מיליאנער האט געשריבן:איין זאך איז אינטערעסאנט צי באמערקן.
ווען די מחלוקת האט זיך אנגעהויבן, איז די מלחמה געווען אויף וויליאמסבורג, אפילו געווען א רעדע אז מהר"א ציט זיך אריבער קיין וויליאמסבורג.
למעשה האט מהר"א מחליט געווען ער וויל בלייבן אין קרית יואל, ווייל ער וויל זיין אין ישיבה יעדען טאג.
עס איז דורך אַפאר יאר, מהר"א איז אויסגעשטאנען א גרויסע רבי, מען הערט נישט אויף צי פארגרעסערן די בית מדרש הגדול, אין עס איז נאך אלץ נישט דא קיין פלאץ, טראץ וואס ער האט נאך 15 בתי מדרשים אין שטאט.
פון די אנדערע זייט קוקט זיך מהרז"ל אן אין וויליאמסבורג ער וואקסט עפעס נישט, די בית מדרש איז ליידיגער פון אמאל, דאס איינציגסטע חסידות מ'האט נישט פארגרעסערט דאס בית מדרש דאס לעצטע 30 יאר, די ברידער זיך גענומען לעצטענס בויען געגענט בתים מדרשים אין וויליאמסבורג, אלס איז מצליח.
האט ער מחליט געווען אפשר שינוי מקום וועט אים ברענגען הצלחה, אפשר איז קרית יואל די סוד פון מהר"אס הצלחה,
אין ער גייט דאס פראבירן, מען מעלדט מען גייט קיין קרית יואל פאר א וואך! מען דערקלערט זיך אלס מרא דאתרא!
אויף למעשה איז ער נאך זייער צימושט צי דאס איז טאקע די סוד, דער ווייס נישט וואס צו טאן, נעקסטע טאג פארט ער צירוק אהיים, א טעג דערויף קימט ער נאכאמאל... מען האט דערלעבט מען אנערקענט שוין דאס מקום מיז נישט זיין ווילאמסבורג, אין מען קען זיין גרויס סאטמאר רבי ווען מען וואוינט אין קרית יואל...
במח"כ, דו קייסט שטותים וואס מאיז שוין אויסגעוואקסען 15 יאר צוריק.
מהרז"ל וואקסט נישט קיין אינטש ווייניגער פון זיין ברודער און פון קיין איין היינטיגע רבי!
וואוקס פון עני חסידות היינט ווענד זיך בלויז וויפיל בירט קאנטראל היתירים די דיינים געבן.. זהו! וואס וואקסן ווען וואקסן? סאיז דא נייע פרעמדע יודן פון מאנסי צי בארא פארק לעיקוואד וואס קומען זיך ווייקן ביים מהר"א ? נו וודאי, אז א עוורעדזש משפחה האט צווישן ניין און עלעוו קינדער בליעה"ר, וואקסט מען.. סעים גאוס צי יעדע חסידות..
די חילוק פון מהרז"ל און מהר"א האט גארנישט מיט וואקסן, סהאט מיט די סארט קהלה חסידות וואס מהרז"ל איז בכלל, און סאיז טאקע בכלל נישט דומה צי אנדערע חסידותער. אזוי ווי סאטמאר איז קיינמאל נישט דומה געווען, צי עני אנדערע חסידות. סאיז א ברי' משונה בפני עצמו.. ווער ספארשטייט פארשטייט..
די זאליס ווילן דאס גאר, און מהרז"ל איז דעריבער פערפעקט פאר זיי! און זיי האבן טאקע נישט געקענט סובל זיין מהר"א, און היינט לעבן זיי זייער רואיג זייער סטייל, מיט א מאסיווע קאמפעני, קהלה, מוסדות, געלט, פאוער אלעס זייער וועג.
דעפיין הצלחה.. ביי זיי איז דאס די גרעסטע הצלחה! פרוביר דארט צי פרובירן מאכן ווי אנדערע חסידות און זיי גייען דיר הארגענען..
ביי די ליטאים פארשטייסטו הייסט הצלחה אנדערש ווי אין גור? זעלבע זאך דא. ביי זיי הייסט נישט קיין סקיווירא סטייל שוואנצנות קיין הצלחה נאר פארקערט גאר פרובירן זיי נישט נאכצומאכן.. מהר"א חלשט יא פאר דעם מאכט ער יא נאך. דעטס אלל..
סאיז א קליינע קונץ צי מאכן מענטשען פאר שווענץ.