גאלד האט געשריבן:תמים האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:די רעדע איז נישט דער ברך משה, די רעדע איז ר' זלמן לייב, ער איז געווען א רב פון א זעלבסטשטענדיגע קהילה, צו ס'האט געהייסט סיגעט צו זלאטשעב צו פאפא.
איז פשוט א נארמאל זאך צו ערווארטן אז א מענטש וואס האט די מינדעסטע כשרונות, אז עפעס מענטשן זאלן זיך מדבק זיין אין איהם, אזוי ווי סיי וועלכער וואוילער איד.
דערווייל גארנישט. זילטש. 20 יאר און טויטע באנקעס.
נאך אלץ געלונגענער ווי דער ברודער וואס האט נאך 20 יאר נישט נאר נישט געבויט פאר זיך, נאר גאר געבויט פאר זיין יונגערער ברודער -נישט סתם א ברודער נאר א ברודער א ביק -
געבויט א קהלה גרעסער גאר ווי זיין אייגענע קהלה..
די זעלבע יעצט איז אים געלונגען צי בויען פאר זיין פלומעניק א קהלה אין בני ברק גרעסער ווי זיין אייגענע דארט..
מהרז"ל איז דאך נישט אזוי געלונגען ווי דער ברודער.. זעהט אויס אז צי זיין א ביק איז נישט אזוי פאעורפול ווי זיין ברודערס טאלאנט זיין א ביק פלאס א נארסעסיסט.. ער טויג נישט ווי אים..
פארפאלן א ביק וואס איז געזונט איז נאך אלץ בעסער ווי א ביק אהן מדות, וואס איז נעבעך נישט געזונט צו דער זייט..
בקיצור דאס בעסטע וואס די קענסט זאגן וועגן דיין רבי אז דער ברודער איז ערגער. געוואלדיג.
פארשטייט זיך איך האב גערעדט לויט דיין לאגיק ארויסצוברענגען זיינע שוואכקייטן, אז זיין ברודער איז נאך ארגער פון אים אפילו לויט דיינע סטאנדארטן..
אבער באמת, אויב סאינטערעסירט דיר, זענען חסידי מהרז"ל זייער שטאלץ מיט זייער רבין, א איד א תלמוד חכם, א בר דעת, א ירא שמים, א הולך לפי רוחו של כל אחד, א מתון. וואס נעמט פשוט ערענסט זיין דזשאב אלטס רבי, ווי זיין טאטע האט געזאגט לא שררה אני נותן לפניכם אלא עבדות, און פרובירט פשוט צי זיין א ריכטיגער שומר הפקדון.. צי אנהאלטן זיין פעטערס מורשת קהלה און מוסדות. און נישט אלעס דרייט זיך ארום אנכי ואפסי. נישט קיין קליינע קונץ צו זיין א רב פון אזא ריזיגע קהלה , לכאורה די גרעסטע אין די וועלט, און יעדער זאל אים ליב האבן און זיין צופרידען מיט אים. כאטש מרעדט דא פון סאטמארע אידן וואס פאלגן נישט בלינדערהייט און זענען אנדערש אויפגעוואקסען ווי אין אנדערע קרייזן.
מדארף נישט פראפעגאנדירן מיט פאלשע חסידות און רעביסטיווע וואס סוף פסוק ביי סאטמערע אידן ארבעט עס ממילא נישט.. עיין ערך בני ברק ווי די גרעסטע חסידים לכאורה, שטויסן דעם רבין אז סגייט א רויעך.. און וויאזוי ענק האבן טאקע אנגענומען דעם ברך ביז סאיז געגאנגען קעגן די אינטערעסן.. ועוד חזון למועד, מארק מיי ווארדס וויפיל פאן סגייט זיין ביי קהלת מהר"א ביי די אזויגערופענע חסידים.. בני ברק איז א משל.