סקרן האט געשריבן:פארוואס האט די רקידה פון די קרלינער נישט געמאכט העדליינ'ס דא אין שטיבל?
דוקא מ'האט יא גערעדט פון דעם אין די חילונישע פרעסע
העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.
יהודי פשוט האט געשריבן:העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.
די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון
העניך האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.
די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון
דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.
יהודי פשוט האט געשריבן:העניך האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות. ער וועט אויספארשן דעם ענין, קלאר ארויסקומען וואס האט צוגעברענגט צו דעם, און וויאזוי מ'וועט דאס פאררעכטן אויף להבא.
די ערשטע זאך דארף ער ארויסשיקן א טוויט, ווי שטארק ס'טוט אים וויי וכו' וכו', אזוי ווי מ'האט שוין פארלאנגט פון תולדות אהרן רבי נאך מירון
דארפסט נישט אייביג אריינקומען מיט דיינע טראציגע טראלישע קאמענטארן. ס'וואלט נישט געשאדט אז דאס מאל זאלסטו עס לאזן אין אייוועלט. דא איז נישט קיין פארמעסט ווער ס'קען בעסער פייטן און שטעכן אדער ווארפן אומרעלעוואנטע סארקאסטישע באמערקונגען. מ'רעדט דא ערנסט, און אז דו האלטסט אז עפעס איז נישט ריכטיג, קענסטו זאגן דיין זייט בשפה ברורה.
דאס איז שוין ברייט באקאנט אז ביי געוואוסע מענטשן ווערן אנדערע באשטעמפלט אלץ טראליש בלויז צוליב דעם וואס זייערע ווערטער טוען אויף א קאמישע וועג אפלאכן פון געוואוסע מיינונגען און אנשויאונגען... ס'איז בסדר, איך שפיר דיין ווייטאג!
מיין נקודה איז אז איך האב דיר לכתחילה געקענט זאגן וואס דיין מיינונג וועט זיין אין יעדן פאל, סיי לגבי די געיט וואס פאליציי האט יא/נישט געשטעלט, סיי לגבי תולדות אהרן "אקונטעביליטי" און סיי לגבי סטאלין.
דאס באדייט אז דיין מיינונג איז בכלל נישט געבויעט אויף די דעטאלן פון יעדע פאסירונג נאר ענדערש אויף דיין - שוין פריער באשטעטיגטע מיינונג אויף די מענטש/גרופע ארום וועם די פאסירונג דרייט זיך.
דיין פריצייטיגע דן זיין לכף זכות - נאך איידער איינער האט אפילו עספיעט דן צו זיין לכף חובה - איז געוועהן העכסט ערווארטעט, אייגענטליך האב איך מיך שוין געוואונדערט פארוואס ס'געדויערט אזוי לאנג.
זאל ווען גענוי די זעלבע פאסירונג האבן פארגעקומען היינט ערגעץ אנדערש, ווי למשל סקווירא אדער גור (אפגערעדט תולדות אהרן) וואלט דיין פיזמון געווען גאר אנדערש.
אין איין ווארט דו ביסט שרעקליך מצומצם אויף אזוי ווייט אז איך קען אויסרעכענען דיין מיינונג פון פריער גאר גרינג אז גענוי וואס מ'קלערט אויף איי-וועלט וועסטו זאגן פארקערט.
די חילוק איז נאר אז אין אייוועלט ווערן תגובות פארמעקט אויב זענען זיי נישט אין איינקלאנג מיט די דעת פונעם ארטיגן קהל און דא וועסטו זיי בלויז אפשטעמפלען אלץ "טראציג און טראליש"!
מפיל קינד האט געשריבן:איך פארשטיי יא וואס זיי ווילן. ער איז גערעכט מיטן היטן אויף ונשמרתם, אבער נישט ווען דאס קומט אויפן חשבון פון רוחניות.
ער האט געשטעלט דעם טאן אז קאראנע און מירון זענען געשען במקרה. גארנישט מיטן אויבערשטן צו טון, נאר ס'האט אזוי פאסירט צוליב דאס און יענס. תשובה ותיקון המעשים? וואס עפעס. נישט ביי אונז.
דא איז געקומען דער פראסק, ווי דער קארלינער רבי האט עס זיס ארויסגעברענגט יו"ט ביינאכט נאכן דאווענען "ואנא מפניך אברח". אלע תירוצים זענען מער נישטא. יעצט דארף מען תשובה טון.
אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט, ער רעדט כאילו מען האט זיך בעצם געהיטן נאר דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אין פאקט איז די רשלנות דא נאך ערגער געווען ווי אין מירון.מפיל קינד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:אדער בכלל רעדן פון וויאזוי דאס האט פאסירט, פונקט ווי אין תו''א.
להבא צריך להתחזק ולהשתפר, עלינו מוטל לעשות ככל יכולתנו, ואת השאר הרי הקב"ה מנהיג
דאס מיינט ביי מיר גענומען אחריות און זיך מקבל געווען אויף להבא צו פאררעכטן.
אונטער חכם האט געשריבן:בלא בלא בלא, קיין איין ווארט פון נעמען אחריות, אדער אפי' באשולדיגן אנדערע, אדער בכלל רעדן פון וויאזוי דאס האט פאסירט, פונקט ווי אין תו''א.
הרבי הזכיר את דבריו בחג שעות לאחר האסון: "כפי שדיברנו בחג, הקב"ה מנהל את העולם, אבל זה אינו מסיר מאתנו את האחריות להשתדל מהיום והלאה, ובאמת להיזהר על כל צעד ושעל,
אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט
מפיל קינד האט געשריבן:ליין די אייוועלט ארטיקל וואס דו ברענגסט, איבער געזעצט אויף אידיש:
להבא - אויפן צוקונפט
צריך להתחזק ולהשתפר - דארפן מיר זיך פארבעסערן
עלינו מוטל לעשות ככל יכולתנו - מיר דארפן טוען אלעס וואס איז מעגליך
ואת השאר הרי הקב"ה מנהיג.
מפיל קינד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט
מקור? ותו, פארוואס זאגט ער דאס נישט? כאטש אזויפיל מעג ער טון.
אונטער חכם האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:אויף להבא צו פאררעכטן איז תו''א אויך גרייט
מקור? ותו, פארוואס זאגט ער דאס נישט? כאטש אזויפיל מעג ער טון.
איך שטעל מיך נאר פאר אזוי, דו האלטסט אז נעקסטע יאר גייען זיי עס נאכאמאל טון אויב מען לאזט זיי?
ער זאגט עס נישט, ווייל עס איז נישט זיין שפראך, דאס איז נישט קיין טענה אין מיינע אויגן.
דאס הער איך פון דיר, ער רעדט נישט פון קיין גרייזן און נישט פון קיין אחריות, עכ''פ אין פאבליק.מפיל קינד האט געשריבן:יא אזוי ווי דו זאגסט. זיי זענען געווען זייער אפגעהיטן ביז יעצט, קיינער לייקנט דאס נישט, און מ'קען נאכאלץ ווערן בעסער.
דער רבי איז פאר דעם מעמד ארומגעגאנגען אין היכל זיכער צו מאכן אז די פארענטשעס זענען פארזיכערט, נאר ממש די לעצטע רגע האט מען צוגעבויעט נאך פאר די בחורים. א פארדיריסליכע אומפארשטענדליכע גרייז וואס האט טייער געקאסט.
אלס צייכן פון אחריות האט דער רבי געשיקט די צוויי אחראים זיך אריינגעבן פאר די פאליציי. דער אחראי פונעם מעמד און דער מהנדס הפרענטשעס. זיי האבן גענומען אויף זיך דעם פולן אחריות אויפן באפעל פון רבי'ן. זיי זענען ביידע אונטער הויז ארעסט.
דאס מיינט א רבי וואס נעמט אחריות.