שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:כ'געב נישט קיין הכנות....

דער הייליגער טראמפ וועט ענק אלע אויסראטן און ווארפן צו די הונט...


דערווייל טוט ער אויסראטן די רעפובליקאנער פארטיי...

טויזנטער בענקלעך האבן מיר לינקע געוואונען זינט ער איז פרעזידענט!

טויזנטער!!!

אפילו אין די רעכטע שטעט אין אלאבאמא, אין קענטאקי איז דא א דעמקראטישער גאווערנאר. וכו׳ וכו׳
כמעט יעדע פארמעסט וואס טראמפ האט פערזענליך קאמפיינט פאר, האט פארלוירן! טרוקענע מציאות..
ער האט ניטאמאל די שטיצע פון פופציג פראצענט לאנד! ניטאמאל די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי. עס איז דא א דיים און א דאזען רעפובליקאנער Never Trumper’s
אזש אז מיטש מעקאנעל שטייט אויס א מעגליכקייט צו פארלירן זיין בענקל אין די קומענדיגע וואלן...

ער אליינס האט פארלוירן ביליאנען... רוב נארמאלע ביזנעסלייט שטייען אוועק פון אים. ער האט פארלוירן רוב פון זיינע געוועזנע פריינד אין ניו יארק!
דער שטאלצער ניו יארקער וואס האט זיך א גאנץ לעבן געגרויסט און אידענדיפיצירט אלץ דער Tycoon פון ניו יארק האט נעבעך געמוזט אנטלויפן פון דא בשעת ער איז געוועהן די פירער פון די פרייע וועלט...

ער דעמאנט מיך פון דעם גראבן פריץ וואס פלעגט יעדען טאג זיך אנעסען אין א רעסטעראנט און אויפשרייבן אויפן חשבון. ווען די בילל איז שוין געוועהן הויך האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ״די עסען דא איז נישט פריש, ענק געבן נישט קייו גוטע סערוויס״ און זיך געגעאנגען צו א צווייטע רעסטעראנט...

דאנאלד טייערער, ווילסט גיין קיין פלארדיע וואוינען? זייער גוט קיינער אין ניו יארק אויסער די חסידים גייען נישט וויינען נאך דיר- אבער זיי מוחל באצאל דיינע ביללס קודם! האסט דא געמאכט ביזנעס (הממ.. באגאנבעט מענטשען...) זיי מוחל באצאל די שטייערן פונקט ווי יעדן איינעם נאכדעם קענסטו גייען וואוינען ווי דו ווילסט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פיסטע סאציליסטישע פראפעגאנדע...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:פיסטע סאציליסטישע פראפעגאנדע...


פארשטייסט נישט די חילוק צווישן פראפאעגאנדע און פאקטן???

אלעס וואס איך האב געשריבן אין די לעצטיגע תגובה איז אמת!

1)די דעמאקראטן האבן געוואונען טויזנטער בענקלעך בשעת טראמפ איז געוועהן פרעזידענט
2)90 פראצענט קאנדידאטן פאר וועם טראמפ האט פערזענליך קאמפיינט האבן פארלוירן
3)טראמפ האט ניטאמאל די שטיצטע פון האלב אמעריקע
4)רוב פון זיינע געוועזנע פריינד ספעציעל אין ניו יארק ווילן אים נישט קענען און האלטן אים פאר א פשוטע משוגענער.
5)ער האט פארלוירן אסאך געלט און אסאך קאנעקשאונס זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיקס
6)טראמפ איז אנטלויפן פון ניו יארק מיט בושות אן באצאלן קיין שטייערן וואס ער איז שולדיג פאר די סטעיט
יעדער איינע איז אמת ויציב... גארנישט קיין פראפאגאנדע!
דו ביסט איין שטיק ליגענט און פראפאגאנדע...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: אויב די ..."פאקטן"...ווייזן אז פרעזידענט טראמפ איז טאקע אזא קרימינאל. און אזוי שלעכט. דארף מען צוזאמען זעצן א גרענד זשורי. און לויט די סאציאליסטישע ..."טוירעה"... דארף די דזשורי באשטיין פון..."כל צרוע וכל זב. וכל טמא לנפש"...אין די היינטיגע שפראך מיינט דאס דיינע קאלעגן די ל.ג.ב.ט. קיו. קאמיוניטי. (וואס. איך זאלל עס נאך ארויסשרייבן אויך?!) און א יעדער צודרייטער קאמוניסט און ליבעראל און אנטיסעמיט. אזוי ווי די פארדרייטע און פאררוקטע קאמוניסט'קע די אומוויסנדע קארטעז שיקסע. און די אנטיסעמיטישע מערדערישע איסלאמישע שיקסע אילהאן אומאר, ימ"ש. און זיי זאללן אינדייט'ן פרעזידענט טראמפ. און איהם אראפווארפן פון בענקל. און איהם ארעסטירן...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מי אני האט געשריבן:סייענטיסטן [וויראלאגיסטן] וואס האבן אנאליזירט די סטרוקטור וכו' פונעם וויירוס זאגן אז סאַרס-קאָוו 2 איז א נאטורליכע וויירוס און נישט צאמגעשטעלט דורך מענטשן/סייענטיסטן.

פּוּ ריסערטש האט פארעפענטליכט א שטודיע/סורוועי וואס צייגט אז בערך 30% אמעריקאנער גלייבן אז דאס איז א מענטשליך-באשאפענע וויירוס. עס איז מער עלול אז אן אמעריקאנער גלייבט דערין טאמער איז ער/זי אינגער, א רעפאבליקאנער, אדער איז ווייניגער עדיוקעיטעד.


וואס טשיינע האט געטוהן האט זיכער מיט דער אויסשפרייטונג פין דער וויירוס, זיי האבן פארמאכט יוהאן דער געגנט פון דער וויירוס און נישט געלאזט קומען אדער גיין פין דארט צו אנדערע חלקים פין טשיינע, אבער געלאזט מענטשן פין יוהאן פארען איבער דער גאנצע וועלט.

דאס האט געמאכט אז אמעריקע און ספעציעל נוי יארק זאל עס כאפען דער מערסטע פין איבעראל.

צו זיי האבן דאס געוואלט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ער איז אלעס מסביר בטוטו"ד. ההנאה מובטחת.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ELXWQPsnkQ8[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

און מער און מער וויסענשאפטלער הויבן אן צייגן אז ס'איז לכאורה יא א וויירוס פון לעבּ ארויס.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

שליחה דורך מי אני »

די ערשטע שטודיע זאגט נאר (אויף פּעידזש 9):
‏Even the possibility that a non-genetically-engineered precursor could have adapted to humans while being studied in a laboratory should be considered, regardless of how likely or unlikely

דאס איז אויף לגבי צו וויסן סאַרס-קאָוו 2׳ס עוואלוציאנערישע מהלך פון עדעפּטן וכו׳. זיי זאגן אויך אז עס האט זיך ל״ד אנגעהויבן אין די וווּהאן מארקעט, עס קען שוין האבן געהאט דארט אריינגעברענגט געווארן דורך א מענטש (אבער ל״ד פון א לעבּ).

די צווייטע שטודיע זאגט יא אז ס׳איז גאר מאדנע אז די ספּייק פּראָטיִן אויף סאַרס-קאָוו 2 איז מער עדעפּטעד אויף צו פּאָרן מיט די ACE2 רעסעפּטאָר פון מענטשליכע צעלן, ווי מיט די ACE2 רעסעפּטאָר פון איר אנגעבליכע בע״ח מקור. זיי זאגן אויך אז עס איז נישט מוכרח אז די אינטערמיִדיִעט איז געווען א פּענגאָלין. אבער זיי זאגן נישט אז דאס איז (אפילו לכאורה) געמאכט געווארן אין א לעבּ.

זיי זאגן אויף פּעידזש 16:
‏The fact that SARS-CoV-2 has also not been found in any likely intermediate host raises questions of the origins of the original SARS-CoV-2 virus that infected human case zero in late 2019. Wuhan, the epicentre of the outbreak, hosts China’s only BSL4 facility and is the site of considerable bat coronavirus research. Identification of an intermediate animal host in which SARS-CoV-2 might have adapted to a human ACE2 permissive form would go a long way to alleviating concerns that SARS-CoV-2 is not a natural virus.

ווי אויך צום שלוס (פּעידזש 19):
Another possibility which still cannot be excluded is that SARS- CoV-2 was created by a recombination event that occurred inadvertently or consciously in a laboratory handling coronaviruses, with the new virus then accidentally released into the local human population.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אצינד נאך וואס ס'הויבט אן אנדעקט ווערן די גאנצע בלאף אונטער וויאזוי קאוויד איז צושטאנד געקומען, בין איך איצט פשוט נייגעריג אויף די אלע קאווע שטיבל חכמים פאר וועם ס'זענען סתם אזוי זייער שווער צו גלייבן צו גאט עקזיסטירט, אבער אין די אנגעבנדע 'פאקט' אז קאוויד איז נישט פון א לעבּ האבן זיי יא געגלויבט. וויאזוי פילן זיי אצינד נאכן קויפן א יאר צייט גלויבנדיג בלינדערהייט כל מיני שטותים פארוואס קאוויד האט נישט געקענט קומען פון א לעבּ און דא פלוצלינג אזא פארראט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שורש און מקור פון קאוויד 19: כינע פאבריצירט א וויירוס!

שליחה דורך טמיר »

ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

טמיר האט געשריבן:ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?

וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כלבאשבוע האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco

זאגט ער אז די השתלשלות איז אז וויבאלד די רעכטע האבן אויפגעברענגט די מעגליכע פאקט האט די 'אויפריכטיגע' פרעסע געפילט אז מ'דארף עס לייקענען. און דערפאר זענען די רעכטע שולדיג פארן עס פאליטיזירן אין דאס האט גורם געווען מ'זאל נישט נאכגיין פאקטן. סיריעסלי?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אישתישבי האט געשריבן:אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?

וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?

ווייל איינע פון די דריי (?) מעין פעקטארס צו עפידעמיע אויסברוכן איז די דיסטוירבענס פון וויילדלייף האביטאט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

קורקלענד האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:ביטע עלעברירן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


דא האסטו א גוטע ברעיקדאון פון השתלשלות הדברים

https://www.slowboring.com/p/the-medias-lab-leak-fiasco

זאגט ער אז די השתלשלות איז אז וויבאלד די רעכטע האבן אויפגעברענגט די מעגליכע פאקט האט די 'אויפריכטיגע' פרעסע געפילט אז מ'דארף עס לייקענען. און דערפאר זענען די רעכטע שולדיג פארן עס פאליטיזירן אין דאס האט גורם געווען מ'זאל נישט נאכגיין פאקטן. סיריעסלי?


ווי זעסטו אז ער באשולדיגט די רעכטע?

פארקערט, ער גיבט גערעכט פאר Tom Cotton, ער באשולדיגט שטארק די מידיע פאר פרובירן צו אויסדרייען זיינע ווערטער און פארן ווערן כלומפרשטע סייענטיסטן אנשטאט זיך האלטן צו ריין און ערליך זשורנאליזם, און פארן נישט איינזען דעם אמת אז אמתע סייענטיסטן זענען מסכים מיט וואס ער האט געזאגט לכתחילה
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טאמבל סאס האט געשריבן:1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.

פארוואס האלט איר אז איין צד איז מער פאליטיש מאטיווירט ווי דער אנדערער צד?

פארוואס איז די שאנסן פון די נאסע מארקעטן מער. באזירט אויף וואס מען ווייסט איז גאנץ מסתבר פארקערט.

ווייל ס'איז שווער צו פרובן טאר מען עס נישט לייגן אויפן טיש? עכ''פ אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג און אליגארכיע זאלן עס האלטן אין איין צענזורירן?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

קיינער דא האט נישט גע׳טענה׳ט אז עס ״קען נישט״ קומען פון א לעבּ און דאס אוועקגעמאכט מכל וכל (לידיעתי). סך הכל וואס מ׳האט גע׳טענה׳ט איז אז סייענטיסטן, ולכאורה א מערהייט פון זיי, וואס האבן דאס אנאליזירט האבן געזאגט אז עס קומט זוּנאַטיקלי [נאטורליך]; אזוי ווי עוואלושאן בכלל (אולי איז דאס די קשר וואס וואס מ׳וויל דא מאכן מיט הוכחות למציאת ה׳; ווייל עוואלושאן בעצם גייט נישט אין איינקלאנג מיט׳ן הוכחה פון ״אינטעלידזשענט דיזיין״...). (ואגב, דער דר. קריסטיען ענדערסען, דער עיקר סייענטיסט פונעם געלינקטן שטודיע, האלט נאך אלס אזוי אז עס איז זוּנאַטיק.) אבער [tag]קורקלענד[/tag] איז טאקע גערעכט אז עס איז דאך א שטארקע מעגליכקייט (דאס זעה׳מיר שוין פון די שטודיעס אראפגעברענגט פריער. הגם, כנ״ל, האבן זיי דאך, עכ״פ דעמאלטס, נישט געזאגט אז עס איז ״לכאורה״ אזוי). ווי אויך איז ער גערעכט אז די אלגעמיינע וועלט און סייענטיפישע קאָמיוּניטי זענען געווען צי פאר די זוּנאַטיק/נאטורליכע אפציע און צי אוועקגעמאכט די לעבּ-ליִק מעגליכקייט. ווי ווייט אייניג עס איז מיט א זוּנאַטיק מעגליכקייט, וואס איז אויך א שטארקע מעגליכקייט, איז שוין ניתן לדון. סייענטיסטן און וויראלאגיסטן רופן טאקע פאר אן אינוועסטיגעישאן אין צו דעם. זיי זאגן אז ביידע טעאריעס, זוּנאַטיק און לעבּ-ליִק, זענען ווייעבּל.

די אינוועסטיגעטיוו ארטיקל פון ניקאלסאן בּעיקער, וועלכעס ווערט צוגעליִנקט אין די ארטיקל וואס [tag]כלבאשבוע[/tag] האט צוגעצייכענט, צונעמט און טענה׳ט זייער גוט פאר די מעגליכקייט אז עס איז פון א לעבּ. ווי אויך טענה׳ט פאר די מעגליכקייט דער סייענס שרייבער ניקולאס וועיד - ער טאקע צונעמט ענדערסען׳ס הוכחות און ווייזט וואו ער איז זיך טועה אין זיינע טענות. ווי אויך ברענגט ער ארויס אז מ׳האט אוועקגעמאכט דעם טעאריע מעיקרא פשוט ווייל טראמפ האט אויך אזוי געזאגט. דאס איז עפ״י נייע עווידענס פון די פּרוֺיטיִנס אויפ׳ן ווירוס וואס העלפן דאס באהעפטן צו די פוּרין אין מענטשנליכע צעלן, דאס וואס מיינערס נישט ווייט פון וווּהאַן האבן באקומען אן ענליכע קרענק פון אן ענליכע נאטורליכע ווירוס וואס מ׳האט דערנאך שטודירט אין די וווּהאַן לעבּ, אז די וווּהאַן לעבּ האט נישט שטארקע זיכערהייט מאסנאמען, אז ארבעטערס דארטן זענען קראנק געווארן מיט ענליכע סימפטאמען נאך פאר די אלגעמיינע קאוויד אויסברוך אין כינע, און דאס שוואכקייט פון באווייזן און איבערבלייבענישן פון א נאטורליכע שורש. דער סייענס שרייבער דאנעלד מקניִל באציהט זיך צו וועיד׳ס ארטיקל און איז בעצם מסכים אבער פארט מילדער. ער ציטירט אויך אנדערע עקספערטן אין די נושא וואס האלטן (שטערקער) פונעם לעבּ-ליִק מעגליכקייט. ער פירט אויך אויס אז עפ״י וואס מען ווייסט איז (ווי נישט) עפ״י אקאם׳ס רעיזאר מסתבר דעם לעבּ-ליִק מעגליכקייט.

מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קורקלענד האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:1. דער טעאריע איז נאך ווייט פון באגרינדעט און פאליטיקלי מאטיוועיטעד.

2. פארוואס לויפן צו דער טעאריע ווען די שאנסן אז קורונה זאל האבן זיך אנגעפאנגען אין איינע פון די נאסע מארקעטס איז אזויפיהל מער?

3. דער טעאריע וועט זיין זייער שווער צו פרובן, חוץ מזה וואס אויב איז דאס אמת האט/וועט טשיינע זיכער-געמאכט/זיכער מאכן אז מ'זאל עס נישט קענען פרובן.

פארוואס האלט איר אז איין צד איז מער פאליטיש מאטיווירט ווי דער אנדערער צד?
אמעריקע איז שולדיג איבער א טריליאן צו טשיינע אין באנדס. אויב קען זי פרובן אז טשיינע האט אנגעמאכט אזא גלאבאלע געלט שאדן, קען זי זיך אסאך געלט סעיווען.
פארוואס איז די שאנסן פון די נאסע מארקעטן מער. באזירט אויף וואס מען ווייסט איז גאנץ מסתבר פארקערט.

מען שאצט אז ס'איז פארהאן בערך 1.7 מיליאן ווירוסעס וואס קענען אריבערדזשאמפען פון חיות צו מענטשן. נאר אפאר טויזנט זענען רעקארדירט אין די וויסענשאפטליכע ביכער.

לייען ווי דר וויליאם קארעש ( https://www.who.int/bulletin/volumes/98 ... 031020/en/ )איז עס מסביר: טראכט פון א הונדערט מיליאן מענטשן וואס קויפן ביי די נאסע מארקעטס און שטעל דיך פאר די וויירוסעס שטייען ליינד אפ, יעדער פון זיי, האלטענדיג א לאטערי טיקעט וואס רעפרעזענטירט א געלעגנהייט פאר די וויירוס צו גיבן א שפרונג אריבער צום מענטש.

די נאסע מארקעטס האבן לעבעדיגע ענימעלס וואס ווערן געהרגט און צעהאקט אויפ'ן פלאץ. די שמוץ און נתחים וואס מ'נוצט נישט גייען אראפ אויף די ערד, ווערן אוועקגעוואשן אין די גרידס און פארפעסטיגן די ענווייראמענט – אינדיד, סעמפלס גענומען פון די ארומיגע ענווייראנמענטס האבן געוויזן קורונה וויירוס שפורן. מ'ווייסט עקשולי אז קורונה זעלבסט איז געשפרונגען בערך א זעקס מאל איידער די שפרונג האט מצליח געווען זיך צו עוואלוון גענוג רעזיליענט, צו פארשפרייטן זיך גענוג שנעל ביי א גענוג גרויסע צאל מענטשן אז ס'זאל פארבלייבן. ווייל א שפרונג אליינס איז נישט גענוג. ס'איז א וויירוס; ס'איז נישט פרה ורבה לכשעצמה, נאר ס'דארף כסדר א האוסט כדי ממשיך צו זיין ס'לעבן.

ס'מוז נישט זיין אז ס'האט אריגינעיטעד, ד.ה. אז די שפרונג זעלבסט זאל האבן פאסירט, אויף די מארקעט אליינס, ס'קען זיין עמיצער וואס ארבעט אין די אינדוסטרי, למשל די סופלייער - אויף די פארם, אדער אויפ'ן וועג צו די מארקעט זאל האבן געווארן אינפעקטירט מיט די וויירוס און עס געברענגט אין די מארקעט און דארט עס געגעבן א מקום מוכשר זיך צו פארשפרייטן. רוב פון די פארמס האבן מיקסד מינים, מישן זיך איינער מיט'ן צווייטן – סאוי וויירוסעס קענען שפרונגען פון איין מין צו די אנדערע. די מענטשן וואוינען צוזאמען מיט די חיות. די דעכער זענען אפן – סאוי עטלפים קענען אריינקומען. די סופליי טשעין, ד.ה. טראנספארטאציע אד"ג איז לאנג א טויזנט מייל. און, די פארמערס זעלבסט זענען די טראק דרייווערס; זיי קענען אליינס זיין אינפעקטירט. אזויפיהל מעגליכע אינטערפעיסעס פאר א וויירוס צו אריבערשפרינגען, פאר א וויירוס צו געוינען דעם לאטעריע טיקעט.

ווייל ס'איז שווער צו פרובן טאר מען עס נישט לייגן אויפן טיש? עכ''פ אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג און אליגארכיע זאלן עס האלטן אין איין צענזורירן?
כ'האב נאר געזאגט אז אפילו ווען עמיצער קומט זאגן, איך האב עס געפרובט/מען גייט עס פרובן איז שוואכע שאנסן אז ער האט עס טאקע געפרובט אדער אז מען וועט עס אמאל קענען פרובן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

מי אני האט געשריבן:מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).


תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.

ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

אויב ס'וואלט נישט געוועהן פון די לעב וואלט דאך טשיינע אריין געלאזט מ'זאל קענען מאכן א געהעריגע אויספארשונג דארט, ס'איז קלאר אז עפעס באהאלטען זיי.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

איך האב דיר נייעס
אפי' די גאנצע וועלט זאל אפמאכען אז איך האב געמאכט קאראנע אין מיין בעדראם פלאן איך נישט ארייצילזן די WHO און נישט די CDC. מיינט עס אז איך האב עס געמאכט?
פארשפארט