פארדינסטן און איינקנופט, ווארום קיינער צווינגט אייך נישט צו קויפן דאס פראדוקט.
לאמיר כאפן א קורצע איבערבליק אויף שטייער ביים אידישן פאלק, ווען מיר האבן נאך פארמאגט א קעניגרייך אין ארץ ישראל.
נאך אין די צייטן פון משה רבינו אין מדבר, זענען אלע אידן געווען פארפליכטעט צו צאלן א יערליכער שטייער, וואס ס'איז געגאנגן פאר די אויסגאבן פונעם בית המקדש. די שטייער איז געווען א מחצית השקל פאר יעדעם גלייך אפגעזען ארעם אדער רייך. און דאס איז אינפארסירט געווארן מיטן גרעסטן מאס הארבקייט, אזש אויב עמיצער האט נישט געהאט אדער נישט געוואלט באצאהלן דאס האלב שקל, האט די שטייער אגענטור געהאט די לעגאלע מאכט צו קאַלאַטעראַלען זיינע אייגענטומס.
ב''א ט''ו ניסן, תפ''ח האבן די אידן אריבערגעשפרייזט דעם טייך ירדן! נאך לאנגע יארן פון שקאלפעריי אין מצרים, און וואנדערנישן אין די טיפע מדבריות אין מיטל מזרח, האט דאס אידיש פאלק ענדליך באגליקט, און זיי האבן ענדליך זיך דעראבערט זייער אייגענעם היים-לאנד, ארץ ישראל. דארט, אין ארץ ישראל, איז פאר יעדעם צוגעטיילט געווארן זיין אייגן שטיק לאנד אויף וואס ער זיך געקענט פירן זיין אייגענעם ווירטשאפט.
אויב עמיצער האט פארמאגט א פעלד, איז ער געווען פארליכטעט איבערצולאזן די עקן פון זיין פעלד פארן ארעמאן, און אויך די ארפגעפאלענע זאנגן, און די פארגעסענע בינטלן, האט געהערט צום ארעמאן. און אויב ער האט פארמאגט א וויינגארטן, האט ער אויך געדארפט איבערלאזן די איינצעלע טרויבן פאר די ארימעלייט! די דאזיגע שטייער איז געווען באשטימט פאר די דאזיגע לייט וואס האבן צוליב סיי וועלכע אורזאך נישט פארדינט גענוג אויף צום לעבן, אבער זיי האבן אין אלגעמיין געהאט א מעגליכקייט זעלבסט צו פארדינען
דאן האט אויך עקזעסטירט נאך א סארט גרעסערע שטייער - א שטייער געבויעט אויף די פראָצענטן פון דאס גערעטעניש וואס דאס פעלד האט ארויסגעגעבן. און דאס איז געווען באשטימט פאר די דאזיגע וואס האבן נישט געהאט קיין מעכליכקייט זעלבסט צו ארבייטן, די כהנים און די לוויים, פאר וועמען די תורה האט פארבאטן צו ארבייטן! זיי האבן דעזיגנירט זייער גאנצער לעבן בלויז פאר די ארבייט פון בית המקדש.
שפעטער האבן די חכמים איינגעשטעלט אויך אן איינקנופט שטייער, וואס ווערט אנגערופן מעשר כספים, און דאס גייט נאך אן ביז צום היינטיגן טאג!
די ערשטע אכט הונדרעט יאר וואס אידן זענען געזעצן אין ארץ ישראל, האט געהערשט אין ארץ ישראל טאטאלע היערארכיע. ווי די פסוק זאגט: בימים ההם אין מלך בישראל, איש הישר בעיניו יעשה... זעלבסטפארשטענדליך האבן די אידן אין ארץ ישראל קיין שטייערן נישט געצאלט!
שמואל הנביא איז אלט געווארן. ער האט מער נישט פארמאגט די כוחות צו פירן דאס פאלק ווי אמאל. ער געשטעלט זיינע צוויי קינדער, יואל און אביה, אז זיי זאלן ריכטן די אידן און זיי פירן אויפן גלייכן וועג. זיי האבן אבער נישט פארפילט זייערע פליכטן. זיי זענען צום באדויערן געווען שטארק קאראפטירט. אין רעזולטאט האט דאס אידיש פאלק אנגעהויבן פאדערן אז זיי ווילן קרוינען אויף זיך א קעניג, ווי אלע אנדערע פעלקער ארום זיי וועלעכער זאל זיי פירן און זיך זארגן פאר זייער וואוילזיין.
פאר שמואל האט דאס זייער נישט געשמעקט און פארן באשעפער נאך ווייניגער. נישט דיך האבן זיי פארמיעסט נאר מיך! האט דער אויבישטער געזאגט פאר שמואל מיט פארדרוס, נאר וואס וואזשע דען? טוה דאס ווילן פון פאלק און קרוין פאר זיי א קעניג.
דאס איז וואס שמואל האט דאן געזאגט געזאגט פאר די אידן:
דאס זענען די געזעצן פון דער קעניג וועלעכער וועט קעניגן אויף אייך: ער וועט נעמען ענקערע זון און זיי שטעלן פאר זיינע רייטערס, זיי וועלן זיין פארפליכטעט צו לויפן פאר זיין רייטוואגן. ער וועט זיי שטעלן אלס הערן פון טויזענט און פון פיפציג, און צו אקערן זיין אקער און שניידן זיין שניט, און פּראָדוצירן פאר אים מיניצאן. ענקערע טעכטער וועט ער נעמען פאר אפאטייקער, קעכער, און בעקער. ענקערע פעלדער און וויינגערטנער און איילבירט ביימער וועט ער קאָנפיסקירן און שענקן פאר זיינע קנעכט. ענקערע קנעכט און דינסט און ענקערע יוגנטליכע און אייזלן, וועט ער פארכאפן מיט די געוואלד און זיי נוצן פאר זיינע צוועקן. ענקערע שעף וועלן אים רייך מאכן און עטץ וועלן אים דינען אלס קנעכט!
וואס דער נביא זאגט אין קורצן: מאנארכיע איז טיראניע. א מאנארכיע באדייט אז די בירגער פארמאגן נישט קיין אייגענעם פרייהייט, דאס פארמעגן דער קערפער, אלעס געהערט צו זיין מייעסטעיט. שמואל הנביא האט פרובירט באיינצופלוסן די אידן אז זיי זאלן פארבלייבן א פרייער פאלק, אבער די אידן האבן אים נישט געוואלט הארכן... זיי האבן ווארשיינליך נישט געוואלט זיין אנדערש ווי אלע פעלקער ארום זיי וואס האבן געהאט זייער אייגענעם קעניג.[/justify]
א איבערבליק אויף רעגירונג שטייערן:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
שטייער אין די צייטן פון די אידישע קעניגרייך:
[justify]דוד המלך, איז נישט געווען קיין גרויסער שטייער פארעהרער, זיין עקאנאמישע סטראטעגיע איז מער-ווייניגער געווען, מלחמה! ווען אימער דאס פאלק האט זיך גענויטיגט אין געלט, האט ער איינגעשפאנט זיין מיליטער און זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט זיין פעלד מארשאל יואב צום שלאכט פעלד. ער האט אקופירט די לענדער ארום ארץ ישראל, ווי עמון, מואב, אדום, ארם, און צידון. און דאס האט געצווינגן די דאזיגע פעלקער צו צאלן שטייערן פאר יהודה, אזוי ווי ס'איז די דין אין די תורה הק', ווען די אידן נעמען איין א פרעמדער פאלק - והיה כל העם הנמצא בה יהיו לך למס ועבדוך!
אין רעזולטאט פון די דאזיגע מלחמות, האט די עקאנאמיע אין יהודה געוואקסן געבליעט אויף א מאסנשטעבליכער פארנעם... זאגאר שטייערן פון זיינע בירגער האט ער ווארשיינליך נישט איינגעמאנט!
זיין זון שלמה איז געווען קאפויער. ער איז קיין גרויסער קריגס מאן קיינמאל נישט געווען, ער איז געווען א מאן פון פרידן און רואיגקייט! און זיינע צייטן איז איטליכער אין יהודה זיך געזיצן אונטער זיין וויינגארטן און אונטער זיין פייגנבוים, און גאלד האט נישט געהאט קיין שום ווערט צוליב די אינפלאציע. און פון וואנעט האט שלמה פארמאגט געלט צו פינאנצירן זיינע גראנדיעזע אונטערנעמונגן? פון שטייערן! ער האט ארויפגעצווינגן אויפן פאלק שווערע שטייערן, און מיט דאס געלט האט ער באנוצט צו שפייזן זיין ברייטפארצווייגטע ווירטשאפט און זיינע אלוועלטליכע אונטערנעמונגן. זיין שטייער-מיניסטער האט געהייסן אדנירם בן עבדא, און צו זיין פארפיגונג זענען געשטאנען צוועלף שטייער באאמטע, וועלכע האבן איינקאסירט שטייערן פון די צוועלף שטאטן איבער די פאראייניגטע אידישע קעניגרייך אין ארץ ישראל.
נישט בלויז געלט האט שלמה איינקאסירט! נאר ער האט אויך איינגעשטעלט א נאַציאָנאַלער צוואנגס-דינסט. די צוועלף שטאטן אין ארץ ישראל זענען געווען פארפליכטעט צו שיקן א גרויסע צאל אידישע מענער, צו ארבייטן פיזיש פארן געברויך פון די קעניגרייך. זיי האבן געבויעט דאס בית המקדש, און די פאלאצן פונעם קעניג, און נאך פארשידענע אונטערנעמונגען איבער גאנץ ארץ ישראל.
דאס פאלק האט געקרעכצט אונטער די לאסטן פון די שווערע שטייערן, דאס אויפברויז פונעם פאלק אויף די שווערע שטייערן האט זיך געשטארק פון טאג צו טאג. ס'האט שוין אפילו כמעט געפירט צו א באוואפענטע אויפשטאנד אנגעפירט דורך דער גיבערנאטור פון לאנד אפרים, ירבעם בן נבט. דער פוטש איז אבער צייטווייליג דורכגעפאלן! און ירבעם איז געווען געצווינגן צו פליכטן פון ארץ ישראל קיין מצרים, וואו ער האט געטראפן שוץ אונטער די פליגלען פון שישק דער קעניג פון מצרים.
ווען רחבעם דער זון פון שלמה האט איבערגענומען דעם קעניגליכער טראן, האבן אים זיינע עלטערע און ערפארענע ראטגעבער געראטן אז ער זאל זיך צוהערן צום פאלק, און עטוואס פארלייכטערן די שווערע שטייערן וואס זיין פאטער האט איינגעשטעלט. אבער דער יונגער קעניג האט נישט געהארכט זייער ראט, ער האט ליבערשט זיך צוגעהערט צו זיינע יונגע און פראגרעסיווע ראטגעבער, וועלכע האבן אים געראטן צו ווייזן שטייפקייט און אומבויגזאמקייט און זיך אויף קיין פאל נישט צוהערן צום פאלק. ער האט געזאגט פאר די פארשטייער פון פאלק: מיין פאטער האט שווער געמאכט ענקער יאך און איך וועל עס נאך שווערער מאכן, מיין פאטער האט אייך געשלאגן מיט נאגייקעס און איך וועל אייך שלאגן מיט עַקְרַבִּים!
די דאזיגע שארפע רייד וואס רחבעם האט געזאגט פארן פאלק, האט זייער נישט גוט אויסגענומען ביים פאלק, און דאס פאלק האט ווידערגעשפעניגט אין מלכות בית דוד. ארץ ישראל איז געווארן צושפלינטערט צווישן צוויי באזונדערע קעניגרייכן - יהודה און שומרון!
רחבעם האט געוואלט ארויסגיין אין א קריג קעגן שומרון, אבער דער נביא אחיה השילוני, האט אים געווארענט אז ער וועט גאר שלעכט אפשניידן!
דער אידישער קעניג האט טאקע געהאט די רעכט איינצומאנען אלערליי סארטן שטייערן, אבער נישט אינגאנצן אן קיין גרעניץ. ווי די תורה זאגט אין פרשת שופטים: וכסף וזהב לא ירבה לו מאוד![/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אידישע שטייער נאכן חורבן בית המקדש:
[justify]נאכדעם וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב אונזער זינד, וואלט די האלבע שקל שטייער ווען געדארפט אויפגעלעזט ווערן. אספסיאנוס קייזער האט אבער נישט געוואלט הערן פון אזא סארט זאך, און די אידן זענען געווען ווייטער געצווינגן צו באצאהלן דעם מחצית השקל - וועלכע האט באטראפן צוויי דרכמות לויט די וואלוטע פון די שטאט צורי. אבער אנשטאט דאס געלט זאל גייט פאר די געברויכן פונעם בית המקדש, איז דאס געלט געגאנגען צו פינאנצירן די רוימישע דזשופּיטער קאַפּיטאָליניע קירכע אין רוים.
פאר די אידן איז דאס געווען א גרויסע שאנדע. נעמליך, נישט בלויז האט דאס מחצית השקל אויפגעברענגט נאסטאלאגיע צום ליכטיגן אמאל, נאר די שטייער גייט נאך צו די רוימישע געצן קירכע.[/justify]
פאר די אידן איז דאס געווען א גרויסע שאנדע. נעמליך, נישט בלויז האט דאס מחצית השקל אויפגעברענגט נאסטאלאגיע צום ליכטיגן אמאל, נאר די שטייער גייט נאך צו די רוימישע געצן קירכע.[/justify]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
שטייער אין די פאראייניגטע שטאטן:
[justify]די קאנסטאטוציע באפולמעכטיגט קאנגרעס צו שרייבן געזעצן איינצוקאסירן שטייערן. מיט דעם אלעם האט אין די ווירקליכקייט קיינמאל נישט עקזעסטירט קיין איינקנופט שטייערן אין אמעריקע. איינקנופט שטייערן איז באטראכט געווארן אין די אויגן פון די מאסן, אלס א דירעקטער פארשוועכונג אין די עקאנאמישע רעכטן פון א מענטש. בלויז א קעניג אדער א קאמוניסטישער קאמיסאר פארמאגט די מאכט צו רויבן יענעמ'ס פארמעגן, ווארום עס געהערט דאך אין יעדנספאל פאר זיי. דערפאר האבן די שטאטן בלויז איינקאסירט א שטייער פון געוויסע לעבנסמיטלן און פון אלקעהאל, טאבאקא און וואפן, א.ד.ג. און די שטאטן האבן שפעטער אראפגעגעבן א באדייטענעם טייל פון די איינקאסירטע שטייער פאר די פעדעראלער רעגירונג. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז צום ציווילער בירגער קריג!
ווען דאס ציווילער קריג האט אויסגעבראכן אין יאר 1861, האט די קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ אז די פעדעראלע רעגירונג זאל יא אנגעהויבן איינצוקאסירן איינקנופט שטייערן דירעקט פון די באפעלקערונג. דאס איז געווען אויף צו דעקן די אסטראָנאָמישע קאסטן פונעם קריג. אבער באלד נאכן קריג איז דאס שטייער אויפגעלעזט געווארן, צום גרויס צופרידנהייט פון די באפעלקערונג...
אנהייב פונעם צוואנציג יאָרהונדערט האט זיך אין אייראפע אנגעפאנגען צו פארשפריייטן די מארקסיסטישע טעאריע, און די סאציאליסטישע באוועגונג איז געבוירן געווארן, מזל טוב! אלע מענטשן זענען אייניג גלייך, אפגעזען רייכע צי ארימע, אריסטאקראטן צי פויערן, יעדער איינער איז אייניג גלייך. און עס קומט זיך נישט פאר קיינעם גארנישט מער ווי פאר א צווייטן, אפגעזען צי יענער האט שווער געארבייט פאר זיין געלט און דער אנדערער נישט! דאס גאנצע איינקנופט פון לאנד געהערט אויסשליסליך פאר די גאנצע באפעלקערונג. און די רעגירונג פארמאגט דאס אויסשליסליכסטע מאכט אויף אירע בירגער! דאס האט באדייט, אז נישט בלויז די רעגירונג האט די רעכטן איינצוקאסירן שטייערן, נאר דאס פארמעגן פון יעדע בירגער געהערט אויסשליסליך פאר די רעגירונג, און זיי קענען דאס פארטיילן לויט זייער געשמאק.
אין די פאראייניגטע שטאטן דאס געווען גענצליך אומדערהערט! די קאלאניסטן וואס האבן געשמאכט אונטער די שווערע שטייערן פון די בריטישע מאנארכיע האבן גוט געוויסט וואס טיראניע באדייט. ווארום דער קעניג זשארדש דער דריטער האט זיי באלעסטיגט מיט אומהויערע שטייערן. ביז דאס פאלק האט ענדליך רעוואלטירט אין אים, און אראפגעווארפן פון זיך דאס בריטישער יאך און דערלעבט פרייהייט.
ס'איז דאן איינגעשטעלט געווארן א קאנסטאטוציע, וואס פארזיכערט דאס פרייהייט פון אלע בירגער גלייך! עקאנאמישע פרייהייט, רעליגעזע פרייהייט, פרייהייט צו טראגן וואפן, פרייהייט צו רעדן, פרייהייט זיך צו פארזאמלען פרידליך, און נאך! די מאכט פון די פעדעראלע רעגירונג איז שטארק באגרעניצט געווארן צו בלויז וואס ס'איז פארגעשריבן אין די קאנסטעטוציע, און גארנישט מער!
אלעקסאנדער העמילטאָן און זשעמס מעדיסאן, האבן ערשט אפילו נישט געוואלט צולייגן צו די קאנסטאטוציע די רעכטן פון די בירגער, זיי האבן ארגומענטירט אז ס'פעלט זיך אינגאנצן נישט אויס! די בירגער זענען אין יעדנספאל פארזיכערט מיט זייערע רעכטן און פרייהייטן, ווייל די רעכטן פון די פעדעראלער רעגירונג, זענען אויסשליסליך באגרעניצט צו בלויז וואס ס'איז פארגעשריבן אין די ערשטע דריי פאראגראפן פון די קאנסטאטוציע! אבער פאר די רעפובליקאנער אין שפיץ פון טאמעס זשעפערסאן איז דאס נישט גענוג געווען! זיי האבן אויסשליסליך געפאדערט אז די ציווילע רעכטן פון די בירגער, זאלן זיין דייטליך ארויסגעשריבן אין די קאנסטאטוציע! ביי די ענדע האבן די זשעפערסאניסטן טאקע געזיגט, און די ביל אוו רייטס וועלכע פארזיכערט די רעכטן פון די בירגער, איז צוגעשטעלט געווארן צו די עקזעסטירענדע קאנסטאטוציע!
מיט די אויפוואכונג פון סאציאליזם אין אייראפע, האט זיך אין אמעריקע אויך אנגעהויבן צו פארשפרייטן דאס געדאנק, אז אויף די רעגירונג ליגט די פליכט צו שטיצן די אומפארמעגליכע דורך אן איינקנופט שטייער אויף די פארמעגליכע. איינקנופט שטייער אויף די פארמעגליכע איז געווארן מער און מער פאפולער צווישן די מאסן, הויפזעכליך אין די באזעצטע און גרויסע אינדוסטריאלע שטעט. דאס האט געפירט צו דעם, אז אין יאר 1913 האט קאנגרעס צוגעלייגט דעם זעכצענטע אדמענמענט צו די קאנסטאטוציע וואס לויטעט: "קאנגרעס האט די מאכט ארויפצולייגן און איינצוקאסירן איינקנופט שטייער פון יעדע סארט איינקנופט, אן צוטיילונג צווישן עטליכע שטאטן, און אן קיין סענסוס אדער רעגענונגען". און דאס העכסט באליבטע איי. אר. עס. איז געבוירן געווארן!
נאך די גרויסע דעפרעסיע אין יאר 1929, ווען מענטשן זענען ווירקליך אויסגעגאנגען פאר הונגער און נויט, האט פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט, דראסטיש געהעכערט די איינקנופט שטייער. דאס האט ער געטאן צו קענען פינאנצירן די הויכע קאסטן פון די ניו דיל, וואס האט ממש צוריק געשטעלט די באפעלקערונג אויף די פוס, ס'איז ווירקליך געווען אן אויסנאם פאל.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דאס ציל פון די היינטיגע אמעריקאנער רעגירונג:
[justify]די היינטיגע קאמוניסטן אין שפיץ פון קאמיסאר יאזעף ביידן השם ירום הודו בכבוד, וויל ווידער הייבן דעם איינקנופט שטייער. ער פראבירט צו נוצן די עפעדעמיע אלס אן אויסרייד, אבער ס'גייט אים נישט ווי געראטן. ווארום דער פרעזידענט האט אונז איבערגעלאזט מיט א מעכטיגער עקאנאמיע. דער אלטער טיפוש האט ארויסגענומען א בלאט פונעם אלטן באלשאווישע טראצקי שפיל-בוך, מיט וואס די סאוויעטן האבן זיך נאך באנוצט אין די צייטן פון די גרויסע רעוואלוציע – אקטאבער 1917 ראסיזם! דער באלשאוויק פלאקערט אויף דאס לאנד אין אומנויטיגער קלאס קאמף און ראסן קאמף וואס צושפלינטערט ביטערליך דאס פאלק. און פארוואס? אז זאלן קענען בארויבן דאס פאלק פון זייער פרייהייט. און גלייכצייטיג איבערצודרייען דאס עקאנאמישע סיסטעם אין לאנד - פון א פרייע גלארייכע קאפיטאליסטישע צו א סאציאליסטישע. ער איז אויסן אז די רעגירונג, דאס באדייט ער זעלבסט, זאל אויסאיבן זיין מאכט און קאנטראלירן יעדע עספעקט פון דאס לעבן פון א מענטש פונעם וויגל ביז צום קאסטן. דער פירט אונז אין ריכטונג צו א סאוויעטישער גן עדן, ווי מ'איז געשטאנען אין געשענגלטע ליניעס פאר ברויט פון מאָסקווע צו פּרעטבורג.
מיר וועלן ענדיגן מיט די הייליגע ווערטער פונעם פרעזידענט, וואס ער האט געזאגט אויפן בארג ראשמאָר:
אמעריקאנער העלדן האבן באזיגט די נאציס, אונטערגעברענגט די פאשיסטן, אראפגעווארפן קאמיניזם, געראטעוועט אמעריקאנער ווירדן, אנגעהאלטן אמעריקאנער פרינציפן, און נאכגעיאגט טעראריסטן אין אלע עקן פון די וועלט. מיר זענען אקוראשט אין א פּראָצעס פון באַזיגן די ראַדיקאַלע לינק, די מארקסיסטן, די אנערכיסטן, די העצערס און וואנדאלן, פארשוינען וואס לויט מאנכע האבן נישט די מינדעסטע אנונג וואס זיי טוהען.[/justify]
[left](קרעדיט, פרעזידענט דאנאלד זשעי טראמפ)[/left]