פאליטיק-וועלכע?

מחשבה, השקפה ועיון
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

פאליטיק-וועלכע?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

חברים אין בית מדרש, משפּחה מיטגלידער ארום די טיש, חברותות איבערן גמרא, שכנים אריבער די פארטשעס, און אלע פיר אינעם הייסן מקוה, מ'שמועסט און מ'שמועסט און נאכאמאל מ'שמועסט, בדרך כלל קאכט מען אין פאליטיק, דרייט אהער דרייט אהין, די צד יענע צד, ער האט אזוי געזאגט, און יענער האט אזוי צירוק געשריבן, אבי ס'לעבעדיג אזויווי מיין מלמד פלעגט זאגן ס'טוט זיך טישן אויף בענק (מיט די מונח זרקא ניגון).

פארהאן צוויי פאליטיק'ס,
איינס: די רבי'שע, היינט צוטאגס, נאך די קשיא וועלכע חסידות, קומט גלייך, די זעלבע פראגע, וועלכע? אלטע צו די נייע? א''י צו חוץ לארץ (און אין חוץ לארץ, וועלכע?) די גאס צו יענע סטריט? שווארצע אדער ווייסע?

צוויי: די וועלטליכע פאליטיק, רעכט צו לינקס, רעפובליקאנער און דעמאקראטן, קאפיטאליזם קעגן סאציאליזם, 'טראמפ-דיסענטעס' אדער 'ביידען-העריס'.


האב איך דא אזא שאלה, וועלכע איז ענדערש צו רעדן? צו די רבי'שע, ווי יעדע רגע מיט יעדע דיבור איז מען עובר אויף צענדליגע לאווין פון לשון הרע, רכילות, ליגענט זאגן, מצער זיין אידן, בארעדן מנהיגי ישראל און נאך, אבער לפּחות רעדט מען פון הייליגע אידן, וואס אפילו די ערגסטע איד איז בעסער פון די בעסטע גוי.
אדער ענדערש זאל מען רעדן פון די נידריגע גוי מיט זיינע נאך נידריגערע טאפיק'ס און אישוס, מיט אלע גארבעדזש און חזעריי וואס קומען אין די זעלבע פעקעדזש, אבער לפּחות בארעדט מען נישט קיין אידן וואס זענען אלע א חלק אלוקי ממעל?

נו וועלכע?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: פאליטיק-וועלכע?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די נידעריגע גוי'ס פאליטיק איז נישט צופיל אנדערש פונעם הייליגן איד'ס, אלעס דרייט זיך ארום די זעלבע זאך - געלט און מאכט.


אויב מיט'ן רעדן אויף אידן איז מען עובר אויף לשון הרע און אנדערע לאוין, איז וואס איז בכלל די שאלה?
וויאזוי טוט רעדן פון "הייליגע אידן" בארעכטיגן עובר זיין א לאו?
און וואס איז די פראבלעם צו רעדן פון די "נידעריגע גויאישע פאליטיק"?
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: פאליטיק-וועלכע?

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

די שאלה איז צו רעדן אויף אישי צבור (public figures) הייסט לה"ר

סתם גואישע פאליטיק איז לכאורה נישט קיין פראבלעם (אפשר דברים בטלים? איך מיין אז נישט) אבער פון שמוץ וואס איז ניבול פה דארף מען שוין דן זיין וואס איז ערגער, לה"ר אויף יודן אדער ניבול פה?

ווען איך בין געווען א בחור (נישט מער געדאכט) איז געווען א חלק בחורים וואס זענן געווען ביזי מיט די חסידות און אנדערע פלעגן זיי אראפרייסן דערפאר אז מ׳ פארברענגט די צייט.
פלעגן די חסידים ענטפערן, מיט די בחורים וואס זענן ביזי מיט די יענקיס אדער מעטס האט עטץ נישט קיין פראבלעם, סא דאס איז מיין טים, אלץ בעסער רעדן פון יודישע אינטערטעימענט
און זיי זענן געווען גערעכט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לויט די כללים פונעם רמב״ם הייסט עס נישט קיין לשון הרע אויב דריי מענטשן ווייסן דערפון און מ׳דערציילט סתם פאר אונטערהאלטונג און נישט צו באשמוצן, דער חפץ חיים איז טאקע מער מחמיר אבער איך זעה נישט פארוואס מ׳זאל זיך נישט קענען פארלאזן אויפ׳ן רמב״ם, ומי יבוא אחרי המלך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

קיינמאל נישט געוויסט אז חפץ חיים איז א הלכה ספר ער זאל זיך דארפן קריגן מיטן רמב"ם.
איך האב אייביג געוויסט אז חפץ חיים איז נאר א מוסר ספר
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

סייווי ביי חסידים האט מען געוויסט די מעשה אז הצ' ר' חנה קאלשיצ'ער האט אמאל בארעדט א בעל עבירה. האט אים איינער געזאגט אז אין ליטע איז ארויסגעקימען א ספר ח"ח וואס זאגט אז מען טאר נישט אזוי רעדן האט ער געזאגט ער מעג עס טון און איך טאר נישט זאגן אז ער טוט עס?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סעגאל האט געשריבן:קיינמאל נישט געוויסט אז חפץ חיים איז א הלכה ספר ער זאל זיך דארפן קריגן מיטן רמב"ם.
איך האב אייביג געוויסט אז חפץ חיים איז נאר א מוסר ספר

ס'איז געווארן אנגענומען אלץ א הלכה.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט