תמים האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:
האט נישט ר' שלום לעזער, בעריש, חיים יושע, באקומען גרעסערע ירושה'ס?! וואס מאכטו ליצנות. פון די קלענסטע פארציעס צווישן די קינדער איז געווען סיגוט.
ער האט טאקע באקומען ירושלים, און א יאר שפעטער וויליאמסבורג וואס דער עלטערער זון האט אזוי שטארק געוואלט, אבער דער רבי האט געזאגט מ'קען נישט האבן ביידע. ווילסט וויליאמסבורג אדער קרית יואל?...
עקזעקטלי!
די גרעסטע ראיה אז עפעס האט ער געהאט אין פלאן פאר מהרז"ל איז די סיגוטע רבנות. פאר ר בעריש האט ער געגעבן א ריזיגע קהלה מוסדות. פאר אלע זיינע קינדער הערליכע סאטמארע קהלות. אבער פאר מהרז"ל סיגיטע רבנות.. אויב גלייבסטו אליינס אין וואס די שרייבסט בין איך העפי פאר דיר..
גראדע פונקט פארקערט, שמעתי אז דאס איז געווען דעם ברך'ס חשבון בימי חורפו, ער'ט נישט געוואלט אלס "שומר פקדון" אז דער ר' זלמן לייב זאל האבן דאס מינדעסטע מגע ומשא מיט סאטמאר, ער איז געווען א גוטער מבין אויף זיינע קינדער, אבער ער'טאך פארט געוואלט - אלס א טאטע - ער זאל האבן פרנסה בכבוד וברווח האט'ער איהם גראד אוועקגעגעבן זיין גאנצע פריוואטע פרי עמלו, און געקלערט ממה נפשך אויב איז'ער טאקע אזא גלונגענע מענטש, העט'ר דאך וואקסן אין בליען א אייגענע סיגעטע אימפעריע, און נישט אינטערסירן די גאנצע סאטמאר פאליטיק חאזעריי, און נאך די בעטסטע אנקומען ווי אלע קינדער, און אויב נישט קומט זיך איהם טאקע א שטויס.
און וואס האט למעשה פאסירט, דער ביק האט נאך 20 יאר באנקראטירט זיין טאטענס פריוואטע קהילה, ביז ווען זיין טאטע ביי די 85 ווען ער האט ענדליך אויפגעהערט צו וועפן, אי'זער געקומען מיט צביעות'דיגע גראמאזן "מיר קומט זיך גארנישט?"
"גארנישט? די ביק דו!! מ'האט דאך דיר געגעבן אלעס!!"