רבי צבי הירש פיש
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 200
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
רבי צבי הירש פיש
אין מאנסי האט זיך לעצטנס באזעצט א נייער משפיע, רבי צבי הירש פיש שליט"א, וואס איז נעתר געווארן לבקשתינו... און איז געקומען וואוינען פון קאנאדע בגלילות מאנסי יע"א. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער זעהענדיג דעם ערשטן שבת און יו"ט, אז ער האט געהאט הונדערטע מענטשן, האט דאס מיר אינטערעסירט.
לויט וואס מענטשן רעדן, האט ער אסאך וואס צו פארקויפן, און מענטשן שווערן זיך אז ער וועט נאך אמאל זיין א ריזיגע רבי מיט פילע פילע אנהענגער, ווייל ער האט א געוואלדיגער כח המושך. מענטשן זאגן אז ער גייט אוועקנעמען דאס מאמענטום וואס דער סקולענער רבי האט איינגענומען אין מאנסי און ער גייט אים איינשלינגען. ווער עס ווייסט (אזוי זאגן מיינע מאנסי'ער חברים), האט דער סקולענער רבי היבש איינגענומען די שטאט און ער ווערט פארררעכנט אלס דאס מערסט ערנסטער מקום וואו א חסידי'שע איד, א מבקש, קען עפעס הערן און זען, און וואו מען קומט אהין כסדר שבתים וזמני קודש. זאגט מען אצינד אז דאס וועט זיך טוישן, וויבאלד אן ערנסטער מבקש וועט ענדערש זוכן צו גיין צו הרב פיש, בשעת סקולען וועט זיין געמאכט פאר סקולענע חסידים (פון מאנסי...) מיט אפאר שכנים אויף די גאס.
אויב איינער האט עפעס מער אינפארמאציע איבער הרב פיש, און וואס ער האט צו פארקויפן, איז מכובד אריינצוקומען קלאר און מיטטיילן אינפארמאציע.
בכלל, איז כדאי ארומצושמועסן איבער די שטאט מאנסי אין די לעצטע יארן. מאנסי איז געווארן א רייפע פעלד פאר משפיעים און זייערע השפעות, נאך וואס די שטאט ברוקלין איז שוין בעצם אויסגעוואקסן, און אין מאנסי וואוינען טויזנטע אידן וואס זוכן און לעכצן צו הערן און זען א חסידי'שע איד. אמאל איז גארנישט געווען דארט אויסער וויזניץ, און היינט איז דאס שוין אויך נישטא... דאס האט געמאכט אז פיל משפיעים וואקסן דארט ארויס, א שטייגער ווי בארנוב, סטאניסלאוו, סקולען, זוועהיל, ר' מרדכי שטיינער, ר' אברהם יעקב ברוין, פשעמישל, און נאך און נאך, און אלע זענען מצליח און פארמאגן גרויסע עולמות (אה, פארגעסן... אויך באניע איז אין מאנסי...) - ס'איז דא א גרויסע צמאון און דארשט נאך א גוטן איד, און די פלאץ איז יעצט רייף פאר א משפיע דארט צו מצליח זיין, און טאקע דערפאר קומען אהין אסאך אידן.
בקיצור, אויב ווייסט איינער עפעס מער פון וואס איך רעד, זאל ביטע מיטטיילן.

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 02, 2018 2:57 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ער האט טאקע, און ער האט זיך אומאפיציעל אביסל געריבען מיט'ן טאהשער רבי זז"ג.
שקר וכזב!
ר' הערשל האט זיך צוגעשטעלט צי זיי פעטער טאהשער רבי 100 פראצענט, מיט א זעלטענע הכנעה, אפילו מער ווי פארלאנגט פון אים!
ער וואלט געקענט ווערן א ערענסטע שטער פארן רבי'ן, זייענדיג גאר א רעספעקטירטע יוד דארט, א עובד השם מופלג מיט אסאך טאלאנטען אין השפעה בפרט אויפן טאהשער וועג, אבער ער האט זיך געהאלטן אין שאטן סזאל אפילו נישט אויסקוקען ווי ער איז עפעס א קאמפעטישען פארן פעטער.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
צוליב דאס האב איך געשריבען 'אומאפיציעל' און 'אביסל'. עם כל זה איז די רבי'ןס שטוב געווען אביסל באזארגט איבער איהם.קאמען סענס האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ער האט טאקע, און ער האט זיך אומאפיציעל אביסל געריבען מיט'ן טאהשער רבי זז"ג.
שקר וכזב!
ר' הערשל האט זיך צוגעשטעלט צי זיי פעטער טאהשער רבי 100 פראצענט, מיט א זעלטענע הכנעה, אפילו מער ווי פארלאנגט פון אים!
ער וואלט געקענט ווערן א ערענסטע שטער פארן רבי'ן, זייענדיג גאר א רעספעקטירטע יוד דארט, א עובד השם מופלג מיט אסאך טאלאנטען אין השפעה בפרט אויפן טאהשער וועג, אבער ער האט זיך געהאלטן אין שאטן סזאל אפילו נישט אויסקוקען ווי ער איז עפעס א קאמפעטישען פארן פעטער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: רבי צבי הירש פיש
ער איז געווען די בעל קורא דארטן פאר אסאך יארן מען האלט פון אים אלס א קדוש ער רעדט זייער פרום און עקסטרעם און ער קוקט נישט אויס פון זיינע ד אמות ער רייסט אראפ די מאדעס ער האט א שפראך
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:צוליב דאס האב איך געשריבען 'אומאפיציעל' און 'אביסל'. עם כל זה איז די רבי'ןס שטוב געווען אביסל באזארגט איבער איהם.קאמען סענס האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:ער האט טאקע, און ער האט זיך אומאפיציעל אביסל געריבען מיט'ן טאהשער רבי זז"ג.
שקר וכזב!
ר' הערשל האט זיך צוגעשטעלט צי זיי פעטער טאהשער רבי 100 פראצענט, מיט א זעלטענע הכנעה, אפילו מער ווי פארלאנגט פון אים!
ער וואלט געקענט ווערן א ערענסטע שטער פארן רבי'ן, זייענדיג גאר א רעספעקטירטע יוד דארט, א עובד השם מופלג מיט אסאך טאלאנטען אין השפעה בפרט אויפן טאהשער וועג, אבער ער האט זיך געהאלטן אין שאטן סזאל אפילו נישט אויסקוקען ווי ער איז עפעס א קאמפעטישען פארן פעטער.
מען איז געווען שטענדיג אביסל באזארגט וועגן אים, אבער למעשה איז ר' הערשל געווען גרייט אלעס צו טוהן זיך נישט ארויסצוזעהן צו שטארק. ער איז זייער שטארק אז עס זאל זיין שלום און האט זיך וועגן דעם שטארק מכניע געווען אינטערן פעטער דער טאשער רבי זז"ג
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מאנטריאל האט געשריבן:ער איז געווען די בעל קורא דארטן פאר אסאך יארן מען האלט פון אים אלס א קדוש ער רעדט זייער פרום און עקסטרעם און ער קוקט נישט אויס פון זיינע ד אמות ער רייסט אראפ די מאדעס ער האט א שפראך
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
פון קענען אביסל חסידישע ספרים און צוהערן צו בחורים'ס שמוץ אגאנצן טאג ווערט מען נאכנישט א קדוש.. ער איז אבער א גוטיטשקער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
- האט שוין געלייקט: 167 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
א פשוט'ער וואוילער איד, גארנישט מער.
ער אן אייניקל פון טאהשער רבי זצ"ל, א זון פון זיין איידעם דער האדאסער רבי. ער איז פאר יארן לאנג געווען דער בעל קורא אין שטעטל. זיין איידעלע און ערליכע צוגאנג האט געוואונען פוינטס ביי אסאך טאהשער חסידים וועלכע האבן געזוכט אן אלטערנאטיוו פאר דער יעצטיגער רבי. למעשה לעבן זיי באחדות, און חוץ וואס ער פראוועט עטליכע מאל א יאר א באטע צי ליל שישי אין ניו יארק איז זיין רבי'סטע געבליבן ביי דעם. אצינד האט ער זיך געצויגן קיין מאנסי, איז בלויז געבליבן צו ווארטן און זען צי דאסמאל וועט ער יא קריגן עפעס מאמענטום.

- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
אין טאהש האט ער נישט נישט זיינע קינדער אין די מוסדות און פארדעם האט ער זיך אוועקגעצויגן
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
איך קען אים פערזענליך, מיר זענען אין נאנטן. איך קען אייך זאגן אז מ'רעדט דא פון איינע פון די צדיקי הדור. א לעכטיגער איד וואס דינט דעם אויבערשטן. ווען ער איז געקומען וואוינען קיין מאנסי, האב איך אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם (נאך וואס ער האט געוואלט גיין בזעיר אנפין) און אויפהייבן אידישע נשמות.
הלוואי זאל ער מצליח זיין.
הלוואי זאל ער מצליח זיין.